כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 57

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

דריי טעג צוריק האבן זיי נאך געשריבן אינעם בריוו נעבעך אזוי זיס!!!
די הארץ קען צוגיין פאר שמחה!!

הייליגע באשעפער די האסט נישט פארגעסן פון זיי!!!
שוין איינמאל אינטערעסירט...
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 57

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

איך בין מסופק צו אפשר פאסט נישט צו מפרסם זיין אזא בריוו, וואס די בריוו שרייבער קענען זיך נאך אמאל שעמען מיט די קינדערישע אויסדריקן וכ' ווען זיי וועלן עלטער ווערן...
נו שוין ס'איז א מעוות לא יוכל לתקן.
אפשר וואלט כדי געווען נעקסט טיים צו מאכן בלורי די נעמען.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
מתושלח
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 5:03 pm
x 15

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתושלח »

IMG_20250513_134409_198.jpg
IMG_20250513_134409_198.jpg (276.68 KiB) געזען געווארן 1665 מאל
ווער איז די איד?
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 420

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

הייליגע אידישע ברודערלעך!

איך שטיי און איך קוק מיך צו די לעצטע שטיק צייט, וואס כלל ישראל בכלל, ותושבי אידטיש בפרט, זיצן און קוקן ארויס אויף פרייליכע נייעס, ווייטאגן אויף די נשמות וואס ליידן נאך ליידער, פרייען זיך באמת מיט, מיט די יוצאי חשך וצלמות, און זענען מחזק די ידי עושי מצוה, די הייליגע עסקנים צו קענען אנגיין בישר שאת ועז.

ובפרט, שרייט זיך ארויס דער מי כעמך ישראל, אין די לעצטע 2 וואכן האבן הונדערטער אידן מקיים געווען דעם נתון תתן און זיך איינמאל און נאכאמאל משתתף געווען בסכומים הגונים סיי ביים ג' אייר קאמפיין און סיי יעצט ביים עידן חדוותא ביי הרב יואל העניך שליט''א.

אשר על כן, טייערע אחים לדעה, איך זעה און פיהל אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן דא, איז נעמט אייך די פאר מינוט און לאמיר רעדן תכלית......

ב''ה, דער בורא עולם האט מיר מזכה געווען מיט קרוב צו א יאר צוריק, זיך צו באקענען מיט א איד, א נשמה קדושה וואס ס'איז מיר שווער אראפצולייגן מיט ווערטער וואס ער נעמט אלס אריין אין זיך, הלה הוא הרב הצדיק ר' יעקב יצחק מלכא שליט''א,
געבוירן און אויפגעוואקסן איז ער אין ל''ט, וואו ער איז דורכגעגאנגען דאס וואס עס איז פאר קיינעם דא קיין סוד, ער האט געהאט א ווייב און 8 לעכטיגע קינדערלעך, וואס זענען אויך דורך עינוים קשים עד למאוד רח''ל, ביז ווען ר' יעקב יצחק האט מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, און מיט די הילף פון ר' אהרן יו''ט ז''ל האט ער אנגעהויבן טראכטן פון פארלאזן דעם מקום טמא 'מיט זיין גאנצע פאמיליע'.
נישט גרינג איז אים געווען די ארבעט פון איבערגעבן זיינע מחשבות פאר זיינע פאמיליע מיטגלידער, אבער נאך א לענגערע תקופה פון קלוגע פעולות איז אים געלונגען צו האבן זיין משפחה אויף דעם זעלבן בלעטל ווי אים, מיט דעם איינעם ציל, זיך ארויסצוזעהן פון דעם גיהנם ווי אמשנעלסטן.
נישט קיין לאנגע צייט איז אריבער, און דער געלעגנהייט איז אינטערגעקומען, די הנהלה האט אים איין שיינעם טאג געלאזט וויסן אז זיין עלטסטע טאכטער וועט א כלה וערן אין בלויזן עלטער פון 13 יאר, אבער, אין קעגנזאץ צו דעם מנהג המקום, האט ר' יעקב יצחק גענומען די קוראזש און זיך קאטעגאריש קעגנגעשטעלט צו דעם באפעל, די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט און ער איז געוואר געווארן אז די הנהלה גרייט זיך צו מאכן א תנאים פאר זיין טאכטער און באותו זמן אים ארויסווארפן אז ער זאל נישט קענען שטערן זייערע מעשי רשע.

אין דעם טאג וואס דאס אלעס איז געווען געפלאנט, האט ר' יעקב יצחק גענומען די לייצעס אין די האנט אריין, און מיט אויסערגעווענליכע סיעתא דשמיא, האט ער באוויזן דאס אומגלויבליכע, און ער מיט זיין גאנצע פאמיליע האבן זיך ב''ה געטראפן אויף די פריי!!

פריי האבעך געזאגט? יא, פריי , אבער בעירום ובחוסר כל, אן קיין קרוב או גואל, אן קיין מינימאלע געברויכן ווי וואוינונג, עסן, קליידונג, וכדו'.
ב''ה, מיט די הילף פון נאך געציילטע יוצאים, און מיט די שטיצע פון גוטע אידן נדיבי עם, האט ער געשפילט א אינטעגראלער טייל אין אוועקשטעלן דעם מקום הצלה 'כנישתא חדא' און פון דארט האט ער אנגעהויבן צו מזכה זיין נאך פילע אנדערע מיט דעם מתנה פון פרייהייט, באווייזנדיג ארויסצוברענגען נאך אידן פון ל''ט ובתוכם טאקע הרב יואל העניך שליט''א ועוד, ווי אויך איז זיין הויז דארט געווען פתוח לרווחה פאר די נשמה'לעך וואס לב טהור האט ארויסגעווארפן במשך הזמן וגם לרבות ביי די זריקה ביום הו''ר והדברים ידועים.

אבער, דאס לעבן דארף זיך אמאל אנהייבן, און ר' יעקב יצחק האט געוואוסט אז ער קען נישט בלייבן אין גוואטעמאלע און דארט איבערמישן דאס בלעטל, האט ער אנגעהויבן אריינקוקן אין פלענער ווי זיך צו גיין באזעצן, ער האט זיך אבער אנגעשטויסן אין אומצאליגע שוועריגקייטן, זינט ער מיט זיין ב''ב זענען ארץ ישראל'דיגע געבוירענע, און קיין פאספארטן דארט האבן זיי נישט געהאט (אן אריכות פאר זיך) די קינדער זיינע זענען א חלק קאנאדישע און א חלק געבוירן אין גוואטעמאלע-אומדאקומענטירט, נאכ'ן דאס איבערגיין מיט לעגאלע עקספערטן, איז געבליבן אז די בעסטע אפציע וועט זיין צו פרובירן גיין קיין קאנאדע, האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף וויזעס און פאספארטן פאר די גאנצע פאמיליע, און דאס איז ווען איך בין ב''ה אריינגעקומען אין בילד, מיר האבן צוזאמגעשטעלט געלט פאר די לעגאלע אויסגאבן און אראנדזשירט זיצונגען מיט די לאקאלע קאנאדישע עסקנים און דעת תורה וויאזוי זיך אומצוגיין ווען ער קומט אן, וכו' וכו'.

ווען די שטורמישע איבערפאל האט האט פאסירט, און עס איז אונטערגעקומען א פתח צו ראטעווען אידן פון דעם טריפה'נעם קולט, האט ער גענצליך אוועקגעלייגט זיינע אייגענע פלענער און זיך געשטעלט אין די פראנט ליניעס מיט די עסקנים, און קענענדיג די מוחות פון די אידן דארט און די מהלכים וויאזוי צו רעדן צו די גייסטיש ארעסטירטע מענטשן, האט ער געהאט א גרויסע ראלע אין ארויסזעהן און פלאצירן אין כנישתא חדא א שיינע פאר געראטעוועטע, און אין די צייט וואס ער האט געהאלפן אנדערע ארויסגיין פון לאנד איז ער געבליבן דארט, אן קיין וועג ארויס.

דאס האט אלעס געדארפט קומען צו אן ענדע ווען די גוואטעמאלע געריכט האט אים געגעבן א באפעל ארויסצוגיין פון לאנד נישט שפעטער ווי מערץ 18, דא האט מען זיך צוריק אריינגעווארפן אין די קעיס און מיט א פאראייניגטע כח פון עסקנים ואישי ציבור אין ארה''ב וקאנאדע האט מען פרובירט צו באקומען רשות פאר אים צו קומען קיין קאנאדע זיך באזעצן.
ב''ה קורצליך בעפאר פורים האט ער באקומען פאספארטן פאר זיך און זיין פאמיליע, אבער ווען עס איז געקומען צו וויזעס האט מען געטאפט א וואנט, און דער און דער דעדליין האט זיך גערוקט נענטער און נענטער, בלית ברירה האט ער זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן פליגער און אפגעפארן קיין מעקסיקא וואו ער האט געקענט אריינגיין אומגעשטערט ב''ה
'וכאן המקום להודות פאר הרבני הנכבד רודצ''ח ר' אברהם גרינהוט הי''ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן במסירות נפלאה זיכער צו מאכן אז ער קען רואיג פארן און האט אויסגעצאלט די הוצאות הנסיעה מיט אלע אימיגראציע קאסטן ארום און ארום ישלם ה' פעלו הטוב.'
אנקומענדיג קיין מעקסיקא איז ער אריבערגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם זיך וואלגערנדיג פון איין דירה צום צווייטן אן קיין געהעריגע עסן מיט א שטוב מיט וויינענדיגע קינדער אזש דאס הארץ האט געקענט אויסגיין פאר רחמנות.

אבער מיט די אלע שוועריגקייטן האט ער זיך נישט פארלוירן, און אנגעגאנגען מיט זיין מיסיע פון הצלת נפשות, פארנדיג מיט מסירות נפש ממש אהין און צוריק קיין גוואטעמאלע צו זיצן ביי קאורט הירינגס פון הבחור הצדיק שלו' שכנא הורוויץ וואס ר' יעקב יצחק האט לכתחילה גענומען קאסטעדי אויף אים, און ער האט געדארפט ערלויבעניש אים צו קענען ארויסנעמען פון לאנד מיט זיך.

אזוי ווי די עסקנים האבן געזעהן אז דארט בלייבן איז נישט קיין תכלית, און פסח קומט צו גיין, האט מען אנגעוואנדן כל מיני השתדלות אים צו ברענגען למקום נושבת, און ב''ה נאך פיל אינטעווענץ און גרויסע געלטער פאר לעגאלע עקספערטן איז געווארן אוועקגעשטעלט א מהלך וויאזוי ער קען פארן קיין א''י.

אין די פארנומענע ערב פסח טעג ממש פאר יו''ט האט ר' יעקב יצחק ב''ה געלאנדעט אויפן באדן פון ארה''ק, פול מיט פרייד פון איין זייט אבער אן די מינדעסטע באקאנטשאפט אדער געברויכן פון די אנדערע זייט, גוטע אידן האבן אים מסדר געווען א דירה'לע אין בני ברק און עטליכע עסקנים וגם אני בתוכם האבן נאכאנאנד געשיקט געלטער אים און די פאמיליע אויסצושטאפירן און זיכער מאכן אז ער האט די צרכי החג וצרכי יום יום בריווח.
במשך די ימי החג האט ער געטראפן עטליכע גוטע אידן דארט וואס האבן אים שיין אויפגענומען און מקרב געווען, און ערגעצוואו איז אים אויסגעקומען אנצוקניפן מיט עמיצן וואס האט אים געברענגט א געוואלדיגע המצאה, נעמליך, ער זאל מאכן א אפיציעלע 'עליה' און דערפאר באקומען געוויסע פאנדן פון די רעגירונג, ווי אויך פארמאגט די רעגירונג געוויסע פראגראמען זיך אפצוגעבן מיט מענטשן וואס קומען ארויס פון קולט'ס, וכו' וכו' בסך הכל איז דאס א שיינע פאר טויזנט דאלאר א חודש וואס ער קען באקומען.

זייענדיג שטארק מקושר מיט זיין דעת תורה, האט ער אנגעפרעגט דערוועגן, און נאך פילע ריסוירטש איז געבליבן אז בלויז א מיעוטא דמיעוטא פון דאס געלט קען מען נעמען אן צו מורא האבן פון אריינמישאכצער וכדו', וואס ווי טרויעריג באקאנט טוט די מדינה דווקא צילן אויף אזוינע אידן וואס האבן נישט געהעריג וואו צו באלאנגען, זיי איבערצוצייגן צו נעמען די געלטער און אזוי ארום זיך גענצליך אונטערצוווארפן אונטער זייערע לאפעס און אט די חברה פאלן אריין אין מיליטער ליידער און ווערן גענצליך פארשוועמט אינעם שמעלץ טאפ רח''ל.
שטייט יעצט ר' יעקב יצחק אין א גרויסע דילעמא, מצד אחד שטטיט ער אויס שטארקע דרוק פון זיינע ארומיגע דארט, ווי אויך דער אומדערטרעגליכער מצב אין שטוב טרייבט אים טעגליך, זיך צו ברעכן און נעמען ס'געלט, מאידך גיסא זאגט אים דער דעת תורה ווי אויך זיין אידישע אינסטינקט אז ער מוז זיך שטארקן און ביישטיין דעם ברענענדיגן נסיון.

נישט קענענדיג צוזעהן זיינע אומגעהויערע וואקלענישן און גאר שווערע פינאנציעלע צושטאנד, האט הגה''צ ר' יהושע לערנער שליט''א דומ''ץ סאטמאר מאנטרעאל, וואס איז געווען בעובי הקורה פון אנפאנג אן, פאררופן א דרינגענדע אסיפת עסקנים צו מטכס עצה זיין וואס מען קען טוהן צו ראטעווען דעם מצב, נאכ,ן דן זיין א לענגערע צייט איז געבליבן אז א גרויס חלק פון די אידן וואס האבן זיך באטייליגט ביי דעם אסיפה, האבן גענומען אויף זיך א התחייבות צו שאפן און אריינברענגען חודש'ליך געלט און אזוי ארום זאל ר' יעקב יצחק האבן די רואיגקייט זיך אוועקצושטעלן אויף די פיס, זיך אויסשטאפירן ווי עס פאסט, קענען געבן ברויט פאר די קינדערלעך, און קענען זיך געהעריג אריינלייגן אין זיין עתיד, וואס דאס נעמט אריין מוסדות פאר די קינדערלעך און טרעפן א פרנסה זיך אליין צו קענען שפייזן, אן צו דארפן צוקומען צו מתנת בשר ודם, און חלילה נישט אריינפאלן אין דעם רשעות'דיגן נעץ וואס די עוברי הדת שפרייטן אויס פאר אים.

אשר על כן, טייערע אידן אחים לדעה, די וואך איז געשיקט געווארן די ערשטע חודש'ליכע תמיכה פון דעם אסטראנאמישע סומע פון זיבן טויזנט דאלאר וואס איז געווארן אויפגעטריבן דורך די פאר עסקנים, און מיר האבן נישט קיין סך צייט געבליבן ביז די קומענדיגע דארף נאכקומען.. פאר ווער עס ווייסט וואס מיינט א לעבן אין ארץ הקודש וויפיל דאס קאסט, ובפרט ווען מדארף אנהייבן פון פריש ווי א קטן שנולד אן די מינדעסטע קרוב או גואל, איז דאס ריזיגע געלטער, וואס מיר אליין קענען נישט, און ר' יעקב יצחק מוז דאס האבן צו קענען ראטעווען זיין משפחה ברוחניות ובגשמיות במלוא מובן המילה.

הייליגע אידן, אל נא תעמודו מרחוק, ר' יעקב יצחק האט זיך צופליקט פאר אנדערע אידן בעבר, בהוה, ובעתיד, לאמיר אים נישט לאזן פאלן!!! לאמיר אים ווייזן אז ער איז נישט אליין!!!! לאמיר אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''

לייגטס אריין אייער הארציגע נדבה דורכ'ן ניצן דעם לינק, און זייטס א בונה ומקים פון א הערליכע משפחה ביי כלל ישראל!! ובשכר זאת וועט איר אוודאי זוכה זיין צום הבטחה פון ''כל המשמח את שלי אני משמח את שלך'' תזכו למצוות!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 420

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

א הארציגן ייש''כ פאר @נישט_אינטערעסירט
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די העליכן סכום פון

$50

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 420

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

א הארציגן ייש''כ פאר הרב דוד נפתלי אייזנבערג הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון

$18

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2319

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

יום ג' שנכפל בו כי טוב!!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי קליינע קינדער פונעם שעלטער!!

די רעדע איז פון צוויי פיצלעך קינדער, דער עלטערער איז ווייניגער ווי צוויי יאר אלט, און דער יונגערער איז ווייניגער ווי א יאר אלט, קינדער פון יקותיאל חיים צבי גאלדבערגער (משגיח הביהמ"ד), און זיי זענען ב"ה יעצט באפרייט געווארן מיט די קאסטעדי פון זייער זיידן און באבען ר' יהושע פנחס עליס וב"ב פון דעטרויט, (די זיידע האט אויפגעטראטן מיט גאר הארצרייסנדע דיבורים ביים אסיפת הרבנים עטליכע חדשים צוריק).

אי"ה קומענדיגע וואך וועט פארקומען די געריכט הירינג פאר די עלטערע פינף קינדער און מ'האפט אויף גוטע רעזולטאטן בעז"ה.
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 29

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 5:02 pm יום ג' שנכפל בו כי טוב!!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי קליינע קינדער פונעם שעלטער!!

די רעדע איז פון צוויי פיצלעך קינדער, דער עלטערער איז ווייניגער ווי צוויי יאר אלט, און דער יונגערער איז ווייניגער ווי א יאר אלט, קינדער פון יקותיאל חיים צבי גאלדבערגער (משגיח הביהמ"ד), און זיי זענען ב"ה יעצט באפרייט געווארן מיט די קאסטעדי פון זייער זיידן און באבען ר' יהושע פנחס עליס וב"ב פון דעטרויט, (די זיידע האט אויפגעטראטן מיט גאר הארצרייסנדע דיבורים ביים אסיפת הרבנים עטליכע חדשים צוריק).

אי"ה קומענדיגע וואך וועט פארקומען די געריכט הירינג פאר די עלטערע פינף קינדער און מ'האפט אויף גוטע רעזולטאטן בעז"ה.
חסדי השם! זאל דער אייבישטער העלפן ווייטער צו זעהן חסדים גלויים!
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 420

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

מיר בעטן דעם ציבור זיך אנצושטרענגען, און שטיצן כלל-ישראל'ס ידיד מו"ה ר' יעקב יצחק הי"ו.

אויף די בקשה פון עסקנים, היות דער קאמפיין פון ר' יואל העניך איז אין פולסטן קראפט ב''ה, און ווי פארשטענדליך אונזער קאמפיין איז נישט אין קאנטראסט צו דעם אנדערן קאמפיין, ביידע זענען זייער וויכטיג. וועלן מיר נישט קאמפיינען עפנטליך כל זמן די קאמפיין פאר ר' יואל העניך גייט אן, און הערשט שפעטער וועלן מיר ארויסקומען צום ציבור ברבים און ווייטער אנשליסן און פארעפנטליכן די שותפים לדבר מצוה.
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
סאלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 69

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

(משגיח הביהמ"ד),
details ?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 613

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

כיהודה ועוד לקרא. איך שטיי מיט פעסט מיט די קאמפיין לטובת ידידי היקר ר' יעקב יצחק הי"ו, וועמען איך האב קענען געלערנט אין גואטאמאלא און איך בין נתפעל געווארן פון זיינע מידות תרומיות און אויסערגעווענליכע איידלקייט.

אבער אצינד קאמפיין איך פאר ר' יואל העניך זז"ג און איך בעט דעם עולם צו שטיצן ר' יואל העניך. אי"ה נאכדעם וועל איך ארויסהעלפן מיט וואס עס איז נאר שייך, די קאמפיין פאר ר' יעקב יצחק.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט פאר ר' יואל העניך שליט"א:
https://www.dryveup.com/mission/78382
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 480

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

מתושלח האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 4:26 pm IMG_20250513_134409_198.jpgווער איז די איד?
לכאו' א ברודער פון די רומפלער'ס, כמדומה לי נאר פונעם זעלבן טאטן (באזירט אויף בילדער און אינפארמאציע פון אן ארטיקל אין מאמענט אדער אין משפחה)
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 96

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Coventry »

גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:54 pm
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט
הרב אהרן אריה טעללער איז פון די טעללער משפחה פון וויליאמסבורג סאטמארע חסידים
געווען א איידים בזוו''ר ביי כ''ק אדמו''ר מקאשוי ר' אליעזר חיים ז''ל,
איין שיינעם טאג האט פאר שלמה העלבראנטץ פארשמעקט אים צו האבן פאר א איידים,
איז דאך דא א פראבלעם ער איז דאך שוין חתונה געהאט, נו, צדיקים קענען דאך ריקן וועלטן,
האט ער אריינגערופן דעם אינגערמאן א טאטע פון 6 קינדער און געזאגט אז זיין ווייב און קינדער זענען פון די סט''א און ער דארף זיי שוין גט'ן!
די פרוי אויף וועמען די וועלט איז פלוצלינג צופאלן האט נישט געהאלטן ביים נעמען א גט, זי האט פשוט געוואלט בלייבן מיט אים,
האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א היתר מאה רבנים (פארשטייט זיך זיי האבן איינגערעדט די רבנים אז זי איז נישט מיט אלעמען וכו' וכו')
און באלד נאך די גט האט דער 30 יעריגער יונגערמאן חתונה געהאט מיט דעם רבינס 16 יעריגע טאכטער,

מיט עטליכע יאר צוריק נאך וואס נחמן איז געקומען אויפן טראן האט מרת טעללער בזוו''ש געהויבן פיס און אנטלאפן פון ל''ט מיטנעמענדיג אירע קינדער
ועשית לו כאשר זמם...
און דאן איז פארגעקומען די גאנצע קידנעפינג פרשה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א חסד ד' נאך וואס דורכדעם זענען ארעסטירט געווארן די ראשי הכת וואס האט זיכער צוגעגעבן צום יעצטיגען מצב.
עכ''פ למעשה זענען די קינדער אין היימישע מוסדות אין וומ''ס.

כהיום איז הרב טעללער שוין חתונה געהאט א דריטע מאל (כ'ווייס נישט קיין פרטים אבער לכאו' מיט נאך א 12 יעריגע)
סאו ווער פון לב טהור איז אייניקלעך פון קאשוי רב?
איך פארשטיי אז זיינע קינדער בזוו"ר זענען געבליבן מיט זיין ערשטע ווייב, נישט אזוי?
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1204

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

Coventry האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 6:21 pm
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:54 pm
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט
► Show Spoiler
סאו ווער פון לב טהור איז אייניקלעך פון קאשוי רב?
איך פארשטיי אז זיינע קינדער בזוו"ר זענען געבליבן מיט זיין ערשטע ווייב, נישט אזוי?
איינער פון די ראזנערס איז אן איידעם ביי קאשוי'ער רב
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פרייליכער איד
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 7:22 pm
x 4

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרייליכער איד »

קטןודל האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 6:14 pm
מתושלח האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 4:26 pm IMG_20250513_134409_198.jpgווער איז די איד?
לכאו' א ברודער פון די רומפלער'ס, כמדומה לי נאר פונעם זעלבן טאטן (באזירט אויף בילדער און אינפארמאציע פון אן ארטיקל אין מאמענט אדער אין משפחה)
ער איז המכנובקע'ר ?
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2319

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

מתושלח האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 4:26 pm IMG_20250513_134409_198.jpgווער איז די איד?
מרדכי רומפלער
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2319

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

Coventry האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 6:21 pm

סאו ווער פון לב טהור איז אייניקלעך פון קאשוי רב?
איך פארשטיי אז זיינע קינדער בזוו"ר זענען געבליבן מיט זיין ערשטע ווייב, נישט אזוי?
משה יוסף ראזנער איז א איידעם ביי אב"ד תולדות רפאל ד'קאשוי שליט"א בהגה"צ מ'קאשוי זצ"ל.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2319

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 5:02 pm יום ג' שנכפל בו כי טוב!!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי קליינע קינדער פונעם שעלטער!!

די רעדע איז פון צוויי פיצלעך קינדער, דער עלטערער איז ווייניגער ווי צוויי יאר אלט, און דער יונגערער איז ווייניגער ווי א יאר אלט, קינדער פון יקותיאל חיים צבי גאלדבערגער (משגיח הביהמ"ד), און זיי זענען ב"ה יעצט באפרייט געווארן מיט די קאסטעדי פון זייער זיידן און באבען ר' יהושע פנחס עליס וב"ב פון דעטרויט, (די זיידע האט אויפגעטראטן מיט גאר הארצרייסנדע דיבורים ביים אסיפת הרבנים עטליכע חדשים צוריק).

אי"ה קומענדיגע וואך וועט פארקומען די געריכט הירינג פאר די עלטערע פינף קינדער און מ'האפט אויף גוטע רעזולטאטן בעז"ה.
אין די זעלבע צייט האט די ריכטער פארבאטן די עלטערן פון צו קענען אריינגיין באזוכן אדער האבן סיי וועלכע שייכות מיט די פינף עלטערע קינדער ביז די קומענדיגע הירינג נעקסטע וואך.
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 613

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
נישט אינטערעסירט


בעבור שנדב
$36



למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן



...
טייערע אידן:
עס איז נישט צום גלויבן, ווי אזוי אידן רופן זיך ווארעם אן און געבן שיינע סכומים פאר דעם צוועק. מיר מוזן אויפטרייבן נאך געלט און ארויסהעלפן דער מצב. מיר ווענדן זיך צום ציבור, נישט נאכצולאזן און ווייטער אנגיין מיט שיינע נתינות למען כבוד התורה והיהדות, אז מען זאל קענען ממשיך זיין די פעולות הכבירות פאר כבוד שמים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2927
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

א זייטיגע אויפפאסונג...
שוין אמאל באמערקט? אלע לב טהור ווידיאוס רעדן די חברה ווי ראבאטן.

קוקטס אים אן. (פינטל). דער יואל יושע העשיל בלום. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). קוקטס אים אן. (פינטל). דער נאצי. (פינטל). דער בלום. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). ער מיינט ער קען טון וואס ער וויל. (פינטל). דער בלום. (פינטל). ער טוט וואס ער וויל. (פינטל). דער נאצי. (פינטל). ימח שמו וזכרו. (פינטל). שלעכטע מענטשן. (פינטל). ער דער בלום. (פינטל). מיט זיינע שותפים. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). קוקטס אים אן. (פינטל). דא. (פינטל). ער מיינט ער קען טון וואס ער וויל. (פינטל). ער מיט גרינהוט. (פינטל). וכו’ וגו’ ופינטל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 710

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

וואו זעט מען די זאכן?
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 42

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

וואס איז נאך מער אינטערעסאנט, איך געדענק איינעם פון לב טהור וואס פלעגט אסאך קומען קיין אמעריקע און ער פלעגט אלעמאל עקטן ווי א זאמבי און רעדן ווי א ראבאט. א שטיק צייט צוריק טרעף איך אים דא און ער דערציילט מיר אז ער איז שוין מער נישט אין לב טהור, און וואונדער איבער וואונדער, ער רעדט ווי א נארמאלער אינעטליגענטער מענטש! לייגט מען זיי דארט ארויף אויף דראגס וואס מאכט עקטן ווי זאמביס?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 613

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' יוחנן בוקסבוים הי"ו


בעבור שנדב
$36


לטובת העסקן הנמרץ והחשוב 'על פי תורה', ולשמי ולכבודי
למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן



...
טייערע אידן:
עס איז נישט צום גלויבן, ווי אזוי אידן רופן זיך ווארעם אן און געבן שיינע סכומים פאר דעם צוועק. מיר מוזן אויפטרייבן נאך געלט און ארויסהעלפן דער מצב. מיר ווענדן זיך צום ציבור, נישט נאכצולאזן און ווייטער אנגיין מיט שיינע נתינות למען כבוד התורה והיהדות, אז מען זאל קענען ממשיך זיין די פעולות הכבירות פאר כבוד שמים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2927
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 10:13 pm וואו זעט מען די זאכן?
כסדר. פארט ארום.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1204

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 9:24 pm א זייטיגע אויפפאסונג...
שוין אמאל באמערקט? אלע לב טהור ווידיאוס רעדן די חברה ווי ראבאטן.

קוקטס אים אן. (פינטל). דער יואל יושע העשיל בלום. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). קוקטס אים אן. (פינטל). דער נאצי. (פינטל). דער בלום. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). ער מיינט ער קען טון וואס ער וויל. (פינטל). דער בלום. (פינטל). ער טוט וואס ער וויל. (פינטל). דער נאצי. (פינטל). ימח שמו וזכרו. (פינטל). שלעכטע מענטשן. (פינטל). ער דער בלום. (פינטל). מיט זיינע שותפים. (פינטל). דא איז ער. (פינטל). קוקטס אים אן. (פינטל). דא. (פינטל). ער מיינט ער קען טון וואס ער וויל. (פינטל). ער מיט גרינהוט. (פינטל). וכו’ וגו’ ופינטל.
דעיס איז אנשטאט א זונטאג ארטיקל?...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט