כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מתושלח
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 5:03 pm
x 6

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתושלח »

ווייסע טיילס האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 7:10 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
יוסי פלוטשקין ני"ו איז געפארען קיין גוואטאמאלע וועגען אנדערע סיבות, ער איז געווען א קורצע תקופה פארדעם, ווי די השגחה עליונה האט אים געפירט קיין ירדן ביי הר ההר ווי צענדליגע אידען זענען זיך משטתח על קברו פון אהרן הכהן , אבער זיין נסיעה איז געווען באשריבען איבעראל אין אלע מאגאזינען ווי אויך אויף קול מבשר,
נאכדעם איז ער געפארען קיין גוואטאמאלע, ווען ער איז דארט געווען האט ער זיך אנגעשטויסען און לב טמא מיט זייערע גרים און ער האט דערשנאפט אז עס איז דא א שפאלט צווישען די העלבראנץ משפחה נתן איז שוין נישט דארט געווען נאך א שוועסטער איז נישט דארט געווען און דאכצעך רבי שלמה'ס רביצין איז שוין אויך נישט דארט געווען,
עס איז געווען א קורצע תקופה נאכדעם וואס ר שלמה איז דערטראנקען געווארען, און די חברה דארט זענען געווען צירידערט, און סאיז געווען גרויסע שפאלטען אינדערהאלב העלבראנץ ווען וויינגארטען ראזנער נעמען נחמןס צד אזוי ווי דארט איז אלעס געגאנגען אויף זייער פערזענליכע לעוועלס נוסח ל"ט ווי יעדער זיצט אין יעדעמס טשאלענט האט נחמן אפגעמאכט וויאזוי זיין שוועסטערס שטוב (ש"ב בלע"ז) דארף ציגיין,
(היינט איז דאך שוין באקאנט דא פון וואסערע דעסיזשענס מען רעדט דא רח"ל )
דארטען פלעגט עס ציגיין כמנהג עדת המזרח אז ווען מען רעגט זיך לויפט מען אוועק ערגעץ ביז מען בלאזט זיך אויס,
סאיז דאך נישט געווען ליידער געהעריגע שוועסטערס מאמע ווי ביינונז אין אמעריקע ווי צי גיין און סעטלען,
ביי דע פאל איז געווען די אנפאנג ווי די גרופע פון נחמן, ר, וו, האבען געהאט א ווארט אויף דעם דארף,
אבער אלטס א רעביש קינד האט זי געהאט די קוראזש און אפגעטראגען צו א האטעל אין גוואטאמאלע סיטי ווי זי איז געווען איינער אליינס עלענד אין א גויאישע פרעמדע שטאט אן קיין מאן אן קיין קינדער,
קיין כנישתא חדא איז נאך נישט געווען און קיין גרים קהילה איז אויך נישט געווען, זיי האבען געטראכט אז זי וועט זיך ברעכען,

אונטער דע אומשטענדען איז יוסי ני"ו געוואר געווארען און צירוק געקומען קיין אמעריקע און אנגעפאנגען צי קוקען ווער עס קען איר העלפען און אנגעפאנגען צו רודערען א וועלט,
ביז ער האט געהערט פון צוויי אירע וואס ספאנסערען העלפען יעדער וואס גייט אוועק פון ל"ט איינע איז געווען עפעס א איזרעלי פון קאנאדא דאכצעך, וואס שלמה האט גענומען איר קרוב און זי איז געווען להשמיד,
און די צווייטע זענען נעבעך די פארווייטיגטע עלטערען פון קאשוי וואס העסקן הדגול רבי אברהם שליט"א אלטס א תלמיד מובהק האט נישט געקענט צוקוקען זייער צער און נישט געקענט אראפשלינגען די עוולות וואס שלמה האט געטון צו זיין הייליגע רביס משפחה נאכדעם וואס זיי האבען אזוי שיין מקרב געווען שלמה, און שלמה האט פשוט אפגעטראגען מיט אן איידעם מיט א היתר מאה רבנים, ווי שוין באשריבען דא

זייט דאן, ווי סאיז שוין היינט טאקע ברייט באקאנט און די נייעס, איז אברמי ראשו ורובו אריינגעטון ווי מען קען העלפען מענטשען אוועק גיין פון די כנופיה דארט,

יוסי ני"ו איז געוואר געווארען פון אברמי און האט זיך פארבינדען מיט אברמי שליט"א און מיט נתן, ער זיך נישט געפוילט און פערזענליך צירוק אראפגעפארען צי איר אין א האטעל אין גוואטאמאלע סיטי צו קאנווינסען אז ער גייט איר העלפען,
יעצט האט ער שוין אויך געהאט הרב נתן מיט זיך וואס זאל איר מחזק זיין און איבערלאזען איר מאן און אנדערע ברודער ביז זיי ברעכען זיך, און אויך וועט מען מען פאר איר ארויסכאפען אירע קינדער פון די הענט פון די פירערשאפט וואס איר מאן איז שוין היינט ציטאגס געווען דיין און ליידער א חלק פון, און זי וועט קענען קומען קיין אמעריקע און אנפאנגען א נייע לעבען,

יוסי איז אראפגעפארען אפאר מאל יעדעס מאל מיט אנדערע אינגעלייט זאלען אים העלפען איבערדרייען דארטען ביז ער וועט קענען לייגען א הענט אויף מיס טעללערס קינדערלעך,

פון אים קומט די באקאנטע קליפ "ארויס פון בבל",
ער האט באוויזען אנצידרייען א גרויסע עסקן וואס איז גוט מיט לאטישע זשעימס זאל אראפקומען אז ער זאל מאכען קאנעקשענס און עפענען די אויגען פאר די גוואטאמאלע אויטעריטעטען די שרעקליכע עוולות וואס דארט גייט פאר אויך האט ער אראפגעברענגט דיסטריקט לידער פון בארא פארק הרב דוד שווארץ שליט"א און אויך סתם געטרייע אינגעלייט וואס האבען יארען געהערט און געליינט איבער וואס גייט פאר און ל"ט און באשלאסען צו גיין מיט אן אש קודש איבערדרייען דאס איזאלירטע בבל ביז די מאמע וועט קענען צירוק האבען אירע טייערע קינדערלעך און איינוועגס גוט אנשייגעצען און פנים אריין די חברה דארטען,( זיי זענען נאך געגאנגען מיט געהעריגע הוטען און רעקלעך דאן קוקט אויס אז די מעשה האט זיי גענצליך צירודערט נאכדעם וואס ביז דאן האט זיך קיינער געטרויט אזוי אריינצורייסען ביי זיי און בבל)

רוב בילדער און קליפס קומען פון אים דעמאלטס און עס האט אנגעפאנגען פריש אויפצישאקלען די וועלט וואס גייט פאר דארט מיט די אזוי גערופענע חבורה ווי מען האט געזען אז זיי שלאפען אין צילעכטערטע גארביטש טענטס מיט ציגעלעך און אוועקאדאו אין מעראסטיגע פארעמעס

נאך אפאר מאל צירוק פארען קיין גוואטאמאלע האבען די מהומות און פולע אקציעס עושה רושם געווען און די כנופיה האט פארלוירען "קאנטראל" ווי די קארופטירטע באאמטע און פאליציי האבען זיך נישט אנגענומען געהעריג פאר זיי, אויב עפעס איז געווען פארקערט,
יוסי מיט נתן האבען געלייגט א האנד אויף אירע קינדער און מען האט שנעל אפגעטראגען פון דארטען קיין אמעריטשקע ווי אברמי האט אויפגענומען די פליכטלינגען אין עליס איילענד דוויליאמסבורג,

בשעת זיי זענען נאך געזיצען און גוואטאמאלע האט נחמן געבעטען פון יוסי אז ער וויל פארהאנדלען מיט אים,
ער האט געהאפט אז ער וועט אים קענען איבעררעדען צירוק צי געבען די קינדער פאר די טאטע (וואס מיינט פאר אים)
יוסי האט מסכים געווען זיך צו טרעפען מיט אים און זיכער געמאכט אז סאיז דא אלע פאני בילדער ווי זיי דרייען זיך צוזאמען, ער האט אים אפילו געלאזט אנדייטען אז ער וויל זיך אליינס אנשליסען און ל"ט (פון דארטען קומען ווארשיינליך אלע שמועות אז פלוטשקין האט מיט לב טהור) וואס נחמן האט אפגעזאגט און געזאגט אז זיין עולם הבא קומט אויב ער וועט צירוק ברענגען די קינדער פון די ערב רב צום טאטען,
שפעטער האט נאך יוסי שליט"א אים גענומען אויף א רייד א שטיק צייט,
פון יענע מעשה איז ארויס געקומען די קידנעפינג ווי די טאטע מיט נחמן זענען געקומען צירוק כאפען די קינדער און סאיז געווען די ערשטע מאל געהעריג פראוו און קרימענאלע קלאגעס קעגען די חברה דארטען - ווי אנדערע האבען שוין געשריבען דא- איז פון דא ארויס געקומען די ישועה ווי מען האט געקענט איינזעצען די פירערשאפט פאר שווערע קידנעפינג קלאגעס,

די אויבענדערמאנטע בילד קומט פון יענע פרייטיג ווי יוסי האט גענומען די פירער פון לב טמא אויף א רייד
wow!
זייער קלאר און שיין געשריבן.
קיינמאל נישט געהערט די חלק פון די מעשה.
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 182

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

די קאמענד סענטער וואו חשוב'ע עסקנים וואלונטירן זיצן א גאנצן טאג און עסקנ'ען מסדר צו זיין די יוצאים

image000000(1).jpg
image000000(1).jpg (230.45 KiB) געזען געווארן 2261 מאל
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 182

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:35 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:26 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 12:56 pm

הקמת המצבות גייען פארקומען אין וויפיל יאר ארום בערך?
איינער ווייסט?
אנדערש ווי איר וועט זיך פארשטעלן, איז עס ביי די עסקנים בכלל נישט קיין ליצנות, די גאנצע משפחה פון שלמה איז שוין אינדרויסן פון לב טהור, עטליכע פון זיינע קינדער זענען שטארק אקטיוו אויסצוהעלפן אלע יוצאים, זייער הארץ איז ציבראכן אויף שברי שברים אויף די מציאות אז מען רעדט פון זייער אייגענעם טאטן, און יא, מיר ארבעטן אינאיינעם מיט זיי אוועקצושטעלן א געהעריגע מציבה על קברו.

בי''ד של מעלה וועט קעיר נעמען פון זיינע מעשים, און מיר וועלן קעיר נעמען אז זיינע קינדער זאלן קענען שטעלן א מציבה פאר זייער טאטן.
wow wow wow
אן השגה פון עסקנים בעלי מסירת נפש
טראכטן פון יענעמ'ס געפילן
איך בין מקנא ענקער עולם הבא
קטןודל האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:40 pm
ריכטיג. ריכטיג. יהי חלקי עמכם.
לייגט צו א האנט וועט איר האבן א חלק...
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את המחנך הדגול והנפלא
מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' שלום יעקב הלוי וואזנער

נין ונכד להרב בעל שבט הלוי זצוק"ל

בעבור שנדב
$36

לאות הכרת הטוב על ה'קאווע' הנפלא בגואטאמאלא סיטי

למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן

...
טייערע אידן:
עס איז נישט צום גלויבן, ווי אזוי אידן רופן זיך ווארעם אן און געבן שיינע סכומים פאר דעם צוועק. מיר מוזן אויפטרייבן נאך געלט און ארויסהעלפן דער מצב. מיר ווענדן זיך צום ציבור, נישט נאכצולאזן און ווייטער אנגיין מיט שיינע נתינות למען כבוד התורה והיהדות, אז מען זאל קענען ממשיך זיין די פעולות הכבירות פאר כבוד שמים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
מעביר על המידות
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 7:29 pm
Location: usa
x 31

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעביר על המידות »

גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:54 pm
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט
הרב אהרן אריה טעללער איז פון די טעללער משפחה פון וויליאמסבורג סאטמארע חסידים
געווען א איידים בזוו''ר ביי כ''ק אדמו''ר מקאשוי ר' אליעזר חיים ז''ל,
איין שיינעם טאג האט פאר שלמה העלבראנטץ פארשמעקט אים צו האבן פאר א איידים,
איז דאך דא א פראבלעם ער איז דאך שוין חתונה געהאט, נו, צדיקים קענען דאך ריקן וועלטן,
האט ער אריינגערופן דעם אינגערמאן א טאטע פון 6 קינדער און געזאגט אז זיין ווייב און קינדער זענען פון די סט''א און ער דארף זיי שוין גט'ן!
די פרוי אויף וועמען די וועלט איז פלוצלינג צופאלן האט נישט געהאלטן ביים נעמען א גט, זי האט פשוט געוואלט בלייבן מיט אים,
האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א היתר מאה רבנים (פארשטייט זיך זיי האבן איינגערעדט די רבנים אז זי איז נישט מיט אלעמען וכו' וכו')
און באלד נאך די גט האט דער 30 יעריגער יונגערמאן חתונה געהאט מיט דעם רבינס 16 יעריגע טאכטער,

ווען איז דאס געווען נאך אין מאנסי?
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

מעביר על המידות האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 12:33 am

יא
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

העלפן א איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 10:51 pm די קאמענד סענטער וואו חשוב'ע עסקנים וואלונטירן זיצן א גאנצן טאג און עסקנ'ען מסדר צו זיין די יוצאים

image000000(1).jpg
מי כעמך ישראל! אידן געבן אוועק זייער גאנצע טאג שלא על מנת לקבל פרס!
מי כעמך ישראל! דער בעל האפיס בעט נישט קיין פרוטה, און לאזט גערן די וואלנטירן ניצן די אפיס!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 769
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 731

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טראפקעלע »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 2:01 am
העלפן א איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 10:51 pm די קאמענד סענטער וואו חשוב'ע עסקנים וואלונטירן זיצן א גאנצן טאג און עסקנ'ען מסדר צו זיין די יוצאים

image000000(1).jpg
מי כעמך ישראל! אידן געבן אוועק זייער גאנצע טאג שלא על מנת לקבל פרס!
מי כעמך ישראל! דער בעל האפיס בעט נישט קיין פרוטה, און לאזט גערן די וואלנטירן ניצן די אפיס!
WOW!!

כ'האב שוין געזען אין דמיון אזא סטייל תגובה ווי
'מיט וועמענס געלט האט מען זיך אזעלכע אויפגעפיקסטע אפיסעס' וכדו'....
הייליג
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 51

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הייליג »

ס'איז מיר אויסגעקומען צו ליינען און הערן (דא און אויף אנדערע פלעצער) איבער דעם פארשאלטענעם מקום מיט זייערע פירער ימ"ש, וויל איך פשוט פארשטיין וואס איז די מעשה מיט'ן חכם/טיפוש נחמן.
פון איין זייט הער איך אז ער האט דערעקטירט די אלע רשעות ואכזריות וואס לפי זה איז ער פשוט א בלוט דורשטריגער רוצח א רשע מרושע וואס איז שווער צו טרעפן זיינס גלייכן (און דאס איז אויף זיכער די פאקט איבער האי מלכ"א רשיעא ימ"ש און די מחבלי כרמים ימ"ש וחבריהם בדומים להם).
אבער פון די צווייטע זייט האב איך פארשטאנען פון אנדערע (אפשר פנחס לייפער?) אז נחמן איז א טאטאלער משוגענער א טיפוש עצום וואס די מחבלי כרמים ימ"ש האבן אויפגענומען אלס חכם נאכ'ן אומברענגן זיין פאטער ווייל זיי האבן געוואוסט אז מיט אים אויפ'ן בענקל וועלן זיי קענען טון מה שלבם חפץ און נחמן וועט זיי פאלגן ווי א קינד.
יעצט, אויב די ערשטע איז אמת דארף מען אים אינזין האבן דארט ווי ער האט געהייסן אינזין האבן די ערב רב און מ'קען זאגן בפה מלא ימח שמו שם רשעים ירקב, אבער אויב די צווייטע איז אמת איז ער פשוט א ביטערע רחמנות, און ער איז נישט שולדיג אין זיינע מעשים תעתועים נאר די מחבלי כרמים און אפשר איז גאר דא א ענין אים צו זען אינדרויסן פון תפיסה (צו א מענטאל איסטעטוטיע...).
און בכלל, ווער זענען די רשעים און ווער זענען די וויקטעם'ס?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

גיבט א דאפלטע נתינה

אי"ה די קומענדיגע נתינה וואס וועט אריינקומען פאר ר' יואל העניך, וועל איך מעטשן און געבן די זעלבע נתינה.

געדענקט! אייער נתינה איז דאפלט!

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 432

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

מדרבנן האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 11:35 am
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 2:03 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 12:59 pm

די פלאץ ווי ער איז דערטראנקען געווארן

RABINO-03.jpg

ביים זוכן נאך זיין קערפער

rio-300x400.jpg

דאס האט פאסירט ווען ער איז זיך געגאנגען טובל'ן און דעם טייכל, ווען פליצלינג איז ער פארשוועמט געווארן פון רוישיגע כוואליעס וואס זענען געקומען פון שווערע רעגענעס וואס זענען געפאלן פון די בערג ארום.

ס'איז אויך דא שפעקולאציעס אז ס'איז געווען א מזיד, צו פון אים אליינס אדער זיינע ארימיגע.
הונדרעט פראצענט געווען א מזיד
ער האט קלאר געזאגט עטליכע טעג ביפאר אז ער גייט דארפן גיין פון די וועלט, ער האט דאס געזען מיט רוח הקודש

ער האט געשריבן צוואה

ביפאר ער איז געגאנגען זיך טובל'ען האט ער געבעטן א האנטוך פונעם גבאי'ן און געזאגט אז דאס איז די לעצטע מאל וואס ער גייט דארפן ברענגן א האנטוך (דאס האב איך אליין געהערט פונעם גבאי'ן, ער איז איינע פון די יוצאים, ס'איז נישט בכבוד'יג צו שרייבן זיין נאמען)

ועל כולם איז די וואסער בכלל נישט געווען הויעך, און ס'איז נישט געווען מעגליך זיך צו דערטרינקען אויב מען האט נישט געוואלט
פארוואס זאל אזא איינער וואס האט זיך געלעבט אזא חיים טובים געטוהן וואס ער האט געוואלט ומי יאמר לו מה תעשה זיך וועלן נעמעהן דאס לעבן ? על פי תורה ?
זאלט איר זיך לערנען דערפון פון היינט און ווייטער אז "לעבן א חיים טובים און טוהן וואס מען וויל ומי יאמר לו מה תעשה" ברענגט נישט קיין טראפקעלע שמחה און/אדער סיפוק אין לעבן נאר גאר דאס פארקערטע
סאלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 42

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

קאמענד סענטער number to call ?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

הבטחתי וקיימתי!
הרב ותלמידו
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
Location: ny
x 219

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הרב ותלמידו »

ווייסע טיילס האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 7:10 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
יוסי פלוטשקין ני"ו איז געפארען קיין גוואטאמאלע וועגען אנדערע סיבות, ער איז געווען א קורצע תקופה פארדעם, ווי די השגחה עליונה האט אים געפירט קיין ירדן ביי הר ההר ווי צענדליגע אידען זענען זיך משטתח על קברו פון אהרן הכהן , אבער זיין נסיעה איז געווען באשריבען איבעראל אין אלע מאגאזינען ווי אויך אויף קול מבשר,
נאכדעם איז ער געפארען קיין גוואטאמאלע, ווען ער איז דארט געווען האט ער זיך אנגעשטויסען און לב טמא מיט זייערע גרים און ער האט דערשנאפט אז עס איז דא א שפאלט צווישען די העלבראנץ משפחה נתן איז שוין נישט דארט געווען נאך א שוועסטער איז נישט דארט געווען און דאכצעך רבי שלמה'ס רביצין איז שוין אויך נישט דארט געווען,
עס איז געווען א קורצע תקופה נאכדעם וואס ר שלמה איז דערטראנקען געווארען, און די חברה דארט זענען געווען צירידערט, און סאיז געווען גרויסע שפאלטען אינדערהאלב העלבראנץ ווען וויינגארטען ראזנער נעמען נחמןס צד אזוי ווי דארט איז אלעס געגאנגען אויף זייער פערזענליכע לעוועלס נוסח ל"ט ווי יעדער זיצט אין יעדעמס טשאלענט האט נחמן אפגעמאכט וויאזוי זיין שוועסטערס שטוב (ש"ב בלע"ז) דארף ציגיין,
(היינט איז דאך שוין באקאנט דא פון וואסערע דעסיזשענס מען רעדט דא רח"ל )
דארטען פלעגט עס ציגיין כמנהג עדת המזרח אז ווען מען רעגט זיך לויפט מען אוועק ערגעץ ביז מען בלאזט זיך אויס,
סאיז דאך נישט געווען ליידער געהעריגע שוועסטערס מאמע ווי ביינונז אין אמעריקע ווי צי גיין און סעטלען,
ביי דע פאל איז געווען די אנפאנג ווי די גרופע פון נחמן, ר, וו, האבען געהאט א ווארט אויף דעם דארף,
אבער אלטס א רעביש קינד האט זי געהאט די קוראזש און אפגעטראגען צו א האטעל אין גוואטאמאלע סיטי ווי זי איז געווען איינער אליינס עלענד אין א גויאישע פרעמדע שטאט אן קיין מאן אן קיין קינדער,
קיין כנישתא חדא איז נאך נישט געווען און קיין גרים קהילה איז אויך נישט געווען, זיי האבען געטראכט אז זי וועט זיך ברעכען,

אונטער דע אומשטענדען איז יוסי ני"ו געוואר געווארען און צירוק געקומען קיין אמעריקע און אנגעפאנגען צי קוקען ווער עס קען איר העלפען און אנגעפאנגען צו רודערען א וועלט,
ביז ער האט געהערט פון צוויי אירע וואס ספאנסערען העלפען יעדער וואס גייט אוועק פון ל"ט איינע איז געווען עפעס א איזרעלי פון קאנאדא דאכצעך, וואס שלמה האט גענומען איר קרוב און זי איז געווען להשמיד,
און די צווייטע זענען נעבעך די פארווייטיגטע עלטערען פון קאשוי וואס העסקן הדגול רבי אברהם שליט"א אלטס א תלמיד מובהק האט נישט געקענט צוקוקען זייער צער און נישט געקענט אראפשלינגען די עוולות וואס שלמה האט געטון צו זיין הייליגע רביס משפחה נאכדעם וואס זיי האבען אזוי שיין מקרב געווען שלמה, און שלמה האט פשוט אפגעטראגען מיט אן איידעם מיט א היתר מאה רבנים, ווי שוין באשריבען דא

זייט דאן, ווי סאיז שוין היינט טאקע ברייט באקאנט און די נייעס, איז אברמי ראשו ורובו אריינגעטון ווי מען קען העלפען מענטשען אוועק גיין פון די כנופיה דארט,

יוסי ני"ו איז געוואר געווארען פון אברמי און האט זיך פארבינדען מיט אברמי שליט"א און מיט נתן, ער זיך נישט געפוילט און פערזענליך צירוק אראפגעפארען צי איר אין א האטעל אין גוואטאמאלע סיטי צו קאנווינסען אז ער גייט איר העלפען,
יעצט האט ער שוין אויך געהאט הרב נתן מיט זיך וואס זאל איר מחזק זיין און איבערלאזען איר מאן און אנדערע ברודער ביז זיי ברעכען זיך, און אויך וועט מען מען פאר איר ארויסכאפען אירע קינדער פון די הענט פון די פירערשאפט וואס איר מאן איז שוין היינט ציטאגס געווען דיין און ליידער א חלק פון, און זי וועט קענען קומען קיין אמעריקע און אנפאנגען א נייע לעבען,

יוסי איז אראפגעפארען אפאר מאל יעדעס מאל מיט אנדערע אינגעלייט זאלען אים העלפען איבערדרייען דארטען ביז ער וועט קענען לייגען א הענט אויף מיס טעללערס קינדערלעך,

פון אים קומט די באקאנטע קליפ "ארויס פון בבל",
ער האט באוויזען אנצידרייען א גרויסע עסקן וואס איז גוט מיט לאטישע זשעימס זאל אראפקומען אז ער זאל מאכען קאנעקשענס און עפענען די אויגען פאר די גוואטאמאלע אויטעריטעטען די שרעקליכע עוולות וואס דארט גייט פאר אויך האט ער אראפגעברענגט דיסטריקט לידער פון בארא פארק הרב דוד שווארץ שליט"א און אויך סתם געטרייע אינגעלייט וואס האבען יארען געהערט און געליינט איבער וואס גייט פאר און ל"ט און באשלאסען צו גיין מיט אן אש קודש איבערדרייען דאס איזאלירטע בבל ביז די מאמע וועט קענען צירוק האבען אירע טייערע קינדערלעך און איינוועגס גוט אנשייגעצען און פנים אריין די חברה דארטען,( זיי זענען נאך געגאנגען מיט געהעריגע הוטען און רעקלעך דאן קוקט אויס אז די מעשה האט זיי גענצליך צירודערט נאכדעם וואס ביז דאן האט זיך קיינער געטרויט אזוי אריינצורייסען ביי זיי און בבל)

רוב בילדער און קליפס קומען פון אים דעמאלטס און עס האט אנגעפאנגען פריש אויפצישאקלען די וועלט וואס גייט פאר דארט מיט די אזוי גערופענע חבורה ווי מען האט געזען אז זיי שלאפען אין צילעכטערטע גארביטש טענטס מיט ציגעלעך און אוועקאדאו אין מעראסטיגע פארעמעס

נאך אפאר מאל צירוק פארען קיין גוואטאמאלע האבען די מהומות און פולע אקציעס עושה רושם געווען און די כנופיה האט פארלוירען "קאנטראל" ווי די קארופטירטע באאמטע און פאליציי האבען זיך נישט אנגענומען געהעריג פאר זיי, אויב עפעס איז געווען פארקערט,
יוסי מיט נתן האבען געלייגט א האנד אויף אירע קינדער און מען האט שנעל אפגעטראגען פון דארטען קיין אמעריטשקע ווי אברמי האט אויפגענומען די פליכטלינגען אין עליס איילענד דוויליאמסבורג,

בשעת זיי זענען נאך געזיצען און גוואטאמאלע האט נחמן געבעטען פון יוסי אז ער וויל פארהאנדלען מיט אים,
ער האט געהאפט אז ער וועט אים קענען איבעררעדען צירוק צי געבען די קינדער פאר די טאטע (וואס מיינט פאר אים)
יוסי האט מסכים געווען זיך צו טרעפען מיט אים און זיכער געמאכט אז סאיז דא אלע פאני בילדער ווי זיי דרייען זיך צוזאמען, ער האט אים אפילו געלאזט אנדייטען אז ער וויל זיך אליינס אנשליסען און ל"ט (פון דארטען קומען ווארשיינליך אלע שמועות אז פלוטשקין האט מיט לב טהור) וואס נחמן האט אפגעזאגט און געזאגט אז זיין עולם הבא קומט אויב ער וועט צירוק ברענגען די קינדער פון די ערב רב צום טאטען,
שפעטער האט נאך יוסי שליט"א אים גענומען אויף א רייד א שטיק צייט,
פון יענע מעשה איז ארויס געקומען די קידנעפינג ווי די טאטע מיט נחמן זענען געקומען צירוק כאפען די קינדער און סאיז געווען די ערשטע מאל געהעריג פראוו און קרימענאלע קלאגעס קעגען די חברה דארטען - ווי אנדערע האבען שוין געשריבען דא- איז פון דא ארויס געקומען די ישועה ווי מען האט געקענט איינזעצען די פירערשאפט פאר שווערע קידנעפינג קלאגעס,

די אויבענדערמאנטע בילד קומט פון יענע פרייטיג ווי יוסי האט גענומען די פירער פון לב טמא אויף א רייד
ער האט דעמאלס אויך פארהאנדלט איבער די חלק פון די עסן

איך האב געהערט נאכזאגן (נישט קאנפירמד) פון אים אז ער האט זיי פאר געהאלטן היתכן זיי לאזן נישט עסן אייער וכ"ו. מזעהט דאך אין די גמרא אז די הייליגע חכמים האבן געגעסן די אלע זאכן? האט אים די אדמו"ר געענטפערט אז די גמרא איז צענזירורט מקען נישט אלעס טראסטן וואס שטייט דארט. עפ"ל

אדער קען זיין אז די פרייטאג מיטונג איז געווען פון די בילדער
ווי מען זעהט דעם רבי'ן שוין אנגעטוהן לכבוד שבת מיט בגדי לבן הארמי און אן ערב רב שטריימל,

photo_2018-10-31_22-07-06.jpg
photo_2018-10-31_22-07-06.jpg (85.8 KiB) געזען געווארן 1445 מאל
photo_2018-10-31_22-06-54.jpg
photo_2018-10-31_22-06-54.jpg (79.39 KiB) געזען געווארן 1445 מאל
Dq37h4LXcAU8nks.jpg
Dq37h4LXcAU8nks.jpg (141.72 KiB) געזען געווארן 1445 מאל
הרב ותלמידו
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
Location: ny
x 219

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הרב ותלמידו »

לב טהור האדמור החדש.jpg
לב טהור האדמור החדש.jpg (19.8 KiB) געזען געווארן 1434 מאל
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

סאלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 10:36 am קאמענד סענטער number to call ?
347-444-4563
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי אידישע נפשות פון די בחורים שעלטער!

די רעדע איז פון די צוויי ברודער ישראל אלימלך און משה רומפלער, זוהנ'ען פון אלעזר צבי רומפלער וואס זיצט אין טורמע אין על סאלוואדאר, (ישראל אלימלך איז א איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און זיין ווייב איז פון די אכט באהאלטענע פרויען), און א עלטערע ברודער זייערע, מרדכי רומפלער פון א"י, איז געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיינע יונגערע ברודער און בס"ד ענדליך געווינען זייער באפרייאונג!

די גאר פריידיגע אנטוויקלונג קומט נאך גאר לאנגע און שווערע קאמפן וואס די געטרייע עסקנים האבן אנגעפירט אין די לעצטערע תקופה צו באפרייען די אומשולדיגע בחורים, און נאך א דורכגעפאלענע פרואוו זיי צו באפרייען בעפארן יו"ט פסח, האט מען אנידערגעזעצט דעם ריכטער אויפן קעיס וואס האט נישט קאאפערירט מיט די PGN און די עסקנים.

לויטן פלאן וועלן די צוויי ברודער נאך היינט נאכט נעמען א פליגער קיין ניו יארק בעז"ה.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2343
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5530

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 12:37 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי אידישע נפשות פון די בחורים שעלטער!

די רעדע איז פון די צוויי ברודער ישראל אלימלך און משה רומפלער, זוהנ'ען פון אלעזר צבי רומפלער וואס זיצט אין טורמע אין על סאלוואדאר, (ישראל אלימלך איז א איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און זיין ווייב איז פון די אכט באהאלטענע פרויען), און א עלטערע ברודער זייערע, מרדכי רומפלער פון א"י, איז געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיינע יונגערע ברודער און בס"ד ענדליך געווינען זייער באפרייאונג!

די גאר פריידיגע אנטוויקלונג קומט נאך גאר לאנגע און שווערע קאמפן וואס די געטרייע עסקנים האבן אנגעפירט אין די לעצטערע תקופה צו באפרייען די אומשולדיגע בחורים, און נאך א דורכגעפאלענע פרואוו זיי צו באפרייען בעפארן יו"ט פסח, האט מען אנידערגעזעצט דעם ריכטער אויפן קעיס וואס האט נישט קאאפערירט מיט די PGN און די עסקנים.

לויטן פלאן וועלן די צוויי ברודער נאך היינט נאכט נעמען א פליגער קיין ניו יארק בעז"ה.
וויאזי ארבייט עס אז איינער פון ארץ ישראל פיילט קאסטעדי אין מען קען זיי ברענגן קיין ניו יארק?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' אברהם ווייס הי"ו

בעבור שנדב
$36

לשמי ולכבודי
לזכות התחדשות השיעורים שלי על קול מבשר

למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן

...
טייערע אידן:
עס איז נישט צום גלויבן, ווי אזוי אידן רופן זיך ווארעם אן און געבן שיינע סכומים פאר דעם צוועק. מיר מוזן אויפטרייבן נאך געלט און ארויסהעלפן דער מצב. מיר ווענדן זיך צום ציבור, נישט נאכצולאזן און ווייטער אנגיין מיט שיינע נתינות למען כבוד התורה והיהדות, אז מען זאל קענען ממשיך זיין די פעולות הכבירות פאר כבוד שמים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 12:37 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא באפרייט נאך צוויי אידישע נפשות פון די בחורים שעלטער!

די רעדע איז פון די צוויי ברודער ישראל אלימלך און משה רומפלער, זוהנ'ען פון אלעזר צבי רומפלער וואס זיצט אין טורמע אין על סאלוואדאר, (ישראל אלימלך איז א איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און זיין ווייב איז פון די אכט באהאלטענע פרויען), און א עלטערע ברודער זייערע, מרדכי רומפלער פון א"י, איז געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיינע יונגערע ברודער און בס"ד ענדליך געווינען זייער באפרייאונג!

די גאר פריידיגע אנטוויקלונג קומט נאך גאר לאנגע און שווערע קאמפן וואס די געטרייע עסקנים האבן אנגעפירט אין די לעצטערע תקופה צו באפרייען די אומשולדיגע בחורים, און נאך א דורכגעפאלענע פרואוו זיי צו באפרייען בעפארן יו"ט פסח, האט מען אנידערגעזעצט דעם ריכטער אויפן קעיס וואס האט נישט קאאפערירט מיט די PGN און די עסקנים.

לויטן פלאן וועלן די צוויי ברודער נאך היינט נאכט נעמען א פליגער קיין ניו יארק בעז"ה.
IMG_20250513_132541~2.jpg
IMG_20250513_132541~2.jpg (153.57 KiB) געזען געווארן 909 מאל
פיילס
IMG_20250513_132539.jpg
סאלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 42

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

אזעלעכע צדיקים
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

מזמור לתודה
היינט אונזין געהאט ביי תהילים: תבוא לפניך אנקת אסיר כגודל זרועך הותר בני תמותה
ברוך הוא וברוך שמו

ווי אזוי זאגן זיי ביי די עזה פארכאפטע "עד האחרון שבחטופים"
סאלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 42

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

מען זעהט איין הורוויץ ברידער
ווער איז די אנדערע?
לעבער אייער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 127

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

הייליג
פיילס
IMG_20250513_134409_198.jpg
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

צדיקים קדושים - ממש מקנה צו זיין
ווער קען שרייבן די נעמען און א סדר פון די בילד
שרייב פאוסט