כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ואלה שמות?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 84
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
- x 213
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך בין נישט זיכער אז מהאט זיי געהייסען וויינען, ס'מוז זיין אז זיי גייען דורך א טראומאזירטע געשעעניש, ווי מקען זען אויף זייער טראמאזירטע אויגען אז זיי זעען עפעס שרעקליך דעמאלטסיאיא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 1:36 pmאון מען האט געזאגט פאר די קינדער זיך צי מאכן וויינעןיחוד יחוד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 1:26 pmאיך האב שוין אמאל געזען די בילד אויף די אינטערנעט אינמיטן איבערפאל פון עימעגרעשן אין קאנאדעהרב ותלמידו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 12:49 pm א בילד וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער!
מען קען זעהן אויף זייערע טראמאטיזירטע אויגן וואס שפיגלט אפ עפעס שרעקליך וואס זיי זעהן מיט די אויגן,
איינער קען עס אנטשיידן?
הורד.jpg
דאס איז פון וואס איך רעד
אפי' די אשכול איז אליין א שטיק טראמא, יעדעס מאל וואס מען ליינט די פרשה ווערט מען כסדר טראומאזירט און דעפרעסט , געוויסע מענטשען וועלען גייען צו טערעפי און העלפ נאכען ליינען אסאך די אשכול
איך גלייב אז אפילו פון צווישען די אינגעלייט עסקנים וואס ליגען דערין טאג אין נאכט ווערען טראומאזירט מיט גאר ערנסטע טראמא און וועלען דארפען נאכדעם האבען ערנסטע מענטעל העלפ
***
די בילדער איז בערך אכצען יאר צירוק
זיי זענען יעצט שוין ווארשיינליך היינט גרויסע אינגעלייט וואס האבען שוין אייגענע גרויסע קינדער
אסאך פון די זענען שוין צירוק געקומען אין יארען צירוק אין ניו יארק ווי זיי האבען זיך שוין געסעטעלט מיט א אנדערע לעבענס שטייגער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואלט כדאי געווען צו שרייבן ווער די בחורים אינגעלייט זענען היינט צוטאגס און ווי זיי געפינען זיך
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
- Location: ny
- x 268
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דא האט איר 2 מכתבים געשריבן בשנת תשע''ט, נאכדעם וואס מען האט ארויסגעראטעוועט 2 בחורים פון לב טהור,
איינס געשריבן דורך הגה''צ רבי יוחנן וואזנער שליט''א און צוגעשריבן דורך הגה''צ רבי משה מנחם טירנויער זצ''ל וואו זיי שרייבן ''ע''כ הדבר פשוט שמוטל על כל הקהילות לעזור מה שיכולים בגוף ונפש''
די צווייטע מכתב פון הגה''צ אב''ד דזישיבוי שליט''א ''אל כבוד מנהלי מוסדות טאהש וק''ק מאנטריאל''
ווי ער שרייבט ''ומצוה רבה להכניסתם במוסדות התורה שיתגדלם בתוי''ש ויש בזה משום פיקוח נפש ומצוה רבה על כל אחד ואחד להצילם''
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 296
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היינט איז דא געריכטן פאר דריי משפחות!
עס איז שוין דא עפעס אפדעיטס?
עס איז שוין דא עפעס אפדעיטס?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 670
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי ווי עס איז שוין באריכטעט געווארן דא, האט הרה"ג ר' יואל העניך העלבראנץ שליט"א געבוירן א יונגל למזל-טוב.
אין די יעצטיגע תקופה געפינט זיך ר' יואל העניך דאהי. אויף זיין קרעדיט מוז צוגעלייגט ווערן פיל פון די הצלת נפשות, בשעת ער האט זוכה געווען ארויסצונעמען פון לב-טהור צענדליגע נשמות בישראל. זיין קהילה אין גואטאמאלא איז געווען א רעטונגס ברעט פאר פיל אידן וואס זענען ארויסגעקומען פון דארט, און געהאט וואו אראפצולייגן דעם קאפ. נאכמער; פיל אידן וואס זענען שטענדיג פארבליבן אין לב-טהור, האט געהאט וואו צו אנטלויפן אין א שווערע מינוט, בשעת מען איז געווען פארבינדן באהאלטענערהייט מיט ר' יואל העניך און באזוכט זיין קהילה מזמן לזמן, אונטער א באהאלטענעם שלייער.
פיל פון די יוצאי לב-טהור האבן צו פארדאנקען זייער אידישקייט, ר' יואל העניך און זיין קהילה, וויבאלד דער פלאץ האט זיי געהאלטן און געהאלפן אין פאל פון נויט, אז זיי זאלן חלילה נישט ארויספאלן אויף די גרויסע ברייטע גאס, אזוי ווי עס האט פאסירט מיט אנדערע אידן, נאך איידער די קהילה איז געשטאנען.
דאס אלעס איז פארבינדן מיט שווערע קאסטן, וואס ר' יואל העניך האט דערפאר געשנארעט און געבעטן פון נדיבים בעם, אז זיי זאלן דאס באשטייערן.
די הוצאות זענען נאכנישט געענדיגט, און עס פעלט אויס פיל געלט צו ראטעווען אידן פון דארט.
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פון אחינו בני-ישראל:
ווארפט אריין אפאר דאלער לכבוד די שמחה ביי ר' יואל העניך. די געלט גייט אויף גוטע פלעצער און עס ווערט גענוצט פאר הצלת נפשות ממש. העלפט דעם העלד, וועלכער האט געראטעוועט צענדליגע נפשות פון שמד ממש, און זיי אויפגעלויכטן בגשמיות און ברוחניות.
געדענקט:
הצדיק ר' יואל העניך שליט"א, האט געהאט מסירת-נפש פאר זיין אידישקייט. ער האט אפגעלאזט כבודו של עולם, און ער איז געגאנגען מקיים זיין כפשוטו דעם פסוק, "האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר" - ער האט אויפגעזוכט דעם באשעפער מיט אן אמת, און אויף דעם וועג פראבירט ער צו מקרב זיין אידישע קינדער און זיי ראטעווען פון שקר.
אין דעם זכות פון שטיצן אזא איד און געבן פאר אזעלכע הייליגע צוועקן צו ראטעווען אידישע קינדער, וועט איר זוכה זיין צו גוטע קינדער, קינדער וואס וועלן גיין אין ערליכע הייליגע דרכים, אויסגעטראטן על דרך אבותינו ורבותינו מדור דור.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
https://www.dryveup.com/mission/78382
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סארי, איך האק דא אריין מיט א שאלה וואס איז לכאורה שוין אויסגעשמועסט געווארן נאר איך האב עס פארזעהן. קענען די עלטערן אריין טראגן עסן צו די שעלטער'ס? אויב נישט, פארוואס טאקע נישט? אויב יא, פארוואס דארף מען אז אידן פון ניו יארק זאלן אהין טראגן עסן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 103
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 422
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעדע נפש וואס געפינט זיך אין ל''ט איז כלל ישראל'ס פערזענליכע ווייטאג און יא מען ערווארט נאך שמחות און מען וויל הערן וואס ווען ווער. די ערווארטונג און נייגער פאר דעטאלן קומט פון א כשר אידישע געפיל! כלל ישראל איז איינסממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 10:11 pmיעדע נפש וואס קומט ארויס פון ל״ט איז כלל ישראל׳ס פערזענליכע שמחה און יא מען ערווארט נאך שמחות און מען וויל הערן וואס ווען ווער. די ערווארטונג און נייגער פאר דעטאלן קומט פון א כשר אידישע געפיל! כלל ישראל איז איינס
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 573
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איינער זאגט מיר אז א גרויס חלק פון די אידטיש ניקס וואס פרעגן אומשולדיגע פראגן לטובת לב טהור, באלאנגען צו א לאקאלע קולט, און ציטערן ביי זיך אז זיי זענען נעקסט...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2005
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3604
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיט וואס קען מען אייך העלפן?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 4:54 pm איינער זאגט מיר אז א גרויס חלק פון די אידטיש ניקס וואס פרעגן אומשולדיגע פראגן לטובת לב טהור, באלאנגען צו א לאקאלע קולט, און ציטערן ביי זיך אז זיי זענען נעקסט...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 573
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיטן געבן א שמייכלפשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 5:07 pmמיט וואס קען מען אייך העלפן?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 4:54 pm איינער זאגט מיר אז א גרויס חלק פון די אידטיש ניקס וואס פרעגן אומשולדיגע פראגן לטובת לב טהור, באלאנגען צו א לאקאלע קולט, און ציטערן ביי זיך אז זיי זענען נעקסט...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 670
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
הרוצה בעילום שמו (new)
בעבור שנדב
$10
למען הצלת נפשות משמד
שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן

...
טייערע אידן: גארטלט אייך אן למלחמת ה' בגיבורים, זייט אייך משתתף בסכום שיש בו ממש, לכבוד ידיד ה' ישכון לבטח, הרה"ג ר' יואל העניך שליט"א.
די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2005
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3604
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
האסט טשעינדזש פון א צענער?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 5:11 pmמיטן געבן א שמייכלפשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 5:07 pmמיט וואס קען מען אייך העלפן?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 4:54 pm איינער זאגט מיר אז א גרויס חלק פון די אידטיש ניקס וואס פרעגן אומשולדיגע פראגן לטובת לב טהור, באלאנגען צו א לאקאלע קולט, און ציטערן ביי זיך אז זיי זענען נעקסט...

-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 351
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס אינגעלע איז אונז אלע וואויל באקאנט, פון די בארא פארק'ע גאסן...

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2005
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3604
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הודו לה‘
געהערט אז ס‘דא 3 פרישע יוצאים
איי געס מ‘וועט מיזען ווארטן פארן ריפארט
געהערט אז ס‘דא 3 פרישע יוצאים
איי געס מ‘וועט מיזען ווארטן פארן ריפארט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 351
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די ערשטע בילד איז 2 גרים, משה אברהם סאנטוס, און ישראל לימא (ביים טבילה).
זיי האבן היינט אין א אייגענע קהילה אין גואטעמאלא סיטי.
די צווייטע בילד איז, אוריאל יוסף גולדמאן, א בהמה עסט צו די זעהט (עכ"פ מער ווי די לב טהור'ניקס), און הבחור אברהם אהרן, א גר צדק. היינט אין קהילת אור חדש - גרים אין גאוטעמאלא.
די 3טע בילד איז ידידי' כתריאל הלל העלבראנץ (בן נחמן)
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 281
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2790
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!
אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע אורטייל צו אויטאריזירן די באפרייאונג פון די צוויי האראוויטץ בחורים, ישראל און זאב וואלף (זיין בר מצוה סעודה איז פארגעקומען אינעם שעלטער עטליכע וואכן צוריק), מיט די קאסטעדי פון זייער עלטערע שוועסטער פון טאהש!
די גאר פרייליכע נייעס קומט נאכדעם וואס אין א פריערדיגע געריכט הירינג איז די זעלבע פלאן דורכגעפאלן נאכדעם וואס די מאמע האט גע'טענה'ט אז איר טאכטער איז גייסטיש אומסטאביל און האט נישט די מעגליכקייט צו קענען ערציען אירע יונגערע ברודער אין נארמאלע געזונטע אומשטענדן, אבער אצינד האבן די עסקנים בס"ד באוויזן צו באאיינפלוסן די מאמע און זי האט זיך געבראכן און אונטערגעשריבן קאסטעדי פאר איר טאכטער, און מיט דעם ענדגילטיג ערלויבט די באפרייאונג פון אירע צוויי קינדער ארויס פונעם שעלטער.
(בייגעלייגט א בילד פון די צוויי ברודער מיט זייער רשות).
ישראל האראוויטץ
זאב וואלף האראוויטץ
אין נאך א גאר פריידיגע אנטוויקלונג האט א געריכט היינט געגעבן ערלויבעניש פאר די קאנאדישע רעגירונג צו באקומען קאסטעדי אויף א בחור און אים ארויסנעמען און איבערגעבן פאר א היימישע פאמיליע אין קאנאדע!
די רעדע איז פון א זון פון מאיר יואל מלכא וועלכע באהאלט אויס ביי זיך די אכט פארלוירענע יונגע פרויען, און היות קיין איין פאמיליע מיטגליד איז נישט געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיין בחור, האט די געריכט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די קאנאדישע רעגירונג ארויסצונעמען דעם בחור פונעם שעלטער צוליב זיין קאנאדישע בירגערשאפט, און ער וועט ווערן איבערגעגעבן צו א היימישע פרומע משפחה אין קאנאדע.

נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 573
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער איז דער מאיר יואל מלכה, און פארוואס איז ער נישט געגאנגען נעמען קאסטעדי?
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 281
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2790
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער איז נאך אין לב טהור, ער באהאלט די אכט יונגע פרויען.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 7:14 pm ווער איז דער מאיר יואל מלכה, און פארוואס איז ער נישט געגאנגען נעמען קאסטעדי?
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 47
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
- Location: Brooklyn
- x 113
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מאיר יואל פרוי איז נישט געקומען צו די משפט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לעכטיגע אידישע קינדער, די הארץ פרייט זיךסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 06, 2025 6:49 pm חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!
אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע אורטייל צו אויטאריזירן די באפרייאונג פון די צוויי האראוויטץ בחורים, ישראל און זאב וואלף (זיין בר מצוה סעודה איז פארגעקומען אינעם שעלטער עטליכע וואכן צוריק), מיט די קאסטעדי פון זייער עלטערע שוועסטער פון טאהש!
די גאר פרייליכע נייעס קומט נאכדעם וואס אין א פריערדיגע געריכט הירינג איז די זעלבע פלאן דורכגעפאלן נאכדעם וואס די מאמע האט גע'טענה'ט אז איר טאכטער איז גייסטיש אומסטאביל און האט נישט די מעגליכקייט צו קענען ערציען אירע יונגערע ברודער אין נארמאלע געזונטע אומשטענדן, אבער אצינד האבן די עסקנים בס"ד באוויזן צו באאיינפלוסן די מאמע און זי האט זיך געבראכן און אונטערגעשריבן קאסטעדי פאר איר טאכטער, און מיט דעם ענדגילטיג ערלויבט די באפרייאונג פון אירע צוויי קינדער ארויס פונעם שעלטער.
(בייגעלייגט א בילד פון די צוויי ברודער מיט זייער רשות).
ישראל האראוויטץ
IMG_20250506_181741.jpg
זאב וואלף האראוויטץ
IMG_20250506_174352.jpg
IMG_20250506_182238.jpg
אין נאך א גאר פריידיגע אנטוויקלונג האט א געריכט היינט געגעבן ערלויבעניש פאר די קאנאדישע רעגירונג צו באקומען קאסטעדי אויף א בחור און אים ארויסנעמען און איבערגעבן פאר א היימישע פאמיליע אין קאנאדע!
די רעדע איז פון א זון פון מאיר יואל מלכא וועלכע באהאלט אויס ביי זיך די אכט פארלוירענע יונגע פרויען, און היות קיין איין פאמיליע מיטגליד איז נישט געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיין בחור, האט די געריכט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די קאנאדישע רעגירונג ארויסצונעמען דעם בחור פונעם שעלטער צוליב זיין קאנאדישע בירגערשאפט, און ער וועט ווערן איבערגעגעבן צו א היימישע פרומע משפחה אין קאנאדע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- רינעדיגע האניג
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:19 pm
- Location: וויליאמסבורג
- x 37
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז די זעלבע 'מוסדות' וואס זענען אגאנצט טאג פארנימען אז מען טאר נישט האבן קיין שום שייכות מיט די נייעס און מידיע און נישט גלייבן וואס די 'מקוה אידן' דעגן ארום האבן פלוצלונג אבגעקויפט אלע 'חששות' איבער די קינדער וואס מ'רעדט דווקא אין די נייעס (אינטערסאנט פון ווי די 'מנהלים' ווייסן דאס בכלל!)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 670
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
הרוצה בעילום שמו
בעבור שנדב
$36
למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א