על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 3:16 pm
פון טיפן הארצן ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אלע אידן וואס האבן דא געשריבן אז מ'זאל נישט אננעמען די קינדער אין די מוסדות
ס'איז א מורא'דיגע תועלת, פאר דריי טעמים
1) איך ווייס אז די עלטערן יוצאים וואס פראבירן צו טרעפן מוסדות פאר זייערע קינדער ליינען דא, און עס געבט זיי א מורא'דיגע חיזוק ווי שיין מען נעמט זיי אויף דא. באמת.
2) די הנהלות פון די מוסדות ווען זיי ווילן באשלוסן צו זיי זאלן אננעמען די קינדער אדער נישט קומען זיי קוקן אויף אידטיש וואס צו טון, ממילא איז טאקע געווען גאר וויכטיג צו שרייבן דא וואס מען האלט.
3) עס זענען נאך דא אסאך אידן אין גווטאמאלא וועלעכע דארפן מחליט זיין צו זאלן ארויסקומען אדער נישט, און זיי ליינען דא. דאס אז זיי ווייסן אז זיי גייען נישט האבן קיין מוסדות פאר די קינדער געבט זיי א מורא'דיגע שטופ ארויסצוגיין.
לאמיר אביסעל ממתיק זיין (צו שווער אויפן הארץ)
די יוצאים וועלן זיך פיין א עצה געבן אי"ה. אין טאקע די פראטעקשען פון געוויסע וועגן די קינדער, קען מען זעהן אז זיי גייען צום ריכטיגען פלאץ, ווי ס‘הערשט נישט קיין הפקרות, אין מיט יחידות אויטאריטעיט.
ווער פונקטליך גייט עפענען די קלאס? וויאזוי הייסט יענע מוסדות? און איר וועט א ודאי צו שטייער געבן... אין מילים... די קאלטקייט עטירטוד צווישן דיינע שורות און די בנוחתא פון נישט אננעמען קינדער און שטובער מיט אישוס זאל דיר כביכול קלוגער מאכן מיט גוטן... אויב נישט מיט בייזן. איך ווייס פון פילע מענגעלעך פון ישיבות און מוסדותער וועלכע האבן צוריקגעוויזן אידישע קינדער פון קענען זיין א טייל פון כלל ישראל טראץ זייערע זידיגע טרערן און זייערע קינדער און אייניקלעך ווילן ניטאמאל לערנען אין א היימישע מוסדות און געהערן צו א היימישע קהילה (כהאף אז צו א נישט היימישע ווילן זיי יא געהערן)
גיי ווייטער אן מיט די עטירטוד.... אבער געדענק אז כהאב דיר געווארנט אז דער אויבערשטער איז א קל קנא ונוקם. אידיש בלוט איז נישט הפקר. פון א שוואכע אינגל און א חדר ווערט ע"פ רוב קיין חדר נישט חרוב. אמת מדארף האלטן א נאנטע אויג, אבער דאס גילט פונקט אזוי מיט קינדער פון היימישע שטובער. אלץ מאכט זיך פראבלעמען און די עצה פון ווארפן איז שייך ביי אחת מיני אלף, אויב בכלל.
-------
איך פערזענליך קען א איד, א נישט שומר תורה ומצוות, וואס איז געווען אין א ישיבה וואס האט זיך אריינגעכאפט השחתה (ליידער אן אפטע ערשיינונג), ער איז בכלל נישט געווען דער שולדיגער וכו' הכלל, די ישיבה האט געמאכט א CLEAN UP און געווארפן אזא 20 בחורים צו שטעלן די זאך אין די רעלסן, אלע האבן זיך געסעטלט אין אנדערע ישיבות האבנדיג קרובים וגואלים, אבער אונזער יונגעלע זייענדיג א קינד פון א בעלת תשובה וכו' נישט האבנדיג קיין קרוב וגואל איז געבליבן אויפן גאס. היינט האט ער פיינט אלעס אשר בשם ישראל יכונה. וואס קען איך אים זאגן?????? אונזער סיסטעם, א מנהל, א איד וואס דאוונט דריי תפילות א טאג, ער האט אים בידים אויסגעשפיגן פון כלל ישראל!!! די ישיבה איז שוין פארמאכט, אויס מנהל, דער מנהל געדענקט שוין גארנישט, ער מישט א בלעטל, אבער ער האט אפגעשניטן א איד פון אבינו שבשמים, ווייל ער איז פון א היי ריסק בעקגראונד און בלא בלא בלא.... איינער פון 20 משחיתים, לכאורה דער ווייניגסטע שולדיגער, אבער זיין בעקגראונד האט נישט געשטימט פאר אונזער היימישע מענגעלע... וואס זאל איך זאגן? גיי צום דאקטער, צום רופא נפשות
יא אזוי ארבעטען אונזערע מוסדות און וואס דו שרייסט. שרייען אסאך שוין אסאך יארען אבער עס טוישט זיך נישט
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס
אויב דו קענסט נאר מיט שעלטן יודן דען בעט פשוט די מנהלים זאלען פארמעקן מיין תגובה וחלאס
אגב לב טהור'ס שיטה האט זיך אנגעהויבן פון אזעלכע צוגעקומענע וואס מען האט נישט געוואלט ארויסווארפען
מיין פוינט איז שוין געזאגט געווארן, נישטא קיין סיבה אראפצוגיין מיט דיך די גאנצע רעביט האול ובפרט ווען דו האסט נישט געשריבן קיין שום פוינט אויף צוריק. דאס יא, עס מאכט מיך לאכן די נאנסענס אז לב טמא איז פשוט אנגעקומען וואו זיי זענען אנגעקומען פארן ארייננעמען יעדעם איינעם... כאילו זייער פראבלעם איז נישט ממש די היפוך, דאס אויסשליסן אנדערע אידן פון כלל ישראל. במידה שאדם מודד מודדין לו, דער אויבערשטער זאל זיך מייחס זיין צו דיר מיט דיין מעסטער. נישט געפערליך, ווען סהעט דיר זיין צו שווער קענסטו פשוט טוישן מעסטער.
אונזערע גדולים האבן געפאדערט אז מען זאל ביי די עולי רוסלאנד 1990 אריינעמען די קינדער אין די מוסדות (די מער מאדערנע)
און מען רעדט פון קינדער וואס האבן געלערנט אפענע כפירה אין די אינגע יארן ביי די קאמאניסטן
און ב"ה היינט קען מען אויסלערנען די מחנכים ווי זיך צו באגיין מיט אזעלכע קינדער אזוי ווי מען גרייט צו מחנכים פון קינדער מיט שווערע פראבלעמען (צובראכענע שטוב וכדו')
על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 3:16 pm
פון טיפן הארצן ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אלע אידן וואס האבן דא געשריבן אז מ'זאל נישט אננעמען די קינדער אין די מוסדות
ס'איז א מורא'דיגע תועלת, פאר דריי טעמים
1) איך ווייס אז די עלטערן יוצאים וואס פראבירן צו טרעפן מוסדות פאר זייערע קינדער ליינען דא, און עס געבט זיי א מורא'דיגע חיזוק ווי שיין מען נעמט זיי אויף דא. באמת.
2) די הנהלות פון די מוסדות ווען זיי ווילן באשלוסן צו זיי זאלן אננעמען די קינדער אדער נישט, קומען זיי קוקן אויף אידטיש וואס צו טון, ממילא איז טאקע געווען גאר וויכטיג צו שרייבן דא וואס מען האלט.
3) עס זענען נאך דא אסאך אידן אין גווטאמאלא וועלעכע דארפן מחליט זיין צו זאלן ארויסקומען אדער נישט, און זיי ליינען דא. דאס אז זיי ווייסן אז זיי גייען נישט האבן קיין מוסדות פאר די קינדער געבט זיי א מורא'דיגע שטופ ארויסצוגיין.
בושה תכסה פנינו!
קורא יקר, אויב האסטו געשריבן סדום'ישע פאוסטס פריער, להוי ידוע אז דו קענסט נאך שיקן צו די הנהלה צו פארמעקן דיינע נישט אידישע פאוסטס געטינקען אין אני ואפסיות. אין יום כיפורים מכפר עד שירצה. פיקס דיין דעמידזש!

ער איז סערקאסטישער מיינט צו שרייען אז הערטס אויף מיט די חשבונות, העלפט זיי ארויס.......