נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג; אוקראינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד
דער אוקריינער פרעזידענט וואלאדימיר זעלענסקי האט פארדאמט רוסלאנד'ס היפאקריטישקייט, זאגנדיג "די רוסן בעטן פאר שטילקייט דעם 9טן מאי, אבער זיי אטאקירן אוקריינע יעדן איינציגן טאג. דאס איז ציניזם פון דער העכסטער סארט." ער האט ארויסגעהויבן דעם לעצטן דראון אטאקע וואס האט באטראפן עטליכע שטעט, און פארוואונדעט קינדער און חרוב געמאכט היימען, און אנגעמערקט רוסלאנד'ס אינטענסיווע באמבארדירונג די וואך: 1,180 דראונען, 1,360 באמבעס, און 10 ראקעטן.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג; אוקראינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד
אוקריינע און רוסלאנד זענען שטעקן געבליבן אין שלום געשפרעכן איבער קריימיע, מיט אוקריינע וואס וויל נישט אנערקענען רוסלאנד'ס קאנטראל. אוקריינע זעט דאס אלס א זאך פון פרינציפ און ווירדע, און האט מורא האט אז נאכגעבן קען גאר פארערגערן די מלחמה.
- פיילס
-
- 20250504_094150.jpg (131.27 KiB) געזען געווארן 676 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
דער "וואל סטריט זשורנאל" ציטירט דרום קארעאר שפיאנאזש: קים דזשאנג און האט געשיקט לפחות 15,000 צפון קארעאר ארבעטארער קיין רוסלאנד צו העלפן שליכטן די מאנגל אין ארבייטער וואס האט זיך געמאכט צוליב דעם קריג. רוסלאנד איז צופרידן מיט די נײע פרעמדע ארבייטער, וואס פארלאנגן א נידעריגע געהאלט און זענען גרייט צו ארבעטן פאר גאר לאנגע שעות.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
רוסלאנד האט געמאלדן אז זי וועט נישט אפהאלטן היי יאר איר יערליכע מיליטערישע פאראדע אפצוצייכענען די זיג טאג איבער די נאציס ימש"ו אין די שטאט סעוואסטאפאל אין קריימיע, ווארשיינליך צוליב די זארגן פון א אוקריינער אטאקע אויפן אינזל.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
שלעכטע נייעס פארן קרעמלין: באריס פיסטאריוס וועט פארבלייבן דייטשלאנד'ס פארטיידיגונגס מיניסטער אין די נייער רעגירונג.
אלס דער מערסט פאפולערע מיטגליד פון שולץ'ס קאבינעט, איז פיסטאריוס געווען איינער פון די שטערקסטע פארטיידיגער פארן איבערבויען די דייטשע ארמיי און צו פארשטערקערן מיליטערישע שטיצע פאר אוקריינע.
ער האט אויך פעסט אפגעווארפן טראמפ'ס לעצט "שלום פלאן," רופנדיג עס א פארמאסקירטע קאפיטולאציע: "אוקריינע וואלט דאס געקענט האבן א יאר צוריק — דורך פשוט קאפיטולירן."

- 20250505_060357.jpg (123.98 KiB) געזען געווארן 620 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
אוקריינער כוחות גייען לויט באריכטן פאראויס אין רוסלאנד'ס קורסק ראיאן, מיט קאמפן באריכטעט נעבן די דערפער טיאטקינא און נאווי פוט. אוקריינער טרופן האבן אויך ווי עס קוקט אויס, אויפגעריסן א בריק צו שטערן רוסישע באוועגונגען.
- פיילס
-
- 20250505_064128.jpg (225.23 KiB) געזען געווארן 616 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
ליטע שלאגט פאר צו בויען א פארטיידיגונגס ליניע אין די ווערט פון א ביליאן יורא, אויף איר גרעניץ מיט רוסלאנד און בעלארוס, וואס וועט אנהאלטן פארשטערקערטע ליניעס, אנטי טאנק מינעס, ווייט גרייכענדע ארטילעריע זיך צו קענען אנטקעגשטעלן פאטענציעלע געפארן.
- פיילס
-
- 20250505_095642.jpg (133.49 KiB) געזען געווארן 602 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
א מאסיווע אוקריינער דראון אטאקע אויף רוסלאנד קומט יעצט פאר, מיט לכל הפחות 50 דראונען וואס פליען אין די רוסישע הימלען.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
- פיילס
-
- IMG_20250505_160030_870.jpg (77.86 KiB) געזען געווארן 558 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
פוטין'ס פאליטישער ראטגעבער יורי אושאקאוו: פוטין וועט באזוכן כינע סוף אויגוסט אדער אנהייב סעפּטעמבער.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
באריכטן אז די אוקריינא מיליטער האבן איינגענומען א פרישע שטעטלע אין די קורסק ראיאן אין רוסלאנד
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
איבערנאכט האבן אוקריינער דראונען ערפאלגרייך דורכגעבראכן איבער 750 קילאמעטער פון רוסישע לופטן צו אטאקירן רוסלאנד'ס גרעסטע פייבער אפטיק קעיבל פראדוצירער.
דער פאבריק, וואס פלאקערט איצט, איז א וויכטיגע פארבינדונג פאר רוסישער דראון פראדוקציע. דאס איז די צווייטע מאל אין בערך א חודש וואס די פאבריק איז באטראפן געווארן.
דער פאבריק, וואס פלאקערט איצט, איז א וויכטיגע פארבינדונג פאר רוסישער דראון פראדוקציע. דאס איז די צווייטע מאל אין בערך א חודש וואס די פאבריק איז באטראפן געווארן.
- פיילס
-
- 20250507_011816.jpg (128.71 KiB) געזען געווארן 371 מאל
-
- 20250507_011814.jpg (193.32 KiB) געזען געווארן 371 מאל
-
- 20250507_011809.jpg (107.58 KiB) געזען געווארן 371 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
טראמפ'ס ספעציעלער שליח האט גערופן פוטין דער איינציגער שטער צו שלום אין אוקריינע.
"איך גלייב, יעצט, איז אונזער שטער צו פארשריט איז דער רוסישער פרעזידענט וואס וויל נישט מסכים זיין," האט געזאגט קיט קעלאג.
"איך גלייב, יעצט, איז אונזער שטער צו פארשריט איז דער רוסישער פרעזידענט וואס וויל נישט מסכים זיין," האט געזאגט קיט קעלאג.
- פיילס
-
- 20250507_054346.jpg (145.44 KiB) געזען געווארן 364 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
דראון אטאקעס האבן געפירט צו שפעטונגן און קענסעלאציעס פון פלי רייזעס אין די רוסישע לופעפעלדער וואס האט געברענגט צו דעם אויפברויז פון די מאסן פאסאזשירן.
- פיילס
-
- 20250507_063509.jpg (294.64 KiB) געזען געווארן 357 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
קיעוו איז אטאקירט געווארן דורך רוסישע ראקעטן און דראונען נעכטן נאכט. צוויי מענטשן - א פרוי און איר זון - זענען אומגעקומען. זיבן אנדערע, אריינגערעכנט קינדער, זענען פארוואונדעט געווארן.
- פיילס
-
- 20250507_072433.jpg (342.36 KiB) געזען געווארן 352 מאל
-
- 20250507_072438.jpg (208.61 KiB) געזען געווארן 352 מאל
-
- 20250507_072440.jpg (245.32 KiB) געזען געווארן 352 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
באריכט: א פליגער מיטן סערבישן פרעזידענט, וואס איז געווען אויפן וועג קיין רוסלאנד, האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין באקו צוליב די געפאר פון אוקריינער דראנען אין די רוסישע הימלען.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג; אוקראינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד
מען קען בוקמארקן די עראפלאן קראכן טעמע?מאירוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 30, 2025 6:23 am רוסלאנד וועט זיך באנוצן מיט עראפלאנען וואס באלאנגן עכט אין א מועזאעם ווי למשל די יאק 40 עראפלאן וואס איז איבער 50 יאר אלט, צוליב א מאנגל אין מיליטערישע עראפלאנען. זיי וועלן באנוצט ווערן אויף וויכטיגע מיסיעס אין רוסלאנד'ס ווייטע פארווארפענע געגנטער.
אפשר אויך די פענסטער וויירוס טעמע
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1505
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4859
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
Off Topic
קרים איז נישט קיין אינזל. עס איז א האלבאינזל, דהיינו א שטח ארומגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן און באהאפטן צו די יבשה פון בלויז איין זייט.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
גענוי 25 יאר צוריק איז וולאדימיר פוטין איינגעשוואירן געווארן אלס פרעזידענט פון רוסלאנד צום ערשטן מאל.
בשעת זיין ערשטער איינשווערונג האט ער צוגעזאגט צו "רעספעקטירן און באשיצן די רעכטן און פרייהייטן פון דעם יחיד און בירגער," ווי אויך צו "באשיצן און אנטוויקלען דעמאקראטיע."
היינט איז ער איינער פון די בלוטיגסטע און מערסט געהאסטע דיקטאטארן, נאכדעם וואס ער האט אנגעדרייט די גרעסטע מלחמה אין אייראפע זינט די צווייטער וועלט מלחמה.

- 20250507_114152.jpg (98.66 KiB) געזען געווארן 288 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
דער פרעזידענט פון סערביע האט היינט באגראבן זיין לאנד'ס אייראפעאישע צוקונפט, אויסטוישנדיג עס פאר קרעמלין צוקערלעך.
אלעקסאנדאר וואטיטש, איז טראץ אלע מניעות, אנגעקומען קיין מאסקווע. בריסל האט אים געהאט געווארנט אז באטייליגן זיך אין דעם מאי 9טן פאראדע וועט נעגאטיוו אפעקטירן סערביע'ס מהלך צו אייראפעאישער אינטעגראציע.
אלעקסאנדאר וואטיטש, איז טראץ אלע מניעות, אנגעקומען קיין מאסקווע. בריסל האט אים געהאט געווארנט אז באטייליגן זיך אין דעם מאי 9טן פאראדע וועט נעגאטיוו אפעקטירן סערביע'ס מהלך צו אייראפעאישער אינטעגראציע.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
קאנאדע וועט שענקען פאר אוקריינע די רוסישע אנטאנאוו AN-124 רוסלאן פליגער וואס זי האט קאנפיסקירט אין פעברואר 2022.
- פיילס
-
- 20250507_114709.jpg (68.93 KiB) געזען געווארן 274 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
שיריים פון א מיסיל זענען געפאלן נעבן ציון הק' פון רבי נחמן מברסלב זי"ע אין אומאן, אוקריינע.
- פיילס
-
- IMG_20250507_135422_264.jpg (143.88 KiB) געזען געווארן 228 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
דער אוקריינער פארלאמענט האט באשטעטיגט די מינעראלן אפמאך מיט אמעריקע.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1031
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6481
Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
רויטערס באריכטעט אז היינט האט דער סלאוואקישער פרעמיער מיניסטער ראבערט פיקא געזוכט א וועג קיין מאסקווע זיך צו באטייליגן אין די זיג-טאג פאראדע דעם 9טן מאי. ליטע, לעטלאנד און עסטאניע האבן פארמאכט זייערע הימלען פאר די פלי רייזע, א סיטואציע וואס פיקא האט געפונען אומבאקוועם. דער סערבישער פרעזידענט וואטיטש האט זיך אן עצה געגעבן מיט אן ענליכע פראבלעם דורך נעמען א לענגערע פלי-רייזע דורך אזערביידזשאן.
- פיילס
-
- 20250508_083842.jpg (186.58 KiB) געזען געווארן 153 מאל