היינט אנדעקט: ער איז אהער געקומען צו ארבעטן אויף איינע פון די יוצאים צוריק צו גיין!!!
דאס מיינט נישט אז מ'דארף אים באזידלען ח''ו, ער איז נעבעך איינגערעדט און אויסגעפייניגט.
אבער ס'איז יא וויכטיג פשוט צו וויסן די מציאות.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
א באריכט נאך פון 7 יאר צוריק פון די פיינונגען, איך האב ארויסגענימען די נעמען וואס ווערן דא דערמאנט
According to the boys, one of the ''''' '''''' was once leading a four-hour prayer service when a 14-year-old boy giggled. After a severe beating, they threw him in an old, broken commercial freezer. The imprisonment in the confined space with no change of clothing or bathroom lasted three months. ''''''''' '''' reportedly told a group of boys that "he was a sinner and if he dies then that's what he deserves."
When the boy was released, ''''' allegedly took a wooden chair and broke it over his head. He collapsed in pain. "Now you've done your Teshuvah," he reportedly announced
רינעדיגע האניג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 12:37 amהערליכער מעמד קבלת פנים לכבודו של הרב יואל העניך העלבראנץ - אבד"ק כנישתא חדא שליט"א, פארגעקומען במעונו של הנגיד המפורסם, הרה"ח ר' צבי אלימלך פיש הי"ו
א ספעציעלער באנקעט און א מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין שטוב פון דעם ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, הטפסר המרומם הרה"ח ר' צבי אלימלך פיש הי"ו, לכבודו של הרב אבד"ק כנישתא חדא שליט"א, וועלכער האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט בטירחא דגופא און זיך משתתף געווען אין דעם חשוב'ן מעמד.
מיט ווארעמע דברי ברכה האט אויפגעטרעטן, דער בעל-אכסניא הנגיד ר' צבי אלימלך הי"ו, וועלכער האט מיט טרעפליכע ווערטער ארויסגעברענגט די זכיה אז דער רב שליט"א איז אריבערגעקומען זיך משתתף זיין ביי דער מעמד. דער בעל-אכסניא האט ווארעם באגריסט די פארזאמלטע געסט און אויפגעפאדערט פון זיי סכומים הגונים לכבודו של הרב שליט"א.
עס זענען אויך געהערט געווארן דברי תורה דורך אנדערע דרשנים וועלכע זענען אראפגערופן געווארן לכבוד דעם צוועק, אויפפאדערנדיג דעם ציבור בסכומים שיש בהם ממש, כדאי צו ראטעווען די הייליגע נשמות און אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, להגדיל תורה ולהאדירה.
צום סוף האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער רב שליט"א, וועלכער האט ארומדערציילט זכרונות מימי קדם, מתובל מיט סיפורי צדיקים פון אמאל. דער רב שליט"א האט ארומגעשמועסט בדברי תורה והדרכה א לענגערע צייט, לשביעת לב המסובין ושומעי לקחו.
צום סוף פון זיינע דיבורים, האט דער רב שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן בעל-אכסניא און די משפחה, ווי אויך פאר אלע עסקני קודש, העוסקים בלא ליאות ומשימים לילות כימים למען ענין נשגב זו, און מיט א ברכה שתשרה שכינה במעשי ידיהם, ושיתקדש שם שמים על ידיהם, אמן.
כפי ידיעתי איז ער קיינמאל נישט געווארן אויפגענומען אלס 'אבד''ק' דורך די חברי הכנישתא, ער איז געווען זייער אקטיוו אין די התייסדות המקום אינאיינעם מיט נאך עטליכע חשוב'ע יוצאים, בראש פון הרב יו''ט ז''ל.
דעס רופן אים מיט דעם טיטול קומט לכאו' פון אידן וואס זענען זיך נאך טועה און מיינען אז העלבראנץ איז א רבי'שע נאמען...... ודי בזה...
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.
חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..
רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.
בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
הרב ותלמידו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm

לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...
אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.
דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...
הרב ותלמידו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 1:34 pm
א באריכט נאך פון 7 יאר צוריק פון די פיינונגען, איך האב ארויסגענימען די נעמען וואס ווערן דא דערמאנט
According to the boys, one of the ''''' '''''' was once leading a four-hour prayer service when a 14-year-old boy giggled. After a severe beating, they threw him in an old, broken commercial freezer. The imprisonment in the confined space with no change of clothing or bathroom lasted three months. ''''''''' '''' reportedly told a group of boys that "he was a sinner and if he dies then that's what he deserves."
When the boy was released, ''''' allegedly took a wooden chair and broke it over his head. He collapsed in pain. "Now you've done your Teshuvah," he reportedly announced
You're nauseating me. כמעג וויסן ווער פון די הנהלה דעס איז געווען?
כקען אפילו נישט וויינען . כבין געבליבן פארפרוירן מיט ברייט צועפנטע אויגן!
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.
חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..
רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.
בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...
אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.
דא האסטו א סקרינשאט פון א יונגערמאן וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...
שמועס איך נעכטן מיט א יונגערמאן, וואס האלט נישט אויס אז מהאט אריינגעברענגט דא יוצאים אין די מוסדות, "דאס אינגל קומט נעכטן אהיים אז זיין חבר פון די יוצאים האט אים דערציילט אז זיין ברודער איז שוין געווען א חתן ווען ער איז אנטלאפן, און די כלה איז שוין זינט דאן צוויי מאל חתונה געהאט..." ער ברויזט, אויף וועמענס אחריות אז דער בחורל וועט זיך נישט אמאל פאררעדן, אזוי נישט כאפנדיג, און אויפקלערן זיינע אומשולדיגע חברים?!
פרעג איך אים, צי ווייסטו וויפיל בחורים פון דיין יארגאנג זענען געווארן אויפגעקלערט און פארדארבן פון היימישע חברים וואס זענען קיינמאל פארדעם פון קרית יואל ארויס?
ער ווייסט נישט...
איך ווייס יא... אביסל, אבער גענוג... און זיין דאגה איז אז די בחורים וואס זענען אדורך דעם שואה און זענען נאך געבליבן געטריי צום רבוש"ע, זיי וועלן גאר אויפקלערן דיין בחור...
איך האב מער מורא אז די יוצאים זאלן נישט ווערן אויפגעקלערט פון די לאקאלע געגנסטערס רח"ל...
סוף דבר: יעדער וואס האט מורא אז זיינע קינדער זאלן נישט ווערן נשפע פון די צרות וואס די יוצאים זענען דורך, זאל וויסן אז אין זיינע מוסדות, ארום זיינע קינדער, דרייען זיך ליידער אסאך ערגערע גיפטיגע שלענג. פאקט. אלזא צוערשט סאלוו די עכטע פראבלעמען און נאכדעם וועלמיר רעדן פון דיינע ספק ספיקא'דיגע חשש בן בנו של חשש.
קען זיין אביסל שארף, אבער די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג די מאס "דינייעל" אין וועלכע דער יונגערמאן וויקלט זיך ארום צו קענען שרייען אז די יוצאים זענען גאר די סכנה פאר זיינע קינדער.

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:50 pm

ה' ישמור את עמו.
זייער שטארק.
דאס האט טאקע הרב בלום ארויסגעברענגט צום שלוס פון די פאנעל, מענטשן זענען פארנומען זיך זארגן מיט לב טהור יוצאים וואס וואוינען אין די זעלבע שטאט, אין די צייט וואס דיין נעקסט דאאר שכן ביי וועמען דיינע קינדער שפילן זיך יעדן טאג איז סאך א גרעסערע קל און דיינע קינדער זענען אויסגעשטעלט צו פיל ערגערע נסיונות זיך דרייענדיג צווישן אזעלכע מענטשן.