אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך ניקל »

IMG_20230820_165400_022.jpg
IMG_20230820_165400_022.jpg (39.02 KiB) געזען געווארן 1574 מאל
IMG_20230820_165359_601.jpg
IMG_20230820_165359_601.jpg (67.37 KiB) געזען געווארן 1574 מאל
הערי העפט איז געבוירן געווארן אין בעלשאטא פוילן, און איז געווען פערצן ווען פוילן איז אינוואדירט געווארן אין ַ1939 דורך די דייטשן.

ער איז אפגעשיקט געווארן צו א קאנצענטראציע לאגער וואו די נאציס האבן זיך דערוויסט אז ער האט באקסינג עקספיריענס, האבן זײ אים געצווינגען צו זיך שלאגן מיט די אנדערע ארעסטאנטן פילע פון זיי פון זיין זעלבע היים-שטעטל מיט טויט שטראף פאר די פארלירער.

געצווינגען צו זיך שלאגן פאר זיין לעבן האט העפט קיינמאל נישט פארלוירן קיין געשלעג  צו די 76 מענטשן.

אין אפריל 1945 האט העפט מצליח געווען צו מסדר זיין א נאצי וועכטער אינמיטן זיין טויט מארש און גענימען זיינע מונדירן און דערנאך געוואנדערט פון דארף צו דארף.

ווען ער האט דערגרייכט די אליאירטע קאנטראלירטע דייטשלאנד האט ער געוואיגן א קנאפע 110 פונט, ער האט זיך אויפגעהאלטן אין די די פי לאגער פאר צוויי יאר.

אין 1948 האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע מיט די הילף פון זיין פעטער פון ניו דשערסי, און געצויגן חינה פון זיין טרויריג בארימטע טאלאנט.

א דאקומענטאציע פון העפט איז ארויסגעקומען פאריגע יאר אויפ'ן ציוניסטישן יום השואה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

1959 - אין דעם היינטיגן טאג איז האוואאי געווארן אמעריקע'ס פופציגסטע סטעיט, און פרעזידענט אייזענהאוער האט פארארדענט אז מ'זאל אהערשטעלן דעם נייעם פאן מיט אלע 50 שטאטן דערויף.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח אונזער קאנאן @ניקל !
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

1642 - און דעם היינטיגן טאג האט אויסגעבראכן די בריטישע בירגער קריג,
דער ערשטער קעניג טשארלס האט דעמאלטס באצייכנט דעם פארלאמענט און אירע מיטגלידער און זעלנער, אלס פאררעטער קעגן זיין קעניגרייך
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

1944 - אין דעם היינטיגן טאג האט די אליאירטע טרופן פארכאפט די פראנצויזישער שטאט מארסיי, פארטרייבנדיג די נאצישע ארמייען פון דארטן, ביים צווייטן וועלט קריג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

1944 - אין דעם היינטיגן טאג איז פאריז באפרייט געווארן פון די נאצישע אקופאציע.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3906
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5072

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך שמח »

תק"נ - אין דעם היינטיגן טאג האט די אידישע געמיינדע אין ניופארט, ראוד איילענד באקומען א בריוו פונעם ערשטן אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן, אין וועלכע ער האט זיי פארזיכערט אז אידן וועלן זיין באשיצט אין אמעריקע.

@ניקל איך נעם נישט אוועק דיין פלאץ דא, ברענגט ווייטער היסטאריע.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

תרפ"ג - און דעם מארגענדיגן טאג ט' אלול איז געגרינדעט געווארן דעם סדר דף היומי דורך הגאון רבי מאיר שפירא ר"י חכמי לובלין
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך ניקל »

1783 - אין דעם היינטיגן טאג האט זיך געענדיגט די קריג צווישן די נייע געגרינדעטע פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע אימפעריע, ווען ביידע זייטן האבן אונטערגעשריבן דעם "אפמאך אין פאריז".
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:29 pm תרפ"ג - און דעם מארגענדיגן טאג ט' אלול איז געגרינדעט געווארן דעם סדר דף היומי דורך הגאון רבי מאיר שפירא ר"י חכמי לובלין
ער האט עס געגרינדעט אין טשורטקוב ר"ה ע"פ הסכמתו פון זיין רבי ר' דוד משה זי"ע.
און די קומעדיגע יאר ווען מ'האט עס נאכאמאל אנגעפאנגען און דאס מאל מיט די גאנצע וועלט נאכן זעהן די הצלחה פון טשורטקוב און דאס איז אויך געוועהן ר"ה.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1648

Re: היסטאריע!

פאוסט דורך Think and Thank »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:32 pm 1642 - און דעם היינטיגן טאג האט אויסגעבראכן די בריטישע בירגער קריג,
דער ערשטער קעניג טשארלס האט דעמאלטס באצייכנט דעם פארלאמענט און אירע מיטגלידער און זעלנער, אלס פאררעטער קעגן זיין קעניגרייך

די דאזיגע בירגער קריג - אין וועלכן די בריטן האבן אראפגעזעצט און אומגעברענגט דעם קעניג און אויפגענומען דער נישט-קעניג אליווער קראמוועל צו פירן דאס לאנד (ווייל למעשה איז ער געווען א קעניג מיט אלעם חוץ די נאמען) איז געווען א שטארקע טובה פאר כלל ישראל, היות קראמוועל איז געווען דער ערשטער צו לאזן אידן זיך ווידער באזעצן אין ענגלאנד נאך די 400 יעריגער גירוש. צוליב די דורכפאל פון די ווייטהאל קאנפערענץ דורכצופירן א געזעץ וואס זאל אפיציעל געבן רשות פאר אידן זיך ווידער צו באזעצן אין ענגלאנד איז עס נאר געווען אומאפיציעל, אבער אין די אומאפיציעלע יארן האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען די ערשטע נייע אידישע קהילה אין ענגלאנד און נאך עטליכע צענדליגער יארן האבן זיי באקומען אפיציעלע אנערקענונג.

(אגב, די רעדע איז פון דעם קעניג 'טשארלס דער ערשטער', נישט 'דער ערשטער קעניג טשארלס'.)
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 221

Re: אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך איך און מיך »

היינט פאר אכציג יאהר איז באפרייט געווארען דער לאגער דאכאו
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 221

Re: אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך איך און מיך »

היינט פאר אכציג יאהר
30 אין אפריל 1945 איז געווען א באקאנטע פרייליכע זעלבסטמארד אקציע
ווען א חתן האט זיך געשאסען צום טויט נישט פאר ער האט זיכער געמאכט אז זיין כלה גייט זיך אויך פארסם'ען
און דאס צומארגענס פון זייער חתונה

ליהודים היתה אורה ושמחה
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 137

Re: אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך חצקל משמש »

איך און מיך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:43 am היינט פאר אכציג יאהר
30 אין אפריל 1945 איז געווען א באקאנטע פרייליכע זעלבסטמארד אקציע
ווען א חתן האט זיך געשאסען צום טויט נישט פאר ער האט זיכער געמאכט אז זיין כלה גייט זיך אויך פארסם'ען
און דאס צומארגענס פון זייער חתונה

ליהודים היתה אורה ושמחה
פיין!
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 221

Re: אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך איך און מיך »

אזוי ווי איך הב באקומען אין אישי א ? מוז איך מסביר זיין

היינט פאר אכציג יאהר
30 אין אפריל 1945 איז געווען א באקאנטע פרייליכע זעלבסטמארד אקציע
ווען א חתן דער צורר היהודים אדאלף היטלער ימח שמו וזכרו האט זיך געשאסען צום טויט נישט פאר ער האט זיכער געמאכט אז זיין כלה גייט זיך אויך פארסם'ען
און דאס צומארגענס פון זייער חתונה

ליהודים היתה אורה ושמחה
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 221

Re: אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע

פאוסט דורך איך און מיך »

היינט מעי דעם ערשטען 2011 האט דאס אמעריקאנער ארמיי עלימינירט דעם ארכי טעראריסט
אוסאמא בין לאדען ימ''ש (דעם פארגייער פון ג'ולאני)

אין בילד דער סאלדאט וואס קלעימט צו זיין דער מערדער
bin.PNG
bin.PNG (193.28 KiB) געזען געווארן 162 מאל
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
שרייב פאוסט