היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
silent
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:01 am
x 17

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך silent »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:20 am @silent, די ענטפער איז אז ניין, מ'האט גארנישט געדארפט! ברוך השם.
מ'האט געדארפט טוהן דאס וואס מ'האט געטוהן, זיי רופן, כדי אז אין פאל ס'ווערט חלילה נישט אינטער קאנטראל זאל מען נישט האבן ארגער געמאכט, אבער אזויווי געווענליך האט מ״א מצליח געוועהן צו טוהן די ארבעט גוט און שנעל.

כ'ווייס נישט פארוואס די שאלה וועגן געז איז געשריבן אין קליינע אותיות, מ'שיקט דאך ארום די ליגנטס אין יעדעמס פאסט קעסטל אן צו רויט ווערן.

אויב די גאז איז געפלאסן, און די פייער האט נאך געברענט, פארוואס זענען די פייער לייט אריין אינעם הויז אן קיין שום וואסער, נישט געצויגן קיין פייפס, קיין שום עקוויפמענט...! זיי האבן געלאשן די פייער מיט א בלאז פונעם מויל?

טייערע אידן, א שאד צו פארברענגען די צייט און זיך ארום טענה'ן אויף שטותים וואס געוויסע שרייבן, אנדערש ווי די חזקה אז במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי.
דאס אז מען האט גארנישט געדארפט טוהן ווייס איך איך וויל נאר וויסן אויף וועלכע נאמבער האט מען גערופן?
די פייער איז טאקע שוין געווען אויסגעלאשן און די גאז איז געווען אנגעצונדן עס האט געפעלט איין פינק עס זאל נעמען ברענען

כנראה האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:34 am
שקר האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:25 am
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:23 am

לכאורה רעדט מען פון 2 באזונדערע מעשיות, ווייל אינעם אויסגעבלאזענעם פונקען שטייט אז ס'געוועהן אפאר שעה פאר'ן זמן ערב יום טוב...
דארף מען זאגן פאר די עולם פון די בלאוואלט גאס אז זיי זאלן היטן די דירות ווייל דארט ברענט יעדע פאר טעג
זייענדיג א נאנטע שכן פון הויז פונעם אויבן פייער, קען איך קלארשטעלן דאס פאלגענדע:

מצילי אש איז אנגעקומען אין 'סעקונדעס ממש', אויסגעלאשן די אויבן, די פלאמען ארום דעם אויבן, און אויסגעליפטערט די דירה מיט פענס.

זעהנדיג אז ס'קומט נאך אלץ רויעך, האבן זיי ארייגערופן די 'ברויער קאמפאני', וואס האבן בלויז איבערגעקוקט די דירה, אז ס'איז סעיף און פארלאשן - אזוי אויך האבן זיי אפגעפיצט מיט די 'מצילי אש' פען.

די זאכן האב איך מיטגעהאלטן בשעת מעשה.

הצלחה
און אפגעשפארט די גאז
אוועיטער
שקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 10:43 am
Location: Pupu
x 185

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שקר »

silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:41 am
כנראה האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:34 am
שקר האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:25 am

דארף מען זאגן פאר די עולם פון די בלאוואלט גאס אז זיי זאלן היטן די דירות ווייל דארט ברענט יעדע פאר טעג
זייענדיג א נאנטע שכן פון הויז פונעם אויבן פייער, קען איך קלארשטעלן דאס פאלגענדע:

מצילי אש איז אנגעקומען אין 'סעקונדעס ממש', אויסגעלאשן די אויבן, די פלאמען ארום דעם אויבן, און אויסגעליפטערט די דירה מיט פענס.

זעהנדיג אז ס'קומט נאך אלץ רויעך, האבן זיי ארייגערופן די 'ברויער קאמפאני', וואס האבן בלויז איבערגעקוקט די דירה, אז ס'איז סעיף און פארלאשן - אזוי אויך האבן זיי אפגעפיצט מיט די 'מצילי אש' פען.

די זאכן האב איך מיטגעהאלטן בשעת מעשה.

הצלחה
און אפגעשפארט די גאז
איבער זאגן א לינגענט וועגען די געז גייט דאס נישט מאכן אמת
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:39 am
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:20 am @silent, די ענטפער איז אז ניין, מ'האט גארנישט געדארפט! ברוך השם.
מ'האט געדארפט טוהן דאס וואס מ'האט געטוהן, זיי רופן, כדי אז אין פאל ס'ווערט חלילה נישט אינטער קאנטראל זאל מען נישט האבן ארגער געמאכט, אבער אזויווי געווענליך האט מ״א מצליח געוועהן צו טוהן די ארבעט גוט און שנעל.

כ'ווייס נישט פארוואס די שאלה וועגן געז איז געשריבן אין קליינע אותיות, מ'שיקט דאך ארום די ליגנטס אין יעדעמס פאסט קעסטל אן צו רויט ווערן.

אויב די גאז איז געפלאסן, און די פייער האט נאך געברענט, פארוואס זענען די פייער לייט אריין אינעם הויז אן קיין שום וואסער, נישט געצויגן קיין פייפס, קיין שום עקוויפמענט...! זיי האבן געלאשן די פייער מיט א בלאז פונעם מויל?

טייערע אידן, א שאד צו פארברענגען די צייט און זיך ארום טענה'ן אויף שטותים וואס געוויסע שרייבן, אנדערש ווי די חזקה אז במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי.
דאס אז מען האט גארנישט געדארפט טוהן ווייס איך איך וויל נאר וויסן אויף וועלכע נאמבער האט מען גערופן?
די פייער איז טאקע שוין געווען אויסגעלאשן און די גאז איז געווען אנגעצונדן עס האט געפעלט איין פינק עס זאל נעמען ברענען
טייערע סיילענט, און סיי וועם.
אויב האסטו געליינט די פריערדיגע בלעטער דא האסטו אוודאי געזעהן אז כ'לאז מיך קיינמאל נישט אריין אין קיין טענה'רייען, בכלליות אדער בפרטיות, מיין מהלך איז זיך צו האלטן די קאפ גראד, און נישט ווערן צוהיצט ווען מ'זעהט אנדערע באגייען עוולות אדער [זאגן נאך זאכן פון געוויסע וואס] רעדן נישט צום דבר.
יעצט בינעך ארויס פונעם ליניע, פשוט ווייל כ'האב געטראכט אז ס'דא איינער דא וואס ווארט אויף אן ענטפער.

איז אזוי, אני הק' בין נישט באהאלטן, אסאך אידן דא וויסן ווער איך בין, און מיינע באקאנטע ווייסן אז איך שרייב דא, ממילא וועל'ך נאר זאגן וואס איך בין איבערצייגט, און איך ווייס ערשהאנטיג.
משא״כ יעדער דא באהאלט זיך אינטער א ניק, וואס איז זייער א גוטע זאך, אבער נישט אויף מיך צו נעמען אויף א רייד.

איך בין געוועהן אויף יענעם קאל, איך קען פערזענליך די איינוואוינער דארט.
יעדער וואס וויל קען רעדן צו די איינוואוינער פונעם הויז.

די צעטלעך וואס געוויסע לייגן ארויס, אויסער דעם וואס ס'איז געווענליך ביליג און נידעריג געשריבן, איז עס דאסמאל אויך דורך און דורך שקרים.

און יעצט גיי איך בעזה״ש צוריק צו מיין סטאנדארט פון שרייבן.
איך האף צו פארברענגען מיט די חברים דא ווייטער מיט א געשמאק.
------------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
------------------------------------------------------------------------------------
silent
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:01 am
x 17

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך silent »

@מצילי אש ד'ראקלענד אויף וועלכע נאמבער האט מען גערופן
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

די נושא פון וועלכע נומבער מ'רופט איז געווארן אויסגעשמועסט פאריגע וואך, ביטע גיב א מיש צוריק אביסל.
------------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
------------------------------------------------------------------------------------
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

אינגאנצן פארגעסן צו לייגן דא די הערליכע מאמענט ארטיקל.
ליינט און האט הנאה!

------------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
------------------------------------------------------------------------------------
silent
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:01 am
x 17

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך silent »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:58 am די נושא פון וועלכע נומבער מ'רופט איז געווארן אויסגעשמועסט פאריגע וואך, ביטע גיב א מיש צוריק אביסל.
דארטן האסטו גענפערט אז עס איז נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען מען זאל דארפן רופן נאר ביי די מעשה אויף כתר יעצט זעה איך אין די צעטל וואס מען האט פארשפרייט שבת אז די וואך פון פסח איז געווען א מעשה ווי מען האט גערופן די פייער דיפארטמענט און עס האט גענומען 10 מינוט ביז זיי זענען אנגעקומען וויל איך וויסן ווער רעדט אמת און ווער...
שריי נישט אז די ברוער זענען זיך סותר פון איין צעטל צום צוויטן
און ווען איך ציטיר דיר מיט זיין פאוסטאון מיט די בילדער פון די צעטל שבת איז די תירוץ אז די לאזט זיך נישט אריין אין קיין דין ודברים
ביטע ענפער מיר אויף די סתירת הדברים
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 11:15 am

כ'האב געשריבן אז מ'האט נישט ״געדארפט״, און אין דעם פאל האט מען אויך נישט ״געדארפט״ נאר אזויווי געשריבן טוט מען דאס עטליכע מאל אלס א פארזיכערונגס מיטל, דאס איז אונזער פראטאקאל יעצט.

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 11:43 am

האסט זיך שנעל דערמאנט
יעצט פרעג איך נאכאמאל איבער די זעלבע קשיא וואס האט נאך אלס נישט באקומען די תשובה וועלכע נאמבער האט מען גערופן ביי די מעשה?
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 11:45 am
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 11:43 am
silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 11:15 am

דארטן האסטו גענפערט אז עס איז נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען מען זאל דארפן רופן נאר ביי די מעשה אויף כתר יעצט זעה איך אין די צעטל וואס מען האט פארשפרייט שבת אז די וואך פון פסח איז געווען א מעשה ווי מען האט גערופן די פייער דיפארטמענט און עס האט גענומען 10 מינוט ביז זיי זענען אנגעקומען וויל איך וויסן ווער רעדט אמת און ווער...
שריי נישט אז די ברוער זענען זיך סותר פון איין צעטל צום צוויטן
און ווען איך ציטיר דיר מיט זיין פאוסטאון מיט די בילדער פון די צעטל שבת איז די תירוץ אז די לאזט זיך נישט אריין אין קיין דין ודברים
ביטע ענפער מיר אויף די סתירת הדברים
כ'האב געשריבן אז מ'האט נישט ״געדארפט״, און אין דעם פאל האט מען אויך נישט ״געדארפט״ נאר אזויווי געשריבן טוט מען דאס עטליכע מאל אלס א פארזיכערונגס מיטל, דאס איז אונזער פראטאקאל יעצט.
האסט זיך שנעל דערמאנט
יעצט פרעג איך נאכאמאל איבער די זעלבע קשיא וואס האט נאך אלס נישט באקומען די תשובה וועלכע נאמבער האט מען גערופן ביי די מעשה?

ער האט זיך זיכער דערמאנט שנעלער ווי דיר. דו האסט שוין געפרעגט די פראגע איבער די פריוואטע נומער, און ער האט שוין געענטפערט פאר דיר דירעקט. אבער עכ"ז קייסטו איבער די זעלבע נארישע טאקינג פוינט איבער וועלכע נומער מען רופט איינמאל און נאכאמאל ווי עס וואלט געווען א שאכמאט.

איך ציטיר דא דא שאלה און תשובה פון קוים פיר טעג צוריק:
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:23 pm
silent האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:51 pm @מצילי אש ד'ראקלענד ווען מצילי אש קומט אן צו א קאלל און זיי זעהן אז מען דארף די פייער דיפארטמענט פארוואס רופן זיי נישט די דירעקט נאמבער פון ברוער?
ש'כח פאר'ן ארויפברענגען אזא וויכטיגע נקודה.
טראץ וואס איך גלייב אז האסט עס נישט אליינס געטראכט, נאר געליינט ערגעץ וואס צו יענע סארט וואלט איך מיך נישט באצויגן, דיר וועל'ך אוודאי יא ענטפערן, און טאקע וועלקאם טו אידטיש!

איז אזוי, נומבער איינס, מצילי אש סערווירט אסאך א גרעסערע שטח ווי זייער פריוואטע נומבער דעקט, מיר דעקן קאלס אין מאנסי, ספרינג וואלי, סאפערן, טשעטנאט רידז, נוי סיטי, וכו' וכו'

צוויי, אויף וויפיהל איך געדענק האט מצילי אש נישט געהאט קיין פאל אין די לעצטע יאר צייט וואס ״מען זעהט אז מען דארף די פייער דיפארטמענט״, אויסער איין קאל וואס מיר האבן געוואוסט אז זיי זענען שוין גערופן געווארן בעפאר אויף זייער פריוואטע נומבער (אויף כתר טערעס).
טאקע מיר האבן שוין געציילטע מאל גערופן, און דאס איז נאר געוועהן אלס אזא איבעריגע לעיער פון פארזיכערונג אז מיר וועלן האבן די ריכטיגע בעקאפ אויב פעלט זיך אויס.
כ'מיין אז כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט, נישטא קיין איין קאל אין די לעצטע יאר וואס מיר האבן נישט געקענט באהאנדלען אליינס, און די פ״ד האט איבערגענומען די צענע.
די איין דערמאנטע קאל, איז טאקע דערפאר ווייל מיר האבן נישט דערווייל די באשוצונג קליידער, און דערפאר גייט יעצט אהער און מאכט זיכער אז קומענדיגע מאל איז נישט דא דעם פראבלעם.
silent
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:01 am
x 17

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך silent »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:01 pm

איך באצי מיך צו א געמעקטע פאוסט פון @מצילי אש ד'ראקלענד ווי ער האט געשיבן אז ער געדענקט נישט צו שרייבן אזא זאך
און צי מיין קשיא ביי די פייער אויף בלאוועלט וואס איז געווארן באשריבן אין די עטלעךוואס זענען געווארן ארום געלייגט אין די בתי מדרשים שטייט דארט אז עס האט גענומען 10 מינוט פאר די פייער דיפארטמענט צו אנקמען וויל איך וויסן וועלכע נאמבער מען האט דארט גערופן
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 132

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חסיד נלהב »

@silent
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:23 pm
silent האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:51 pm @מצילי אש ד'ראקלענד ווען מצילי אש קומט אן צו א קאלל און זיי זעהן אז מען דארף די פייער דיפארטמענט פארוואס רופן זיי נישט די דירעקט נאמבער פון ברוער?
ש'כח פאר'ן ארויפברענגען אזא וויכטיגע נקודה.
טראץ וואס איך גלייב אז האסט עס נישט אליינס געטראכט, נאר געליינט ערגעץ וואס צו יענע סארט וואלט איך מיך נישט באצויגן, דיר וועל'ך אוודאי יא ענטפערן, און טאקע וועלקאם טו אידטיש!

איז אזוי, נומבער איינס, מצילי אש סערווירט אסאך א גרעסערע שטח ווי זייער פריוואטע נומבער דעקט, מיר דעקן קאלס אין מאנסי, ספרינג וואלי, סאפערן, טשעטנאט רידז, נוי סיטי, וכו' וכו'
און כדי צו פארשפארן דיין צייט פון איבער פרעגן, און ווי אויך די צייט פון @מצילי אש ד'ראקלענד וועלכע איז ווארשיינליך עוסק אין די טעג צו זאמלען געלט לטובת מצילי אש וועל איך פראבירן אויסשמועסן קלארער וואס ער ענטפעט דא (לכאורה). ובכן נאך וואס 'מצילי אש ד'ראקלענד' ענטפערט קאל'ס אין פארשידענע פייער דיסטריקט'ס איז זייער פראטאקאל אז און פאל מ'רופט (צו מ'דארף צו מ'וויל) דיילט מען 911. פינטל. און מ'רעכנט נישט יעדעס מאל אויס צו מ'איז יעצט פונקט אונטער זייער דיסטריקט צו קענען דיילן זייער נאמבער.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1304

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

חסיד נלהב האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:49 pm @silent

נקודה למחשבה, אויב רופט מען די פייער דעפארטמענט אויף זייער פריוואטע נאמבער מוזן זיי נישט ריפארטן די קאל פאר די קאונטי, און כאטש אויב מ'וועט עס טראגן אין קאורט וועט מען מוזן ארויסגעבן די פיילס, קענען זיי אבער ביז אהין טענה'ן מ'האט זיי נישט גערופן, און אפילו זיי זענען דארט געווען קענען זיי זאגן זיי האבן געהאט די קאל פון א שכן אא"וו, און דאס פראבירן צו טראגן ביז צום קאורט, דערפאר וועט מצילי אש אלץ רופן דוקא פון די מצילי אש עמערדזענסי ליין [נישט קיין מעמבער אויפן סצענע], און דוקא 911.

בנוסף לזה אויב רופט מען זייער פריוואטע נאמבער, הגם ס'מאכט שנעלער זייער ריספאנס טיים, פארלענגערט עס די ריספאנס טיים פון די ארומיגע דעפארטמענטס, אזוי ווי ס'איז געווען ביי די כתר קאלל, וואס הגם זיי זענען דארט געווען בלויז 9 מינוט נאכן זיי רופן, האט מען ערשט דאן אקטיוויזירט די איבריגע דעפארטמענטס און דאס האט געמאכט זייער א גרויסע פארשפעטיגונג אויף די בכללות'דיגע ריספאנס טיים, אין פאל דאס וועט געשען אונטער די מצילי אש זייגער וואלטן זיי עס גענוצט אנקעגן מצילי אש.

צוליב די צוויי אויבדערמאנטע סיבות - און נאך - וועט מצילי אש נאר רופן די אפיציעלע 911 סיסטעם.
אוועיטער
שקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 10:43 am
Location: Pupu
x 185

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שקר »

די מצב האלט שוין אזוי ווייט אז די מאנסי פייער דעפארטמענט דארף צאלן א עד פאר ר.ד. אז זיי האבן פיינעלי געהאט א קאל

מאנסי דערלעבט נייע צייטן ספרינג הילל אין די פייער דעפארטמענט ציילט ווער עס האט מער קאלס

התורה הקדושה ינצח
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 201

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

(rockland daily)
At four o'clock a.m. Shabbos morning, Monsey Fire Dispatch received a call regarding a blaze in a home in Chestnut Ridge.

Department 7 already had a truck with fire volunteers when the call came through from the county, and was able to make it to the scene in record time.

Thanks to the heroic volunteers and dispatchers of the Monsey Fire Department, the fire was quickly brought under control.

א נייע זאך אז זיי האבן א גאנץ פרייטאג צונאכטס א פילע טראק מחללי שבתים?
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 512
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1182

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Glass »

שקר האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:18 am
פעינטיג האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:44 pm מאנסי איז אויף מיט א פרישע מעשה ווי מצילי אש האט אריינגעלייגט אידן אין א סכנה, בשעתן ריקן א געז רענטש וואס האט געברענט.

@מצילי אש ד'ראקלענד אריין מיט דעטאלן ביטע.

איך וואלט גאר שטארק רעקאמענדירט פאר די קאמישינערס אז פאר זיי שיסן ארויס סטאטוס און צעטלעך זאלן זיי זיך ציזאם זעצן א מיטינג און אפמאכן אלע קאמישינערס. שרייבערס. באצאלטע. וואלאנטירן. די מעשה וואס מען גייט ארויס לייגן פאר די עולם כדי די ליגענט זאל שטימען
קוקט ביטע די צוויי צעטלעך דאס איז גרויסע בושות איך וואלט ערווארטערט פון ענק אביסל צי זיין מער פארזיכטיג

נא למעשה האט מען צעריסן א פייפ אדער גאר אויפגעדרייט??

IMG-20250408-WA0134.jpg20250427_001213.jpg

די צוויי צעטלעך אנגעפילט מיט ליגענט דערמאנט מיר פון א מעשה:
ראובן האט געבארגט טויזענט דאלער פאר שמוען ווען ראובן האט אפגעבעטן די געלט האט שמוען געטענעט אז איך האב קיינמאל נישט געבארגט פון דיר און איך האב דיר עס שוין לאנג באצאלט און איך האב נאר געבארגט פינעף הינדרעט דאלער.................

אגב: הרב ל. י. ה. האט געזעגט ביי זיין פנימי דרשה און ישיבה אז ע''פ הלכה דארפן די אנפירערס פון א ארגענעזאציע זיין א ראיגע מענטשן און אוהב שלום ורודף שלום וכ''ו ...!
פארוואס לאזט מען צו אז די פ. ד.זאל האבן קאמישינערס וואס זענען בעלי מחלוקות, שקרנים, בעלי דימיון, ........????????
silent
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:01 am
x 17

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך silent »

פלאם האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 1:29 pm
חסיד נלהב האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 12:49 pm @silent
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:23 pm

ש'כח פאר'ן ארויפברענגען אזא וויכטיגע נקודה.
טראץ וואס איך גלייב אז האסט עס נישט אליינס געטראכט, נאר געליינט ערגעץ וואס צו יענע סארט וואלט איך מיך נישט באצויגן, דיר וועל'ך אוודאי יא ענטפערן, און טאקע וועלקאם טו אידטיש!

איז אזוי, נומבער איינס, מצילי אש סערווירט אסאך א גרעסערע שטח ווי זייער פריוואטע נומבער דעקט, מיר דעקן קאלס אין מאנסי, ספרינג וואלי, סאפערן, טשעטנאט רידז, נוי סיטי, וכו' וכו'
און כדי צו פארשפארן דיין צייט פון איבער פרעגן, און ווי אויך די צייט פון @מצילי אש ד'ראקלענד וועלכע איז ווארשיינליך עוסק אין די טעג צו זאמלען געלט לטובת מצילי אש וועל איך פראבירן אויסשמועסן קלארער וואס ער ענטפעט דא (לכאורה). ובכן נאך וואס 'מצילי אש ד'ראקלענד' ענטפערט קאל'ס אין פארשידענע פייער דיסטריקט'ס איז זייער פראטאקאל אז און פאל מ'רופט (צו מ'דארף צו מ'וויל) דיילט מען 911. פינטל. און מ'רעכנט נישט יעדעס מאל אויס צו מ'איז יעצט פונקט אונטער זייער דיסטריקט צו קענען דיילן זייער נאמבער.
נקודה למחשבה, אויב רופט מען די פייער דעפארטמענט אויף זייער פריוואטע נאמבער מוזן זיי נישט ריפארטן די קאל פאר די קאונטי, און כאטש אויב מ'וועט עס טראגן אין קאורט וועט מען מוזן ארויסגעבן די פיילס, קענען זיי אבער ביז אהין טענה'ן מ'האט זיי נישט גערופן, און אפילו זיי זענען דארט געווען קענען זיי זאגן זיי האבן געהאט די קאל פון א שכן אא"וו, און דאס פראבירן צו טראגן ביז צום קאורט, דערפאר וועט מצילי אש אלץ רופן דוקא פון די מצילי אש עמערדזענסי ליין [נישט קיין מעמבער אויפן סצענע], און דוקא 911.

בנוסף לזה אויב רופט מען זייער פריוואטע נאמבער, הגם ס'מאכט שנעלער זייער ריספאנס טיים, פארלענגערט עס די ריספאנס טיים פון די ארומיגע דעפארטמענטס, אזוי ווי ס'איז געווען ביי די כתר קאלל, וואס הגם זיי זענען דארט געווען בלויז 9 מינוט נאכן זיי רופן, האט מען ערשט דאן אקטיוויזירט די איבריגע דעפארטמענטס און דאס האט געמאכט זייער א גרויסע פארשפעטיגונג אויף די בכללות'דיגע ריספאנס טיים, אין פאל דאס וועט געשען אונטער די מצילי אש זייגער וואלטן זיי עס גענוצט אנקעגן מצילי אש.

צוליב די צוויי אויבדערמאנטע סיבות - און נאך - וועט מצילי אש נאר רופן די אפיציעלע 911 סיסטעם.
איז וואס איז די ליצנות מאכן אז עס האט גענומען צען מינוט ביז די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען אויב מען האט נישט גערופן די דירעקט נאמבער
לגבי די ארימיגע דיפארטמענטס די דיספעטשער פון ברוער רופט תיכף קאנטראל 44
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1304

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

silent האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 2:04 pm

אנטשולדיגט איך בין אריינגעשלעפט געווארן, איך האב געמיינט אז די ווילסט פארשטיין, איך וועל נאך איינמאל פראבירן, לדעתי האב איך שוין אלעס געשריבן, אבער אז די ווילסט וועל איך פראבירן דאס איינע מאל.

איך ווייס נישט ווער ס'האט ליצנות געמאכט, די פאקט איז אז ס'האט גענומען בערך צעהן מינוט, צו קען נעמען שנעלער, צו זיי דארפן קליידער א טראק אא"וו איז נישט נוגע צום אמת, דאס איז געווען די מציאות, און וועגן דעם שטייט עס, די סיבה פארוואס מצילי אש רופט 911 האב איך שוין אויסגעשמועסט, אויב ווילסטו נאך תירוצים קענסטו ניצן די צעטלעך פון די פייער דעפארטמענט וואס זיי האבן געניצט ביז זיי האבן געהאט אן אייגענע נאמבער.

דאס וואס די דיספעטשער פון ברוער דארף טוען ווייס איך אויך, למעשה ביי די קאלל אויף כתר האבן זיי נישט גערופן פארן האבן זייערע מעמבערס אויפן סיען.

נקודה למחשבה, אפילו מ'וויל גלייבן די אלע כתבי פלסתר אפילו די וואס האבן נישט קיין חתימה, איז כדאי צו געדענקן אז די ערשטע פינקן אויסגאבע איז ארויסגעקומען צו בארעכטיגן א מסירה וואס די מאנסי פייער דעפארטמענט האט געמאכט, וואס זיי האבן באמת נישט געוואלט ארויסגעבן נאר די רבנים האבן זיי געצווינגן...., און אנדערע ווערטער די פינקן איז מיוסד געווארן צו כשר'ן מסירה דורך ליגענטס און קאפ פארדרייענישן, און יעצט אז ער האט געהאט מער בויך וויי האט ער נאך ארום געשיקט א גליון אן צושרייבן צום דעם בכלל ווער ס'געט עס ארויס, ווי כאילו אז זאכן וואס זענען געדריקט זענען מער נאמן ווי ליגענט וואס מ'זאגט מיט די מויל.
ווער ס'וויל זיי גלייבן האב איך נישט קיין שום פראבלעם, אבער נעם אין אכט ס'קען זיין אז במשך הזמן וועסטו כאפן אז מ'האט דיר גענומען אויף א רייד.
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 719
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 985

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הדסים »

silent האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:54 pm
הדסים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 6:30 pm
silent האט געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 9:34 am

רבני'שע אויפזיכט איבער ארגאנעזאציעס.pdf
איך זע ווידער נישט קיין סתירה, דא שטייט אז ס'דארף זיין אן אויפזיכט אויף די הלכה'דיגע חלק פון יעדע ארגאניזאציע פונקט ווי הצלה און חברים.
דאס פרעגט אפ @Think and Thank'ס ווערטער?
און לגבי די הלכות פון ווער עס איז א רב און ווער נישט איז דא א שו"ע וואס שטייט אז מען דארף ווערן געשטעלט און נאר אזא איינער וואס ווערט געשטעלט האט די סיעתא דישמיה
איך האב דיר שוין גע'ענטפערט דערויף דא
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 512
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1182

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Glass »

silent האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:54 pm
הדסים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 6:30 pm
silent האט געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 9:34 am

רבני'שע אויפזיכט איבער ארגאנעזאציעס.pdf
איך זע ווידער נישט קיין סתירה, דא שטייט אז ס'דארף זיין אן אויפזיכט אויף די הלכה'דיגע חלק פון יעדע ארגאניזאציע פונקט ווי הצלה און חברים.
דאס פרעגט אפ @Think and Thank'ס ווערטער?
און לגבי די הלכות פון ווער עס איז א רב און ווער נישט איז דא א שו"ע וואס שטייט אז מען דארף ווערן געשטעלט און נאר אזא איינער וואס ווערט געשטעלט האט די סיעתא דישמיה
מצלי אש האט א ועד הרבנים פון אנערקענטע רבנים פון מאנסי וואס נעמען אחרית אויף די ארגענעזאציע און זיי האבן געשטעלט הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א
צוליב די אויבן דערמנטע סיבה קען מ. א. דערוויל נישט שרייב אין פאבליק די נעמען פון די רבנים וד''ל

silent@ אפשר ביסטו מסביר וואס פינקטליך איז דיין פראבלעם מיט די הייליגע ארגנעזאציע מצלי אש?
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

מאנסי האט הצלה. מאנסי האט חברים. מאנסי האט… מצילי אש!

א הייליגע ארגענעזאציע וועלכע לויפט און ראטעוועט אידישע פארמעגן און נפשות מיט מסי״נ. היינט בעט איך דיר, נעם ביטע א חלק אין פארפולקאמען די ארגענעזאציע צו קענען רעאגירן צו יעדע איינציגסטע רוף!

https://www.charidy.com/RCMA/Yidtish

אי״ה בקרוב וועט מען עפענען די פעידז אז מ'זאל קענען זעהן ווער עס זענען די הייליגע אידן וואס זענען זוכה צו נעמען א חלק!
------------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
------------------------------------------------------------------------------------
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3627
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5880

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

געגעבן $72
די איבעריגע וועט גיין אויף אנדערע פעידזעס אי״ה
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 3:05 pm מאנסי האט הצלה. מאנסי האט חברים. מאנסי האט… מצילי אש!

א הייליגע ארגענעזאציע וועלכע לויפט און ראטעוועט אידישע פארמעגן און נפשות מיט מסי״נ. היינט בעט איך דיר, נעם ביטע א חלק אין פארפולקאמען די ארגענעזאציע צו קענען רעאגירן צו יעדע איינציגסטע רוף!

https://www.charidy.com/RCMA/Yidtish

אי״ה בקרוב וועט מען עפענען די פעידז אז מ'זאל קענען זעהן ווער עס זענען די הייליגע אידן וואס זענען זוכה צו נעמען א חלק!
Screenshot 2025-04-27 154045.jpg
Screenshot 2025-04-27 154045.jpg (88.55 KiB) געזען געווארן 449 מאל
yatzmachpirkuni
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 3:51 pm
x 174

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך yatzmachpirkuni »

Screenshot 2025-04-26.jpg
Screenshot 2025-04-26.jpg (283.04 KiB) געזען געווארן 382 מאל
שרייב פאוסט