silent האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 10:51 pm
@מצילי אש ד'ראקלענד ווען מצילי אש קומט אן צו א קאלל און זיי זעהן אז מען דארף די פייער דיפארטמענט פארוואס רופן זיי נישט די דירעקט נאמבער פון ברוער?
ש'כח פאר'ן ארויפברענגען אזא וויכטיגע נקודה.
טראץ וואס איך גלייב אז האסט עס נישט אליינס געטראכט, נאר געליינט ערגעץ וואס צו יענע סארט וואלט איך מיך נישט באצויגן, דיר וועל'ך אוודאי יא ענטפערן, און טאקע וועלקאם טו אידטיש!
איז אזוי, נומבער איינס, מצילי אש סערווירט אסאך א גרעסערע שטח ווי זייער פריוואטע נומבער דעקט, מיר דעקן קאלס אין מאנסי, ספרינג וואלי, סאפערן, טשעטנאט רידז, נוי סיטי, וכו' וכו'
צוויי, אויף וויפיהל איך געדענק האט מצילי אש נישט געהאט קיין פאל אין די לעצטע יאר צייט וואס ״מען זעהט אז מען דארף די פייער דיפארטמענט״, אויסער איין קאל וואס מיר האבן געוואוסט אז זיי זענען שוין גערופן געווארן בעפאר אויף זייער פריוואטע נומבער (אויף כתר טערעס).
טאקע מיר האבן שוין געציילטע מאל גערופן, און דאס איז נאר געוועהן אלס אזא איבעריגע לעיער פון פארזיכערונג אז מיר וועלן האבן די ריכטיגע בעקאפ אויב פעלט זיך אויס.
כ'מיין אז כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט, נישטא קיין איין קאל אין די לעצטע יאר וואס מיר האבן נישט געקענט באהאנדלען אליינס, און די פ״ד האט איבערגענומען די צענע.
די איין דערמאנטע קאל, איז טאקע דערפאר ווייל מיר האבן נישט דערווייל די באשוצונג קליידער, און דערפאר גייט יעצט
אהער און מאכט זיכער אז קומענדיגע מאל איז נישט דא דעם פראבלעם.