פסח אין סיביר - ר' לייזער ננס ז''ל

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

פסח אין סיביר - ר' לייזער ננס ז''ל

פאוסט דורך יוחנן כהן »

סיביר.jpg
סיביר.jpg (155.32 KiB) געזען געווארן 246 מאל


געווען איז דאס אין אן אַרבעטס-לאַגער אין סיביר, צו וואו מען האט פארשיקט ר' אליעזר ננס זצ״ל (מער באוויסט אלס ''ר' לייזער'') צוליב דעם וואס ער איז געווען אנגעקלאגט אין "אומלעגאלע אַקטיוויטעטן קעגן דער רוסישע מדינה". די אזוי גערופענע ''פיינטליכע אַקטיוויטעטן'' איז נישט מער און נישט ווייניגער באשטאנען פון דאס וואס ער איז געווען א פרומער איד, א איד וואס האט געהאלטן תורה און מצוות, זיך נישט אוועק גערירט קיין טראפ פון וואס אונזערע חכמים זאגן. און אזוי אויך זיך משתדל געווען צו פארשפרייטן תורה צווישן אלע זיינע ארומיגע. צוליב דעם "חטא" איז ער געכאפט געווארן דורך די בארבארישע קעי דזשי בי הענט, און פארמשפט געווארן צו שמאכטן 'צען יאר'(!) אין סיביר.

מיר קענען זיך נישט פארשטעלן אין וואסערע אומשטענדן אידן וואס האבן מיטגעמאכט דעם ביטערן סיביר גורל זענען ליידער דאן געווען. ספעציעל אזא איד ווי ר' לייזער וואס איז געווען א דורך געווייקטע חסידישע חבד'סקער חסיד. די מסירות נפש און געטריישאפט פארן באשעפער וואס איז געזעהן געווארן ביי פריעדיגע אמת'ע צדיקים. און ווי עס ווערט דערציילט האט אים טאקע דעם ביטערן מצב אין סיביר גארנישט צוריק געהאלטן פון ווייטער פארשפרייטן דעם אייבערשטנס נאמען, ער האט פון גארנישט מורא געהאט, חוץ פונעם איינציגער גאט.

פסח תש"ג איז געווען זײן זיבעטער יאר אין גלות סיביר. אין די פריערדיגע יארן פלעגט צו אים אנקומען פעקלעך פון זיין רביצין אין שטוב, מיט מצות און כשר'ע צוגעהערן פאר פסח, און אזוי האט ער זיך געהאלטן אין די יום טוב'דיגע טעג. אויך יענעם יאר האט ער אין אנהייב חודש אדר באקומען א בריוו פון שטוב, וואו די משפחה האט אים אנגעוויזן אז מ'האָט געשיקט פאר אים א פעקל מיט פסח פראדוקטן, און ער זאל מתפלל זיין אז ער זאל עס טאקע באקומען.

די טעג פונעם הייליגן יום טוב קומען נענטער און דער פעקל איז נאכנישט אנגעקומען. א פאר טעג נאך ראש חודש ניסן קומט צו צו אים א אינספעקטארין פון דער "פאָליטישער פארוואלטונג" זי איז אויך געווען פאראנטווארטלעך איבער די פארשידענע בריוון און פעקלעך פון די ארעסטאנטן וואס גייט אריין און ארויס פון לאגער. זי האט זיך געוואלט באקענען מיט אים, און זען אויב ער האלט נאך בײ זײנע רעליגיעזע פרינציפן, אדער ער איז שוין מודה אין ''מאמע רוסלאנד''. זי האט אים געפרעגט צו ער איז נאך שטארק אין זיין באשלוס פון נישט ארבעטן שבתים און יומים טובים, צו איז ער נאך מקפיד אויף כשר עסן, אד''ג. זי האָט אויך געוואלט וויסן וואס איז דאס "מצה".

און ר' לייזער, נישט מורא האבענדיג פון וואס עס קען פאסירן, האט איר אויף אלעס געענטפערט מיטן פולן אמת.

"ווען איז פסח?" האט זי אים געפרעגט

"אין צען טעג," האט ר' לייזער געענטפערט.

"און וואס וועסטו טוהן אויב דיינע מצות וועלן נישט אנקומען?" האט זי ווייטער געפרעגט.

"איך וועל זיך באגעניגן מיט בלויזע קארטאפל," האט ער מיט א רוהיגקייט געענטפערט.

"און אויב וועט נישט זיין קיין קארטאפל?"

"דאן בלייבט מיר נישט אנדערש ווי צו הונגערן," האָט ער געזאגט.

"אכט טעג?!" האט זי געפרעגט מיט וואונדער.

ר' לייזער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און געזאגט, "איך האף אז מיטן באשעפערס הילף וועל איך דאס קענען אויסהאלטן."

פסח איז אנגעקומען, אבער דער פעקל איז נישט דא. נישטא קיין מצות, נישטא קיין וויין, נישט קיין וועדזשטעבלס. און נישט קיין פרוכט.

און?

און די לעצטע האף, די קארטאפל איז אויך אויסגעגאנגען.

עס איז געקומען די הייליגע סדר נאכט, די נאכט וואס גאנץ כלל ישראל קוקט אויף דעם ארויס און ווארט אויף דעם א גאנץ יאר. די נאכט וואס אין יעדע הויז זיצט דער טאטע אויפן סאפע אנגעלעהנט און ענטפערט זיינע קינדערליך די תירוץ אויף די פיר קשיות. אין יענע נאכט זיצט ר' לייזער ווייט אינעם פראסטיגן סיביר. נישט דא אויף וואס א סדר צו מאכן, קשיות איז דא גענוג, תירוצים וואס מען קען זעהן מיט די אייגענע אויגן נאכנישט. אבער ער זיצט און האפט און ווארט אויף די ניסים וואס וועט געשען בזמן הזה אזוי ווי עס איז געווען בימים ההם.

ר' לייזער האט אריין גערופן צו זיך אין צעל נאך צוויי אנדערע אידן וואס זענען אויך געווען אינעם לאגער, זיי האבן אויסגעשפרייט א ווייסן פאַפיר אויפן טיש, און אנשטאט וויין האבן זיי ארײנגעגאסן טיי אין די כוסות.

ווען זיי זענען געזיצן אלע גרייט אנצוהייבן זייער קליינע סדר'ל האט צום גרויסן חידוש פון די צוויי אנדערע אידעלעך ר' לייזער ארויסגענומען דריי פסח'דיגע מצות און עס געלייגט אויפן טיש. "איך האב עס באקומען," האט ער געזאגט אָן אנגעבן אן פונקטליכע ערקלערונג. און אזוי האבן זיי געפירט דעם סדר, מיט אביסל מצות און טיי, און די הגדה האבן זיי געזאגט פון זכרון, וואס זיי האבן געדענקט.

ווען עס איז געקומען צום צווייטן סדר נאכט האבן זיי שוין נישט געהאט קיין מצות, און דאן האט ר' לייזער צו זיי אנטפלעקט דעם סוד: "זייט איך בין אין לאַגער, לאז איך יעדעס יאר איבער דריי מצות פארן קומענדיגן פסח. איך האב קיינמאל נישט געקענט זיין זיכער אז איך וועל באקומען פרישע מצות. און טאקע, דאס יאר האב איך נישט באקומען, און אזוי האבן מיר געקענט מקיים זיין די מצווה מיט די מצות פונעם פארגאנגענעם יאר!"

זײנע חברים זענען געווארן אביסל אויפגערעגט, "ווען מיר וואלטן ווען געוואוסט אז דאס זענען דײנע לעצטע מצות, וואלטן מיר עס נישט געגעסן!"

"דאך בין איך נישט געווען גרייט צו זאגן," האָט ר' לייזער געזאָגט מיט א שמייכל, "איך האב געוואלט אז אויך איר זאלט מקיים זײן די הייליגע מצווה!"

"אבער וואס וועט זיין מיט דיר? אויף וואס וועסטו לעבן אכט טעג?"

"הקב''ה וועט שוין העלפן," האט ר' לייזער געענטפערט.

די טעג גייען פארביי, און ר' לייזער האט בלויז עטליכע שטיקלעך צוקער וואס ער האט זיך פארשאפט. און זײנע כוחות לאזן זיך אויס. זײנע חברים וואס שוינען אים, און ווילן אים נאך האבן ביים לעבן פרובירן אים איבערצורעדן צו עסן חמץ, ווייל דאס איז דאך ממש פיקוח נפש, אבער ר' לייזער לאזט זיך נישט פון גארנישט.

אינמיטן פסח איז די אינספעקטארין ווידער געקומען צו אים. זי האט געזען ווי בלאַס ער איז, און ווי זײנע הענט ציטערן, "איך האב דיר ברענגט עפעס צו עסן," האט זי געזאגט און אַרויסגענומען א ווײסער ברויטל פון קעשענע.

"א דאנק פארן ברענגען" האט ער געזאגט, "אבער איך עס נישט קיין חמץ אין פסח."

שפעטער די קומענדיגע טאג איז זי ווידער געקומען. "איך האב געבאַקן פאר דיר קיכלעך, דו מוזט עסן, אנדערש וועסטו ח''ו שטארבן!"

אבער ר' לייזער האט ווידער אפגעזאגט.

אין די לעצטע טעג האָט ער שוין נישט געקענט אראפגיין פון בעט. זיינע חברים האבן אים געגעבן צוקער וואַסער צו טרינקען.

אחרון של פסח איז ער געוועהן זייער שוואך, ער האט גענומען זיין סידור. אָבער זײן קאפ האט זיך געדרייט, און ער איז אומגעפאלן. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט, האט ער געזען אן איינגעשטעלטע פון דער ערשטע הילף אפטיילונג, וואס האט אים געגעבן עפעס א מעדעצין וואס האט אים געגעבן אביסל כוחות.

ביינאכט, מוצאי יו''ט, האבן זײנע חברים אים געברענגט צינימען מיט א טיי און אים געפיטערט עסן ווי א קינד.

א פאר טעג שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער קאמענדיר. אין צימער איז דארט אויך געווען די אינספעקטאָרין, די קאמענדיר האט אים געזאגט אז דער אינספעקטאָרין איז געוועהן דער וואס האט אויפגעהאלטן דאס פעקל, און צוריסן די בריוון פון זיין משפחה. און יעצט האט זי מורא געהאט אז ער וועט שטארבן און זי וועט זיין שולדיג.

דער קאמענדיר האט געבעטן פון ר' לייזער ער זאל אונטערשרייבן א קלאגע קען איר. אבער דער אינספעקטאָרין האט געוויינט און זיך געבעטן אז זי האט קינדער אינדערהיים צו וועם זי דארף נאך אהיים גיין.

ר' לייזער האט זיך אנגערופן און געזאגט: "איך זעה אז זי האט חרטה, און זי האט אויך א גאנץ יום טוב געטוהן וואס זי האט געקענט צו פאררעכטן, און אז ער זאל בלייבן געזונט. איך בין גרייט איר צו מוחל זיין."

"איר זענט א געוואלדיגער פאלק!" האט זיך דער קאמענדיר אנגערופן.

און אזוי האט זיך דער מעשה געשלאסן.

און יענער פסח איז קיינמאל נישט פארגעסן געווארן!

download.jpg
download.jpg (4.47 KiB) געזען געווארן 246 מאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3436

Re: פסח אין סיביר - ר' לייזער ננס ז''ל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

וואוי!!!!!!

יישכ
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3880
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5033

Re: פסח אין סיביר - ר' לייזער ננס ז''ל

פאוסט דורך שמח »

שכח @יוחנן כהן !
ווי וואָנט מאָר.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: פסח אין סיביר - ר' לייזער ננס ז''ל

פאוסט דורך מאטאווירט »

שיין!!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט