כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5967

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 8:45 pm
עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 8:32 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:04 pm

מר' @עהעם סאיז יתכן אז אויב די שטערסט די עסקנים און רבנים פון הצלת נפשות האסטו א דין פון א חייב מ.

איך האב נאר געפענט א ניק דא צו פראטעקטן רב @על פי תורה וואס ווער עס ווייסט איז ער א עסקן לשם מצוה ממש פאר ילדי לב טמא
איך האב נישט קיין אנוהג ווי א אידיש קינד קען שרייבן וואס די שרייבסט אלץ צוזאם דא
איך האב גערעדט מיט פארשטייער פון קאטאר און עגיפטן, ס'זעט אויס ווי ס'איז דא אויסזיכטן צו אנהייבן פארהאנדלונגען
@אסמכתא בעלמא
ביטע ביטע פארמאך שוין דעם לב טהור'ניק! וויפיל איז די שיעור צו טרעטן אויף אומשולדיג בלוט יודיש מיט א צינישע שמייכל?!!!!

(די מערסטע האט מיר ארויסגענומען פון די כלים ווי יעדע יודיש הארץ איז געווארן אויפגעשוידערט פון ר' שלום יעקב וואוזנער'ס ערשטהאנטיגע עדות פון די ברוטאלע רציחות פון די רוצחים, אבער דער קאלטבלוטיגער לב טהור'ניק מאכט גאר ליצנות אז די גאנצע שמועס איז אז די בחורים ווייסן נישט ווער באבוב'ער רב איז, קאלטבלוטיגער פארשטיינערטע הארץ!)

רבותי, געבטס א לייק בתורת פעטיציע.
האלט שוין ביי 77 לייקס! @אסמכתא בעלמא כ'בין נייגעריג אויב ס'דא א תגובה אויף אידטיש מיט אזויפיל לייקס. ב''ה אז דעם חברה'מען עקזעסטירט שוין נישט, כ'ברענג עס אבער ארויף אז די חשוב'ע הנהלה זאל זען ווי שטארק דער ווילן ביים ציבור איז אז איינער וואס קומט דא ארויף (און ס'איז נישט קיין ספק אז ער גייט פראבירן צוריקצוקומען מיט אנדערע נעמען) צו שטיצן די רוצחים זאל תוך כדי דיבור פארשפארט ווערן, און עס זאל נישט נעמען 4 חדשים....
געזאגט
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 7:24 pm
Location: brooklyn
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געזאגט »

מנהיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:36 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:13 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:30 am

איך וויל סתם קלארשטעלן אז איך האב נאכנישט געהערט די שמועס דארטן, כ'האב נישט קיין השגה וואס עס איז גערעדט געווארן דארט.
כ'האב פשוט געוואלט אויסקלארן אז ס'איז נישט געווען לשם אינטערטעימענט.
לכאורה יואל העניך העלבראנץ
דוכט זיך מיר אז פנחס לייפער ווארפט אריין ערגעץ אינמיטן דעם פאנעל אז ער האט געהאט א לאנגע שמועס מיט יואל העניך א'ן ד'י רעקאר'ד
איינער מיט א לינק צו הערן דעם פאנעל

אדער כאטש מיט אנווייזונגן ווי אזוי צו מאכן א צוריק גיין צו בוקמארק אויף קרעטשמע
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5967

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

געזאגט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:02 am
מנהיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:36 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:13 pm

לכאורה יואל העניך העלבראנץ
דוכט זיך מיר אז פנחס לייפער ווארפט אריין ערגעץ אינמיטן דעם פאנעל אז ער האט געהאט א לאנגע שמועס מיט יואל העניך א'ן ד'י רעקאר'ד
איינער מיט א לינק צו הערן דעם פאנעל

אדער כאטש מיט אנווייזונגן ווי אזוי צו מאכן א צוריק גיין צו בוקמארק אויף קרעטשמע
יעדע מאל מ'רופט צוריק, קען מען דריקן # צוריקצוגיין וואו מען האט געהאלטן
געזאגט
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 7:24 pm
Location: brooklyn
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געזאגט »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:04 am
געזאגט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:02 am
מנהיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:36 pm
דוכט זיך מיר אז פנחס לייפער ווארפט אריין ערגעץ אינמיטן דעם פאנעל אז ער האט געהאט א לאנגע שמועס מיט יואל העניך א'ן ד'י רעקאר'ד
איינער מיט א לינק צו הערן דעם פאנעל

אדער כאטש מיט אנווייזונגן ווי אזוי צו מאכן א צוריק גיין צו בוקמארק אויף קרעטשמע
יעדע מאל מ'רופט צוריק, קען מען דריקן # צוריקצוגיין וואו מען האט געהאלטן
שכ''ח א לינק וואלט נאכאלץ געווען געשמאקער אויב איינער קען זיך אנרופן. א דאנק.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2787
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6457

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:24 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 8:45 pm
עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 8:32 pm
איך האב גערעדט מיט פארשטייער פון קאטאר און עגיפטן, ס'זעט אויס ווי ס'איז דא אויסזיכטן צו אנהייבן פארהאנדלונגען
@אסמכתא בעלמא
ביטע ביטע פארמאך שוין דעם לב טהור'ניק! וויפיל איז די שיעור צו טרעטן אויף אומשולדיג בלוט יודיש מיט א צינישע שמייכל?!!!!

(די מערסטע האט מיר ארויסגענומען פון די כלים ווי יעדע יודיש הארץ איז געווארן אויפגעשוידערט פון ר' שלום יעקב וואוזנער'ס ערשטהאנטיגע עדות פון די ברוטאלע רציחות פון די רוצחים, אבער דער קאלטבלוטיגער לב טהור'ניק מאכט גאר ליצנות אז די גאנצע שמועס איז אז די בחורים ווייסן נישט ווער באבוב'ער רב איז, קאלטבלוטיגער פארשטיינערטע הארץ!)

רבותי, געבטס א לייק בתורת פעטיציע.
האלט שוין ביי 77 לייקס! @אסמכתא בעלמא כ'בין נייגעריג אויב ס'דא א תגובה אויף אידטיש מיט אזויפיל לייקס. ב''ה אז דעם חברה'מען עקזעסטירט שוין נישט, כ'ברענג עס אבער ארויף אז די חשוב'ע הנהלה זאל זען ווי שטארק דער ווילן ביים ציבור איז אז איינער וואס קומט דא ארויף (און ס'איז נישט קיין ספק אז ער גייט פראבירן צוריקצוקומען מיט אנדערע נעמען) צו שטיצן די רוצחים זאל תוך כדי דיבור פארשפארט ווערן, און עס זאל נישט נעמען 4 חדשים....
דא איז דא 133 viewtopic.php?t=340... און דא 78 viewtopic.php?p=56187#p56187...
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 9:18 pm
גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,
מען רעדט אסאך איבער די רשעות פון לב טהור בנוגע די נישט עסן מיטן תירוץ פון כשרות, מען האט אסאך טענות איבער די לבוש, וכו' וכו', פארשידענע זאכן וואס זיי זאגן בשם אידישקייט,
איז דא דא א הייקעלע נקודה, זענען זיי דען נישט גערעכט אז עס זענען דא פראבלעמען מיט די פלייש, פעלט דען אידן אין וויליאמסבורג און אין בורו פארק וואס עסן נישט קיין טשיקען? פעלן דען רבנים וואס האלטן אז די טשיקען איז ממש פראבלעמאטיש? און בהמה פלייש עסט מען דאך נישט אין קאשוי אליינס (וואס זיי זענען בעצם די וואס פירן יעצט די מערכה בעיקר), ר' טודרוס זילבער שליט''א לעבט לכאו' אקוראט אויף די דייעט פון לב טהור, ער עסט נישט קיין פלייש נישט קיין אייער נישט קיין מילכיגס וכו',
פראבלעמן מיט די מילך פעלן אויכעט נישט, (איר וועט אפשר זיין שאקירט צו הערן אז די ליבעראלע ר' הרשל שכטר טרינקט נישט קיין מילך פאר די לעצטע 20 יאר, עס איז דא דערביי אן ערנסטע פראבלעם מיט טריפות תערובות מין במינו ואכמלה''ב).
און אויב זענען דא פראבלעמען אין די פלייש איז דאך די אייער אויכעט פראבלעמאטיש,
און וויפיל שאלות פון בישול עכו''ם קען זיך מאכן ביי יעדע קעיטערינג, און עס זענען דא מערערע אידן וואס עסן נאר היימיש,
וויין אויב איז מען חושש צו ראיית עכו''ם אזויווי עס שטייט אין של''ה איז אויכעט דא א שטארקע מקום נישט צו טרינקען פון דרויסן, ווי אויכעט איז מקובל פון צדיקים אז עס איז משפיע אויף דער וואס טרינקט די וויין די ערליכקייט פונעם פאברעצירער.
און מער ווי דעם, - עס זענען דא גאנצעטע קהילות קדושות בישראל וואס זייערע חומרות אין כשרות זענען האר אויפשטעלנד, לדוגמא די חזונשיניקים אין בני ברק עסן נאר וואס זיי מאכן אליינס און ווען זיי מאכן חתונה איז דא איין דעזעגנירטע זאל ווי זיי אלע מאכן חתונה, און זיי האבן א הסכם אז מען לאזט זיי ברענגן זייערע אייגענע טעפ און די היימישע מענטשן קאכן אפ די סעודה פאר די גאנצע חתונה! און אפי' דערנאך וועלן אלס זיין די וואס עסן נאר פון זיי אליינס ממש (און די ווערטל לויפט אז מען רופט אויס פאר די סעודה די קוגל אויף די רעכטע זייט איז פון באבע ברעטלער אויף די לינקע זייט איז פון באבע פויזן, אז די משפחות זאלן קענען עסן נאר די אייגענע), - וויין מאכט אויכעט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב, - בעפאר מען עסט סיי וואס מעשר'ט מען איבער (אפי' זאכן וואס קומען אמעריקא.. אלס חשש אז אפשר איז דארט אריינגעמישט עפעס פון ארץ ישראל), - זיי ניצן נישט שבת די וואסער פון די סינקס (אזוי ווי אנדערע ניצן נישט קיין עלעקטעריק), און דאס אלעס גייט אן ווי אימער מען געפינט זיך נאר, אריינגערעכנט ווען מען פארט אוועק ארגעץ וועט מען אלעס מיטנעמען (און אנשעפן פאר שבת עטליכע גאלן וואסער), איך קען א איד וואס איז ל''ע געווען אין אמעריקא אויף צרכי רפואה און ער האט אלעס מיטגעשלעפט פאר עטליכע וואכן.
נאך א דוגמא דער סטריקוב'ער רבי פון בני ברק מאכט זיין אייגענע שחיטה פאר אלע זיינע קינדער אייניקלעך און איראייניקלעך, ער עסט נישט קיין טשיקען און נישט קיין בהמה בלויז טערקי,
מען האט פריער חוזק געמאכט פון די באקן מצות אין לב טהור, איר ווייסט וויאזוי עס זעט אויס א מצות באקן אין בריסק? וויפיל קולות וברקים עס גייט דארט פאר, מען קומט אריין מען דרייט איבער די גאנצע פלאץ וכו', עפעס א תמים פון גוואטאמלא האט פריער געפרעגט וויפיל עס קאסט א פונט מצות עבודת יד להוי ידוע א בריסקע חבורה קאסט הונדרעט דאללער א פונט!!
פארוואס איז דאס אלעס מדריגות און לגבי לב טהור רשעות? ווייל זיי זענען נאך פרומער? נו אדרבה אשריהם מה טוב חלקם!

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
איך געדענק נישט אז איינער זאל זאגן אז די חומרות בימי שלמה זענען געווען רשעות.

די רשעות איז געקומען דורך נחמן, וואס האט גע'אסר'ט אלעס אלעס אלעס, מיט א זייער קלארע ציל.

און אויך די תעניתים און סיגופים און תיקונים, און אלגעמיינע ארעמקייט וואס איז געקומען פון די קארופטירטע קאמוניזם
איך האב געהערט פון מער ווי איין יוצא אז בימי שלמה איז פונקט אזוי געווען רשעות און נאכמער
נאר ער האט אויך געהאט א כח פון חנופה דאס וואס זיי האבן נישט ווייל ער איז געווען מער כיטערע און געריבן
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 313

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 8:21 am
שווערמער האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 9:18 pm איך געדענק נישט אז איינער זאל זאגן אז די חומרות בימי שלמה זענען געווען רשעות.

די רשעות איז געקומען דורך נחמן, וואס האט גע'אסר'ט אלעס אלעס אלעס, מיט א זייער קלארע ציל.

און אויך די תעניתים און סיגופים און תיקונים, און אלגעמיינע ארעמקייט וואס איז געקומען פון די קארופטירטע קאמוניזם
איך האב געהערט פון מער ווי איין יוצא אז בימי שלמה איז פונקט אזוי געווען רשעות און נאכמער
נאר ער האט אויך געהאט א כח פון חנופה דאס וואס זיי האבן נישט ווייל ער איז געווען מער כיטערע און געריבן
וואס דארפסטו מער ווי וואס ער פלעגט עסן
ער איז דאך געווען א גראבער
און אלע דארטן זענען געווען דארע שטעקענעס
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3400

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 9:18 pm
גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,
מען רעדט אסאך איבער די רשעות פון לב טהור בנוגע די נישט עסן מיטן תירוץ פון כשרות, מען האט אסאך טענות איבער די לבוש, וכו' וכו', פארשידענע זאכן וואס זיי זאגן בשם אידישקייט,
איז דא דא א הייקעלע נקודה, זענען זיי דען נישט גערעכט אז עס זענען דא פראבלעמען מיט די פלייש, פעלט דען אידן אין וויליאמסבורג און אין בורו פארק וואס עסן נישט קיין טשיקען? פעלן דען רבנים וואס האלטן אז די טשיקען איז ממש פראבלעמאטיש? און בהמה פלייש עסט מען דאך נישט אין קאשוי אליינס (וואס זיי זענען בעצם די וואס פירן יעצט די מערכה בעיקר), ר' טודרוס זילבער שליט''א לעבט לכאו' אקוראט אויף די דייעט פון לב טהור, ער עסט נישט קיין פלייש נישט קיין אייער נישט קיין מילכיגס וכו',
פראבלעמן מיט די מילך פעלן אויכעט נישט, (איר וועט אפשר זיין שאקירט צו הערן אז די ליבעראלע ר' הרשל שכטר טרינקט נישט קיין מילך פאר די לעצטע 20 יאר, עס איז דא דערביי אן ערנסטע פראבלעם מיט טריפות תערובות מין במינו ואכמלה''ב).
און אויב זענען דא פראבלעמען אין די פלייש איז דאך די אייער אויכעט פראבלעמאטיש,
און וויפיל שאלות פון בישול עכו''ם קען זיך מאכן ביי יעדע קעיטערינג, און עס זענען דא מערערע אידן וואס עסן נאר היימיש,
וויין אויב איז מען חושש צו ראיית עכו''ם אזויווי עס שטייט אין של''ה איז אויכעט דא א שטארקע מקום נישט צו טרינקען פון דרויסן, ווי אויכעט איז מקובל פון צדיקים אז עס איז משפיע אויף דער וואס טרינקט די וויין די ערליכקייט פונעם פאברעצירער.
און מער ווי דעם, - עס זענען דא גאנצעטע קהילות קדושות בישראל וואס זייערע חומרות אין כשרות זענען האר אויפשטעלנד, לדוגמא די חזונשיניקים אין בני ברק עסן נאר וואס זיי מאכן אליינס און ווען זיי מאכן חתונה איז דא איין דעזעגנירטע זאל ווי זיי אלע מאכן חתונה, און זיי האבן א הסכם אז מען לאזט זיי ברענגן זייערע אייגענע טעפ און די היימישע מענטשן קאכן אפ די סעודה פאר די גאנצע חתונה! און אפי' דערנאך וועלן אלס זיין די וואס עסן נאר פון זיי אליינס ממש (און די ווערטל לויפט אז מען רופט אויס פאר די סעודה די קוגל אויף די רעכטע זייט איז פון באבע ברעטלער אויף די לינקע זייט איז פון באבע פויזן, אז די משפחות זאלן קענען עסן נאר די אייגענע), - וויין מאכט אויכעט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב, - בעפאר מען עסט סיי וואס מעשר'ט מען איבער (אפי' זאכן וואס קומען אמעריקא.. אלס חשש אז אפשר איז דארט אריינגעמישט עפעס פון ארץ ישראל), - זיי ניצן נישט שבת די וואסער פון די סינקס (אזוי ווי אנדערע ניצן נישט קיין עלעקטעריק), און דאס אלעס גייט אן ווי אימער מען געפינט זיך נאר, אריינגערעכנט ווען מען פארט אוועק ארגעץ וועט מען אלעס מיטנעמען (און אנשעפן פאר שבת עטליכע גאלן וואסער), איך קען א איד וואס איז ל''ע געווען אין אמעריקא אויף צרכי רפואה און ער האט אלעס מיטגעשלעפט פאר עטליכע וואכן.
נאך א דוגמא דער סטריקוב'ער רבי פון בני ברק מאכט זיין אייגענע שחיטה פאר אלע זיינע קינדער אייניקלעך און איראייניקלעך, ער עסט נישט קיין טשיקען און נישט קיין בהמה בלויז טערקי,
מען האט פריער חוזק געמאכט פון די באקן מצות אין לב טהור, איר ווייסט וויאזוי עס זעט אויס א מצות באקן אין בריסק? וויפיל קולות וברקים עס גייט דארט פאר, מען קומט אריין מען דרייט איבער די גאנצע פלאץ וכו', עפעס א תמים פון גוואטאמלא האט פריער געפרעגט וויפיל עס קאסט א פונט מצות עבודת יד להוי ידוע א בריסקע חבורה קאסט הונדרעט דאללער א פונט!!
פארוואס איז דאס אלעס מדריגות און לגבי לב טהור רשעות? ווייל זיי זענען נאך פרומער? נו אדרבה אשריהם מה טוב חלקם!

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
איך געדענק נישט אז איינער זאל זאגן אז די חומרות בימי שלמה זענען געווען רשעות.

די רשעות איז געקומען דורך נחמן, וואס האט גע'אסר'ט אלעס אלעס אלעס, מיט א זייער קלארע ציל.

און אויך די תעניתים און סיגופים און תיקונים, און אלגעמיינע ארעמקייט וואס איז געקומען פון די קארופטירטע קאמוניזם
וואאאט?!?! שלמה איז געווען 'די' ארכיטעקטור פון די רשעות וואס דארטן איז פארגעקומען! זיין זון נחמן האט סך הכל גענומען זיינע אייגענע געדאנקען און עס גענומען אויף אן עקסטרעם, אבער ער איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט די אלע רשעות'דיגע מעטאדן אויסצופייניגן זיינע אונטערטאנען.

הער נאר די אינטערוויוס פון די אנטלאפענע וואסערע שרעקליכע פייניגונגען דער רשע איז אלס אויפגעקומען צו צוקלאפן זיינע אונטערטאנען פיזיש און גייסטיש ברוחניות ובגשמיות.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 63

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

מען דארף אריינעמען אז סאיז טאקע איין קולט (מיט איין אבי אבות..) פאר די לעצעטע 30 יאר אבער סאיז געווען אסאך תקופות ער איז געקומען פון א''י, געפענט א חבורה אין ב''פ (אדער פריער?), דערנאך געמופט קיין מאנסי, נאך פרשת שי פימא קיין קאנאדע, און נאך די רדיפוות דארטען האבן זיי אנטלאפען צו נאך א פלאץ אין קאנאדא, דערנאך גיין גוטמאלע, שווער צו אויסרעכענען אלע מסעות,

אין ביי יעדע סטעישען איז מען געווארען מער און מער פארדרייט, זיי האבען אלטס געטוישט און צולייגט ביז מיר האלטען דא,
אבער עכט קען מען עס צוטיילען אין דריי 1. ביז גוואטמאלא ( איז נאך געווען עפעס גרעניצען זיך צו האלטען עפעס נארמאל ) 2. אין גוואטמאלא (איז שוין געווען פול קאנטראל) 3. נאך זיין שטארבען (איז געוואקסען תיקונים און סיגופים אויף הייווען)
ממילא ווילאנג שלמה ה. האט געלעבט איז נאך געווען מנופולישען און נאכדעם איז שוין געווען סתם אונטערדריקעניש..
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:18 am

איך זע נישט אזוי די זאך. פארקערט, די חומרות זענען געווען די כוח המושך, זאכן וואס האט געמאכט די מענטשן וועלן אהינקומען. שלמה'ס רשעות איז געווען מער אין די טעראר, פייניגונגען און דאס גלייכן. (און פארשטייט זיך די טומאה)

זייערע חומרות בימי שלמה זענען געווען זאכן וואס זענען היבש גאנגבאר ביי אנדערע פארפרומטע אידן (ווי @גארנישט רעכנט אויס כעמיר גורנה), נאר ער האט דאס גענומען אויף אינגאנצן אויסגעפירט למעשה אן קיין פשרות.

איינער פון דער גרעסטער קעגנער פון ל"ט איז ר' יניב עסיס, א ספרדישער (לכאורה) איד וואס טוט אסאך און צניעות, און ער האט ארויסגעגעבן ספרים דערוועגן, מיט עקסטרעמע געדאנקען. ער איז געגאנגען צו לב טהור עס צו זען פון דער נאנט, און עס האט אים שטארק געצויגן אהין.
צו זיין מזל האט ער באמערקט אז קינדער ווערן דארט געפייניגט און אנדערע ברוטאליטעטן, וואס האט אים געמאכט אנטלויפן פון דארט און ווערן זייער ארכי-שונא.

אויך אין זייערע פראפאגאנדע ביכלעך הייבן זיי שטארק ארויס זייער חומרות אין לבוש און מאכלים.

ווידעראום ביי נחמן איז ממש אלעס גע'אסר'ט געווארן, אויף א פארנעם וואס קיין שום איד אויף דער וועלט, אויך דער פרימסטער שייך, וואלט קיינמאל בכלל מסכים געווען. אויסטערלישער חששות דחששות וואס זייער איינציגסטער ציל איז צו מאכן דעם עולם מער אונטערדריקט און מער אנגעוואנדן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15269

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רבותי, דער פראבלעם פון לב טהור, נאך ביים פריערדיגער רבי'ן, איז בכלל נישט חומרות, אדער עינויים בעניני אכילה.

עס איז 1) פייניגונגען ברוחניות מיט דברי איסור ונבלה, 2) פייניגונגען בגשמיות ווי שקלאפן וואס די ווייב און קינדער געהערן פאר'ן מנהיג.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3400

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:59 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:18 am
שווערמער האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 9:18 pm
איך געדענק נישט אז איינער זאל זאגן אז די חומרות בימי שלמה זענען געווען רשעות.

די רשעות איז געקומען דורך נחמן, וואס האט גע'אסר'ט אלעס אלעס אלעס, מיט א זייער קלארע ציל.

און אויך די תעניתים און סיגופים און תיקונים, און אלגעמיינע ארעמקייט וואס איז געקומען פון די קארופטירטע קאמוניזם
וואאאט?!?! שלמה איז געווען 'די' ארכיטעקטור פון די רשעות וואס דארטן איז פארגעקומען! זיין זון נחמן האט סך הכל גענומען זיינע אייגענע געדאנקען און עס גענומען אויף אן עקסטרעם, אבער ער איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט די אלע רשעות'דיגע מעטאדן אויסצופייניגן זיינע אונטערטאנען.

הער נאר די אינטערוויוס פון די אנטלאפענע וואסערע שרעקליכע פייניגונגען דער רשע איז אלס אויפגעקומען צו צוקלאפן זיינע אונטערטאנען פיזיש און גייסטיש ברוחניות ובגשמיות.
איך זע נישט אזוי די זאך. פארקערט, די חומרות זענען געווען די כוח המושך, זאכן וואס האט געמאכט די מענטשן וועלן אהינקומען. שלמה'ס רשעות איז געווען מער אין די טעראר, פייניגונגען און דאס גלייכן. (און פארשטייט זיך די טומאה)

זייערע חומרות בימי שלמה זענען געווען זאכן וואס זענען היבש גאנגבאר ביי אנדערע פארפרומטע אידן (ווי @גארנישט רעכנט אויס כעמיר גורנה), נאר ער האט דאס גענומען אויף אינגאנצן אויסגעפירט למעשה אן קיין פשרות.

איינער פון דער גרעסטער קעגנער פון ל"ט איז ר' יניב עסיס, א ספרדישער (לכאורה) איד וואס טוט אסאך און צניעות, און ער האט ארויסגעגעבן ספרים דערוועגן, מיט עקסטרעמע געדאנקען. ער איז געגאנגען צו לב טהור עס צו זען פון דער נאנט, און עס האט אים שטארק געצויגן אהין.
צו זיין מזל האט ער באמערקט אז קינדער ווערן דארט געפייניגט און אנדערע ברוטאליטעטן, וואס האט אים געמאכט אנטלויפן פון דארט און ווערן זייער ארכי-שונא.

אויך אין זייערע פראפאגאנדע ביכלעך הייבן זיי שטארק ארויס זייער חומרות אין לבוש און מאכלים.

ווידעראום ביי נחמן איז ממש אלעס גע'אסר'ט געווארן, אויף א פארנעם וואס קיין שום איד אויף דער וועלט, אויך דער פרימסטער שייך, וואלט קיינמאל בכלל מסכים געווען. אויסטערלישער חששות דחששות וואס זייער איינציגסטער ציל איז צו מאכן דעם עולם מער אונטערדריקט און מער אנגעוואנדן.
איך כאפ נישט וואס דו רעדסט, דו רעדסט פון צוויי באזונדערע זאכן, חומרות און פייניגונגען? ס'איז די זעלבע זאך מיט א אנדערע נאמען!... די אלע פייניגונגס מעטאדן פון אויסהונגערן, גלות, מלקות, וכו' וכו', די אלע זאכן זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך שלמה אליינס. ווי קומט אריין חומרות דא? אויב אסר'ן אלע סארטן מאכלים הייסט ביי דיר חומרות, איז נחמן סך הכל געווען א גרעסערע מחמיר ווי זיין טאטן...

און ווי @דער תהלים איד זאגט, די פיזישע פיינונגען זענען טאקע געווען גאר שרעקליך און ברוטאל, אבער ס'איז ליידער געווען א וויץ קעגן די ריכטיגע שמוץ וואס ער האט אפגעטוהן מיט זיינע מענטשן בדברים שפלים ונבלים שאי אפשר לפרטם, און דאס איז וואס מאכט די קולט אלס די סאמע ערגסטע און געמיינסטע וואס ס'האט נאר אמאל עקזיסטירט. נישט צוליב די ברוטאליטעטן וואס זענען פארגעקומען דארטן, וואס דאס בעצם איז גענוג און איבריג אונטערצוברענגען דעם קולט, אבער ליידער ליידער איז פארגעקומען אסאך ערגערע זאכן טרעטנדיג אויף די ג' חמורות בשאט נפש, און דאס איז די גרעסטע קליפה פון דעם קולט.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 174

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5967

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים
עס האט היינט געדארפט באשטעטיגט ווערן אין געריכט די באפרייאונג פון 2 לעכטיגע בחורים פון די שעלטערס, אומשולדיגע קינדערלעך וועלעכע זענען אנטשלאסן קיינמאל מער נישט צוריקצוגיין צו לב טמא, אלעס האט שוין געקלאפט ב''ה, ביז די רשעים האבן אריינגעגעבן אן עמירדשינסי סטעי און אפגעשטופט די געריכט מיט 6 וואכן!

דעי בחורים גייען ממילא קיינמאל נישט צוריק צו לב טהור, אבער דעי רשעים ווילן זיי האלטן ווי לענגער אינעם שעלטער, אבי נישט צו גיין מיט די עסקנים.

די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג אויף נאך עטליכע קעיס'עס, ציווישן איין נייעס'ל און די אנדערע, זאגטס ביטע א קאפיטל תהלים!
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 63

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:32 pm איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
מען האט שוין ארומגערעדט אויף אייוועלט דערוועגן ביי זיין אונטערוויא אינעם מאמענט, דער עולם איז געבליבן דארטען (ווי איך פארשטיי) ביי דער מסקנא אז קולט איז צו א מיאוסע ווארט צו נוצען אויף יעדע (נישט גיטע) זאך... אדער אז א יעדער וואס לויפט נאך עפעס, פאנגט ער אן צו זען די זאך איבעראל..
סאיז דא אווערטיל אז איינער האט איבעראל געטראפן צלמים, האט אים א גוטזאגער געזאגט אז לעולם וואלט ער אליינס אויך געווען א ציילעם( שטייענדיג מיט די הענט אין די ברייט) נאר זיין קאפ שטייט נישט גראד.. איז עס אויס ציילעם :D :D
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

צום טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:55 am מען דארף אריינעמען אז סאיז טאקע איין קולט (מיט איין אבי אבות..) פאר די לעצעטע 30 יאר אבער סאיז געווען אסאך תקופות ער איז געקומען פון א''י, געפענט א חבורה אין ב''פ (אדער פריער?), דערנאך געמופט קיין מאנסי, נאך פרשת שי פימא קיין קאנאדע, און נאך די רדיפוות דארטען האבן זיי אנטלאפען צו נאך א פלאץ אין קאנאדא, דערנאך גיין גוטמאלע, שווער צו אויסרעכענען אלע מסעות,

אין ביי יעדע סטעישען איז מען געווארען מער און מער פארדרייט, זיי האבען אלטס געטוישט און צולייגט ביז מיר האלטען דא,
אבער עכט קען מען עס צוטיילען אין דריי 1. ביז גוואטמאלא ( איז נאך געווען עפעס גרעניצען זיך צו האלטען עפעס נארמאל ) 2. אין גוואטמאלא (איז שוין געווען פול קאנטראל) 3. נאך זיין שטארבען (איז געוואקסען תיקונים און סיגופים אויף הייווען)
ממילא ווילאנג שלמה ה. האט געלעבט איז נאך געווען מנופולישען און נאכדעם איז שוין געווען סתם אונטערדריקעניש..
לא דובים ולא יער
ויהי בימי שלמה העלבראנץ
הוא ברשעו מתחלתו ועד סופו
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5879

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

IMG_2432.jpeg
IMG_2432.jpeg (435.93 KiB) געזען געווארן 1947 מאל
מחודש
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:28 pm
x 47

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מחודש »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:15 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 3:16 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:29 pm

א שטארקע נקודה דאס. איך האב קיינמאל נישט געכאפט אז דער חסרון פון רעדן מיט ניקס, וואס איינגטליך ווייס איך קיינמאל נישט צו איך רעד מיט א נארמאלער מענטש אדער מיט א שוטה מיט א גוטן שריפט.... קען זיין אז ווען איך ווער געוואויר מיט וועמען איך רעד צומאל וועט מיר שלעכט ווערן.... דאס איז בעצם דער מעלה אז איך קען אים אפפרעגן אן טראכטן אז דער זאגער איז דאך דער און יענער און ער מוז זיין גערעכט. א נקודה.
זייער גערעכט, אבער נישט אין אזא פאל.

דא אין די טעמע, אנשטאט זיך באציען צו די עצם טענה, האט מען גענומען די מיטל פון באשולדיגן יעדער וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די מעינסטרים מיינונג אלץ א לב טהור'ניק. דאס איז די היפך פון א פארום! די פראבלעם דערפון ווערט ניכר ווען עס קומט אזא איינער ווי ר' @שמואל פוקס וואס א גרויסער עולם דא קען אים, און דו קענסט אים נישט באשולדיגען אלץ לב טהור'ניק דאן בלייבט מען מיט די צונג אינדרויסן.

ווען עס קומט א פרישע ניק, אן קיין שום רעפיוטאציע, און הייבט אן שרייבן זאכן וואס איז שלא כפי רוחי וועט עס מיר אסאך מער נערווירען ווי ווען א ניק ווי @Azoi Tzi Zugen אדער @וואוילער @מסתמא @שאינו יודע לשאול ועוד ועוד אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, זאלן שרייבן עפעס וואס איך בין שארף קעגן דעם. איך וועל אסאך מער ריספעקטרין די מיינונג פון די אויבן דערמאנטע, ווי עפעס א גרינער. פארוואס? ווייל די ניקס האבן זיך שוין ביי מיר געפראווד צו זיין פארשטענדליכע און קלוגע לייט אין אנדערע געלעגנהייטן. נו, איך מוז נישט אלעמאל אגריען מיט וואס יעדער שרייבט אבער מיין ריספעקט צו זיי בלייבט ווייטער א הונדערט פראצענטיגע ריספעקט, אפגעזעהן צו איך בין מסכים מיט זיי אדער נישט. דער גרינער אבער, ווייס איך דאך נישט ווער דאס איז, דארף ער זיך קודם פראוון מיט אזא 50-60 אינטעליגאנטע פאוסטס כדי איך זאל בכלל קוקן זיין זייט. @שמואל פוקס האט אבער א פריוועליגע, אז תיכף ביי זיין ערשטן פאוסט איז ער שוין געפראווד צו זיין א קלוגער מאן. איך ריספעקטיר שוין זיין מיינונג נאך פון פאר אידטיש איז געווען אין די תשעה ירחי לדה...

אבער, דאס געבט נאך אלץ נישט קיין רעכט פאר קיינעם צו שיסן א לאטקע ווי מען מען זאגט, און גיין ווייטער. אבער איך קוק עס אן ווי @שמואל פוקס האט נישט קיין נערווען צו מרחיב זיין, ער וויל בסך הכל זאגן פארן עולם קויפטס נישט יעדעס ווארט וואס ווערט געליפטערט דא ווייל האלב דערפון איז פארפירעריש. און ער האט אלע רעכטן. ער מוז נישט מסביר זיין זיינע ווערטער. ווער עס קען שמואל פוקס, און ריספעקטירט זיין מיינונג זאל וויסן אז שמואל פוקס האלט אז די מציאות איז נישט ווי עס ווערט געליפערט דא.

מען קען רעדן דערפון?

דאס איז פלעין נישט אמת. קוק צוריק ווען @עהעם האט אנגעהויבן מיט זיינע שטיק, האט מען אים געהעריג געענטפערט. נאר ווען ער האט אנגעהויבן מער און מער חוש'ן און מישן, האט דער עולם מחליט געווען זיך מער נישט צו לאזן פונ'ם טראל.
איך קען אסאך מענטשן װאס האבן ליב זיך צו טענה'ן לשם טענה'ן די אלע פארשפארטע חברה מוז בכלל נישט זיין אז זיי זענען לט זיי קענען טענה'ן אין ביהמ''ד פארקערט, נעם נישט זאכען אזוי ערנסט
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 407

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

ווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 3:04 pmIMG_2432.jpeg
פאר די נעטפרי באניצער וואס קענען נישט זעהן
וואס זעהט מען דא?
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 777

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

מחודש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 3:15 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:15 pm
דאס איז פלעין נישט אמת. קוק צוריק ווען @עהעם האט אנגעהויבן מיט זיינע שטיק, האט מען אים געהעריג געענטפערט. נאר ווען ער האט אנגעהויבן מער און מער חוש'ן און מישן, האט דער עולם מחליט געווען זיך מער נישט צו לאזן פונ'ם טראל.
איך קען אסאך מענטשן װאס האבן ליב זיך צו טענה'ן לשם טענה'ן די אלע פארשפארטע חברה מוז בכלל נישט זיין אז זיי זענען לט זיי קענען טענה'ן אין ביהמ''ד פארקערט, נעם נישט זאכען אזוי ערנסט
איך האב ביז לעצטענס געהאלטן אז הרב עהעם איז דא סתם זיך צו טענה'ן, אבער שפעטער איז ער געגאנגען צו ווייט פאר סתם א אנדרייער. קען נאך אלץ זיין אז זיין ציל איז נישט געווען לב טהור נאר אראפברענגען די מצב דא און ער איז געגאנגען ווייטער ווי נאכן זען ווי די עולם טאנצט אזוי.

אזוי צו אזוי איז דאס איז טייטש פון א טראל, און ער האט גוט געטויגט דערצו.
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:26 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:59 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:18 am
וואאאט?!?! שלמה איז געווען 'די' ארכיטעקטור פון די רשעות וואס דארטן איז פארגעקומען! זיין זון נחמן האט סך הכל גענומען זיינע אייגענע געדאנקען און עס גענומען אויף אן עקסטרעם, אבער ער איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט די אלע רשעות'דיגע מעטאדן אויסצופייניגן זיינע אונטערטאנען.

הער נאר די אינטערוויוס פון די אנטלאפענע וואסערע שרעקליכע פייניגונגען דער רשע איז אלס אויפגעקומען צו צוקלאפן זיינע אונטערטאנען פיזיש און גייסטיש ברוחניות ובגשמיות.
איך זע נישט אזוי די זאך. פארקערט, די חומרות זענען געווען די כוח המושך, זאכן וואס האט געמאכט די מענטשן וועלן אהינקומען. שלמה'ס רשעות איז געווען מער אין די טעראר, פייניגונגען און דאס גלייכן. (און פארשטייט זיך די טומאה)

זייערע חומרות בימי שלמה זענען געווען זאכן וואס זענען היבש גאנגבאר ביי אנדערע פארפרומטע אידן (ווי @גארנישט רעכנט אויס כעמיר גורנה), נאר ער האט דאס גענומען אויף אינגאנצן אויסגעפירט למעשה אן קיין פשרות.

איינער פון דער גרעסטער קעגנער פון ל"ט איז ר' יניב עסיס, א ספרדישער (לכאורה) איד וואס טוט אסאך און צניעות, און ער האט ארויסגעגעבן ספרים דערוועגן, מיט עקסטרעמע געדאנקען. ער איז געגאנגען צו לב טהור עס צו זען פון דער נאנט, און עס האט אים שטארק געצויגן אהין.
צו זיין מזל האט ער באמערקט אז קינדער ווערן דארט געפייניגט און אנדערע ברוטאליטעטן, וואס האט אים געמאכט אנטלויפן פון דארט און ווערן זייער ארכי-שונא.

אויך אין זייערע פראפאגאנדע ביכלעך הייבן זיי שטארק ארויס זייער חומרות אין לבוש און מאכלים.

ווידעראום ביי נחמן איז ממש אלעס גע'אסר'ט געווארן, אויף א פארנעם וואס קיין שום איד אויף דער וועלט, אויך דער פרימסטער שייך, וואלט קיינמאל בכלל מסכים געווען. אויסטערלישער חששות דחששות וואס זייער איינציגסטער ציל איז צו מאכן דעם עולם מער אונטערדריקט און מער אנגעוואנדן.
איך כאפ נישט וואס דו רעדסט, דו רעדסט פון צוויי באזונדערע זאכן, חומרות און פייניגונגען? ס'איז די זעלבע זאך מיט א אנדערע נאמען!... די אלע פייניגונגס מעטאדן פון אויסהונגערן, גלות, מלקות, וכו' וכו', די אלע זאכן זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך שלמה אליינס. ווי קומט אריין חומרות דא? אויב אסר'ן אלע סארטן מאכלים הייסט ביי דיר חומרות, איז נחמן סך הכל געווען א גרעסערע מחמיר ווי זיין טאטן...

און ווי @דער תהלים איד זאגט, די פיזישע פיינונגען זענען טאקע געווען גאר שרעקליך און ברוטאל, אבער ס'איז ליידער געווען א וויץ קעגן די ריכטיגע שמוץ וואס ער האט אפגעטוהן מיט זיינע מענטשן בדברים שפלים ונבלים שאי אפשר לפרטם, און דאס איז וואס מאכט די קולט אלס די סאמע ערגסטע און געמיינסטע וואס ס'האט נאר אמאל עקזיסטירט. נישט צוליב די ברוטאליטעטן וואס זענען פארגעקומען דארטן, וואס דאס בעצם איז גענוג און איבריג אונטערצוברענגען דעם קולט, אבער ליידער ליידער איז פארגעקומען אסאך ערגערע זאכן טרעטנדיג אויף די ג' חמורות בשאט נפש, און דאס איז די גרעסטע קליפה פון דעם קולט.
דו ווייסט נישט וואס איך וויל ווייל דו האסט נישט מיטגעהאלטן געהעריג דער דין ודברים ביז אהער.

איז אזוי: געקומען ר' @גארנישט מיט א לאנגע שמועס איבער דעם וואס אסאך פון זיינע חומרות זענען אנגענומען ביי געהיטענע אידן ביי כלל ישראל, און ער שטעלט זיך פארוואס ביי קאשוי איז עס א חומרא און ביי ל"ט איז עס א רשעות. עיי"ש מה שתירץ, און גראדע א שיינע נקודה.

אמנם, זאג איך דא אז די חומרות בימי שלמה זענען געווען די "גוטע" זאכן מיט וואס ער האט געשלעפט דער עולם צו זיך. זיין ברענד איז געווען "די פרימסטער אזויווי מיר אלע ווייסן איז באמת ריכטיג". און דער מהלך האט נושא פירות געווען ווען תמימי לב זענען געפאלן דערפאר. עד כאן.

יעצט ליין איבער וואס דו שרייבסט מיר צוריק, און זע ווי טענו בחיטין והודו לזכר קדשו
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 63

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:56 pm
צום טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:55 am מען דארף אריינעמען אז סאיז טאקע איין קולט (מיט איין אבי אבות..) פאר די לעצעטע 30 יאר אבער סאיז געווען אסאך תקופות ער איז געקומען פון א''י, געפענט א חבורה אין ב''פ (אדער פריער?), דערנאך געמופט קיין מאנסי, נאך פרשת שי פימא קיין קאנאדע, און נאך די רדיפוות דארטען האבן זיי אנטלאפען צו נאך א פלאץ אין קאנאדא, דערנאך גיין גוטמאלע, שווער צו אויסרעכענען אלע מסעות,

אין ביי יעדע סטעישען איז מען געווארען מער און מער פארדרייט, זיי האבען אלטס געטוישט און צולייגט ביז מיר האלטען דא,
אבער עכט קען מען עס צוטיילען אין דריי 1. ביז גוואטמאלא ( איז נאך געווען עפעס גרעניצען זיך צו האלטען עפעס נארמאל ) 2. אין גוואטמאלא (איז שוין געווען פול קאנטראל) 3. נאך זיין שטארבען (איז געוואקסען תיקונים און סיגופים אויף הייווען)
ממילא ווילאנג שלמה ה. האט געלעבט איז נאך געווען מנופולישען און נאכדעם איז שוין געווען סתם אונטערדריקעניש..
לא דובים ולא יער
ויהי בימי שלמה העלבראנץ
הוא ברשעו מתחלתו ועד סופו
איך רעד פון די קולט און די רעדסט פון אים אליין, אויך כזעה נישט אז איך זאל שרייבען אנדערש וואס דו זאגסט
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 63

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
סאיז דא נאך א נקודה
סאיז דא א געדאנק סגייט בערך אזוי, אז נאכמאכן צדיקים איז מורא'דיג, אבער איינער וועט לערנען ווי דער הייליגער ריזשענער לערנט (ברבים), און עסן ווי דער הייליגער אפטער רב פלעגט עסן און שלאפן ווי דער הייליגער.. (כגדענק נישט) אזא איינער וואקסט אויף א גראביאן

לכאורה איז דא אויך דער חזו''אניק האט זיך זיינע חומרות, און דער בריסקער זיינע, אבער די שטייסט און קאלעקסט חומרות פון דער גאנצער וועלט סתם אלטס וואס? סתם צו מחמיר זיין? סאיז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין א חמור..
אפגערעדט אז אונז האב מיר א מסורה מדור ודור, ווער איז געווען זייער רבי? דאס איז געווען דער הויפט טענה פון אב''ד ותיקין ז''ל קעגן די כת (סדארף צו זיין א בריוו פון אים)
בכלל נאך א סימן פון אן ערליכע איד אז מען איז מחשיב א צווייטע ערליכע איד און שטענדיג איז מען מסופק צו מען טאקע גענוג, און דא מאכט מען אפ, נאר איך און קיינער נישט, נאר ביי מיר איז דער אמת אינגאנצען, און ביי קיינעם נישט, נאר זיי זענען אן ערב רב? ווי איז דא אזא דרך אין עבדות השם?
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 407

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

צום טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 4:18 pm
גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
סאיז דא נאך א נקודה
סאיז דא א געדאנק סגייט בערך אזוי, אז נאכמאכן צדיקים איז מורא'דיג, אבער איינער וועט לערנען ווי דער הייליגער ריזשענער לערנט (ברבים), און עסן ווי דער הייליגער אפטער רב פלעגט עסן און שלאפן ווי דער הייליגער.. (כגדענק נישט) אזא איינער וואקסט אויף א גראביאן

לכאורה איז דא אויך דער חזו''אניק האט זיך זיינע חומרות, און דער בריסקער זיינע, אבער די שטייסט און קאלעקסט חומרות פון דער גאנצער וועלט סתם אלטס וואס? סתם צו מחמיר זיין? סאיז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין א חמור..
אפגערעדט אז אונז האב מיר א מסורה מדור ודור, ווער איז געווען זייער רבי? דאס איז געווען דער הויפט טענה פון אב''ד ותיקין ז''ל קעגן די כת (סדארף צו זיין א בריוו פון אים)
בכלל נאך א סימן פון אן ערליכע איד אז מען איז מחשיב א צווייטע ערליכע איד און שטענדיג איז מען מסופק צו מען טאקע גענוג, און דא מאכט מען אפ, נאר איך און קיינער נישט, נאר ביי מיר איז דער אמת אינגאנצען, און ביי קיינעם נישט, נאר זיי זענען אן ערב רב? ווי איז דא אזא דרך אין עבדות השם?
בנוגע די אראפקיקן אנדערע אידן,
יא! אין אסאך קהילות קוקט מען אראפ אנדערע, אמת נישט אז זיי זענען ערב רב אבער מען קוקט שטארק אראפ.
וואס האלטסטו אויף די מאדערענע אידן,,, להוי ידוע זיי דרש'נען ווי שלעכט די חרדישע אידן זענען אז עס איז פול מיט שנאת חינם...
וואס האלטסטו אויף די מזרחי (אויב זענט איר א וויליאמסבורגער אדער קרית יואלער וואס האלט איר ששש.. אויף בעלזא...)
און וואס האלט מען אין קאשוי אויף סאטאמאר...

אבער פארשטייט זיך אז זאגן אז משיח וועט נאר קומען דא, און יעדער איינער איז די ערב רב איז אן אנדערע מעשה אינגאנצען...
אבער דאס וואס איר זאגט אז פון די סימנים פון א ערליכע איד איז ארויפקיקן אנדערע,
מיר מעגן זיך אויכעט פארבעסערן אין דעם הינזיכט, ארויפקיקן אנדערע חסידות'ען, ארויפקוקן די ליטווישע בני תורה, און אפי' די מאדערענע... עס זענען דא צווישן זיי אזאלעכע וואס עס איז ממש דא וואס ארויפצוקוקן...
איך וועל דערציילן וואס עס האט מיר אמאל געזאגט א גאר מאדערענע איד נאך וואס ער האט געטוען עפעס א ארבעט ביי מיר אין שטוב, זאגט מיר דער איד, איר ווייסט איר זענט זייער אפגעהיטן אין קדושה וכו' אבער איך בין הייליגער פון אייך, איר פארשטייט וואס דאס מיינט אז איך קום אויף א נישט אידישע פלאץ טוען אן ארבעט און א ערוואקסענע מיידל עפענט אויף און זאגט אז קיינער איז נישט אין שטוב נאר זי (דא קומט 3 פינטלעך וד''ל) און איך דריי זיך אויס און גיי אוועק פון דארט..
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 499

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:56 pm
צום טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:55 am מען דארף אריינעמען אז סאיז טאקע איין קולט (מיט איין אבי אבות..) פאר די לעצעטע 30 יאר אבער סאיז געווען אסאך תקופות ער איז געקומען פון א''י, געפענט א חבורה אין ב''פ (אדער פריער?), דערנאך געמופט קיין מאנסי, נאך פרשת שי פימא קיין קאנאדע, און נאך די רדיפוות דארטען האבן זיי אנטלאפען צו נאך א פלאץ אין קאנאדא, דערנאך גיין גוטמאלע, שווער צו אויסרעכענען אלע מסעות,

אין ביי יעדע סטעישען איז מען געווארען מער און מער פארדרייט, זיי האבען אלטס געטוישט און צולייגט ביז מיר האלטען דא,
אבער עכט קען מען עס צוטיילען אין דריי 1. ביז גוואטמאלא ( איז נאך געווען עפעס גרעניצען זיך צו האלטען עפעס נארמאל ) 2. אין גוואטמאלא (איז שוין געווען פול קאנטראל) 3. נאך זיין שטארבען (איז געוואקסען תיקונים און סיגופים אויף הייווען)
ממילא ווילאנג שלמה ה. האט געלעבט איז נאך געווען מנופולישען און נאכדעם איז שוין געווען סתם אונטערדריקעניש..
לא דובים ולא יער
ויהי בימי שלמה העלבראנץ
הוא ברשעו מתחלתו ועד סופו
ריכטיג, אמת, אבער דאס נעמט נישט אוועק אז אסאך פרישע איסורים בעניני מלבושים, מאכלים, ועוד, זענען ערשט אריינגעקומען נאך זיין טויט (אגב, א יוצא ל"ט האט מיר דערציילט אז שלמה האט עמטליך גערעדט פון זיין שטארבן אפאר וואכן פאר זיין מיתה, וואס מאכט מיך קלערן צי ער איז נישט באגאנגען זעלססטמארד, אולי האט מען עס שוין ערווענט דא)
שרייב פאוסט