גארנישט האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm
איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,
מען רעדט אסאך איבער די רשעות פון לב טהור בנוגע די נישט עסן מיטן תירוץ פון כשרות, מען האט אסאך טענות איבער די לבוש, וכו' וכו', פארשידענע זאכן וואס זיי זאגן בשם אידישקייט,
איז דא דא א הייקעלע נקודה, זענען זיי דען נישט גערעכט אז עס זענען דא פראבלעמען מיט די פלייש, פעלט דען אידן אין וויליאמסבורג און אין בורו פארק וואס עסן נישט קיין טשיקען? פעלן דען רבנים וואס האלטן אז די טשיקען איז ממש פראבלעמאטיש? און בהמה פלייש עסט מען דאך נישט אין קאשוי אליינס (וואס זיי זענען בעצם די וואס פירן יעצט די מערכה בעיקר), ר' טודרוס זילבער שליט''א לעבט לכאו' אקוראט אויף די דייעט פון לב טהור, ער עסט נישט קיין פלייש נישט קיין אייער נישט קיין מילכיגס וכו',
פראבלעמן מיט די מילך פעלן אויכעט נישט, (איר וועט אפשר זיין שאקירט צו הערן אז די ליבעראלע ר' הרשל שכטר טרינקט נישט קיין מילך פאר די לעצטע 20 יאר, עס איז דא דערביי אן ערנסטע פראבלעם מיט טריפות תערובות מין במינו ואכמלה''ב).
און אויב זענען דא פראבלעמען אין די פלייש איז דאך די אייער אויכעט פראבלעמאטיש,
און וויפיל שאלות פון בישול עכו''ם קען זיך מאכן ביי יעדע קעיטערינג, און עס זענען דא מערערע אידן וואס עסן נאר היימיש,
וויין אויב איז מען חושש צו ראיית עכו''ם אזויווי עס שטייט אין של''ה איז אויכעט דא א שטארקע מקום נישט צו טרינקען פון דרויסן, ווי אויכעט איז מקובל פון צדיקים אז עס איז משפיע אויף דער וואס טרינקט די וויין די ערליכקייט פונעם פאברעצירער.
און מער ווי דעם, - עס זענען דא גאנצעטע קהילות קדושות בישראל וואס זייערע חומרות אין כשרות זענען האר אויפשטעלנד, לדוגמא די חזונשיניקים אין בני ברק עסן נאר וואס זיי מאכן אליינס און ווען זיי מאכן חתונה איז דא איין דעזעגנירטע זאל ווי זיי אלע מאכן חתונה, און זיי האבן א הסכם אז מען לאזט זיי ברענגן זייערע אייגענע טעפ און די היימישע מענטשן קאכן אפ די סעודה פאר די גאנצע חתונה! און אפי' דערנאך וועלן אלס זיין די וואס עסן נאר פון זיי אליינס ממש (און די ווערטל לויפט אז מען רופט אויס פאר די סעודה די קוגל אויף די רעכטע זייט איז פון באבע ברעטלער אויף די לינקע זייט איז פון באבע פויזן, אז די משפחות זאלן קענען עסן נאר די אייגענע), - וויין מאכט אויכעט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב, - בעפאר מען עסט סיי וואס מעשר'ט מען איבער (אפי' זאכן וואס קומען אמעריקא.. אלס חשש אז אפשר איז דארט אריינגעמישט עפעס פון ארץ ישראל), - זיי ניצן נישט שבת די וואסער פון די סינקס (אזוי ווי אנדערע ניצן נישט קיין עלעקטעריק), און דאס אלעס גייט אן ווי אימער מען געפינט זיך נאר, אריינגערעכנט ווען מען פארט אוועק ארגעץ וועט מען אלעס מיטנעמען (און אנשעפן פאר שבת עטליכע גאלן וואסער), איך קען א איד וואס איז ל''ע געווען אין אמעריקא אויף צרכי רפואה און ער האט אלעס מיטגעשלעפט פאר עטליכע וואכן.
נאך א דוגמא דער סטריקוב'ער רבי פון בני ברק מאכט זיין אייגענע שחיטה פאר אלע זיינע קינדער אייניקלעך און איראייניקלעך, ער עסט נישט קיין טשיקען און נישט קיין בהמה בלויז טערקי,
מען האט פריער חוזק געמאכט פון די באקן מצות אין לב טהור, איר ווייסט וויאזוי עס זעט אויס א מצות באקן אין בריסק? וויפיל קולות וברקים עס גייט דארט פאר, מען קומט אריין מען דרייט איבער די גאנצע פלאץ וכו', עפעס א תמים פון גוואטאמלא האט פריער געפרעגט וויפיל עס קאסט א פונט מצות עבודת יד להוי ידוע א בריסקע חבורה קאסט הונדרעט דאללער א פונט!!
פארוואס איז דאס אלעס מדריגות און לגבי לב טהור רשעות? ווייל זיי זענען נאך פרומער? נו אדרבה אשריהם מה טוב חלקם!
די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.