תורה אדער מידות?
תורה אדער מידות?
איך האב א שאלה צו אייך און איך וויל הערן דעם דעת הקהל דא
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים מופלגים, בעלי מידות, פרום ערליך און פרייליך,
וואס וואלט איר אבער געטוען ווען מען גיבט אייך אן אויסוואל, א ערליך קינד א יראת שמים און ער ציטערט צו מצער זיין א צווייטע איד, זיין מטרה אין לעבן איז צו העלפן א צווייטע איד, אבער לערנען איז נישט זיין זאך, אדער א קינד ערליך מיט יראת שמים א תלמוד חכם עצום ער איז זיך מתייגע אויף תורה אבער טשעפענען א איד איז נישט קיין פראבלעם ביי אים, וואס וואלט איר געוועלט?
ס'הייסט אין אנדערע ווערטער, וועמען קוקט איר מער אראפ? דעם בעל מידות אן תורה? אדער תלמוד חכם אן קיין מידות?

אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תורה אדער מידות?
הונדערט פראצענט אז איך קוק ארויף אויף די בעל מידות אן תורה!
אבער לכאורה איז נישט דא אזא מציאות
אבער לכאורה איז נישט דא אזא מציאות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 403
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: תורה אדער מידות?
אין בור ירא חטא, ולא עם הארץ חסיד.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 277
Re: תורה אדער מידות?
איך וואלט הונדערט פראצענט געוואלט האבן א קינד וואס האט מידות טובות.
און מען רעדט נישט אויב ס'איז דא אזא זאך, מען פרעגט נאר וואס מ'וויל...

אז מ'טויגט טויגט מען...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5317
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9859
Re: תורה אדער מידות?
"תורה" האט זייער אסאך דרגות.
אויב מיינט עס אז ער וועט זיין אן עם הארץ וואס פארשטייט נישט א שטיקל ספר, און איז אטאמאטיש אויסגעלאשן פון אידישקייט, איז דאס נישט די טשויס.
אויב מיינט עס "נישט וואקסן א תלמיד חכם", נאר זיין א מפרנס את ביתו, נו וואס איז די שאלה בכלל, ווען אויף די אנדערע זייט ליגט מידות רעות? נישט זיין א בן תורה איז נישט קיין מדה רעה.

איינע פון מיינע מסעות האט מיר דער רבוש"ע מזמין געווען צו דיעלן מיט בחורים אין גאר א חשובע ישיבה קטנה, שמועסנדיג מיט עטליכע דארט האב איך באמערקט אז די מיינדסעט ביי אסאך א.ג. מצוינים איז אז מען איז נאר א זאך אויב מען איז שקוע אין ר' שמעון שקאפ און אין חידושי הגרנ"ט אפי מידות איז ביי בילאו זיראו, כ'האב געשפירט אז עס איז זייער נישט ריכטיג, (כ'רעד דא פון בחורים וואס וואקסן עס נישט אויס..)
כ'האב זיי געפרעגט מיין אויבן דערמאנטע שאלה און ליידער האבן מיר אסאך בחורים געוועלט אפציע תורה אן מידות, האב איך געוואלט הערן דעת הקהל...
כ'האב זיי געפרעגט מיין אויבן דערמאנטע שאלה און ליידער האבן מיר אסאך בחורים געוועלט אפציע תורה אן מידות, האב איך געוואלט הערן דעת הקהל...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תורה אדער מידות?
לאמיר זיין "קלאר" תורה אן יראת שמים -א "קלארע" מציאות- יראת שמים אן תורה יש לפלפל -תורה מיט יראת שמים אן מידות מיינט "תורה אן יראת שמים" ווייל אויב האט ער י"ש וואלט ער "געציטערט" צו וויי טוהן יוד (אזוי ווי מ' זעהט טאקע ביי אלע ערליכע אידן)שוין איך האף אז איר זענט "קלאר"
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 291
Re: תורה אדער מידות?
מידות אן קיין תורה איז קיין מידות, און תורה אן קיין מידות איז קיין תורה.
אבער וואס מיינט תורה? וואס מיינט מידות?
דער טראולער איז דא...
אבער וואס מיינט תורה? וואס מיינט מידות?
דער טראולער איז דא...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: תורה אדער מידות?
כדי אייך קלארצומאכן דארף איך זיין קלאר וואס דו ביסט נישט קלאר
Re: תורה אדער מידות?
איינער וואס קען לערנען און איז א מושחת במדות זאגט די גמרא אז ער מבזה די תורה און איז עובר אויף חילול השם
מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח ואין משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו
מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח ואין משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 277
Re: תורה אדער מידות?
מה שאין כן, ביי מידות, זעהט מען נישט אז, איינער זאל האבן גוטע מידות, און ווייל ער קען נישט לערנען, זאל ער פארשעמען די מידות...
אז מ'טויגט טויגט מען...
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 291
Re: תורה אדער מידות?
מענטשן ווערן בלינד פון חנופה, און מיינען אז יענער האט גוטע מידות.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5317
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9859
Re: תורה אדער מידות?
שטארקע פוינט!!!!המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 7:48 am מענטשן ווערן בלינד פון חנופה, און מיינען אז יענער האט גוטע מידות.
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 291
Re: תורה אדער מידות?
קאפּיטל ו: תורה און מידות
די תורה'דיגע צוגאנג צו 'חברותא' ארבעט אויף אלע מידות
תורה העלפט מער פון אלעם
ותלמוד תורה כנגד כולם (פאה פ"א מ"א). דאס לערנען תורה העלפט דעם מענטש שטייגן, אויך אין דער מסכתא פון מידות. און נישט נאר אז ס'העלפט, נאר זיין סגולה איז אפילו שטערקער ווי די פון אן ערנסטן דאווענען (זע שבת י.).
אבער וויאזוי קען מען פארשטיין, אז מיט'ן זיך ארומ'טענה'ן וועגן אן אקס און אן אייזל, טוט מען אויף מער, ווי מיט א דבקות'דיגע אויסגיסן דאס הארץ צום בורא עולם?
דאך זעען מיר אז יא, אפילו אן עבודת התפלה וואס א איד לייגט אראפּ בשלמות, ווערט נאכאלץ אָנגערופן (שם) "חיי שעה". פארוואס? ווייל ווען מ'ענדיגט דאווענען פאלט מען גלייך צוריק צו "עקשנות". אויף יעצט האט מען געפילט א ביטול צו השי"ת, אבער לגבי דעם טעגליכן לעבן איז עס נישט אויסגעארבעט . מה שאין כן "תורה" ארבעט אונז אויס אויף פּערמאנענט, און דערפאר ווערט עס אָנגערופן "חיי עולם".
תורה פאדערט אלע מידות
ס'איז נישט אמת'דיג שייך צו קונה זיין תורה, נאר אויב מ'עפנט אויף כאטש אביסל פון אלע מידות. און ווי מער תורה מ'לערנט, אלס מער עפנט זיך עס.
ווען א מענטש זעצט זיך לערנען, קוקט ער זיך מסתמא אביסל אום וואס דער מדובר כדי צו שאפן אן אהנונג איבער דער נושא (חכמה, 1 אא"נ 4). און נאכדעם פאנגט מען אָן מאכן די חשבונות (בינה, 2 אא"נ 5) וויאזוי ס'שטימט דא און דארט. אפילו איינער וואס זוכט נישט קיין השגה אין אנפאנג, וועט אבער איינמאל ס'הייבן אָן אויפצוקומען קושיות, זוכן א נייער שטראל וואס קען ווארפן א ליכט אויף אלעם. נאכדעם רעכנט מען איבער אויב 'דאס' שטימט שוין יא. ס'ווערט געבוירן א פארשטענדעניש (דעת) און מ'הייבט אָן צו פילן באקוועם אז מ'ווייסט כאטש וואס ס'טוט זיך דא.
אזויווי נישט יעדע דעטאל ווערט קלאר ארויסגעשריבן, און דאך מען וויסן די הלכה ביי מערערליי פעלער, ממילא דארף מען צוקומען צו ברייטקייט (חסד, 4 אא"נ 2) כדי צו ארייננעמען מער ביישפּילן אינעם כלל. דאך פאדערט זיך א פּינקטליכקייט (גבורה, 3 אא"נ 1), מ'קען נישט סתם אזוי אננעמען אלעס אלס איינס און אלץ ס'שטייט אין געגנווארט זאל ווערן גלייך אָנגעשמירט מיט'ן זעלבן פסק.
אבער אפילו אויב דאס פּינקטליכקייט וועט אויסקלארן די צעמישעניש, וועלן אבער די החלטות מעגליך זיין צו פּינקטליך און צוליב דעם ווייטער נישט זיין ריכטיג. מ'דארף ארומשפּילן צווישן ברייטקייט און פּינקטליכקייט, להבדיל אזויווי דער מוצלח (תפארת, 5 אא"נ 3) זייעט דורך די אפּציעס בשעת'ן האנדלען. און ווען מ'שפּילט ארום מיט אלע מהלכים, מיינונגען און אפּציעס, מ'גייט אהער און אהין, מ'פּרובירט אזוי און אזוי, אפילו מ'ווייסט נישט געהעריג ווי מ'האלט, ווערט שוין פון זיך אליין געשאפן עפּעס א כח פון אפּמאך, אפילו ס'האט נישט קיין קלארע ליניע.
אין א שטאפּל ווייטער פּרובירט מען יא צו שאפן א קלארע ליניע כדי צו מאכן זאכן זיכער (נצח, 6). מ'נעמט אלע אפּציעס און מ'צעטיילט זיי צווישן רעכטס און לינקס.
דער צוגאַנג איז ווי פאלגענד: אויב האט עס מער צדדים פאר רעכטס דעמאלט באלאַנגט עס דארט, אפילו אויב ס'זענען נאך דא אזעלכע קליינטשיגע לעמפּלען וואס שרייען לינקס. אויף דערווייל גייט מען זיי שטיל מאכן, כדי זיי זאלן נישט צעמישן. ווידעראום אלץ וואס קומט אריין מיט מער צדדים צו לינקס , מוז טאקע גיין לינקס. דער צוגאַנג מוז ארבעטן קלאר און שארף, און מ'קען זיך נישט צופיל צוטון מאכן.
נאכדעם וואס מ'האט עס שוין געטון, פאַנגט מען אָן צו כאפּן אז ס'איז נישט ממש אזוי. אפילו מ'האט עס איינגעטיילט אויף דעם אופן ווייל אין די פאָרגעשטעלטע פעלער האט זיך אויסגעשטעלט אזוי, קען מען נאכנישט באשטעטיגן אז ס'בלייבט אזוי פאר אייביג. די זעלבע זאך וואס איז פריער געגאנגען רעכטס, גייט אריבער לינקס צוליב איין קליינע דעטאל אנדערש. זעט מען דאך אז די כללים זענען נישט אזוי שארף.
יעצט שאפט זיך אזא בליק אז נצח איז צו שטרענג. צוליב וואס דארף אלעס שוין פאר'פּסק'נט ווערן? לאז, מ'וועט זיך שוין אן עצה געבן ווען ס'וועט קומען דערצו. דו זעסט דאך אז זאכן טוישן זיך כסדר. לעב און לאז לעבן, האב הנאה פון אלע מהלכים און פון אלע געדאנקען, טרעף א זאפטיגקייט, א גלאנץ, א חידוש אדער אזא געדרייעטקייט וואס דו האסט דיך נישט פאָרגעשטעלט און ווער איבערראשט דערפון (הוד, 7).
און נאכדעם וואס מ'האט זיך באקענט מיט אלע מהלכים, דארף מען אנהייבן צו אפּמאכן זאכן. יעצט פאדערט זיך פעסטקייט (יסוד, 8). מ'זוכט נישט קיין איבעריגע מלחמות, און ממילא נעמט מען אלע מהלכים אין חשבון. מ'פארפארט נישט צו קיין עקסטרעמען, נאר מ'שטעלט זיך אויפ'ן צד השוה און אויף דעם פּרעסט מען שטארק. ווער ס'וויל צולייגן זאל צולייגן, אבער אראפּנעמען נישט.
דערנאך איז צייט טאקע צו אויספאלגן (מלכות, 9) דעם צד השוה, מ'שרייבט אפּ די מסקנות און מ'איז עס ערליך מקיים.
מודים דרבנן היינו שבחייהו
ווען מ'לערנט תורה ווערט מען געוואר אז מ'איז נישט בעל הבית, נישט אויף וואס מ'וויל און אפילו נישט לגבי וואס צו האלטן. דער ציל איז דאך אויסצו'חשבונ'ן השי"ת'ס רצון, וויאזוי 'ער' וויל אז מ'זאל זיך פירן לגבי יעדן פאל באזונדער, און השי"ת איז דאך כביכול כולל אלע מידות, סיי די עקסטרעמע און סיי די נייטראלע. מ'קען נישט ממליך זיין די אייגענע ספּעציפישע מידות וואס מ'וויל אז יעדער זאל גיין דערמיט .
דעריבער פאדערט זיך א מורא'דיגע מדריגה פון מודים דרבנן היינו שבחייהו (צפורן שמיר סי' יא, אות קסח). די שבח פון תלמידי חכמים איז ווען זיי קענען "לכתחילה" מודה זיין צו א צווייטנס מיינונג, נישט בלויז אזויווי הכנעה גייט צו מיט אן אָנגעוויזנקייט, נאר אזויווי הודאה ארבעט מיט א שטארקייט און הנאה, מ'לויבט אפילו אויס יענעמ'ס מיינונג און יענעמ'ס רעיון. ס'איז געוואלדיג! גלאנציג און איבערראשענד.
דאס איז די שפּיץ לימוד התורה, און אזוי ווערט נתקיים דער "המאור שבה יחזירנו למוטב" (פתיחתא ב' דאיכה רבתי). ווי מיר פארשטייען פון ספרי חסידות (טייל ציטירט אויבן) איז דער יסוד פון לימוד התורה, זיך צו "לאזן הערן" פון אלע מיינונגען און מידות, דעמאלט איז מען בעז"ה קונה אלע פון זיי אויף א ניצליכן אופן. אפילו ס'איז א מחלוקה און איך האלט אז איין צד איז גערעכט, מיינט נאך נישט אז איך מעג עס אויספירן. די הלכה איז ווי דער רבים אדער ווי די געוויסע שיטה וואס איז נתפשט געווארן.
די ברכה אויף תורה איז "לעסוק" בדברי תורה, וואס טייטשט זיך צו 'באשעפטיגן' מיט תורה זאכן. ווייל אין תורה דארף מען ארומארבעטן, פרעגן און ענטפערן, הערן און איבערטראכטן. אפילו לגבי ידיעת התורה העלפט עס אויסארבעטן אלע פרטים, אסאך מער ווי ווען יעדער לערנט עקסטער פאר זיך. אבער בעיקר העלפט עס פאר'ן ריכטיגן אויסארבעטונג פון נפש און שלייפן די מידות אזויווי השי"ת וויל פון אונז.
דאס לערנען "בד בבד", יעדער איינער איינציגווייז, איז אן אפּגעפרעגטע זאך (ברכות סג:, תענית ז.). עקשנות איז גורם אז אפילו ווען מ'לערנט שוין יא מיט א חברותא בלייבט מען אלץ איינציג, און דאן איז עס נישט קיין גרויס תועלת . כל זמן ס'שאפט זיך נישט קיין פארשטענדעניש, איז אזא כלומר'שטע חברותא'שאפט נישט קיין מעלה.
מה שאין כן דורך אויסלויבן יענעמ'ס דעה, אזויווי די מידה פון "הוד" פאדערט, ווערט די לימוד התורה א בחינה פון "תפארת", א שיינער צוזאמשטעל פון מיינונגען און מידות. און ווער ס'איז זוכה אויפצוגעבן "עקשנות" כדי צו "קונה" זיין תורה, זאגט אויף אים השי"ת "ישראל אשר 'בך' אתפאר" (ישעיה מט, ג).
תורה און הכנעה גייען אינאיינעם
הרבה למדתי מרבותי, ומחבירי יותר מרבותי ומתלמידי יותר מכולם (תענית ז.). פון מיינע חברים האב איך געלערנט, פיל מער פון וויפיל איך האב געלערנט פון מיינע רבי'ס, און פון מיינע תלמידים האב איך זיך געלערנט "נאך" מער. פארוואס? צי האבן דען די רבי'ס נישט געוואוסט פיל מער ווי די תלמידים? זיכער אז יא.
אבער דא לערנען "מיר" זיך, אז דער מאס וויפיל מ'לערנט זיך פון יענעם, איז נישט אנגעוואנדן אין וויפיל "יענער" קען. באמת לערנט מען זיך כמעט גארנישט פון יענעם, מ'לערנט זיך נאר וויפיל די אייגענע מידות זענען גרייט זיך צו לאזן לערנען. און דאס ווענדט זיך שוין לויט וויפיל מ'אנערקענט מיט'ן גאנצן שלמות, אז מ'האט זיך נאך צו לערנען פון א צווייטן. איינמאל מ'האלט ביי דעם, קען מען שוין פארשטיין אפילו אליין, ווייל האט שוין אנגענומען אז מ'איז גרייט פאר א סברא צו וואס מ'איז נישט צוגעוואוינט.
דערפאר קען מען פון א תלמיד קונה זיין מער, ווייל דאס מערסטע איז זיך א מענטש "מכניע" אין הארץ, ווען ער איז גרייט צו "הערן" אפילו פון א תלמיד .
צווישן די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם (אבות פ"ו מ"ו) איז: שימוש חכמים, דקדוק חברים, און פלפול התלמידים. און איינס פון די ערשטע זענען "בשמיעת האוזן", הער דיך צו וואס יענער זאגט און פארשטיי עס גוט.
דוד המלך איז געווען קעניג אויף כלל ישראל, און דאך האט ער זיך נישט געשעמט צו זאגן קלאר: מכל מלמדי השכלתי וכו' (תהלים קיט, צט). איך האב מיך פון יעדן געלערנט און איך בין פשוט קלוגער געווארן פון וויפיל איך בין געווען פריער. ווייסטו פארוואס? כי עדותיך שיחה לי. איך גלייך דיין תורה! ס'איז מיר נאך כאטש אזוי געשמאק ווי (להבדיל) א זאפטיגער שמועס.
אבער וואס איז פשט פון דעם פארגלייך צווישן דער תורה צו להבדיל א שמועס?
ווען מענטשן ווערן פארטיפט אין א שמועס, זוכט מען צו הנאה האבן דערפון וואס מער און די אטמאספערע ווערט געשמאקער פון מינוט צו מינוט. בשעת מעשה ווארפט מען אפּ פון זיך וואס מער עגאאיזם, מ'ווערט אפענער צו פארשידענע סברות, און מ'באמערקט אפילו נישט ווי שנעל מ'פארט אריבער צו אנדערע נושאים.
אין תורה קען מען זיך אויך טענה'ן, און אפילו שארף. אבער היות דער טיפערער ציל איז צו דערגרייכן דעם אמת, ממילא אינטערעסירט מיר צו הערן יענעם, אפשר דאך וועט דאס וואס יענער זאגט דווקא דערלייכטן די אויגן פאר מיר.
רייניגן פון "עקשנות" ברענגט צו "לשמה"
ווען איינער דערגרייכט צו דעם מצב, הייבט ער אָן צו ליב האבן דער תורה, און צוביסלעך וועט ער זוכה זיין צו לערנען מער און מער לשמה (פסחים נ:, סנהדרין קה: ועוד). ווייל דורך אפּשיילן די אייגענע נגיעות און עקשנות, קען מען דערגרייכן עטוואס פון הייליגע טיפקייטן וואס ליגן באהאלטן אין יעדן אות פון די תורה. און ווען מ'האלט דארט, פאַנגט שוין אָן צו קלינגען נאריש, צו לערנען אזא הייליגע תורה פאר סיי וועלכע אנדערע ציל.
און אויף דעם זאגט דער תנא רבי מאיר (אבות ו, א-ב):
כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה, ולא עוד אלא שכל העולם כולו כדאי הוא לו, נקרא רֵע, אהוב, אוהב את המקום, אוהב את הבריות, משמח את המקום, משמח את הבריות, ומלבשתו ענוה ויראה. ומכשרתו להיות צדיק, חסיד, ישר ונאמן, ומרחקתו מן החטא, ומקרבתו לידי זכות. ונהנין ממנו עצה ותושיה, בינה וגבורה, שנאמר (משלי ח, יד) לי עצה ותושיה, אני בינה לי גבורה. ונותנת לו מלכות וממשלה, וחקור דין, ומגלין לו רזי תורה, ונעשה כמעין המתגבר, וכנהר שאינו פוסק. והֹוה צנוע וארך רוח, ומוחל על עלבונו, ומגדלתו ומרוממתו על כל המעשים.
ווען איינער לערנט תורה לשמה איז ער זוכה צו פיל זאכן. און נישט נאר דאס, נאר דאס גאנצע וועלט איז ווערד פאר אים אליין. ער ווערט אָנגערופן א פריינט, א באליבטער, ער האט ליב השי"ת , ער האט ליב די מענטשן, ער דערפרייט דעם רבוש"ע, ער דערפרייט די מענטשן, און זיין קליידונג (-באנעמונג) איז "ענוה" און "יראה".
עס גרייט אים אָן צו זיין א צדיק, א חסיד, א גלייכער, און א באגלייבטער. עס דערווייטערט אים פון זינד און ברענגט אים נענטער צו זכותים. מ'קען פון אים הנאה האבן אן עצה, און א לעזונג, פארשטאנד און שטארקייט וכו'. עס ברענגט אים "מלכות" און געוועלטיגונג, צו קענען אויספאָרשן א דין תורה (-א סכסוך, א קאמפּליצירטער ענין).
מ'אנטפּלעקט אים די באהעלטענישן פון די תורה, און ער ווערט אזויווי א קוואל וואס שטארקט זיך און א טייך וואס שטעלט זיך נישט אָפּ. ער ווערט באשיידן און געדולדיג. ער איז מוחל אז מ'האט אים פארשעמט, און די תורה מאכט אים גרויס (-מיט מידות און מעלות) און דערהייבט אים העכער פון אלע באשאפענע. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין דערצו!
תמצית: 'תורה בחבורה' מיינט נישט אז דו זאלסט אייביג אויסלערנען פאר יענעם אדער אז יענער זאל אייביג אויסלערנען פאר דיר; ס'דארף גיין ביידע וועגן. און ווי מער דו ביסט גרייט צו לערנען פון יענעם, אלס מער וועסטו קענען. און נישט נאר לגבי לערנען, נאר אויך אין אלע געוואלדיגע סגולות פון תורה.
(קאפירט פונעם ספר וואס איז געלינקט אין מיין חתימה).

זעה איך יעצט אין גליון הליכות והנהגות ממרן פוסה"ד גאב"ד ירושלים שליט"א ברענגען זיי לגבי תורה מיט יראת שמים
רבינו הדריך פעם אחד לפני כניסתו לישיבה שיניח
דגש על “תורה ויראת שמים”, והנה הלה פנה ללכת,
ושוב קרא לו רבינו ואמר לו “ס’איז פאלש גיזאקט”
[והיינו מה שאמרתי קודם אין זה אמת], אלא יראת
שמים בלבד, ובזה נכלל הכל, דדא ביה כולא בי'
נאך
נשאל רבינו: מדוע בדור שלנו שיש כ”כ ריבוי של
הרבצת תורה, לא רואים שצומחים גדולים כמו
שצמחו בדורות הקודמים.
והשיב: חסר יראת שמים ופחד ה’ ופחד החטא כפי
שהיה בדורות הקודמים. הם היו מלאים ביראת שמים
ופחד מחטא ולכן גדלו כ”כ בתורה.

שכח פארן נעמען די מיההמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 12:06 pm קאפּיטל ו: תורה און מידות
(קאפירט פונעם ספר וואס איז געלינקט אין מיין חתימה).
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תורה אדער מידות?
דאס איז קלאר אז איינער וואס האט נישט קיין מדות קען מען נישט ארויפקוקן
די שאלה איז ענדערשט וועם מען קוקט מער ארויף איינער וואס איז זיך מייגע יומם ולילה אויף תורה אדער איינער וואס געבט זיך אוועק יומם ולילה צו העלפען אידן
לכאורה איז תורה שטערקער אזווי עס שטייט ''ותלמוד תורה כנגד כולם''

מדות איז די ערשטע.
לערנען קען מען זיך איינרעדן אז מען קען, מדות זעהט מען גראד.
דערמאנט מיר פון די מעשה פון א איד וואס איז אריין צו רבי חיים קנייבסקי זצ"ל און אים געבעטען אן עצה אז היות ער האט מסיים געווען גאנץ ש"ס שפירט ער ווי די גאווה נעמט אים איבער, אויב רבי חיים האט א סגילה פארדעם, האט אים רבי חיים געזאגט ער זאל זיך לאזן פארהערן....

איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
Re: תורה אדער מידות?
ענליך איז געווען ביי הגה"ק בעל ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל ווען איינער האט געבעטן א עצה צו גאוה, האט דער רבי געזאגט, שטעל דיך ביים ספרים שאנק...חוקר האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:29 pm מדות איז די ערשטע.
לערנען קען מען זיך איינרעדן אז מען קען, מדות זעהט מען גראד.
דערמאנט מיר פון די מעשה פון א איד וואס איז אריין צו רבי חיים קנייבסקי זצ"ל און אים געבעטען אן עצה אז היות ער האט מסיים געווען גאנץ ש"ס שפירט ער ווי די גאווה נעמט אים איבער, אויב רבי חיים האט א סגילה פארדעם, האט אים רבי חיים געזאגט ער זאל זיך לאזן פארהערן....
Re: תורה אדער מידות?
זיכער דארף מען ביידע, די שאלה איז אויב איינס פון די ביידע איז עטוואס ווייניגער, אויף וועלעכע וועסטו מער מקפיד זיין.
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 291
Re: תורה אדער מידות?
ריכטיג. און נאכמער איז קלאר, אז איינער וואס האט נישט קיין מדות וועט נישט ארויפקוקן א צווייטן, אפילו ווען יענער איז עס יא ווערד.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: תורה אדער מידות?
כ'האב הנאה אז יראת שמים האסטו געלייגט אין ביידע אפציעס.
אויב אזוי, וועל'ך אויסוועלן מידות, ווייל אויב האט ער תורה מיט יר״ש און נישט מידות מיינט אז ער איז ל״ע קראנק.
זיין תורה (געלערנט מיט יר״ש) דארף אים זאגן וויאזוי זיך צו פירן, און אויב ס'איז נישט אזוי איז דא א נפשיות'דיגע פראבלעם.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: תורה אדער מידות?
%100המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:10 pmריכטיג. און נאכמער איז קלאר, אז איינער וואס האט נישט קיין מדות וועט נישט ארויפקוקן א צווייטן, אפילו ווען יענער איז עס יא ווערד.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com