חכם עתיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:56 am
חושן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 5:40 pm
Cp
סאטמאר מהר''יי
כ''ק מרן רבינו שליט''א איז יעצט געווען אויף א ערשטמאליגע באזוך ביים נייע ריזן פראספעקט דעוועלאפמענט אין שכונת בלומיגראוו קרית יואל געבויעט דורך קהל תורת חיים וויזניץ און די ערשטע פאזע איז איבערגענומען געווארן דורך הנהלת קהלתינו הק' אין באגלייטונג פון ראשי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג, קרית יואל, ראשי העיר בלומיגראוו, און ראשי קהל תורת חיים וויזניץ און נאך
Cp
: כ''ק מרן אדמו"ר שליט''א פארלאזט יעצט די נייע פראספעקט דעוועלאפמענט אין בלומיגראוו קרית יואל
די רבי האט דערמאנט דאס וואס ער האט געזאגט פאר כ''ק אדמו"ר מוויזניץ וומס"ב שליט''א "אז מיר זענען גוטע שכנים אין וויליאמסבורג און מיר וועלן ווייטער זיין גוטע שכנים אין קרית יואל" רבינו שליט''א האט איבערגעבן ווארימע ברכת הקודש פאר די וויזניצע ראשי קהלה שתשרה שכינה במעשי ידיהם מיט די קומענדיגע פאזעס וועלכע וועט ווערן באזעצט מיט חסידי וויזניץ און פארשפראכן אז די שליסל פון הצלחה איז אהבה אחוה שלום וריעות און מיר וועלן ארבעטן היינט ביי היינט צוזאמען צו פארזיכערן די שטארקע הצלחה פונעם נייעם געגנט ברוחניות ובגשמיות אזוי אויך האט רבינו שליט''א מאציל געווען מברכותיו הטהורות פאר ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג און קרית יואל אז אלעס זאל גיין מיט הצלחה און מ'זאל בקרוב זיץ קענען אריינציען אינעם נייעם געגנט און מחנך זיין די פרישע בנינים אדירים פאר די בתי מדרשים און די מוסדות הקדושים אינערהאלב דעם נייעם שפרודלדיגע געגנט.
וַיִבְנוּ אֶת עָרֵי יְהוּדָה, וְרוּחַ הֲקוֹדֶש אוֹמָרָת כֵּן יִרְבֶּה וְכֵן יִפְרוֹץ!!
ADMIN:
CP
צדיק כתמר יפרח:
התרגשות'דיגער באַזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים נייעם 'פּראָספּעקט דעוועלאָפּמענט' אין בלומינג גראָוו
קענטיגע הנאה וקורת רוח זעענדיג פריחת העיר רבתי עיר הקודש קרית יואל
דערהויבענע באזוך אויפן שטח הענקי אין באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א העומד ליד ימין אביו הגדול למען עתיד והצלחת העיר, וראשי ק"ק קרית יואל מו"ה יוסף יוזפא לאנדא הי"ו ושותפו מו"ה לוי יצחק שווארץ הי"ו וראשי המוסדות הרה"ח רבי משה אלי עסטרייכער הי"ו מנכ"ל, און הר"ר אייזיק וואלטער הי"ו יו"ר להקים.
עוֹד יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה:
כ"ק אדמו"ר שליט"א ערהאלט דעטאלירטע באריכט פון די העלדישע ראשי עירינו מו"ה יואל שטערן הי"ו ואתו עמו מו"ה יצחק עקשטיין הי"ו איבער די עבר הוה ועתיד פונעם בליענדן סאטמארן ישוב
כ"ק אדמו"ר שליט"א בצהלת פנים גרייכנדיג קאנקורעטע לעזונג צו לינדערן אומגעהויערן דירות מאנגעל ביים יהדות החרדית, צו ברענגן א פלייץ פון צענדליגער טויזענטער דירות פאר צוגענגליכע פרייזן כפי רצון ופקודת קדשו אין הייליגן שטאט קרית יואל לעשות נחת רוח פארן מייסד העיר מרן רביה"ק זי"ע וואס די שטאט איז נקראת על שמו
בונה העיר הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער הי"ו האט בהתרגשות אויפגעברענגט היסטארישע לעכטיגע זכרונות בקורות ימי קרית יואל ווען בהילו נירו על ראשינו האט ער געהאט די זכי' צו שטיין ווי א גענעראל אויסצופירן משאת נפשו הטהורה פון מרן רביה"ק זי"ע צו בויען קרית יואל און האט אויפגעוויקלט מען איז מען איבערגעקומען אלע מניעות פון די ארומיגע שכנים און שטערונגען פון די טאון באאמטע בברכת הצדיק בימי בראשית העיר וואס מען איז אצינד ממשיך צו זען די וואונדערליכע פריחת העיר תחת דגלו והדרכתו פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בראשות בנו הגדול איש על העדה הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ שליט"א עד ביאת הגואל.