די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2280
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5300

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ר' משה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 2:09 pm מות ימות האטליין
5189311990
עס איז א גרויסע עולה אזא דזשאוק. עס טראגט ארויס די נושא פון וואטסעפפ און אנליין גרופעס צו טעלעפאן'ס. דאס איז א אנדערע גאס פאר ווער עס פארשטייט. קינדער און בחורים גייען אנהויבן שוועבן. ביטע, דער פותח זאל רחמנות האבן און דאס פארמאכן. נישט אלעס איז א דזשאוק.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6643

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ר' משה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 2:09 pm מות ימות האטליין
5189311990
זאג נאר פאר יענע גוי אז מות יומת איז טייטש טויט דורך א צווייטן, נישט זעלבסטמארד...
:D :D :) :) :D :D
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4720
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14048

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 4:04 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 3:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 3:24 pm


איך האף אז דאס איז פאלש.

עס לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל אז הרב בראך זאל פאוסזטן אזא שעדליכע הסתה והדחה, אזא פאזיטיווע הסבר וויאזוי א בחור מאכט גליקליך זיין אומגליקליך לעבן. שומו שמים על זאת, אזא גוי'אישע כפירה'דיגע געשרייבעכץ. ס'גלייבט זיך נישט.
איך גיי נישט פארענטפערן יצחק מרדכי בראך, און איך האלט בפירוש נישט אז ער איז דער וואס דארף זיך מטפל זיין מיט פראבלעמען פונעם דור. ער זאל זיך מטפל זיין מיט נפטרים, און אבאכט געבן אויף כבוד המת.

אבער, ער בּראַך, זעט דעם בּראָך, ער זעט וויפיל עס פאלן שטיקער, און עס טוט וויי.

מיין מיינונג איז פארט אז ער דארף נישט זיין דער וואס רעדט.

איך באטראכט א שטארקע מעגליכקייט אז די מומחים האלטן יא אז ס'בעסער עס צו האלטן שטיל.

און צו זיין קלארער, אין אונזער קאמיוניטי איז "נישט" פארהאן קיין מאסן זעלבסטמארד. נישט מער ווי אין די אלגעמיינע וועלט, און מסתם אויך נישט נאנט.
יא, מ'האמיר פאר לאנגע יארן געלעבט אין דענייעל כאילו עס עקזיסטירט בכלל נישט.
אבער, אפשר האבן די מומחים א צד צו זאגן אז דאס שטופן אונטער'ן טעפיך האלט עס אפ פון ווערן ארגער?

איך ווייס נישט.

(פאר דו שרייסט אז פריער האב איך געזאגט אנדערש, וועל איך אויסקלארן, אז יא, איך צי צוריק פון וואס כהאב פריער געשריבן, לכה"פ אויף די שארפקייט אין מיינע ווערטער...
איך האלט אז דאס איגנארירן די דראגס איז א ריזן עוולה, אבער זעלבסטמארד קען איך נישט רעדן ווילאנג איך הער נישט וואס מומחים האלטן)
איך פארשטיי נישט די צד פון יא רעדן

ביי יעדעס קינד און בחור איז פשוט בפשטות אז 'סוסעייד' און 'דראגס' איז א געפערליכע געפערליכע זאך אזוי געפערליך אז מען קען ניטאמאל רעדן דערפון
די וואס טועהן עס יא ווייסן אויך אז דאס איז די שרעקליכסטע זאך נאר זיי פייפן זיך אריין פאר זיי גייט נישט העלפען קיין שום דרשת התעוררות

די רעדן דערפון גייט ברענגן נאר שרעקליכע שאדן עס גייט אפקילן די זאך אן קיין שום נוצן
די צד פון יא רעדן איז לכאורה נישט אזוי ווייט צו אדרעסירן די קרבנות וואס האלטן שוין נאנט דערצו רח"ל, נאר אז איינער וואס הייבט אן פילן אזאנע מחשבות חלילה זאל וויסן אז ער איז נישט קיין מאדנע נשמה וועם קיינער קען נישט פארשטיין. יא, ס'איז דא אזא זאך, און ס'איז דא הילף - אויב מאדרעסירט עס בעוד מועד.

גיי העלף דיך.

אין די זעלבע צייט קען עס זיין פאר די ארומיגע, אז א מגי"ש טאטע, רב אין ביהמ"ד וכדו' זאל קענען צולייגן קאפ און באמערקן ווען איינער ברויך ערשטע הילף.

איך נעם נישט קיין צד, איך פרוביר צו מסביר זיין די זייט פון די מטבע.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1601
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2615

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1601
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2615

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

https://www.yiddish24.com/health/189/125668
זייער אינטערסאנט
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1601
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2615

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

https://www.yiddish24.com/miscellanies/177/125651
פון א אנדערע ענגעל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4810

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך נקודות טובות »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 8:30 pm 2 קושיות וואס איך בין געבליבן מיט. 1 פארוואס די רבנים טוען גארנישט צו די עקסידענטןם וואס געשעען צוליב נישט גיין רעפלעקטארס.... (נאר א ווערטל), און 2 וואו @נקודות טובות איז אהינגעקומען.
ליידער א ביטער געלעכטער. מען זעהט נישט איינעם פאר 24 שעה, און מען מאכט שוין זיכער אז ער לעבט נאך....

בתקופות קאראנע האט איינער געפאוסט אויף סטעטוס אז ער ווער עס איז געשטארבן זאל זיך מעלדן, ווייל ער וויל אנהויבן אויסמעקן די קאנטעקטס פון די וואס לעבן שוין נישט.
שרייב פאוסט