אז ס'טוט וויי שרייט מען?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 252

אז ס'טוט וויי שרייט מען?

פאוסט דורך את פתח לו »

אז ס'טוט וויי שרייט מען?

אין די לעצטע תקופה איז ליידער פארגעקומען אין אונזער מחנה א רייע ביטערע טראגעדיעס רח”ל, וואס האט אויפגעשוידערט יעדע אידישע הארץ. לב מי לא יחרד ווען מען הערט אזעלכע האר-אויפשטעלנדע בשורות, און וואו מען דרייט זיך זעהט מען ווי כלל ישראל רעאגירט מיט א טיפע ווייטאג און אינערליכע ציטער. יעדער טרעפט זיך פרעגן דער זעלבער פראגע: “וואס גייט דא פאר? וואס קענען מיר טון?” משולי המחנה האט מען געהערט ווייטאגליכע באשולדיגונגען, דער ווייזט די פינגער אויף די רבנים, יענער טענה'ט אז די עסקנים זענען שולדיג, און א דריטער טאדעלט גאר אויף די מוסדות אלס דער שולדיגער.

אבער איך גיי מיר נישט אפגעבן מיט די ידינו לא שפכו קטיגורים וואס זענען נאר דא צו טרעפן יענעם אלס א שעיר לעזאזל. פון די אנדערע זייט האבן גוטע אידן פרובירט צו פארשלאגן קאנקרעטע לעזונגען צו דעם קריזיס. פארשידענע פרואוון זענען געמאכט געווארן צו ענטפערן דעם חובת השעה און זיי זענען געקומען פון עטליכע ריכטונגען. די איין החלטה אויף וואס כמעט אלע זענען געווען איינשטימיג איז אז מ’קען מער נישט שווייגן, מ’דארף אויפהערן באהאלטן, מ’מוז מאכן א וויי געשריי און רעדן דערפון אפן. זיי קומען אפילו מיט א לאזונג בצידם: "דער ערשטער שריט צו לעזן א פראבלעם איז צו אנערקענען אז עס איז דא א פראבלעם", און בעצם זענען זיי גערעכט, אבער נישט ווען עס קומט צו א געזעלשאפטליכע פראבלעם פון די סארט.

די 'לאמיר מאכן א געשריי' רעאקציע, כאטש וואס עס קומט פון א גוטע פלאץ, איז גענצליך קאנטער-פראדוקטיוו. און לאמיר פארשטיין פארוואס: די אווערטאן פענסטער אין די תש"נ יארן האט יאזעף אווערטאן, אן אמעריקאנער פאליטישער אנאליסט, פארגעשטעלט א טעאריע וואס ערקלערט וויאזוי ווילדע געדאנקען כאפן זיך אריין אינעם מעינסטריעם. זיין טעאריע, וואס איז געווארן זייער אנגענומען אין די וויסנשאפטליכע וועלט, שטעלט פאר א זעקס-שטאפלדיגע מהלך וויאזוי זאכן וואס זענען אמאל געווען אוממעגליך צו באטראכטן אדער אפילו צו רעדן דערפון, ווערן ביסלעכווייז נארמאליזירט און אנגענומען אינעם ברייטן ציבור.

די זעקס שטאפלען זענען ווי פאלגנד: אומדערהערט, ראדיקאל, אקצעפטירבאר, פארשטענדליך, פאפולער, און אנגענומען.

ווען א געפערליכע געדאנק ווערט פארגעשטעלט צום ערשטן מאל, ווערט עס באטראכט אלס 'אומדערהערט', יעדער שטייט אוועק דערפון כמטחווי קשת און מען וויל אפילו נישט הערן א ווארט דערוועגן. מיט דער צייט הייבט זיך אן א שמועס, א קליינע מינאריטעט רעדט פון דער געדאנק, זיי ווערן אנגעקוקט אלץ משוגעים מיט ווילדע געדאנקען, אבער זיי רוקן דעם טעמע פון 'אומדערהערט' צו 'ראדיקאל'. נאך א שטיק צייט ווערן די שמועסן ברייטער, און דער געדאנק ווערט שוין 'אקצעפטירבאר'. דאס מיינט נישט אז די אלגעמיינע מענטש האלט דערפון, אבער מען קען שוין רעדן דערפון אן מורא צו ווערן באטראכט אלס משוגענער. ווי מער צייט גייט פארביי, ווערט דער זעלבער געדאנק שוין 'פארשטענדליך'. עס ווערן געשריבן ארטיקלען צו ערקלערן דעם געדאנק און צוביסלעך טוישן זיך מיינונגען. איינמאל א גרויסע עולם איז געווארן איבערגערעדט ווערט די געדאנק 'פאפולער', און צום סוף ווערט עס פולשטענדיג 'אנגענומען'. איינמאל א טעמע גייט אריין אין די 'אקצעפטירבאר' קאטעגאריעס, פאלט עס אריין אין די זאנע וואס ווערט גערופן “די אווערטאן פענסטער,” און פון דארט ביזן ווערן פולקאם 'אנגענומען' איז א קאצן-שפרונג.

לאמיר געבן אן עקסטרעמער משל צו אילוסטרירן דעם געדאנק. קוקט אויף קאניבאליזם — די קאנצעפט אז א מענטש זאל אויפעסן דעם אנדערן. ווי מיר שטייען היינט איז דאס נישט נאר אומלעגאל, נאר מען רעדט אפילו נישט דערפון. עס איז אין די 'אומדערהערט' שטאפל. אבער לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי די אווערטאן מעטאד וואלט געטון איר ארבעט אפילו מיט אזא אוממענטשליכע זאך: עס הייבט זיך אן מיט א קאנטראווערסיאלער ארטיקל אין אן עקסטרעמער זשורנאל: “אפשר איז קאניבאליזם נישט אזוי שרעקעדיג ווי מיר מיינען?” די וועלט לאכט און מאכט חוזק דערפון, און די שרייבער ווערן גערופן ראדיקאלן און משוגעים, אבער די שמועס האט זיך שוין אנגעהויבן. נאך עטליכע יאר ווערט די נושא מער דיסקוטירט דורך אקאדעמיקער וואס זענען מסביר אז מענטשליכע פלייש איז א רייכע קוואל פון פראטיען. פארשטייט זיך אז זיי אדוואקאטירן נישט פאר קאניבאליזם, עס איז נאר אין די נאמען פון סייענס. מענטשן ווערן אויפגעברויזט, און עס הייבט זיך אן א פובליק דעבאטע - מען רעדט שוין אפן פון דעם אלס א לעגיטימע נושא צו דעבאטירן אין די עפנטליכקייט. א שטיק צייט דערויף קומט ארויס א רעפארט וואס צייגט אז באזירט אויף גענעטישע שטודיעס זענען געוויסע מענטשן געבוירן מיט א נייגונג צו קאניבאליזם. די טעלעוויזיע ברענגט ארויף א געבוירענע קאניבאל צו ערקלערן די שוועריקייט פון לעבן מיט קאניבאליזם און פארוואס מענטשן זאל נישט זיין אזוי אומהעפליך צו אים. די אינטערוויוער ענדיגט צו מיט א ווארימע אפיעל אז טראץ זייער קרענק ברויך מען זיי פארשטיין, ווי נישט ווי איז דאך פארהאן פארשטופטע שבטים אין די אמאזאן וואס פראקטיצירן קאניבאליזם און ביי זיי איז דאס א נארמאלע זאך. והנה, קאניבאליזם איז 'פארשטענדליך'. נישט לאנג דערויף גרופירן זיך די קאניבאלן און גרינדן א חיזוק גרופע, זיי זאמלען שטיצער און ווערן 'פאפולער'. די ליבעראלע גאווערנארשע פראקלאמירט א חודש צו אנערקענען די קאניבאל קאמיוניטי באגלייט מיט פאראדעס און קאניבאל פענער, און איין טאג טרעפט מען זיך אז עסן מענטשן איז א פולשטענדיג נארמאל און 'אנגענומען'.

די וועלט היינט איז פארנומען צו עפענען יעדע טיר און אראפווארפן יעדע מויער, מיט די אויסרייד אז דורך רעדן דערפון און אראפנעמען די טאבו וועט מען קענען אויפקלערן די מענטשהייט און זיי ראטעווען פון געפערליכע אנשיקענישן. אבער דער פאקט ווייזט פונקט פארקערט. די בעסטע וועג צו פארמיידן געפערליכע געדאנקען פון זיך דערקייקלען צו די 'אנגענומען' שטאפל, איז צו עס הערמעטיש פארשליסן אינעם 'אומדערהערט' שטאפל און עס נישט לאזן זיך ארויסגליטשן אפילו בלויז צום 'ראדיקאל' שטאפל. און דאס מיינט אז מען ערלויבט נישט דיסקוסיעס ארום דעם נושא, אפילו לגנאי. דאס בלייבט עפעס וואס מען רעדט נישט בכלל. נישט אלע טירן זענען געמאכט צו עפענען. לעניננו, די ברענעדיגע נושא איז נישט עפעס א נייע פענאמען וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. אלע יארן האבן זיך געטראפן מענטשן וואס האבן געשפירט אז זיי האבן נאר איין וועג ארויס. די חילוק איז אז אלע יארן איז די נושא געווען פארנעפלט אונטער א גאר דיקע שלייער וואס רופט זיך טאבו. נישט ווייל מען האט געוואלט באהאלטן און צענזורירן די אינפארמאציע צו באשיצן די קהילה, נאר ווייל דאס האט געדינט אלס א שטיקל שמירה צו האלטן דעם נושא פארשלאסן אונטער די ריגל פון 'אומדערהערט'. מיט די פארשפרייטונג פון סאציאלע מידיע וואו צענזור און איינגעהאלטנקייט עקזיסטירט נישט, הייבט אן די נושא ווערט אלס מער און מער דיסקוטירט, עד כדי כך אז מען האלט שוין היינט ביי די שטאפל אז מ'דארף זיי פארשטיין. אזוי ארום איז אראפגענומען געווארן דער טאבו, און עס איז היינט נעבעך אסאך גרינגער פאר מענטשן וואס זענען אין א טונקעלע מצב צו טראכטן דערפון ווי פון א לעגיטימע אפציע.

און דאס ברענגט צו א שוידערליכע זאך וואס ווערט גערופן “סואיסייד קלאסטערס.” סואיסייד קלאסטערס אין יאר תשס"ט האבן זעקס יוגנטליכע פון די הענרי גאן הויכשולע אין פאולא אלטא, קאליפארניע זיך גענומען דאס לעבן דורך אריינשפרינגען אין די שינעס פארנט פון אנקומענדע באנען. אלע זעקס אינצידענטן האבן פאסירט אין א גאר קורצע צייט אפשניט, אין ווייניגער ווי זעקס חדשים. די טראגעדיעס האט געשאפן א שטארקן אויפברויז, און עקספערטן האבן זיך שטארק פארטיפט צו פארשטיין פארוואס אזוי פיל קינדער פון איין קליינע געגנט זענען אנגעקומען צו טון אזא ביטערן שריט. די פסיכאלאגן און סאציאלאגן וואס האבן אפגעשאצט די מצב, זענען געקומען צו די מסקנא אז דא האנדלט זיך פון א פאל פון די “ווערטער אפעקט” - אן אנשטעקיגע אויסברוך פון זעלבסטמארד. דאס איז א פענאמען וואס קומט פאר ווען מענטשן וואס געפינען זיך אין שוועריגקייטן הערן פון א צווייטן וואס האט גענומען זיין לעבן, און דאס ברענגט זיי אויך צו דעם ביטערן שריט, פונקט ווי א וויראלער אנשטעקונג. די ווערטער אפעקט ווערט גערופן על שם א קייט פון זעלבסמארדן וואס האט אויסגעבראכן נאכן ערשיינונג פון א פאפולערן בוך איבער א יוגנטליכער מיטן נאמען ווערטער וואס נעמט זיך דאס לעבן נאך א שווערע דורכגאנג. די אלע נאכפאלגנדע זעלבסטמארדן האבן גענוצט דעם זעלבן מעטאד ווי דער פיקטיווער כאראקטער, און דאס האט אויפגעמערקט פסיכאלאגן אז די כוואליע פון זעלבסמארדן איז א דירעקטער רעזולטאט פון דעם בוך. די מציאות ווייזט אז ווען אן אינצידענט ווערט באריכטעט, ספעציעל ווען עס ווערט באריכטעט אויף אן עמאציאנעלן און דראמאטישן אופן, קען זיך דער טראגישער שריט נעבעך פארשפרייטן ווי א קייט רעאקציע. דאס שאפט א 'קלאסטער' וואס האלט זיך אין איין פארשפרייטן מיט יעדן פרישן אינצידענט, ווייל מענטשן וואס שפירן פארלוירן זעענדיג די באריכטן, הויבן אן דאס צו אנקוקן אלס אן אפציע.

"הערן וועגן א זעלבסטמארד מאכן צעבראכענע מענטשן שפירן ווי זיי האבן 'רשות' עס אויך צו טאן," זאגט פראפעסאר דעוויד פיליפס, א בארימטע פארשער אין די פעלד פון אנשטעקיגע זעלבסטמארד. עס איז איבעריג צו ערווענען אז דאס איז ווייט נישט די איינציגסטע סיבה פאר די פראבלעם, און זיכער אויך נישט די הויפט סיבה. עס זענען פארהאן אסאך אנדערע טיפערע פראבלעמען וואס ליגן אונטער די געשעענישן פון די לעצטע שטיק צייט, און יעדער איינער האט זיינע אייגענע שוועריגקייטן און זיין אייגענע געשיכטע. אבער וואס מיר רעדן דא איז אן אמת’ע און וויכטיגע נקודה וואס ווערט זייער אפט פארקוקט. זעלבסטמארד באהיטונג עקספערטן זאגן אלע אז דער בעסטער וועג צו פארמיידן קלאסטערס איז צו באגרעניצן און קאנטראלירן די וועג ווי אזוי מען באריכטעט די נושא. נישט דעטאלירן קיין פרטים און אוודאי נישט מאכן קיין העראאישע דערציילונגען פון די וואס האבן געטאן אזא שריט.

פארשידענע לענדער האבן אפיציעלע רעגולאציעס פאר נייעס קוועלער וויאזוי זיי זאלן באריכטן איבער זעלבסטמארד. אין נארוועגיע איז גענצליך פארבאטן צו באריכן איבער זעלבסטמארד אדער פרואוון פון זעלבסטמארד. די וועלט געזונט ארגאניזאציע (WHO) שלאגט פאר אז מען זאל נישט דערמאנען די ווערטער זעלבסטמארד אין די קעפל פונעם באריכט און מען זאל איינצוימען די נומער פון באריכטן. די טערקישע רעגירונג אסר'ט בילדער, ווידיאוס, אדער מאוויס וואס שילדערן אזעלכע פעלער, און טראצדעם וואס אמעריקע האט נישט קיין אפיציעלע רעגירונג'ס רעגולאציעס, האבן רוב נייעס קוועלער זייערע אייגענע פארשריפטן און סטאנדארטן. צום ביישפיל רוב גרויסע מידיע נעצן וועלן קיינמאל נישט באריכטן די פונקטליכע מעטאד און דעטאלן פון א זעלבסטמארד.

די מהלך ביי אונזער היימישע קאמיוניטי איז אלעמאל געווען נאך שארפער. כדי צו האלטן די נושא אינעם 'אומדערהערט' קאלום און אזוי בעז"ה פארמיידן נארמאליזאציע, האט מען ביי אונז קיינמאל נישט באריכטעט קיין מאבד עצמו לדעת נאר געמאכט א שווייג. מען האט דאס נישט געטון כדי זיך באגראבן די פנים אין זאמד, נאר פשוט אלס א גדר נישט צו נארמאליזירן דעם שמועס (הגם עס זענען זיכער געווען אזעלכע וואס האבן יא בלויז געשוויגן כדי נישט צו פארשעמען די קאמיוניטי). אזוי ווי ביי די היימישע עולם זענען פארהאן פארשידענע אנדערע נושאים וואס זענען נישט אויפן טיש בכלל, נישט ווייל מיר פארלייקענען אז עס עקזיסטירט, נאר ווייל מיר ווילן נישט עס זאל זיך אריינגליטשן אינעם 'אנגענומען' קאטעגאריע. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יו"ד שמ"ה סעי' א) המאבד עצמו לדעת אין מתעסקים עמו לכל דבר, ואין מתאבלין עליו ואין מספידין אותו ולא קורעין ולא חולצין. דאס איז לאו דוקא א שטראף אדער אן אקט פון נקמה, נאר א מעקאניזם צו אנהאלטן די סטיגמא פון דעם שענדליכן טאט, און כדי דאס אנצוהאלטן דארף עס ווערן באטראכט מיט א גנאי און מען דארף זיך אומגיין דערמיט מיט א שטארקע פאראכטונג. אפטמאל הערט מען מענטשן טענה'ן אז מען ברויך פארשטיין די מענטשן, נאך אלעם דארף דאך א מענטש זיין אין גאר אסאך צער צו נעמען אן עק צו זיין לעבן. אין אסאך פעלער איז דאס טאקע אמת אין א געוויסע זין, אבער ראציאנאליזירן אזא שרעקליכע זאך העלפט נישט קיינעם און עס טוט נאר ווייטער פארשפרייטן די אנשטעקיגע מחלה. פארשטייט זיך אז יעדער איד פערזענליך האט א חיוב צו דן זיין דעם אומגליקליכן זעהל לכף זכות, אבער די געמיינזאמער צוגאנג פון די קהילה דארף זיין צו אנהאלטן דעם טאבו מיט אייזערנע קייטן.

וואס קען מען יא טון? פון דא און ווייטער איז שוין בלויז מיין מיינונג, אבער אז איך האב שוין דעם פעדער אין די האנט, לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט. די לעזונג באשטייט פון צוויי פראנטן: יעדער יחיד, און די רבים אלס א קאלעקטיוו. אלס א קאמיוניטי איז דא אסאך וואס מיר קענען טון. צוערשט, אנהאלטן דעם טאבו מיט אלע מיטלען. חס ושלום נישט לאזן דעם שמועס אריינרינען אינעם מעינסטרים. מיר דארפן האבן סטאנדארטן ווי צו באריכטן טראגעדיעס. ווען חלילה עס פאסירט א שווערע מעשה, זיך איינהאלטן פון דעטאלירטע באשרייבונגען, און אוודאי נישט ראמאנטיזירן דעם ביטערן שריט. מיר דארפן אויפקלערן מענטשן, פון די קליינע קינדער אין די מוסדות, די בחורים אין ישיבה, די מיידלעך אין סקול, און אויך אינעם ברייטן ציבור, אז עס איז נארמאל פאר א מענטש צו דורכגיין שוועריגקייטן מיט טונקעלע געפילן און עס אלעמאל פארהאן הילף – דעם טאבו דארף מען יא אומבאדינגט אראפנעמען. די מלמדים, מנהלים, טיטשערס, און רבנים – יעדער וואס קומט אין כסדר'דיגע קאנטאקט מיט מענטשן, זאלן דורכגיין א מינימאלע מאס פון טרענירונג צו אויפכאפן רויטע לעמפלעך און אנווייזן מענטשן וואס זעען אויס צו זיין אין א שווערע מצב צו די ריכטיגן פראפעסיאנאלע הילף וואס זיי דארפן. פארשטייט זיך אז מיר דארפן דאס נאכפאלגן מיטן למעשה אויפשטעלן היימישע מענטל-העלט צענטערן און ארגאניזאציעס וואס זאלן ווערן אהערגעשטעלט מיט די מאקסימום באקוועמליכקייט, סיי ברוחניות - מיט די שטיצע פון אלע רבנים, און סיי בגשמיות – גוט-טרענירטע און טראסטבארע טעראפיסטן. פארשטייט זיך נישט מיט קיין גרויסע קאמפיינס און בילדער אדער באריכטונגען אין צייטונגען און סאציאלע מידיע, נאר אויף א שטילע און איידעלע אופן וואס ראטעוועט לעבנס אן קיין נעגאטיווע סייד אפעקטס. עס וואלט אויך געווען א געדאנק צו גרינדן אן אנאנימער קריזיס האטליין פאר מאמענטן פון קריזיס, צוגעשטעלט אויף א וועג וואס איז געאייגנט פאר אונזער היימישער עולם.

וואס יעדער יחיד קען טון יעדער יחיד טראגט א ריזיגע אחריות און פארמאגט די מעגליכקייט צו מאכן א טויש אין מענטשנ'ס לעבנס. די ערשטע זאך איז, האלט דיך איין פון ארומשיקן אינפארמאציע פון אזעלכע ביטערע פעלער. חוץ וואס דיין מעסעזש קען ח"ו ביישטייערן צום פאטענציאלע פארשפרייטונג פון דעם מגיפה, איז עס א נידעריגע און שענדפולע זאך צו נוצן יענעמס ווייטאג און ייאוש צו זיין דער מעכטיגער טרעגער אויפן גרופ וואס האט אייביג די ערשטע נייעס. עס איז דא א משפחה וואס טרויערט און אין שאק, און דו ביזט פארנומען קאכן א קאשע צו איינהאנדלען פאפולעריטעט פוינטס. צוויטנס, אויב דו האסט א פריינט, א שכן, א משפחה מיטגליד אדער א באקאנטער וואס זעט אויס צו זיין אין א טונקעלע פלאץ, גיי צו מיט אמת’ע ווארעמקייט און געב א גוט ווארט, א קורצע שמועס מיט אויפמערקזאמקייט, אדער, אויב ביזטו גענוג נאנט מיט אים, ווייז אים אז דו ביסט דא פאר אים און דו ביסט גרייט צו העלפן. יעדער יחיד דארף אויך וויסן וואו עס זענען דא הילף-צענטערן און עקספערטן צו וועמען מען קען זיך ווענדן אדער צואווייזן א נאנטער אין א שווערע מאמענט. יעדער פון אונז האט א כח צו ראטעווען לעבנס. מען ווייסט קיינמאל נישט וועלכע ווארט, וועלכע שמייכל, קען מאכן דעם חילוק צווישן לעבן און טויט. דער עיקר איז, נישט יעדער שמועס דארף ווערן נארמאל, און נישט יעדע טיר דארף ווערן אויפגעבראכן. עס זענען פארהאן געוויסע טירן וואס דארפן פאר אייביג בלייבן פארשפארט. דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף יעדע אידישע נשמה, ויאמר למשחית הרף. מיר זאלן אלע זוכה זיין צו לעבן מיט שמחה, מנוחה, און שלווה. אלע אידישע קינדער וועלכע געפונען זיך אין שווערע מצבים זאלן ארויסגיין מאפילה לאורה בקרוב.
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 252

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך את פתח לו »

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין אייגענס, אבער איך האב זיך געטראפן עגריען צו די מהלך.

אזווי איך האב געזען אז דא רעדט מען דערפון, בין איך נייגעריג וואס די ציבור דא האלט אויף דעם.
אוועיטער
שאול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:31 pm
Location: נייעס
x 2548

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך שאול »

אינטערסאנט ווי די נקודה איז פונקט פארקערט פון וואס מענטשן זאגן אז ווי מער מען רעדט ברענגט עס אווערנעס וכו’.. און ס'איז בעסער מען זאל יא רעדן.
האלט דאס קעפעלע גראד
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 252

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך את פתח לו »

איי געס די עולם עגריט...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2337
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5470

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הערט זיך זייער אינטערסאנט. אוועקמאכן קען מען עס זיכער נישט. עכ"פ ווער עס טוט עפעס לכאן אדער לכאן דארף נעמען א גרויסע אחריות.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 298
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 401

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

את פתח לו האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 10:41 pm פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין אייגענס, אבער איך האב זיך געטראפן עגריען צו די מהלך.

אזווי איך האב געזען אז דא רעדט מען דערפון, בין איך נייגעריג וואס די ציבור דא האלט אויף דעם.
פון וואו קומט עס?

וואליד.
צום טיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 6

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך צום טיש »

זייער א פאזעטיוו קוק פארוואס מען מעלדט נישט די נייעס כהאב קיינמאל נישט געטראכט פון דעם אויפן ערשטן בליק פילט זיך ווי סאיז מער א בת היעה טאקטיק..
אבער אינטערסאנט איז אז קופקעס אין שול וכו' האבן דוקא א געשמאק אין הנאה יא צו אויסשמועסן ווער, וואס, וויפיל, און וואו רח''ל כווייס נישט פארוואס?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4720
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14052

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שטארקע נקודה.

די שאלה איז צי דער מהלך, וואס איז פארגעשריבן געווארן און די נונ'ס, ארבעט אויך אין א וועלט פון 35 יאר שפעטער, ווען סאציאלע מידיע דאמינירט אינגרויסן.

אין לי פנאי להאריך, ועוד חזון.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 324
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 420

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך הדסים »

את פתח לו האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 10:41 pm פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין אייגענס, אבער איך האב זיך געטראפן עגריען צו די מהלך.

אזווי איך האב געזען אז דא רעדט מען דערפון, בין איך נייגעריג וואס די ציבור דא האלט אויף דעם.
@את פתח לו איז מיט אונז! און נאך מיט אזא ארטיקל!
(און ער האלט נאך ווי מיר אויך...)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 324
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 420

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך הדסים »

צום טיש האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 12:02 pm זייער א פאזעטיוו קוק פארוואס מען מעלדט נישט די נייעס כהאב קיינמאל נישט געטראכט פון דעם אויפן ערשטן בליק פילט זיך ווי סאיז מער א בת היעה טאקטיק..
אבער אינטערסאנט איז אז קופקעס אין שול וכו' האבן דוקא א געשמאק אין הנאה יא צו אויסשמועסן ווער, וואס, וויפיל, און וואו רח''ל כווייס נישט פארוואס?
לשון הרע איז א תאווה, באנעבעכן יענעם איז נאך איינס, מיט א זאך וואס (מ'מיינט אז) ס'האט נישט נישט מיר איז שוין א דריטע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1623
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2650

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך פשוט און גראד »

וועגן דעים שטייט אין די בריוו א נומער פון 3 א וואך.
צרורא דלעילא
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:51 pm
Location: מאדים
x 16

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך צרורא דלעילא »

זייער א גוטע מהלך! און נישט נאר לגבי סואיסייד נאר אפי' אז מ'נעמט ווען די מהלך לגבי מעס שאטינגס און טעראריזם, מ'לייגט ארויף אן איסור חמור אויף אלע נייעס באריכטן אז קיינער טאר נישט רעדן דערפון וואלט געווען אסאך ווייניגער קרבנות
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 324
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 420

Re: אז ס'טוט וויי שרייט מען??

פאוסט דורך הדסים »

צרורא דלעילא האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 5:51 pm זייער א גוטע מהלך! און נישט נאר לגבי סואיסייד נאר אפי' אז מ'נעמט ווען די מהלך לגבי מעס שאטינגס און טעראריזם, מ'לייגט ארויף אן איסור חמור אויף אלע נייעס באריכטן אז קיינער טאר נישט רעדן דערפון וואלט געווען אסאך ווייניגער קרבנות
דארט איז אבער דא דער פראבלעם אז די מאווי און סאושעל מידיע וועלט איז פול דערמיט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט