פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך פליט »

פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים
SmartSelect_20250319_103913_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_103913_YouTube.jpg (110.31 KiB) געזען געווארן 989 מאל
SmartSelect_20250319_094735_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_094735_YouTube.jpg (208.15 KiB) געזען געווארן 989 מאל
ברק ניקסון איז א פרייע בחור וואס איז געפארן אויף אקטאבער 7 צום נובה פעסטיוואל, און ב"ה ער האט איבערגעלעבט, און צירוק געקומען א פרימע חרדישע בחור.

ער איז געבוירן געווארן 25 יאר צירוק אין עפולה אין ארץ ישראל, זיין מאמע קומט פון מער א אידישע שטוב, ווי מען האט ארויפגעקוקט אויף מצוות און מנהגים, אבער זיין טאטע קומט פון א פרייע שטוב ווי מען האט נישט געהעריג געהיטן אידישקייט.

ווען ברק איז געווארן 13 יאר האט ער אנגעהויבן לייגן תפילין יעדן טאג, און געגאנגען אין שול יעדע שטיק צייט, אבער ווען ערז עלטער געווארן און איז אריין סערווירן אין מיליטער האט ער אלעס אפגעלאזט, ער האט נישט געטראכט בכלל פון זיין אידישקייט, נאר דורכגעלעבט טאג נאך טאג, און פארברענגט מיט זיינע חברים.

ראש השנה תשפ"ד האט אים פלוצלינג עפעס אנגעהויבן פאשן פון אינעווייניג, ער האט אנגעהויבן פילן אז ער דארף אנהייבן היטן שבת, ער האט געפילט ווי עפעס שלעכט וועט געשען אויב איך היט נישט קיין שבת.
פאר ראש השנה האט ער געקויפט א האט פלעיט און אריבערגעברענגט צו זיין מאמע אינדערהיים, און אזוי האט ער טאקע געהיטן די ערשטע שבת פונעם יאר. ער האט זייער שטארק געוואלט גיין אין שוהל שבת צופרי, אבער ער האט מורה געהאט אז ער וועט פארשלאפן, איז ער געבליבן אויף די גאנצע נאכט און געזאגט תהילים אזוי צופרי איז ער אנגעקומען אין שוהל.

און די צווייטע שבת פונעם יאר וואס איז געווען סוכות האט ער אויך געהיטן, און טאקע אויך געבליבן אויף גאנץ שבת באנאכט.


געווען איז עס אינעם דריטן שבת, שמחת תורה. די שבת וואס די פעסטיוואל האט געזאלט פארקומען, ווי ברק פארציילט האבן אסאך פון מיינע חברים געקויפט טיקעטס צום פארטי, און ווי פארשטייט זיך, האט איך אנגעהויבן באקומען פאומא וויזוי מ'רופט עס (fomo - fare of missing out) מיין בויך האט זיך אנגעהויבן דרייען, וויסנדיג וואס אזא פארטי מיינט און איך וועל דאס פארפאסן.


שבת באנאכט 2:00 AM באקום איך א מעסעדזש אויף מיין פאון פון מיינע חברים אז זיי האבן מיך געקויפט א טיקעט און מען פארט שוין ארויס. איך האב אפילו נישט געטאשט מיין פאון צו ליינען די מעסעדזש, כ'האב עס געליינט ווען עס איז ארויפגעקומען אויפן סקרין, סדאך שבת.

איך האב אנגעהויבן פילן ווי איך קען דאס נישט פארפאסן און איך גיי האב איך באשלאסן. כ'האב פארציילט פאר מיין מאמע מיין פלאן אז איך פאר יעצט ארויס צום גרויסן פעסטיוואל, אבער מיין מאמע האט זיך זייער אויפגערעגט, האסט דאך יעצט אנגעהויבן היטן שבת, און שוין גייסטו צו א שבת פעסטיוואל? איך האט זיך פארענטפערט אז די 2 שבתים וואס איך האט געהאלטן וועט מיך זיכער אפהיטן.


איך בין אנגעקומען צום פעסטיוואל בערך א שעה פאר די שוידערליכע אטאקע האט זיך אנגעהויבן. דארט האט זיך געטון, מ'האט געטאנצן צולאזט די עולם איז געווען אנגעשאשקעט און אויף הויכע סחורה, געווען הויכע ווייבס.
אנהייב האב איך בכלל נישט געכאפט אז עס פליען מיסלס העכער מיין קאפ, אבער פלוצלינג זעה איך איינער ליגט אויפן פלאר נעבן מיר, טויט.
דא האב איך אנגעהויבן כאפן אז עפעס גייט דא פאר, כ'האב אבער נישט געטראכט אז מיין לעבן איז אין א סכנה, די פייפערס האבן זיך אנגעצינדן, האבעך אנגעהויבן זוכן מיינע חברים מיט וועם איך בין געקומען, וועלנדיג צירוק פארן קיין עפולה,

הערענדיג שיסערייען האב איך אנגעהויבן לויפן צום קאר מיט וואס איך בין געקומען מיט, אנקומענדיג נאנט צום קאר האט די גאנצע קאר אויפגעריסן, ביי דעם פוינט האב איך געזען די טראקס מיט די טעראריסטן, און זיי שיסן אויף אלע זייטן,
דא האב איך געכאפט אין וועלכע מצב אונז געפינען זיך אין, כ'האב אנגעהויבן רעדן צום באשעפער אז אויב ער נעמט מיך ארויס פון דא וועל איך זיין זיין בעסטער קינד, און אויך האב איך גערעדט צו מיינע חברים איבער די באשעפער.

יעדער האט זיך גענומען לויפן צום דערנעבנדיגע פעלדער, כ'האב מיט געלאפן מיט יעדן, און יעדע סעקונדע זעט מען נאך איינעם פאלן צום ערד פון די פליענדיגע בולעטס, די קולות און פחד וואס דארט איז פארגעקומען קען מען נישט מסביר זיין, יעדער האט געשריגן קולות, די טעראריסטן האבן אויך געשריגן, אבער זיי האבן געשריגן פון הנאה און פרייליכקייט. מענטשן זענען געפאלן קורבנות אין אלע זייטן, מענטשן האבן זיך באהאלטן אלע זייטן, אונטער קארס אונטער ביימער, און ווי מ'האט נאר געקענט, אבער איך האב יא ווייטער געלאפן, איך האב געזען דארט סצענעס וואס איך האב נישט געחלומ'ט אז מיין אויגן וועלן דאס דארפן מיטהאלטן, נעבן מיך האבן געפלאצט RPG'S, בולעטס און צווייגן פארנט פון מיר, אבער איך האב ווייטער געלאפן מיט מיינע חברים, פלוצלינג האבן מיר זיך געטראפן ביים גרעניץ וואנט מיט עזה, און האבן געלאפן אינעם פארקערטן דירעקציע, אונז האבן געזען ביים וואנט ווי עס קומען אן ווענס מיט נייע טעראריסטן און ווי זיי טוען ליידער אפ זייער שלעכטע מעשים, זייענדיג פארלוירן האבן מיר אפגעמאכט צירוק צו גיין די וועג צו די פעסטיוואל, ווען אונז זענען צירוק אנגעקומען צום פעסטיוואל האב איך געזען פאר מיינע אויגן נאר אש, מענטשן קארס ביימער.. אלעס פארברענט, אונז האבן געוויסט אז יעדע סעקונדע קענען אונז אויך זיין א חלק פון די טויטע, אונז האבן לויפן צו די בתי כבוד, מיטן פלאן זיך צו באהאלטן דארט, אונמיטן לויפן איז איינער פון מיינע חברים געשאסן געווארן, כ'האב אים אויפגעהויבן און אים געהאלפן קומען מיט אונז,

ווען אונז זענען אריין אין די בתי כבוד, האב איך באשלאסן אז איך וועל נישט פארשפארן די טיר, ווייל עס קומט ארויף א רויטע סימן פון אינדרויסן ווען די טיר איז פארשפארט, די טעראריסטן זענען דורך יעדע פון די בתי כבוד באזונדער, און אויב עס איז געווען פארשפארט האבן זיי עס אונטער געצינדן, און עס באשאסן מיט קוילן, זיכער מאכנדיג אז קיינער לעבט נישט איבער, אונזער איז געווען אויפגעשפארט און עס האט שוין געהאט לעכער פון קוילן פון פאר אונז זענען דארט געווען, דאס האט געמאכט אז די טעראריסטן זאלן עס נישט אונטערצינדן,

8 שעה זענען אונז געזיצן דארט אינעווייניג, בשעת אונז האבן געדאווענט און גערעדט צום באשעפער,
אינמיטן איז אנגעקומען א טעראריסט און געשריגן הויעך: מיין נאמען איז סל איך בין פון די צה"ל און אויב איינער לעבט זאל ער ארויסקומען, איך האב טאקע געוואלט ארויסגיין אבער מיין חבר האט מיך נישט געלאזט, זאגנדיג אז עס איז א טרעפ.
פלוצלינג האבן זיי געשאסן דריי בולעטס אויף די טיר פון ווי אונז זענען געזיצן, אבער מיט ווינדער איז גארנישט געשען צו קיינעם פון דעם.

נאך 8 שעה זיצן דארט איז צה"ל אנגעקומען, אבער אונז זענען נישט ארויס נישט וויסנדיג אויב דאס מאל איז עס יא עכט, זיי האבן געעפנט טיר נאך טיר פון יעדע פון די בתי כבוד, נאך יעדע טיר וואס זיי האבן געעפנט האבן זיי געמאכט שרעקעדיג קולות נישט קענעדיג פארנעמען וואס זיי זעען, אבער ווען זיי האבן געעפנט אונזער טיר זענען זיי געווען שטיל, ביז א סאלדאט האט זיך אנגערופן פארוויינטערהייט, ענק זענען די לעצטע 3 אידן צו איבערלעבן אין די גאנצע פעסטיוואל שטח, קיינער האט נישט איבערגעלעהבט האט ער געזאגט מיט טרערן.

אויפן וועג צו די מיליטערישע טרעקל, האב איך געזען 8 פון מיינע חברים טויט אויפן ערד, און זייער גוף איז געווען שרעקלעך שרעקלעך וואס מ'קען נישט מסביר זיין.

אנקומענדיג צירוק אינדערהיים האט מיך מיין משפחה אפגעווארט, און קיינער האט נישט גערעדט קיין ווארט, איך נישט געקענט גלייבן אז איך האב איבערגעלעבט, און כ'האב געוויסט אז איך טויש מיין לעבן.


כ'האב געטראפן א משפיע אין ראשון לציון, ער האט מיך אויסגעלערנט צו נעמען די שרעקעדיג סצענעס פון מיין מח, און עס איבער געבן צום באשעפער. און אזוי בין איך געווארן נאך און נאך נענטער צום באשעפער. זייענדיג ארומגענומען מיט חרדים, האב איך אנגעהויבן פילן אן אמת'דיגע קשר מיטן באשעפער, די ברעסלבע פארברענגנס, און כפיל ווי מ'נעמט מיך שיין אויף דא.

אויפן פראגע צו ערז מסכים מיט אלעס מיט די חסידים, זאגט ער אז ער פארשטייט טאקע נאכנישט נישט אלס, אבער ער פרעגט נישט קיין קשיות.


היינט געפינט זיך ברק אין מאה שערים, ווי ער פירט אן ערליכער פרימע לעבן.
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פליט »

די פעסטיוואל
SmartSelect_20250319_095332_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_095332_YouTube.jpg (142.24 KiB) געזען געווארן 982 מאל
ברק אין זיינע פרייע יארן
SmartSelect_20250319_094705_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_094705_YouTube.jpg (84.36 KiB) געזען געווארן 982 מאל
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פליט »

ווי ער איז געווען באהאלטן פאר איבער 8 שעה
SmartSelect_20250319_094518_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_094518_YouTube.jpg (140.85 KiB) געזען געווארן 976 מאל
SmartSelect_20250319_094545_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_094545_YouTube.jpg (99.98 KiB) געזען געווארן 976 מאל
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פליט »

ביים לערנען פלייסיג מיט אויפשריפטן אויף זיין האנט
SmartSelect_20250319_095152_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_095152_YouTube.jpg (155.28 KiB) געזען געווארן 972 מאל
SmartSelect_20250319_095112_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_095112_YouTube.jpg (96.16 KiB) געזען געווארן 972 מאל
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פליט »

מיט זיין טאטע וואס איז אויך געווארן א בעל תשובה
SmartSelect_20250319_095715_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_095715_YouTube.jpg (171.84 KiB) געזען געווארן 949 מאל
מיט זיין ברידער וואס איז אויך אויפן וועג צירוק
SmartSelect_20250319_100428_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_100428_YouTube.jpg (139.23 KiB) געזען געווארן 949 מאל
ביים ווייזן זיין כשר'ע סעלפאון, ווי מ'קען באמערקן פון אונטן די נאו סמארפאון מאה שערים סיינס
SmartSelect_20250319_101020_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_101020_YouTube.jpg (179.7 KiB) געזען געווארן 949 מאל
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פליט »

היינטיגע טעג פארט ער ארום פארציילן זיין געשיכטע, צו ברענגען נענטער צום באשעפער נאך נשמות.
SmartSelect_20250319_095949_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_095949_YouTube.jpg (190.45 KiB) געזען געווארן 941 מאל
SmartSelect_20250319_100313_YouTube.jpg
SmartSelect_20250319_100313_YouTube.jpg (175.59 KiB) געזען געווארן 941 מאל
Make Gaza Great Again
צווייג
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 7:54 pm
x 9

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך צווייג »

רירענד!
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 160

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך אהרן »

זייער אינטערסאנט
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1655
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2722

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יישכ!!
Who knows
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 146

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מעה שערים

פאוסט דורך Who knows »

*מאה שערים
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5586

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

WOW WOW
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 365
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 467

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך הדסים »

הערליך!
(באלאנגט נישט ביי ארטיקלען?)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14069

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הערליך!

שוין געליינט זיין געשיכטע, דאכצעך אין די שטיבל ז"ל, אבער כהאב עס נאכאמאל געליינט מיט א פארכאפטע אטעם!

גוט דעטאלירט, מיט רעלעוואנטע בילדער. שכח!
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 160

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך אהרן »

@פליט האט געשריבן:
אויפן פראגע צו ערז מסכים מיט אלעס מיט די חסידים, זאגט ער אז ער פארשטייט טאקע נאכנישט נישט אלס, אבער ער פרעגט נישט קיין קשיות.
געזעהן זיין אינטערוויא ער רעדט פון 'חרדים' נישט חסידים
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך פליט »

שכח אלע פידבעק'ערס!
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך פליט »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:13 pm הערליך!

שוין געליינט זיין געשיכטע, דאכצעך אין די שטיבל ז"ל, אבער כהאב עס נאכאמאל געליינט מיט א פארכאפטע אטעם!

גוט דעטאלירט, מיט רעלעוואנטע בילדער. שכח!
א דאנק צו דיר הרב שאינו!
Make Gaza Great Again
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך פליט »

אהרן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 2:03 pm @פליט האט געשריבן:
אויפן פראגע צו ערז מסכים מיט אלעס מיט די חסידים, זאגט ער אז ער פארשטייט טאקע נאכנישט נישט אלס, אבער ער פרעגט נישט קיין קשיות.
געזעהן זיין אינטערוויא ער רעדט פון 'חרדים' נישט חסידים
א דאנק פארן אויסקלארן.
Make Gaza Great Again
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14069

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:09 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:13 pm הערליך!

שוין געליינט זיין געשיכטע, דאכצעך אין די שטיבל ז"ל, אבער כהאב עס נאכאמאל געליינט מיט א פארכאפטע אטעם!

גוט דעטאלירט, מיט רעלעוואנטע בילדער. שכח!
א דאנק צו דיר הרב שאינו!
העי, וואס איז דאס רופן מיט א צונאמען?! כבין נישט קיין הרב...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3703
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11106

Re: פון נובה פעסטיוואל קיין מאה שערים

פאוסט דורך פליט »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 7:46 pm
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:09 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:13 pm הערליך!

שוין געליינט זיין געשיכטע, דאכצעך אין די שטיבל ז"ל, אבער כהאב עס נאכאמאל געליינט מיט א פארכאפטע אטעם!

גוט דעטאלירט, מיט רעלעוואנטע בילדער. שכח!
א דאנק צו דיר הרב שאינו!
העי, וואס איז דאס רופן מיט א צונאמען?! כבין נישט קיין הרב...
א שאינו ביסטו יא? דאס אויך נישט! נו שוין..
Make Gaza Great Again
שרייב פאוסט