חושן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 6:48 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 9:34 am
סוחר האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 11:48 pm
ביז ווי די איינוואוינער ניצן סערוויסעס פונעם שטאט, נכלל מוסדות, געשעפטן, מקוואות, ובתי דינין
ביז מאנטיסעלא.
נייס
פארוואס האסטיך אפגעשטעלט אזוי נאנט?! די וועלט איז סאך גרעסער פין דעם,
איז אזוי, קרית יואל ביז עכ"פ 20 יאר צוריק איז זיכער געווען א חלק פין מאנסי און וויליאמסבורג ווייל די איינוואוינער האבן דאך געניצט די סערוויסעס פין וויליאמסבורג און מאנסי, דעי אידן וואס ניצן נאך די סערוויסעס פין מאנסי למשל פאר פליישיגע רעסטעראנטען אדער עווערגרין גראסערי, דארפן פרעגן א שאלה צי וועלעכע שטאט זיי געהערן, ווען איינער ניצט די וויליאמסבורג מאנרא באס איז גאר גאר א הארבע שאלה אין וועלכע שטאט ער וואינט,
די שאלה ווערט שטערקער, ווייל זינטאג ווערט מאנסי פארפלייצט מיט קרית יואלע קאפלעך וואס ניצן די מאנסי סערוויסעס, צי רעכט מען זינטאג קרית יואל איז א חלק ווי מאנסי (עפ"ל), צי איין טאג מאכט עס נישט אויס, מיט די לעצטיגע פארמירונג פין נייע ביזנעס סענטערס און געשעפטן אין קרית יואל, קען אויס קימען אן אינטערסאנטע מציאות אז מאנסי זאל גאר ווערן א חלק פין קרית יואל,,
קרית יטב לב בלומינגבערג איז זיכער א חלק פין קרית יואל, ווייל זיי ניצן דאך די סערוויסעס דורך אויסן יאר, אין די 2 זימער חדשים ווערט האלב שטאט א חלק פין די קעטסקיליס, וויל דענמאלס ניצן זיי אויך סערוויסעס פין די קעטסקיליס, לפי זה וועט אויס קימען אז די זומער חדשים וואס טויזענטער שטאטישע ניצן די סערוויסעס פין קרית יואל, אויפן וועג צי די קעטסקיליס, ווערן זיי אוטמאטיש תושבי קרית יואל, נאר א שאד אז מציילט נישט די סענזוס דאן,
די מאנטרעאל אידן וואס קימען נאך אלס איינקויפן אין ניו יארק וואינען זיכער נאך אין ניו יארק, טראמפ מיז בכלל נישט אנעקסירן קאנאדע אלס 51סטע שטאט, זאל ער נאר פיגערען ווי מאכט דאס מיט גרינלאנד, עזה, און ער איז גוט טא גא, אפשר דאס די ארט אוו די דיעל מיט די טאריפס, אז זיי זאלן מיזען איינקויפן מער פין אמעריקע גייען זיי אוטמאטיש ווערן אמעריקאנער איינוואוינער,
לינדען און סטעיט איילענד איז זיכער א חלק פין בארא פארק, משא"כ דשערסי סיטי איז א חלק פין וויליאמסבורג, א איד פין דשערסי סיטי וואס ניצט די סערוויסעס פין בארא פארק אדער א איד פין לינדען ניצט די סערוויסעס פין וויליאמסבורג, איז א גרויסער מחלוקת צווישן די היינטיקע פוסקים לגבי שרייבן די שטאט ביי א גט צי מגייט ווי רוב שטאט ניצט זייער סערוויסעס, אדער ווי דער יחיד ניצט זיינע סערוויסעס, אפילו נעמט אן אז מגייט ווי דער יחיד איז א באזינדערע שאלה צי מ'רעכנט רוב וויפיל געלט מספענד אדער רוב מאל מניצט,
אינטערסאנט פארוואס סאיז דא אזאנע קאמפליצירטע הלכת לגבי תחום שבת, פארוואס איז זיי נישט ביי געפאלן צי ניצן די תש25 המצאה אז מקיקט וווי מניצט סערווירסעס,
גיי שוין גיי