איך זאג דיר דאך, אין מהריי לאגער זאגט מען אז וויזשניץ קומט יא.אהרן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 1:54 pmלאמיר זעהן ווי אזוי דו פארענטפערסט די קושיות, אויב איז עס טאקע אווער פארוואס פארקויפט ער נישט די גאנצע פראפערטי? דו האלסט אז מהר''יי האט נישט די פאנטס עס אפצוקויפן?פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 12:28 pmגערעכט.אהרן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 10:07 am @פופציגער פון איבערזאגן די צד מיט אן אריכות גיט עס נישט מער נאמנות, עס איז לעת עתה דא 2 צדדים וואס יעדער ברענגט סברות און ראיות אויף זיין צד די שאלה איז וועלכע איז דאס ריכטיגע צו גאר א דריטע.
אינטערסאנט איז אז וויזשניץ גיט נישט ארויס אן אפיציעלע סטעטמענט לפחות פאר זיין עולם, דארט רעדט מען שוין עטליכע יאר פון די פראיעקט און די עולם קוקט זייער ארויס דארט צו קויפן, איך גלייב נישט אז מען גייט זיי סתם לאזן הענגן.
וויזשניץ האט גענומען א קלוגע שניט פון טאנצן אויף ביידע חתונות, ווייל נאר אזוי האבן די חברה פון יו דזשעי סי נישט פארפירט.
אין מהריי לאגער פארציילט מען אז עכט קומט מען יא, נאר לכשאפנה... און אין מהרא לאגער פארציילט מען אז ס’איז אווער.
עכט, אויף הונדערט פראצענט, וועט צייט פארציילן...
אבער קאמאן סענס, בעיסט אויף די עוועילעבל דאטא, צייגט אז זיי זענען טאטאל אראפ פונעם פלאן.
פארוואס נעמט ער זיך אונטער צו בויען א בית מדרש? מהר''יי וואלט עס נישט גענומען אן דעם?
איז ריכטיג אז מהר''יי האט געזאגט אז אונז זעמיר גוטע שכנים אין ווילימסבורג און אונז וועלמיר זיין אין בלומינגראוו?
איז אמת אז ביים אסיפה האט זיך מהר''יי פארפליכטעט אריינצונמען די ילדי וויזשניץ אין זיין מוסדות ביז זיי גייען בויען זייער אייגענע?
אויב איז אמת אז וויזשניץ ציט זיך אינגאנצן ארויס פארוואס גיבן זיי נישט ארויס אן אפיציעלע מודעה פאר זייערע חסידים?
מיר קוקט ענדערש אויס אז זיי האבן עס געלייגט אויף האלד און האפן אז מיט די צייט וועלן זיך זאכן טוישן, און קהילת מהר''א כאפט די געלעגנהייט און פראבירן ווי מער צו לייגן די דגוש אז עס איז ''אווער'' און מיט דעם לייגט מען פריש פרעשור אז עס זאל טאקע זיין אווער
פרעגסטו מיר איבער פארוואס מהריי זאגט אזוי?....
בנוגע דאס פארקויפן די גאנצע זאך. פאר וועמען באלאנגט דער שטח? לאמיר אנהייבן צונעמען די זאך