שתי תשובות בדבר.
1) צו האט סאטמאר רבי געטרונקען וויין וואס א איד וואס האלט נישט זמן ר"ת?
והרי המחלל שבת בפרהסיה, יינו נסך!
2) והוא העיקר, הרי האומר מותר הוא מחלוקת בגמ' ולכל היותר היא חיוב חטאת, ובוודאי לא נחשב למזיד.
והאדמו"ר זי"ע בוודאי ידע מהג'.
אלא שגוזמא קתני.
קומט אויס אז דער גאנצער ויואל משה איז אויך א גוזמא? איני רואה איסור חמור בכל התורה אויף בחירות איז אויך א גוזמא?
ישתקע הדברים ולא יאמרו
אפילו לשיטתך האט ער געהאלטן זיי זענן מחללי שבת
דער רבי האט געהאלטן אז אלע גדולי ישראל פון פריערדיגן דור זענען געווען מיט אים אויף איין בלאט לגבי ציונות, און ווער עס איז משנה אין לו על מי לסמוך.
שיטת הגאונים איז לכל הדיעות א שיטה.
לכל היותר האט מען עס נישט אנגענומען.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
ווערווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 3:09 pm
דא האסטו די מעשה וואס האט דערציילט אן איידעם פון שינאווער רב http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/Bec ... -Mishputim
און די מעשה איז נישט יעצט נולד געווארן, דאס איז שוין לכאורה געדרוקט אין זקניך נאך יארן צוריק בחייו פון ר' לייביש
@ווערווייס
1) בדוו. געדענק גוט! דער שידוך... האט דער רבי אויך קודם געזאגט, זעיסטו, דאס_איז, אַ שידוך.
און געשיקט די נעקסטע פאר טעג א פאר מענטשן בעטן, עס נישט צו טון.
2) נו. געב אונז א וועג ווי איר קענט ביטע אונז באווייזן
אַז דאס איז נאך געשריבן געווארן אין דער יארן ווען רבי לייביש ז''ל האט נאך געלעבט
3) דער רבי האט אבער געהאלטן לגבי קומען ווינען און ק"י אז רעדן העברעיש איז אסור מדיני ד' חלקי שלחן ערוך
איך האב דיר א ענטפער אויפן שידוך, כ'האב נאר 2 שאלות
1) דו ווילסט הערן א תירוץ, אדער בלייבן ביי די קשיא און לייקענען אלעס
2) אויב די הנהלה לאזט דא רעדן דערפון
הרה"ח ר‘ אברהם וואלף טירנויער ז"ל איז אריינגעגאנגען צו מרן רביה"ק ז"ל
און דער רבי האט געזאגט "ער איז נישט מיינער"
ר' אברהם וואלף האט זיך זייער געוואונדערט פארוואס, האט דער רבי געענטפערט: "ער דאווענט אינדערוואכן אין תורה ודעת, כאטש ער ווייסט אז דאס פארדריסט מיך" נאכאמאל: קען עמיצער ביטע געבען א וועג ווי אזוי מען קען אונז באווייזן
אַז די אזוי גערופענע שינאווער מעשה, איז נאך געשריבן געווארן אין 'זקינך' אין דער יארן ווען רבי לייביש טייטלבוים ז''ל האט נאך געלעבט
אז מעשות וואס פאסט אפשר פאר מרן מליובאוויטש, זאכן וואס זענען מותר מדיני שלחן ערוך, צו שרייבן אז עס גאר פאר געקומען מיט מרן רביה"ק ז"ל
היסטאָרישע ברעכנדע נייעס קומט יעצט אריין מביתו נאוה קודש של כ״ק מרן רבינו שליט״א, וואו עס איז יעצט פארגעקומען א מעמד ״מסיבת לחיים״ צו א זעלטענע פריידיגע אַנטוויקלונג בקורות ימי העיר רבתי עם קרית יואל יצ״ו, מיסודו של רבינו הקדוש זי״ע תחת דגלו והדרכתו של כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א!
ויהיו נקראים לפני המלך!
עס זענען אריינגעקומען אל הקודש פּנימה די חשוב׳ע דעוועלאפּערס פון דער גיגאַנטישער ״פּראַספּעקט״ דעוועלאָפּמענט אין ״בלומינג גראָוו״, וועלכע זענען אין ברען פון אויפבויען אַ מעכטיגער מעגא-פּראיעקט פון העכער 2,000 דירות, פון וועלכע 200 פּראכטפולע דירות שטייען שוין גרייט, פארטיג צו ווערן גענצליך אין די קומענדיגע געציילטע חדשים בעזר ה׳!
אינאיינעם מיט די ראשי קהלתינו הק׳ פון וויליאמסבורג און קרית יואל, ובברכתו ובעידודו פון כ״ק מרן רבינו שליט״א איז בעזר ה׳ אויסגעאַרבעט געווארן, אז די ״גאנצע ערשטע פאַזע״ פון 200 דירות, וועט אי״ה איבערגעגעבן ווערן פאר אנשי שלומינו, חברי קהלתינו הק׳, תלמידי וחסידי סאטמאר, און דערמיט ברענגען אַן אויסטערלישע הרווחה אינעם כראָנישן דירות מאַנגעל וואס פּלאגט יהדות ניו יארק!!!
ווי די חשוב׳ע דעוועלאפּערס האבן זיך פארפליכטעט וועט אי״ה דארט צוגעשטעלט ווערן אַ הערליכער ביהמ״ד מפואר ונהדר פאר קהלתינו הקדושה, און אזוי אויך ווערט אויסגעארבעט פּלענער מיט הנהלת המוסדות קרית יואל צו קענען אַהערשטעלן פרישע כתות און בנינים נאָכצוקומען דעם צופלוס פון אַזויפיל פרישע הונדערטער קינדער בלי עין הרע אין די הייליגע קרית יואל׳ער מוסדות אימפּעריע!
ביי דער מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש של רבינו שליט״א, וואו די דראמאטישע געשעעניש איז ב״ה נגמר געוואָרן בשלימות, האבן זיך באטייליגט הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואס דער רב שליט״א בשליחות פון רבינו שליט״א האט פּערזענליך באַגלייט די גאַנצע אונטערנעמונג אין די לעצטערע תקופה, אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק׳ אין וויליאמסבורג, ראשי קהלתינו הק׳ אין קרית יואל, און די עסקנים פון ״דירה נאה״ וואס געבן זיך אָפּ אהערצושטעלן דירות רחבות פאר אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר.
לויט ווי עס ווערט געמאלדן וועט זיך דער ״דירות פארקויף שוואונג״ אנהייבן תיכף ומיד, וואו אנ״ש וועלן האבן די געלעגנהייט צוצוקומען צו ״מלכות׳דיגע רחבות׳דיגע דירות״ פאר די ״אויסנאַמליכע ביליגע פּרייזן״, שוים לכל נפש, ממחרת יום הפּורים הבעל״ט!
אפּליקאציעס פאר די דירות וועלן קענען איבערגעגעבן ווערן אין די צענטראלע אפיסעס פון קהל יטב לב אין וויליאמסבורג דורך די ״דירה נאה״ קערפּערשאפט און אין די צענטראַלע אפיסעס פון קהל יטב לב אין קרית יואל.
שטייענדיג ערב דעם פרייליכן ליכטיגן יום טוב פּורים, זענען אנשי שלומינו ששים ושמחים, צו די היסטאָרישע דורכברוך לטובת אנ״ש, להרחיב גבולי עירנו, קהלתינו, מוסדותינו, מיט א ווייטגרייכנדער פּועל יוצא פאר׳ן הייליגן עתיד פון עיר עוז לנו, קרתא קדישא, קרית מלך רב, חדוות ומשוש לבינו ״קרית יואל״!