עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:13 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:08 pm
דו ווידערהאלסט מיין פוינט וואס איך האב פריער געשריבן אז פון די צודרייטע פירערס דארף מען אוודאי קער נעמען און זיי אוועקנעמען יעדע סארט פאוער, אבער דאס פייניגן אומשולדיגע מיטגלידער אין די קהילה וואס עקשן'נען זיך דארט צו בלייבן איז נישט ריכטיג.
מען פייניגט נישט קיין איין אומשולדיגע מיטגליד, דו ווייסט עס אויך.
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל, און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג.
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
כ'קען מיך נישט גלייבן אז כ'גיי אים ענטפערן, אבער עהעם... כהעם... איך האב יעצט א שוואכע מינוט:
דו ווייסט זיסקייט אז די משכונות וואס זענען געהאלטן געווארן ביי כאמאס, ווי שיין זיי רעדן אין די (געצוואונגענע) ווידיאו'ס, ווי גוט כאמאס נעמט קעיר פון זיי!
האסט געזעהן ווי זיי פאכען מיט די הענט מיט א שמייכל ביי די פראפאגאנדע סטעידזש איידערן באפרייעט ווערן?...
יעצט בנוגע ארויסצוואונגען מענטשן פון דארט..
ס'איז געווען א איד ר' מרדכי שווארץ ע"ה פון סקווירא, ער האט דארט געהאט אן אייניקל, דער איד האט געוואלט זעהן דאס אייניקל, רעדן טעלעפאניש, זעהן די קינדער אא"וו, אבער מ'האט אים נישט געלאזט, מיט אלע מיני תירוצים.
איין טאג האט ער זיך דערוואוסט אז אן אייניקל גייט "חתונה" האבן (וואטעווער דעט מיענס), איז ער אראפגעפארן מיט זיי ב"ב, א אלטערע פאר פאלק, מיט א דרשה געשאנק, צו געבן פאר זיין אייניקל, זיין בלוט און פלייש,
ער איז אנגעקומען דארט, און מען האט אים נישט אריינגעלאזט, מ'האט אים פארטריבן מיט רציחה און געוואלד.
ר' יואליש מארגענשטערן פלעגט אזוי פארגיסן טרערן פאר זיין פארכאפטע טאכטער.. אא"וו אלע עלטערען פון די וועלכע זענען מיט געוואלד אהין אנגעקומען.
איז לאמיר יעצט נאכאמאל ליינען דיינע ווערטער: " זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג"... ווער כאפט פון וועם?
ווי ביסטו געווען ווען הר' שלמה האט זיי אוועקגעכאפט פון זייערע עלטערן.
ווי ביסטו ווען דארט אין דעם מקום כאפט מען אוועק קינדער פון די עלטערן און מ'פייניגט אויס איינער וואס מ'טרעפט רעדן מיט די אייגענע בלוט און פלייש אויב האט עס די הנהלה גע'אסר'ט...