ספרינג וועלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 5:09 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 5:01 pm
ספרינג וועלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 4:58 pm
אין ראקלענד קאונטי אינדרויסען פון רעמעפא וועט עפראווילס זיין אן ענדלאזע מלחמה
נאכאמאל, מכוח וואס קען מען פארלאנגען פון וויזשניץ אוועק צו גיין ???
מכח די זעלבע כח וואס האדמו"ר מתורת מרדכי האט געבעטן סקווירא זאל נישט עפענען א חדר אין מאנסי.
בעטען און פארלאנגען איז נישט די זעלבע זאך, מען קען בעטען וואס מען וויל אבער צו פארלאנגען דארף מען האבן א טענה
באמת ווייס איך נישט די פאקטן אין קרית יואל [איך פארשטיי אז ס'שטערט אא"וו, אבער כפי המונח בזכרוני איז יא געווען עפעס א פארשטענדעניש ביי די רבינו תם מערכה, איז קען זיין ס'איז נישט ממש שווארץ אויף ווייס], אבער על כל פנים בנוגע די פאקטן פון די תלמוד תורה אין מאנסי.
אין די ערשטע יארן אין מאנסי איז געווען ישיבת ספרינג וועלי און די סקווירא שטעטל, חסיד'ישע אידן אין מאנסי פלעגן שיקן די קינדער לערנען קיין סקווירא, שפעטער האט זיך געפענט בית דוד, אבער רוב רובו מאנסי אידן האבן ווייטער געשיקט קיין סקווירא, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצוק"ל האט זיך געצויגן קיין מאנסי בשנת תשכ"ד, עטליכע יאר שפעטער האט וויזניץ געפענט א חדר אין מאנסי איז אויסגעקומען אז רוב עמך אידן פון מאנסי האבן אנגעהויבן שיקן אין וויזניץ [פון דעם קומען די אלע צוגעקומענע מאנסי משפחות קיין וויזניץ], סקווירא האט געהאט עטליכע משפחות אין מאנסי און האבן בשנת תשל"ב געוואלט עפענען א חדר אין מאנסי, דאס וואלט געמיינט אז א גרויס חלק פון די מאנסי עמך אידן וואלטן זיך צעטיילט צווישן די וויזניצער חדר און סקווירא חדר, דערפאר האט וויזניצער רבי געשיקט זאגן פאר סקווירא רבי [שוין נאכדעם וואס די חדר איז שוין געווען פולקאם גרייט זיך צו עפענען, מ'האט שוין געהאט איינגשריבן צוויי קלאסן פון קינדער קינדערגארטן און כתה א', שוין אויפגענומען מלמדים, און אויסשטאפירט א פולע קלאס מיט טויס וכדו'] אז אויב סקווירא וועט עפענען א חדר וועט עס אים קראנק מאכן, און סקווירא רבי האט אפגעטרויטן פון די פלאן.
דאס הייסט אז סקווירא וואס האט געהאט מענטשן אין מאנסי [לכאורה נאך פאר וויזניצער רבי האט געוואוינט אין מאנסי] ר' משה גרין ובניו וואס האבן געדארפט צו עפענען די חדר / ר' ישעי' דוד בייער / די ראזמאנס [עכ"פ מענשטן וואס זענען געווען אין מאנסי אלץ בית מדרש עליון], איז געווארן געבעטן נישט צו עפענען א חדר וואס וואלט נישט געשטערט וויזניץ מצד זיינע מענטשן, נאר פון צו זיין די איינציגסטע גרויסע רבי אין מאנסי און אלעס וואס דאס ברענגט מיט.
לדעתי איז דאס הימל אין ערד פון דאס וואס מ'רעדט דא נישט צו קומען וואוינען ביי יענעם אין שטעטל, דאס שטערט די הנהגה און השפעה אויף די אייגענע מענשטן, און אויב האט מען פארשטאנען אז א רבי קען מודיע זיין פאר זיין שוואגער אז ס'גייט אים טרעטן צום געזונט, און ער האט פארשטאנען אז זיין שוואגער דארף אפטרעטן דערפאר, איז דא די טענה פיעל פיעל שטערקער.