חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 216

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך בן מלך »

מחלוקת איז פייער.

טייערע אידן אין אריזאנע, הערט ענק אויף שלאגן וועט אייך גוט זיין.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בן מלך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 8:26 am מחלוקת איז פייער.

טייערע אידן אין אריזאנע, הערט ענק אויף שלאגן וועט אייך גוט זיין.
ריכטיג געזאגט, מחלוקות ברענגט פייערס.. איך געדענק נאך אין די אמאליגע צייטן אין קרית יואל... און אין סקווירא... ווען מחלוקות האט געברענגט פייערס.... אויף בנינים און אויף קארס.... זייער א ווייטאגליכע זאך. לאמיר האפן אז דא האט זיך עס געענדיגט והי' שלום בכל העולם....
ישוב החדש
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 61

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 12:16 am שאלו שרופה באש

די לעצטע אויספארשונג ווייזן א נישט איד ארויסשפאצירן פון די סטאריזש ווי די פייער האט זיך אנגעהויבן, הארט איידער די פייער האט זיך אנגעהויבן, די אינסטאנצן קקן נאך אנדערע קעמערע'ס צו טרעפן פון ווי דער סוספעקט איז אנגעקומען אינעווייניג.
PXL_20250304_035852699.jpg
PXL_20250304_040243669.jpg
PXL_20250304_040436459.jpg
רבי יצחק גרין מיט א לעבעדיגע באריכט פון די פייער סצענע
WhatsApp Image 2025-03-04 at 14.22.39_f8b06239.jpg
WhatsApp Image 2025-03-04 at 14.22.39_f8b06239.jpg (267.23 KiB) געזען געווארן 1546 מאל
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:39 pm קאסא גראנדע בליצן 7#

שוין פון פאריגע וואך, זונטאג פרשת משפטים, האט זיך אנגעהויבן א נייע שיעור אין בית מדרשינו קהל חסידים (1775 נארט מקדאנעלד סטריט) אין מסכת מגילה ווי אלע תושבים זיצן זיך צוזאם נאך תפילת מעריב פאר ארום א האלבע שעה זיך אנצוגרייטן צום יום טוב פורים.

דער שיעור ווערט פארגעלערנט דורכ'ן געשמאקן מגיד שיעור הרב מנחם פאכטמאן הי"ו, אבער דער מגיד שיעור מאכט זיכער אז דער ציבור איז אינאיינעם אינעם שיעור און מען שמועסט כסדר אויס צוזאמען שאלות ותשובות וכדומה.

דער רב שליט"א (הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע) וואס האט פארארדענט און געבעטן אז דער שיעור זאל צושטאנד קומען האט אויך געמאכט זיכער צו לייגן א דגוש אז דער שיעור זאל זיך נישט אריינצוען צו שפעט היות שחרית אין בית מדרשינו איז פרי און מען וויל נישט אז דאס זאל ח"ו אוועקנעמען פון אנהויבן שחרית פונקטליך.

ב"ה, זייט דער שיעור האט זיך אנגעהויבן איז יעדן טאג געווען קרוב (אדער מער) צו א מנין אינגערלייט וואס האבן געלערנט אינאיינעם און צוגרייטונג צום יום טוב פורים.

והימים האלה נזכרים ונעשים.
באקומען א בילד פון איינער פון די טעג ביים טעגליכע שיעור אין מסכת מגילה, הכנה לימי הפורים אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (1775 נארט מקדאנעלד סטריט), ווי די אינגערלייט לערנען אינאיינעם מיטן טאלאנטפולן מגיד שיעור ר' מנחם פאכטמאן הי"ו.

IMG_20250227_212745759.jpg
IMG_20250227_212745759.jpg (157.48 KiB) געזען געווארן 1260 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

בילדער זענען פון סוף פאריגע וואך.

הרה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א ביים אהיימגיין נאך תפילת מנחה פון בית המדרש קהל חסידים (1775 נארט מקדאנעלד סטריט), ווערט געזעהן הרה"ח ר' אשר פריעדמאן שליט"א מנהל מוסדות נחמת ישראל בן הגה"צ אב"ד טענקא שליט"א.

ווערט אויך געזעהן הילד בן ר' מנחם פאכטמאן הי"ו וואס האט זוכה געווען צו באדינען דעם צדיק די לעצטע עטליכע וואכן בנאמנות.

IMG_20250224_181310653_HDR.jpg
IMG_20250224_181310653_HDR.jpg (415.25 KiB) געזען געווארן 1259 מאל
IMG_20250224_181300683_HDR.jpg
IMG_20250224_181300683_HDR.jpg (247.36 KiB) געזען געווארן 1259 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:29 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:39 pm קאסא גראנדע בליצן 7#

שוין פון פאריגע וואך, זונטאג פרשת משפטים, האט זיך אנגעהויבן א נייע שיעור אין בית מדרשינו קהל חסידים (1775 נארט מקדאנעלד סטריט) אין מסכת מגילה ווי אלע תושבים זיצן זיך צוזאם נאך תפילת מעריב פאר ארום א האלבע שעה זיך אנצוגרייטן צום יום טוב פורים.

דער שיעור ווערט פארגעלערנט דורכ'ן געשמאקן מגיד שיעור הרב מנחם פאכטמאן הי"ו, אבער דער מגיד שיעור מאכט זיכער אז דער ציבור איז אינאיינעם אינעם שיעור און מען שמועסט כסדר אויס צוזאמען שאלות ותשובות וכדומה.

דער רב שליט"א (הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע) וואס האט פארארדענט און געבעטן אז דער שיעור זאל צושטאנד קומען האט אויך געמאכט זיכער צו לייגן א דגוש אז דער שיעור זאל זיך נישט אריינצוען צו שפעט היות שחרית אין בית מדרשינו איז פרי און מען וויל נישט אז דאס זאל ח"ו אוועקנעמען פון אנהויבן שחרית פונקטליך.

ב"ה, זייט דער שיעור האט זיך אנגעהויבן איז יעדן טאג געווען קרוב (אדער מער) צו א מנין אינגערלייט וואס האבן געלערנט אינאיינעם און צוגרייטונג צום יום טוב פורים.

והימים האלה נזכרים ונעשים.
באקומען א בילד פון איינער פון די טעג ביים טעגליכע שיעור אין מסכת מגילה, הכנה לימי הפורים אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (1775 נארט מקדאנעלד סטריט), ווי די אינגערלייט לערנען אינאיינעם מיטן טאלאנטפולן מגיד שיעור ר' מנחם פאכטמאן הי"ו.

IMG_20250227_212745759.jpg
באלד א מנין צוהערער. א הערליכע שיעור! דער אויף די רעכטע זייט איז הרב ברייער פון בארא פארק, דער מייסד פון די קהלה?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:30 am הרה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א ביים אהיימגיין נאך תפילת מנחה פון בית המדרש קהל חסידים
פאר די געלט שרייב שוין פוסק הדור.... נאר א ווערטל, דארפסט געדענקען אז דער עולם דא איז זייער מדייק אויף טיטלען צו מען טרייבט איבער.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:19 pm

יא, עס איז הרב ברייער, נישט פון בארא פארק און נישט דער מייסד הקהילה.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:21 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:30 am הרה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א ביים אהיימגיין נאך תפילת מנחה פון בית המדרש קהל חסידים
פאר די געלט שרייב שוין פוסק הדור.... נאר א ווערטל, דארפסט געדענקען אז דער עולם דא איז זייער מדייק אויף טיטלען צו מען טרייבט איבער.
געדענק נישט אמאל איבערטרייבן א טיטל אויף סיי וועם, דאס לאז איך פאר אנדערע... א איד וואס איז איבער די ניינציג איז נישט קיין ישיש?
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@אלע צוזאמען וואו דען וואוינט ברייער?
קלוגער איד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:09 pm
x 3

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך קלוגער איד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:35 pm @אלע צוזאמען וואו דען וואוינט ברייער?
I think its more than 180 days of the year that he's not in BP, maybe that's what he meant by "not living in BP
ישוב החדש
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 61

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

די פאליציי האבן האבן ברוך השם געכאפט און ארעסטירט די סאספעקט פארן אינטערצינדן די ביהמ"ד קהל חסידים און די גראסערי, די פאליציי פארשט אים יעצט אויס.
PXL_20250305_164636990.jpg
PXL_20250305_164636990.jpg (624.61 KiB) געזען געווארן 1057 מאל
PXL_20250305_164931644.jpg
PXL_20250305_164931644.jpg (487.75 KiB) געזען געווארן 1057 מאל
PXL_20250305_165017367.jpg
PXL_20250305_165017367.jpg (607.94 KiB) געזען געווארן 1057 מאל
ספינקער חסיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:55 pm
x 11

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ספינקער חסיד »

זעמיר געווען דארט פאריגע וואך
א שיינע מקום מיט אסאך פאטנטשעל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:35 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:21 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:30 am הרה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א ביים אהיימגיין נאך תפילת מנחה פון בית המדרש קהל חסידים
פאר די געלט שרייב שוין פוסק הדור.... נאר א ווערטל, דארפסט געדענקען אז דער עולם דא איז זייער מדייק אויף טיטלען צו מען טרייבט איבער.
געדענק נישט אמאל איבערטרייבן א טיטל אויף סיי וועם, דאס לאז איך פאר אנדערע... א איד וואס איז איבער די ניינציג איז נישט קיין ישיש?
שרייבן הרה"צ אויף הרה"ח רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א, איז עטליעסט אזוי איבערגעטריבן ווי שרייבן מגדולי הפוסקים אויף טערצאלער רב. און דעמאלס איז געווען דא מסתמא 8 תגובות אראפצורייסן א ניק דערפאר. פארשטייסטע? נעם עס נישט צו שטארק, ס'גוט. איך האב זיך נאר דערמאנט יעצט פון יענע צולאזעניש.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4522

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שמח »

1000359083.jpg
1000359083.jpg (425.11 KiB) געזען געווארן 1011 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קלוגער איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:53 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:35 pm @אלע צוזאמען וואו דען וואוינט ברייער?
I think its more than 180 days of the year that he's not in BP, maybe that's what he meant by "not living in BP
אה דאס מאכט שוין סענס. סוי @אלע צוזאמען מיינט נישט צו זאגן אז ער וואוינט נישט אין ב"פ, נאר אז ער וואוינט אויך האלב צייט אין קאסא גראנדא. מסתמא איז עס טאקע זייט ער איז געווארן אזוי אקטיוו אין בויען א קהלה וכו'. זאל עס טאקע אויך זיין מיט הצלחה.
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 162

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

שמח האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:22 pm1000359083.jpg
די בילד פארענטפערט מיר פארוואס די וואס וואינען אין אריזאנע רעדן פון התפעלות המקום
עס איז געשמאק צי זעהן יעדן טאג אזא מחזה פון די בריאה..
כמוז אייך זאגן עס ציט מיר...
מִי יִתֶּן לִּי אֵבֶר כַּיּוֹנָה אָעוּפָה וְאֶשְׁכֹּנָה
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 329

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Headquarters »

Screenshot_20250305_122016_Adobe Acrobat.jpg
Screenshot_20250305_122016_Adobe Acrobat.jpg (571.3 KiB) געזען געווארן 900 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

הערליכע 'משנכנס אדר מרבין בשמחה' טאוול געהאנגן אין בית מדרשינו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (1775 נארט מקדאנעלד סטריט), ביים אריינגאנג און אין בית מדרשינו כמנהג החסידים מקדמת דנא.

DSC_9095.JPG
DSC_9095.JPG (192.19 KiB) געזען געווארן 769 מאל
DSC_9097.JPG
DSC_9097.JPG (269.76 KiB) געזען געווארן 769 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

בליענדער "קאסא גראנדא, אריזאנע" ליידט שווערע שריפה אויף צענטראלער בנין היישוב; ספרי קודש וואונדערליך געראטעוועט
PXL_20250304_172847285.jpg
PXL_20250304_172847285.jpg (345.78 KiB) געזען געווארן 625 מאל
https://abcharity.org/campaign.php?id=2288
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

ברייטע וואכן-ביהמ"ד "קהל חסידים" און דערנעבנדיגער "גראסערי געשעפט", מיט'ן "מן" מילכיגע טעיקאוט און "געשמאק" פליישיגע טעיקאוט, און כשר'ע "קאמפיוטער קיאסק", זענען ליידער פארניכטעט געווארן אין גאר שווערע שריפה דעם מאנטאג תצוה פארטאגס אונטערגעצינדן דורך א נישט-אידישער וואנדאל, ברענגענדיג גאר שווערע געלט שאדנס פאר די הערליכע קהלה און ישוב
PXL_20250304_174253441.jpg
PXL_20250304_174253441.jpg (334.36 KiB) געזען געווארן 620 מאל
IMG-20250305-WA0121.jpg
IMG-20250305-WA0121.jpg (307.08 KiB) געזען געווארן 620 מאל
IMG-20250305-WA0122.jpg
IMG-20250305-WA0122.jpg (329.89 KiB) געזען געווארן 620 מאל
https://abcharity.org/campaign.php?id=2288
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

פלינקע ארבייט דורך די לאקאלע עסקנים מייסדי היישוב שטעלט אהער צייטווייליגער ביהמ"ד, גראסערי און טעיקאוט, אז דער "קאסא גראנדא גן עדן התחתון" זאל קענען אנגיין אומגעשטערט

דרוקט דא צו העלפן צוריקבויען בעסער, שענער און גרעסער!

קאסא גראנדא, אריזאנע. דער בליענדער נייער יישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנע, וועלכע די ארום 20 משפחות און צענדליגער וואקאציע איינוואוינער גלייכן צו אנרופן "דער גן עדן התחתון", האט ליידער מיטגעלעבט א גאר שווערע טאג, דעם מאנטאג פ' תצוה, ווען דער צענטראלער בנין פונעם ישוב וואו רוב וואכנדיגע איינריכטונגען געפינען זיך, האט ליידער אפגעברענט איבערלאזנדיג גאר שווערע שאדנס.

דער געשמאקער ישוב וועלכע איז רעלאטיוו גאר ניי, זייענדיג 2,500 מייל ווייט פונעם רוישיגן ניו יארק אין א געגנט וואס איז שטיל און רואיג, מיט פילע מעלות, אבער עס פאדערט א שטארקע דרייסט צו נעמען דעם פליגער מיט די משפחה און זיך אריבערציען, האט אבער קונה שם געווען אלס דער בעסטער אויסוואל פאר איינער וואס זוכט א ביליגע דירה, א גרויסע געשמאקע דירה, מנוחת הנפש, ברייטע רעגירונגס הילף, און אן ערנסטער ישוב לה' ולתורתו מיט א זעלטענעם געשמאק.

דער מייסד היישוב, הרב בנש"ק רבי יהושע רובין הי"ו, וואס זיין טאטע דינט אלס מרא דאתרא אינעם ישוב הלא הוא כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א, האט באוויזן דעם קונץ צו אהערשטעלן א ישוב מיט אלע קלאפערגעצייג וואס פעלט זיך נאר אויס, כאטש וואס יעדער פארשטייט אז דאס מיינט אויסגעבן געלט פון טאש פאר לאנגע יארן ביז ווען זאכן ווערן געסעטלט. לא חס עמל ויגיעה, ער האט נישט געשפארט קיין געלט און קיין צייט און גענומען דעם "קאסא גראנדא מיסיע" אלס א לעבנסציל, זעענדיג אז דאס פלאץ איז א מובחר שב'אמעריקא אין אלע הינזיכטן, און שטייט אויס צו אויפרעכטן צענדליגער און הונדערטער משפחות מיט עפעס וואס יעדער וואונטשט זיך.

גלייך ביים אנהויבן דעם יישוב, מיט ארום 4 יאר צוריק, האט ר' יושע – מיט זיינע עווענטועלע שותפים לדבר מצוה הלא המה מו"ה אברהם משה ברוין הי"ו און מו"ה יצחק גרין הי"ו, חברי ועד העיר – אפגעקויפט די נויטיגע בנינים צוצושטעלן פאר'ן ציבור וואס וועט ארויסקומען אלע באדערפענישן.

דער קאמערציאלער בנין היישוב

אין די צייט וואס דער שבת ביהמ"ד איז אינעם "רעזידענשל געגנט" נאנט צו וואו רוב עולם וואוינט כהיום, זייענדיג דער ביהמ"ד פונעם מרא דאתרא ביהמ"ד דינוב, האט אבער אויסגעפעלט א בנין אינעם "קאמערשל געגנט" וואו מען זאל קענען באקומען פערמיטן סיי פאר א ביהמ"ד מיט פארקינגס, און סיי פאר געשעפטן און אפיסעס. דערפאר האט ער אפגעקויפט דעם בנין וועלכע קען גערופן ווערן דער "בנין היישוב", אויף 913 E-8th St., וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט א הערליכער פלאץ מיט גענוג פארקינג, און א געשמאקער ביהמ"ד פאר אינדערוואכן, א גראסערי מיט פולע שעלפס און אייטעמס – כאטש יעדער פארשטייט אז דאס ברענגט נישט קיין הכנסה נאר פארקערט, אבער להצלחת היישוב איז דאס א שטארקע פאקטאר.

נאר לעצטנס האט זיך דער גראסערי פארברייטערט מיט א מילכיגע און פליישיגע טעיקאוט, די "מן" טעיקאוט פאר מילכיגס, און די "געשמאק" טעיקאוט פאר פליישיגס. דאס בענעפטירט דעם ציבור גאר שטארק, און אזוי אויך די פילע אידן פון ניו יארק וועלכע קומען אויף וואקאציעס אין די קהלה'ס גאר הערליכע וואקאציע רענטעלס, די פריוואטע ווילא'ס אונטערן פירמע "אריזאנע קאושער ריזארט" פון וואס צענדליגער אידן האבן כסדר הנאה פון א וואקאציע שאין דוגמתו.

אזוי אויך האט זיך דארט געפינען דער כשר'ער "קאמפיוטער קיאסק" וואס העלפט די תושבי המקום צו קענען האלטן די שטובער ריין פון טעכנאלאגיע ווען מען האט א פלאץ וואו צו האבן ביליגע צוטריט צו א קאמפיוטער פאר יעדע געברויך.

דער שווערער שריפה

דעם מאנטאג פארטאגס, האט ליידער אויסגעבראכן א שריפה אינעם סטארעדזש פון די גראסערי, וועלכע איז פונעם צווייטן זייט וואנט דער מזרח פונעם ביהמ"ד. דער פייער האט אויפגעפלאמט אויף אן אופן אז סיי דער גראסערי פון איין זייט און סיי דער ביהמ"ד פון די צווייטע זייט זענען פארכאפט געווארן.

פילע ספרים זענען ליידער ר"ל געשעדיגט און אפגעברענט געווארן, אבער וואונדערליך זענען ב"ה אלע תפילין'ס געראטעוועט געווארן. עס זענען געווען דארט 10 פאר תפילין יענעם פארטאגס, פון אידן וועלכע האלטן זייערע תפילין אין ביהמ"ד, סיי אינגעלייט און סיי בחורים, צושפרייט אויף מערערע פלעצער, און ב"ה אלע זענען בלויז געווען שמוציג פון אש, אבער אינעווייניג זענען אפילו די טליתים געווען גענצליך זויבער.

לויט ווי דער רב הקהילה אינעם נייעם יישוב הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א גיבט אונז איבער, דארף מען ליתר שאת בודק זיין אלע תפילין אויב זיי זענען נישט געשעדיגט פון די היץ, אבער ביז'ן בודק זיין זענען זיי בחזקת כשרות זייענדיג אזוי אומבארירט פונדרויסן, ב"ה.

די פייערלעשער און פאליציי האבן אוועקגענומען צו זיך אלע קעמרע'ס צו אויספארשן דעם פייער, און לויט ווי זיי זאגן אצינד האבן זיי אנטדעקט א נישט-אידישער וואנדאל אריינגיין אינעם טיר פון די גראסערי סטארעדזש אינמיטן די נאכט, ביי יענעם פלאץ וואו די פייער האט אויסגעבראכן, ממש א האלבע שעה בעפאר. זייער שאצונג איז אז דער ערל האט דאס אונטערגעצינדן, אליינס אדער מיט איינעמס גוטהייסונג, און זיי האפן צו קענען כאפן דעם פארברעכער, איינער מיט לאנגע האר אין די טונקעלע נאכט שעות.

אלעס גייט אן, נוסח קאסא גראנדא

ווען די תושבים זענען אנגעקומען מאנטאג אינדערפרי צום טעגליכן מנין 8:00, זענען זיי שאקירט געווארן צו טרעפן דאס פלאץ חרוב ונחרב. אבער גאנץ קורץ האט געדויערט פאר אזא שעפערישע עסקנות-שטאט וואו יעדער תושב לייגט צו א האנט, זיך צו פלאצירן פונדאסניי אויף דערווייל.

דער מייסד און שעפערישער ראש העסקנים הרב יושע רובין האט ארויסגעשיקט א טעקסט מעסעדזש פאר'ן ציבור, אז ביזדערווייל גייט מען דאווענען אינעם רעזידענשל געגנט, אינעם שבת שוהל, דער דינובער ביהמ"ד אויף 1645 E-Silver Reef Dr., כאטש עס וועט זיין א שוועריקייט מיט פארקינג. דער ציבור איז טאקע געבעטן געווארן צו זיין געווארנט נישט צו מצער זיין די שכנים און נישט פארקן ח"ו פארנט פון א צווייטנס דרייוו-וועי.

אצינד ארבעטן די עסקנים – אין א יישוב וואו כמעט יעדער יחיד איז ב"ה אן עסקן, יעדער העלפט ברודערליך איינער דעם צווייטן – אז מען זאל קענען עפענען די "גראסערי" אויף א געהעריגער אופן אינעם בנין וואס מ'האט לעצטנס אפגעקויפט פאר די ארטיגע מוסדות, 121 W-Florence Blvd. וואו מען האט זיך ביזדערווייל שוין פלאצירט אויף א פראוועזארישער אופן.

צו קענען עפענען דארט געהעריג פעלט זיך אויס מסדר צו זיין די פערמיטן מיט די סיטי-האל פון קאסא גראנדא, א זאך וואס דויערט געווענליך א שטיק צייט, אבער דא האפט מען אויף פארשטענדעניש פון די באאמטע לאור די שריפה עס צו פארשנעלערן.

עס דארף טאקע דערמאנט ווערן לשבח דער עסקן פון כלל ישראל הרב אהרן בנציון ווידער הי"ו פון מאנסי, וועלכע דינט היינט אלס א סטעיט אסעמבלימאן, וואס ער שטייט צו די האנט פונעם יישוב האט אצינד געשיקט אן אפיציעלער ביטע אלס סטעיט באאמטער צו די לאקאלע סיטי, בעטנדיג צו פארשנעלערן דעם גראסערי פערמיט.

אלזא, דער יישוב שפרודלט ווייטער... און דער פאזיטיווער לופט וואס הערשט אינעם געשמאקער אריזאנישער קלימאט האט זיך קיין ברעקל נישט פארמינערט... ב"ה.

נאר אין די לעצטע 2 חדשים האבן 2 פרישע משפחות פון ניו יארק אריינגעצויגן, און נאך עטליכע זענען אונטערוועגנס, חשוב'ע משפחות וועלכע זענען ב"ה באגליקט געווארן מיט אזא פלאץ, מיט אזא דירה, מיט אזא עולם הזה בגשמיות און עולם הבא ברוחניות, מיט שיינע מוסדות, מיט א פאזיטיווע פלאץ וואו אלע ארבעטן שכם אחד פאר'ן הצלחה, א פלאץ וואו דער מייסד הרב יהושע האלט זיין הויז אפן מיט ברייטע טירן און אידן קומען און גייען עסן און טרונקען און ווערן געהאלפן מיט וואס נאר מען וויל, א פלאץ וואו מען זעט קינדערלעך ארומגיין מיט א ברייטן שמייכל ווען זייערע טאטעס און מאמעס זענען גארניש ווייניגער פרייליך, מיט אזא רואיג לעבן בליעה"ר.

די קהלה בויט

אין אזא מינוט ווען אזא הערליכער ישוב האט געליטן פון אזא שאדן, איז פאסיג צו דערציילן אז דער יישוב קען נוצן פינאנציעלע הילף פון סיי וועמען וואס וויל האבן א חלק אין ברענגען אזא הערליכע דערלייכטערונג פאר כלל ישראל. מען גרייט זיך אי"ה צו א ווידעראויפבוי פונעם בנין היישוב, און ווער עס וויל אנטייל נעמען מיט סיי וועלכע הילף קען רופן די עסקני היישוב אויף (845) 606-4460

כי תצא אש, שלם ישלם. די תושבים קוקן ארויס אז דער פייער זאל זיך האבן אויסגעצאלט... מיט'ן אויבערשטנס הילף, דורך א ווידעראויפבוי וואס זאל זיין נאך שענער ווי פריער!
IMG-20250305-WA0125.jpg
IMG-20250305-WA0125.jpg (125.64 KiB) געזען געווארן 600 מאל
IMG-20250305-WA0130.jpg
IMG-20250305-WA0130.jpg (184.41 KiB) געזען געווארן 600 מאל
IMG-20250305-WA0127.jpg
IMG-20250305-WA0127.jpg (108.2 KiB) געזען געווארן 600 מאל
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 929

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Think and Thank »

וויזוי הייסט דער יונגערמאן וואס מ'זעט אויפ'ן לעצטן בילד מיט הרב בערגער?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4522

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:23 am וויזוי הייסט דער יונגערמאן וואס מ'זעט אויפ'ן לעצטן בילד מיט הרב בערגער?
כ'מיין וויינגארטן.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 162

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:25 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:23 am וויזוי הייסט דער יונגערמאן וואס מ'זעט אויפ'ן לעצטן בילד מיט הרב בערגער?
כ'מיין וויינגארטן.
א יליד וויליאמסבורג חתונה געהאט אין קרית יואל
געמופט קיין אריזאנע א יאר צוריק בברכת ובעידוד כ"ק רבינו שליט"א מסאטמאר
שרייב פאוסט