דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 6:27 am
מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 10:54 am
1 יאוי, במילתא דעבידא לגילויי לא משקרא איניש. אנגעהויבן פון די פאקט אז רובם ככולם סאטמארע באבעס גייען מיט פלעינע שייטלען און רובם ככולם היינטיגע סאטמארע פרויען גיין צוגעדעקט באיזה אופן, דאס איז לקולא? דאס איז לחומרא!. צו מען נעמט טיטשערס מיט שייטלען, יא, בעיקר אינגאנצן באדעקטע ווייל עס איז כמעט נישטא ווער עס וויל בכלל זיין א טיטשער, עס איז שטארק אינטערגעצאלט.
קודם כל כלפי די "לחומרא", ס'איז טאקע לחומרא קעגן די באבע פון די קריג צייטן, ס'איז אבער לקולא קעגן די טיכל פון די באבע'ס מאמע, אדער די באבע'ס באבע.
אבער לענין, דו פארגעסט אז דאס איז נישט קיינעמס המצאה נאר דאס איז געווען די הוראה פונעם מייסד העיר. עגעין,
ליין מיין פאוסט דא
מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 10:54 am
והעיקר, א שייטל פרוי איז אפיציעל אנערקענט אלץ צווייט קלאסיג אין אידישקייט. ווילסט איין ראיה? עס איז יעצט געווען א שבת התועדות אין די סקול (נישט זיכער די אפיציעלע נאמען) און הרב טעלער האט זיך דארטן אויפגעטון אז ביי זיין [טאכטערס?] חתונה איז ב”ה נישט געווען דארטן אפילו איין שייטל.... (!!!). קעי, די פאקט אז מיינס גאר א נאנטע קרובה איז דארטן געווען מיט א שייטל העמיר יעצט נישט רעדן. אבער דאס איז די שפראך, ביסט א שייטל פרוי? סוועט מיר זיין א זכיה אז דו קומסט נישט צו מיין חתונה. עגעין דאס איז איין נערישע דוגמא וואס עס איז איינגעגעסן אין מוסדות קר”י אפיציעל אלץ המשכה צו רצון רבינו הקדוש.
עס איז ביי מיר כמעט ברור אז דאס איז געווארן אראפגעלייגט אלס אל תטוש, אז זיין באבע איז שטאלץ אז קיין איין אייניקל האט נישט געטוישט לבוש.
איך ווייס נישט אויב א שייטל פרוי קען זיך שפירן צווייטע קלאס ווען באלד האלב שטעטל גייט אזוי, אבער דאס אז יענער גייט א העכערע דרגא ווי איר מעג זי וויסן, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם בכלל. פונקט ווי איך קוק ארויף דעם כולל אינגערמאן וואס לערנט יומם ולילה אזוי ווי מען דארף.
דער געטריגערטער פון די שייטל פון הרב טעללער האב איך מורא קומט פון א משפחה וואס די באבע איז געגאנגען מיט א שפיצל, און די מאמע האט זיך מאיזה סיבה געטוישט, ממילא האט ער גילטי פילינגס
ביי אונז אין משפחה גייט מען מיט שייטלען, און (כמעט) קיינער האט נישט אזא פילינג זיך צו פילן ווי א צווייטע קלאס
יא אמת, מ'מאכט א אווענט ביי 11טע אדער 12טע קלאס און מ'לערנט די היסטאריע פון שייטלען ווען דאס איז אריינגעקומען און די שיינקייט פון גיין בכלל אן א שייטל, און ליידער ליידער..... קומען מיידלעך ארויס פון דארט מיט צווייטע מחשבות, אפשר זאל איך אנטון א שפיצל
רוב מיט אזעלכע מחשבות זענען נישט ביכולת עס אויסצופירן למעשה מכח זכות אבות ואמהות וואס זענען מקפיד אויף די מסורה, אבער ס'איז דא עטליכע וואס געלונגט יא, און דאס קען אויך וויי טון פאר אזעלכע וואס האבן נישט די כח דערצו
ווער ס'האט מיטגעהאלטן אין די לעצטע שטיק צייט פרויען וואס האבן זיך געטוישט צו שפיצלעך, וואס זיי זענען ממש פון די איינציגסטע אין זייער ברייטפארצווייטע משפחה