ווי עס זעט יעדער מיט א מח בקדקדו אז דאס איז שמוץ פראפאגאנדע פון לב טהור קעגן די עסקנים. דער מעליצער רבי האט גענומען אן אייגענע מהלך, (וואס דערווייל האלט עס ביי איין סוקסעס וואס איז נאך אויך תלוי בספק, דארף מען אויסווארטן צו זען אויב די געראטעוועטע וועלן איינהאלטן זייער חתימה), אנשטאט קומען גלייך גרייט פאר א קאמף מיט לב טהור, ווי הגאון החיד"ו מיט די עסקנים ארבעטן, איז ער געקומען צו לב טהור ווי ער מיינט זייער טובה, און ער איז דא צו ארבעטן לטובתם, און איינמאל ער האט געוואונען זייער צוטרוי וועט ער ארבעטן מיט זיי צו פארלאזן די קולט, ווי ער האט זיי שוין יעצט געלאזט הערן אז ס'איז געקומען דער צייט צו אפלאזן לב טהור און ווערן נארמאלע מענטשן. הלואי זאלן זיי אים פאלגן.
זייערע חברה זענען געפאלן פאר רבי'נס מהלך, און אפילו זייער מנהיג זעלבסט האט געזאגט אז מען זאל אים געטרויען, וואס נאר אזוי האט ער זיך געקענט ערלויבן צו זאגן דארט וואס ער האט שוין געזאגט.
כאפן זיך די לב טהור חברה יעצט ארויף אויף דעם מעליצער רבי'נס הצלחה מיט דעם פארפאלק, כדי צו קענען דערמיט באשמוצן די אנדערע עסקנים, ווי כאילו דא איז דא חילוקי דעות... סיי דער מעליצער סיי דער חיד"ו זענען ביי די מיינונג אז מען דארף די קולט פארמאכן און די קינדער ראטעווען, די חילוקי דעות איז נאר אויף די מהלך...
די שאלה איז נאר וןואס גייט געשען איינמאל די לב טהור חברה גייען כאפן אז דער מעליצער רבי האט זיי אריינגענארט, וואס גייען זיי דעמאלטס טון אדער זאגן...