שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
מעמבער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:15 pm
x 2

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מעמבער »

שינאווער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:05 pm
ווערווייס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 1:40 pm מען האט מיר שוין נעכטן געמעקט דא, כ'האף אז וואס איך שרייב יעצט איז יא אויסגעהאלטן

דעתי העני' - און לויט ווי מ'לייגט אראפ וויזניץ רבי אז ער איז א איש השלום (גראדע האב איך היינט גערעדט צו א עלטערן איד א בן שבעים, וואס האלט נישט צופיל מיט פאליטיק'ס און ער פרעגט מיר וואס די מעשה איז, האב איך אים דערציילט אז די רבי האט געבעטן וכו', זאגט מיר דער איד בלשונו, נו יצחק יוחנן איז דאך א פיינער, ער וועט זיכער נאכגעבן)

די שולדיגע זענען די מכם ובכם, די א. ג. פאן טרעגער פון די שיטה הק' און חינוך הטהור
ווען אלע פראקציעס וואס פאררופן זיך תלמידי רבינו מסאטמאר וואלטן אויפגעהויבן א וויי געשריי, דארף מען שוין גארנישט טון
דער פראבלעם איז אז אזעלכע וואס פאררופן זיך אלס תלמידים פון רבין זאגן, בואכם לשלום, מעגסט קומען, מען צוברעכט נישט גארנישט
מען איז גרייט אלעס אונטערצוברענגן כדי צו ווייזן אז ס'איז נישטא קיין בעה"ב
הונדערט פראצענט.
און חוץ פון די מכם ובכם'ניקעס זענען דא אויך אין וויזניץ אזעלכע [געטריבן דורך די אויבן-דערמאנטע] וואס האבן די גאנצע צייט פרובירט מסביר צו זיין פאר האדמו"ר מוויזניץ אז דער מערכה איז נאר מטעם קהל און נישט מצד דעם רבי'ן סא דארף מען זיך נישט צוטון מאכן דערפון,
סא יעצט מיט דעם בריוו, און נאך שטערקער מיט דעם באזוך, האט זייער באלון [האפענטליך] געפלאצט, און מען זעהט יעצט קלאר אז עס גייט דעם רבי'ן פערזענליך אין לעבן דער נושא, סא יעצט איז דא אסאך שטערקערע טשאנסן פאר הצלחה.
וועלכע בריוו?
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1244
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5197

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שינאווער »

מעמבער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 5:31 pm
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:05 pm
ווערווייס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 1:40 pm מען האט מיר שוין נעכטן געמעקט דא, כ'האף אז וואס איך שרייב יעצט איז יא אויסגעהאלטן

דעתי העני' - און לויט ווי מ'לייגט אראפ וויזניץ רבי אז ער איז א איש השלום (גראדע האב איך היינט גערעדט צו א עלטערן איד א בן שבעים, וואס האלט נישט צופיל מיט פאליטיק'ס און ער פרעגט מיר וואס די מעשה איז, האב איך אים דערציילט אז די רבי האט געבעטן וכו', זאגט מיר דער איד בלשונו, נו יצחק יוחנן איז דאך א פיינער, ער וועט זיכער נאכגעבן)

די שולדיגע זענען די מכם ובכם, די א. ג. פאן טרעגער פון די שיטה הק' און חינוך הטהור
ווען אלע פראקציעס וואס פאררופן זיך תלמידי רבינו מסאטמאר וואלטן אויפגעהויבן א וויי געשריי, דארף מען שוין גארנישט טון
דער פראבלעם איז אז אזעלכע וואס פאררופן זיך אלס תלמידים פון רבין זאגן, בואכם לשלום, מעגסט קומען, מען צוברעכט נישט גארנישט
מען איז גרייט אלעס אונטערצוברענגן כדי צו ווייזן אז ס'איז נישטא קיין בעה"ב
הונדערט פראצענט.
און חוץ פון די מכם ובכם'ניקעס זענען דא אויך אין וויזניץ אזעלכע [געטריבן דורך די אויבן-דערמאנטע] וואס האבן די גאנצע צייט פרובירט מסביר צו זיין פאר האדמו"ר מוויזניץ אז דער מערכה איז נאר מטעם קהל און נישט מצד דעם רבי'ן סא דארף מען זיך נישט צוטון מאכן דערפון,
סא יעצט מיט דעם בריוו, און נאך שטערקער מיט דעם באזוך, האט זייער באלון [האפענטליך] געפלאצט, און מען זעהט יעצט קלאר אז עס גייט דעם רבי'ן פערזענליך אין לעבן דער נושא, סא יעצט איז דא אסאך שטערקערע טשאנסן פאר הצלחה.
וועלכע בריוו?
קודם כל ברוך הבא.
און בנוגע דעם בריוו קענט איר צוריק גיין צו די פריעדיגע בלעטער דא, אדער אין דער ק"י טעמע,

אין קורצן האט דער רבי געשיקט א בריוו מיט אפאר זקני העדה פערזענליך צו האדמו"ר מוויזניץ אין וומ"ס, מיט בערך די זעלבע ווערטער ווי דער רבי האט איבערגעגעבן יעצט פארן זון.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 85

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

וואלף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 1:30 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:47 pm

זאגסטו אז ער פארשטייט אז ער וויל זיך נישט קריגן מיט משפחה, משא"כ מיט סאטמאר איז נישט קיין פראבלעם זיך צו קריגן.

דאס איז טאקע פארשטענדליך, כאטש ס'איז נישט אויסגעהאלטן... אבער דעם יצר הרע פארשטייט מען.

יעצט פארשטיי דו אז ס'גייט אויך זיין פארשטענדליך אז סאטמאר גייט זיכער מאכן אז דאס געשעט נישט, ופשוט הוא. און ניין, דער בעל מחלוקות גייט נישט זיין דער וואס פארטיידיקט זיין שטאט פון זיין רבי'ן, והבן ואכמ"ל.

ריכטיג. מען האט געאפערט פאר וויזניץ דעם פלאן לאנג צוריק, און זיי האבן געענטפערט אז זיי האבן ממש נישט נאך א גוט פלאץ וואו צו גיין. דער תירוץ האט געצויגן די זאך א יאר צייט.

ביז לעצטנס, ווען מ'האט באוויזן צו ברענגען צום טיש א געוואלדיגע אפפער, מיט אן אינוועסטאר פון א שטח וואס איז גרייט צוצושטעלן אלע קהלישע געברויכן אומזינסט, וכו' וגו'. בקיצור, א אפפער וואס איז גאר גוט פאר זיי אויב זיי זוכן עכט א פלאץ בשלום.

למעשה איז געקומען דער ענטפער אז אויב טוישן פלאץ האבן זיי נאך איידיעס... אבער מ'וויל נישט וכו' וגו'.

ממילא וכו' וגו'.
לשיטתם (זעט אויס) איז קיין איינס נישט קעגן די תורה, נעבן זיינע ברודער וויל ער נישט גיין פשוט צו האלטן די משפחה צוזאמען, לגבי א פרעמדן (הגם א קרוב משפחה) פילט ער נישט אז ער מוז טוישן זיינע פלענער, נאכדערצו אז ער האט שוין זיין ישיבה און צענדליגער מענטשן וואוינען אין דעם שטאט, דאס אז איר האלט ,,כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א דער דע פאקטא מרא דאתרא'' אז זיין קומען איז א פראבלעם פאר יודישקייט אין ק"י איז נישט זיין פראבלעם (פונקט ווי האלטן שבת בין זמן ר"ת וואס מיר האלטן פאר א דאורייתא און ער האלט עס נישט פאר קיין פראבלעם)
וויאזוי פארשטייט מען דאס מענטשליך?

ס'איז נישט אז די גרויסע קהילה קומט מיט געוואלד איינשלינגען א קלענערע קהילה

נאר ס'זיצט א מנהיג ישראל און רעדט זיך דורך מיט שיינעם, איז זיך מסביר קלאר זיין ווייטאג, טראגט אן אלעס אז מ'זאל קיין שאדן נישט האבן, ס'איז זה נהנה וזה נהנה, וואס איז די הסבר אז מען זאל זיך קעגנשטעלן?

נישט מיין פראבלעם? זה נהנה וזה לא חסר מדת סדום?
איך ווייס נישט פארוואס דו מוזט טוישן מיינע ווערטער אינעם קוואוט אנשטאט שרייבן אייגענע עקסטערע, סך הכל האב איך געשריבן וואס ער האלט, פונקט ווי ביי ר"ת זמן האט ער נישט געטוישט אפילו אויב אין סאטמאר האלט מען אז איז חילול שבת, סך הכל האט ער געבעטן זיינע מענטשן נישט צו דרייוון אפן ביזן זמן ר"ת.

לגבי די שכונת וויזשניץ זעט נישט אויס ווי עפעס האט זיך געטוישט במציאות, ער האט זייער גוט געוויסט ביים אנהויבן אז מהר"א גייט בשום אופן נישט מסכים זיין צו א וויזשניצע מוסד בשכינות ק"י (און די ק"י קהילה האט עס קלאר געזאגט איינמאל און נאכאמאל) און ער איז נאכאלס געגאנגען פאראויס דערמיט, איך זע נישט פארוואס ער זאל יעצט טוישן זיין מיינד נאכן אינוועסטירן אזויפיל כוחות און געלט, אין ק"י האט מהר"א די כוח פון די ווילידזש און די מוסדות אבער אין בלומינג גראוו איז זיין איינציגסטע כוח סך הכל א מחאה
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1958

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 7:19 pm

דערווייל האט ער מיט זיין גרויס סיעתא דשמיא געווינען אלע בלומינג גראוו מערכות
תלמידי רבינו הקדוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:12 pm
Location: קרית יואל יצ"ו
x 29

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך תלמידי רבינו הקדוש »

נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:11 pm
בן נביאים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:00 am
new news האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:48 am איך פרוביר צו פארשטיין עפעס
ס'עכט דא מענטשן דא אויף אידטיש וואס האלטן אז וויזניץ'ע רבי'ס איינציגסטע סיבה פאר די שטעטל איז צו חרוב לייגן ק"י?
ניין, ער ווייסט אבער אז סיי לעבן וועלעכע שטעטל ער וועט גיין וועט עס שטערן פאר די רבנים/אדמו"רים אין שכינות, וויל ער ענדערש שטערן אנדערע , נישט זיינע ברודערס (מאנסי קאמישע לעיק) אדער פעטער (סקווירא)

בד"וו קען ער גיין לעבן קרית ייט"ל בלומענבערג, זיי וועלן זיי אויפנעמען בספ'י
יעצט זאל ער גיין? ווען ער האט שוין א כמעט פארטיגע שטעטל?
ניין נישט יעצט, א יאר צוויי צוריק ווען מהאט כסדר געהאט מיטינגען מיט זיי
תלמידי רבינו הקדוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:12 pm
Location: קרית יואל יצ"ו
x 29

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך תלמידי רבינו הקדוש »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 7:19 pm
וואלף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 1:30 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:19 pm

לשיטתם (זעט אויס) איז קיין איינס נישט קעגן די תורה, נעבן זיינע ברודער וויל ער נישט גיין פשוט צו האלטן די משפחה צוזאמען, לגבי א פרעמדן (הגם א קרוב משפחה) פילט ער נישט אז ער מוז טוישן זיינע פלענער, נאכדערצו אז ער האט שוין זיין ישיבה און צענדליגער מענטשן וואוינען אין דעם שטאט, דאס אז איר האלט ,,כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א דער דע פאקטא מרא דאתרא'' אז זיין קומען איז א פראבלעם פאר יודישקייט אין ק"י איז נישט זיין פראבלעם (פונקט ווי האלטן שבת בין זמן ר"ת וואס מיר האלטן פאר א דאורייתא און ער האלט עס נישט פאר קיין פראבלעם)
וויאזוי פארשטייט מען דאס מענטשליך?

ס'איז נישט אז די גרויסע קהילה קומט מיט געוואלד איינשלינגען א קלענערע קהילה

נאר ס'זיצט א מנהיג ישראל און רעדט זיך דורך מיט שיינעם, איז זיך מסביר קלאר זיין ווייטאג, טראגט אן אלעס אז מ'זאל קיין שאדן נישט האבן, ס'איז זה נהנה וזה נהנה, וואס איז די הסבר אז מען זאל זיך קעגנשטעלן?

נישט מיין פראבלעם? זה נהנה וזה לא חסר מדת סדום?
איך ווייס נישט פארוואס דו מוזט טוישן מיינע ווערטער אינעם קוואוט אנשטאט שרייבן אייגענע עקסטערע, סך הכל האב איך געשריבן וואס ער האלט, פונקט ווי ביי ר"ת זמן האט ער נישט געטוישט אפילו אויב אין סאטמאר האלט מען אז איז חילול שבת, סך הכל האט ער געבעטן זיינע מענטשן נישט צו דרייוון אפן ביזן זמן ר"ת.

לגבי די שכונת וויזשניץ זעט נישט אויס ווי עפעס האט זיך געטוישט במציאות, ער האט זייער גוט געוויסט ביים אנהויבן אז מהר"א גייט בשום אופן נישט מסכים זיין צו א וויזשניצע מוסד בשכינות ק"י (און די ק"י קהילה האט עס קלאר געזאגט איינמאל און נאכאמאל) און ער איז נאכאלס געגאנגען פאראויס דערמיט, איך זע נישט פארוואס ער זאל יעצט טוישן זיין מיינד נאכן אינוועסטירן אזויפיל כוחות און געלט, אין ק"י האט מהר"א די כוח פון די ווילידזש און די מוסדות אבער אין בלומינג גראוו איז זיין איינציגסטע כוח סך הכל א מחאה
זיי האבן כסדר געטענה'ט אז אויב סבאדערט פארן מרא דאתרא גייען זיי נישט קומען זיי האבן אלץ געענטפערט אז סאיז בלויז די קהילה און ר' ד. ע.
יעצט אז די רבי האט אליין געבעטן גלייבט זיך אז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז א לב טוב וועט זיך צושטעלן און צוהערן צו די בקשה
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 821

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך צייטווייליג »

רבותי, ביטע מאכן א פולע סטאפ אויף די סאטמאר-וויזניץ-קר"י נושא

יתכן אז מגייט דאס גאנצע אוועקפירן. פאליטיק איז קעגן אונזערע פרינציפן. ביטע נישט ממשיך זיין אין די נושא גארנישט.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1958

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:03 pm רבותי, ביטע מאכן א פולע סטאפ אויף די סאטמאר-וויזניץ-קר"י נושא

יתכן אז מגייט דאס גאנצע אוועקפירן. פאליטיק איז קעגן אונזערע פרינציפן. ביטע נישט ממשיך זיין אין די נושא גארנישט.
פאר אייביג אדער נאר פאר @צייטווייליג ?...
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 85

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 978

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פלאם »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
איז נאכנישט דא קיין מצילי אש? קען מען זיי נאכנישט רופן?

איז אלעמאל געווען די ריספאנס טיים 15-20 מינוט? אדער יעצט אז מ'וויל גיין עקסטער קומען זיי שפעטער?
yatzmachpirkuni
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 3:51 pm
x 138

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך yatzmachpirkuni »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
any pic. and footage ?
לקדש
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:52 am
x 3

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לקדש »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
ווען מעט עפענען א היימישע העט מען רעדן פון די חילל שבת Dont worry :lol:
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

לקדש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 12:54 pm

ברוך הבא...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 978

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פלאם »

לקדש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 12:54 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
ווען מעט עפענען א היימישע העט מען רעדן פון די חילל שבת Dont worry :lol:
חילול שבת פון וועם? פון די גוים? פון די נייע?

ביטע זיי מבאר.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 85

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פלאם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:52 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
איז נאכנישט דא קיין מצילי אש? קען מען זיי נאכנישט רופן?

איז אלעמאל געווען די ריספאנס טיים 15-20 מינוט? אדער יעצט אז מ'וויל גיין עקסטער קומען זיי שפעטער?
מצילי אש ברויך זיך עפענען אין די קומענדיגע פאר וואכן בעז"ה, די סיבה פארוואס די ווילדזש איז בכלל געגאנגען פאר אן עקסטערע פייער דעפארטמענט איז געווען ווייל די רעספאנסט טיים איז געווארן ערגער די לעצטע 8 יאר זינט רוב פון די מעמבערס האבן צוביסלעך אוועקגעמופט פון בלומינג גראוו צו דערנעבנדע טאונס/ווילידזשעס, איבער די יארן האט מען עטליכע מאל געבעטן אז זיי זאלן ארייננעמען לאקאלע יודן אינעם פייער דעפארטמענט אבער יעדעס מאל האבן זיי עס אפגעזאגט פאר אנדערע סיבות.

דער מכה בפטיש איז געקומען ווען 2 מענטשן (נישט יודן ב"ה) זענען אין א צייט אפשניט פון 6 חדשים געשטארבן אין הויז פייערן וואס וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען די פייערלעשער קומען ווען אן אין צייט, נאך די צווייטע פאטאליטעט האט די ווילידזש אויסגערופן אז זיי גייען מאכן או אייגענע פייער דעפארטמענט, פעסט פארווערד 3 יאר שפעטער איז מען דורך אלע אפפראוועלס ב"ה און די נייע מעמבערס האבן געענדיגט די טרעינינגס און ערגעץ אין די נעקסטע פאר וואכן גייען זיי ענדיגן באקומען די שיעורים פון דעם דיין, לכאורה גלייך דערנאך גייט מען אפיציעל ארויסגעבן דעם נייעם נומבער.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 978

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פלאם »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 4:59 pm

אלעס איז פארטיג טעכניש חוץ די הלכה שיעורים? איז ווי מעג מען זיך אפהאלטן פון ארויסגעבן די נאמבער? ס'איז דאך פיקוח נפש?

פלאם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:20 pm

ווי איך פארשטיי איז דער ענדזשין טראק נאכנישט דא אבער יא דער בראש טראק, לגבי די אפהאלטן פון ארויסגעבן דעם נומבער לאז איך פאר זייער דיין...

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:55 pm

איז טעכניש נאכנישט אלעס גרייט.
אגב ווער איז זייער דיין?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:03 pm רבותי, ביטע מאכן א פולע סטאפ אויף די סאטמאר-וויזניץ-קר"י נושא

יתכן אז מגייט דאס גאנצע אוועקפירן. פאליטיק איז קעגן אונזערע פרינציפן. ביטע נישט ממשיך זיין אין די נושא גארנישט.
עס איז זייער קלאר אז די גאנצע נושא איז נישט וויזשניץ. זיי האבן שוין עטליכע מאל געטראכט אז זיי גייען אוועקגיין, און זיי זענען ווייטער נאך זייער אומזיכער. איך ווייס עס קראנט. נישט זיי זענען די צד דא נאר זיי זענען די וואפן פון א צד.... עס איז דא א צד וואס הייסט די ujc און מיט זיי שלאגט זיך קרית יואל אז זיי זאלן נישט מאכן די פלאץ פאר מאנסי. אלס א חלק פונעם פלאן עס זאל ווערן מאנסי איז צו שלעפן וויזזשניץ אהער מאכן א שטעטל. איך גלייב אז קרית יואל גייט באזיגן די ujc אבער אויב נישט קען סאטמאר שוין זוכן א פלאץ וואו צו מאכן א שטעטל.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
א אידישע הויז?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:06 am
פעמון האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 15, 2025 7:59 pm די דירות אין בלומינג גראוו וואו ק"ק וויזניץ וויליאמסבורג פלאנט זיך צו באזעצן
IMG-20250214-WA0021.jpgIMG-20250214-WA0017.jpg
די דירות ווערן געבויט דורך ר' שמעון דושינסקיא.

די בלומינגראווע UJC ווילן שטארק אז דאס זאל זיין פאר וויזניץ, אזוי ווערט די בלומינגראווע ווילעדזש פטור פונעם נאמען קרית יואל, פון די יסודות פונעם מייסד העיר, פונעם פרומקייט וואס סאטמאר טראגט מיט זיך, און דער לייטער ביז'ן ווערן א מאנסי+עירמאנט איז אויפגעבויט.

פארוואס וויזניץ וומסב"ג זאל עס וועלן טון? פארוואס זאלן זיי פארשטיין אז אין מאנסי קענען זיי נישט גיין, אין סקווירא אויך נישט, און אין די מאונטעינס נעבן קיימישע אויך נישט, אבער אין קרית יואל יא? כמובן וועט מען טרעפן אלע תירוצים, און עס טרעפט זיך אפילו ווער ס'איז גרייט אז קרית יואל זאל טאקע ווערן מאנסי, ווייל אויב איך פיר נישט דעם פליגער זאל עס קראכן.

אבער זעלבסטפארשטענדליך אז קרית יואל וועט זיך אננעמען פאר איר עקזיסטענץ, און וויזניץ קען זיך געזעגענען באצייטנס פון טראכטן אז באגיין אזא שריט קעגן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועט זיין מיט הצלחה.
אן זיך באציען צום ערשטן חלק און לעצטן וואס איז סתם דעם שרייבערס מיינונג און האפענונג (wishful thinking בלע"ז), לכאורה וויל וויזניץ זיין אין בלומינג גראוו און נישט אנדערע ערטער איז ווייל דארט וועט ער זיך שלאגן מיט נאנטע משפחה, לגבי מהר"א גייט אים גאנץ קנאפ אן וואס ער האט צו זאגן, ער זוכט נישט ארויסצוגיין אין קיין מלחמה (אזויווי ביי די ר"ת מערכה ווען נאך אלע נויס איז ער זיך שטילערהייט דורכגעקומעו אז זיי וועלן ווייטער האלטן זייער זמן אבער נישט פארן מיט קיין קארס בעפאר זמן ר"ת) אבער ער איז נישט א מענטש וואס ברעכט זיך שנעל פון פרעשור, נאכדערצו ווער עס קען זיינע חסידים ווייסט אז זיי זענען בכלל נישט סימפאטיש צו מהר"א, צו דעם קומט נאך צו אז די מהרי"י/בני יואל רבנים פון בלומינג גראוו שטיצן אים און מוטיגן אים פאראויסצוגיין.

לגבי די גאונות'דיגע אפפער אפצוקויפן דעם שטח מיט די בנינים, דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, ד.ע. שטופט דאס שוין זינט די ר"ת מערכה און זיי האלטן אין איין זאגן ניין, אפילו אויב וויזניץ מאכט אפ צו גיין ערגעץ אנדערש לוינט זיך נישט פאר דושינסקיא עס צו פארקויפן פאר ק"י ווען ער קען לכאורה מאכן פיל מער מיטן עס פארקויפן אינדיווידואל פאר יודן וואס זוכן הייזער
Wow!

איך גלייב איינער האט געהעקט דעם ניק...

זאגט ער קלאר, אז יא, ער איז דא פאר מחלוקות, ווייל ער האט סאטמאר אין בוידעם... נייס... לאמיר גיין כאפן א בליק אין בוידעם וואס דארט טוט זיך
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

הצלת עיה''ק קרית יואל.pdf
(321.69 KiB) דאונלאודעד 41 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:22 pm פאר א פארכמארעטע זונטאג איז די ב"ג טעמע א גוטע אוטלעט...

איינער קען מיר דא מסביר זיין ריאליסטיש ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון א גאנצע קהילה? סתם שרייען היה לא תיהיה קען יעדער, און יעדער קען כוחונ'ן של אותו זקן. ריאליסטיש גערעדט. מען גייט געבן אן אלטומאטום פון 24 שעה? מען גייט לייגן אין חרם? מען גייט זאגן הלנו או לצרינו? מען גייט שרייען פלניא גזלנא? וואס איז פשט פון זאגן עס גייט נישט געשעהן? ווי עס זעהט יעצט אויס געשעהט עס, קענסט האפן אויפן בעסטן, אבער וואס איז די זיכערקייט? ניטאמאל טראמפס אלטומאטום האט געהאלפן מיט חאמאס...

איך בין נישט קיין פאליטיקאנט, און ביטע מיך נישט אריינשלעפן אין פאליטיק. איך ליין פשוט און איך וואנדער מיך. נאכשרייען און מבזה האסטו דאך געזעהן ביי די סידור קידושין וויפיל עס האט געהאלפן, אויסטיילן צרות זעה מיר דאך די שיינע בנין אויף גארפילד. וואס איז די זיכערקייט? איינער האלט אז די רבי ז"ל גייט ארויסקומען פון קבר און פארטרייבן דעם עולם מיט זיין שטעקן? אין סקווירא איז די שטאט פאראייניגט. דא האסטו אבער גענוג וועם עס אינטערעסירט נישט, און ווי אויך א שיינע פראצענט וואס ווילן דוקא פטור ווערן פון די הנהגה א טייל זענען פון די מחנה מגושמים, און טייל וואס ווילן יא הנהגה זענען אבער אומצופרידן מיט די ביז איצטיגע. גם לי וגם לך לא יהיה.
האסט געבעטן נישט אריינצוגיין אין פאליטיק, סא כוועל דיר נישט צייגן ווי שטארק די סידור קידושין מערכה האט געהאלפן... גיי קוק אליינס נאך וויפיל חתונות א יאר זענען שלא ברשות...

לענין, מ’צווינגט נישט קיינעם גארנישט. מ’האנדלט דא מיט ערוואקסענע לייט און א.ג. רודפי שלום.

דא איז געווען א מיספארשטענדעניש לכתחילה, און דער דרשה וואס דער יעניגער האט געהאלטן אין וויזשניץ אז זיי זענען וועלקאם דא איז נאך בנמצא... וויזשניץ איז ליידער געפאלן פאר פראפאגאנדע - די זעלבע פראפאגאנדע ווכס אסאך תושבי קרית יואל האבן פאר א שטיק צייט אפגעקויפט כאילו בלומינגראוו איז עפעס א הערליכע באחדות’דיגע שטאט...

אבער ווי דער שטייגער, קומט אמאל א מצב וואס דער באבל פלאצט...

יעצט, וויזשניץ זוכט נישט צו אריינגיין אין א מלחמה זאנע, נישט די קהלה און אודאי נישט די מענטשן. פארוואס זאל איינער ווילן זיך ארויסציען אין א געגנט וואו זיי ווייסן אז דא קומט א מחלוקה?...

נעמענדיג דאס אין באטראכט, און מיט די האפענונג אז וויזשניץ זענען טאקע דא פאר שלום - אדער לכה"פ נישט ממש פארקערט... פרובירט מען צו לעזן דעם פראבלעם
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 85

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:11 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:06 am

די דירות ווערן געבויט דורך ר' שמעון דושינסקיא.

די בלומינגראווע UJC ווילן שטארק אז דאס זאל זיין פאר וויזניץ, אזוי ווערט די בלומינגראווע ווילעדזש פטור פונעם נאמען קרית יואל, פון די יסודות פונעם מייסד העיר, פונעם פרומקייט וואס סאטמאר טראגט מיט זיך, און דער לייטער ביז'ן ווערן א מאנסי+עירמאנט איז אויפגעבויט.

פארוואס וויזניץ וומסב"ג זאל עס וועלן טון? פארוואס זאלן זיי פארשטיין אז אין מאנסי קענען זיי נישט גיין, אין סקווירא אויך נישט, און אין די מאונטעינס נעבן קיימישע אויך נישט, אבער אין קרית יואל יא? כמובן וועט מען טרעפן אלע תירוצים, און עס טרעפט זיך אפילו ווער ס'איז גרייט אז קרית יואל זאל טאקע ווערן מאנסי, ווייל אויב איך פיר נישט דעם פליגער זאל עס קראכן.

אבער זעלבסטפארשטענדליך אז קרית יואל וועט זיך אננעמען פאר איר עקזיסטענץ, און וויזניץ קען זיך געזעגענען באצייטנס פון טראכטן אז באגיין אזא שריט קעגן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועט זיין מיט הצלחה.
אן זיך באציען צום ערשטן חלק און לעצטן וואס איז סתם דעם שרייבערס מיינונג און האפענונג (wishful thinking בלע"ז), לכאורה וויל וויזניץ זיין אין בלומינג גראוו און נישט אנדערע ערטער איז ווייל דארט וועט ער זיך שלאגן מיט נאנטע משפחה, לגבי מהר"א גייט אים גאנץ קנאפ אן וואס ער האט צו זאגן, ער זוכט נישט ארויסצוגיין אין קיין מלחמה (אזויווי ביי די ר"ת מערכה ווען נאך אלע נויס איז ער זיך שטילערהייט דורכגעקומעו אז זיי וועלן ווייטער האלטן זייער זמן אבער נישט פארן מיט קיין קארס בעפאר זמן ר"ת) אבער ער איז נישט א מענטש וואס ברעכט זיך שנעל פון פרעשור, נאכדערצו ווער עס קען זיינע חסידים ווייסט אז זיי זענען בכלל נישט סימפאטיש צו מהר"א, צו דעם קומט נאך צו אז די מהרי"י/בני יואל רבנים פון בלומינג גראוו שטיצן אים און מוטיגן אים פאראויסצוגיין.

לגבי די גאונות'דיגע אפפער אפצוקויפן דעם שטח מיט די בנינים, דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, ד.ע. שטופט דאס שוין זינט די ר"ת מערכה און זיי האלטן אין איין זאגן ניין, אפילו אויב וויזניץ מאכט אפ צו גיין ערגעץ אנדערש לוינט זיך נישט פאר דושינסקיא עס צו פארקויפן פאר ק"י ווען ער קען לכאורה מאכן פיל מער מיטן עס פארקויפן אינדיווידואל פאר יודן וואס זוכן הייזער
Wow!

איך גלייב איינער האט געהעקט דעם ניק...

זאגט ער קלאר, אז יא, ער איז דא פאר מחלוקות, ווייל ער האט סאטמאר אין בוידעם... נייס... לאמיר גיין כאפן א בליק אין בוידעם וואס דארט טוט זיך
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט, אפשר אז דו וועסט זיך בעסער מסביר זיין וועל איך פארשטיין
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 646

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך איד »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:21 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:22 pm פאר א פארכמארעטע זונטאג איז די ב"ג טעמע א גוטע אוטלעט...

איינער קען מיר דא מסביר זיין ריאליסטיש ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון א גאנצע קהילה? סתם שרייען היה לא תיהיה קען יעדער, און יעדער קען כוחונ'ן של אותו זקן. ריאליסטיש גערעדט. מען גייט געבן אן אלטומאטום פון 24 שעה? מען גייט לייגן אין חרם? מען גייט זאגן הלנו או לצרינו? מען גייט שרייען פלניא גזלנא? וואס איז פשט פון זאגן עס גייט נישט געשעהן? ווי עס זעהט יעצט אויס געשעהט עס, קענסט האפן אויפן בעסטן, אבער וואס איז די זיכערקייט? ניטאמאל טראמפס אלטומאטום האט געהאלפן מיט חאמאס...

איך בין נישט קיין פאליטיקאנט, און ביטע מיך נישט אריינשלעפן אין פאליטיק. איך ליין פשוט און איך וואנדער מיך. נאכשרייען און מבזה האסטו דאך געזעהן ביי די סידור קידושין וויפיל עס האט געהאלפן, אויסטיילן צרות זעה מיר דאך די שיינע בנין אויף גארפילד. וואס איז די זיכערקייט? איינער האלט אז די רבי ז"ל גייט ארויסקומען פון קבר און פארטרייבן דעם עולם מיט זיין שטעקן? אין סקווירא איז די שטאט פאראייניגט. דא האסטו אבער גענוג וועם עס אינטערעסירט נישט, און ווי אויך א שיינע פראצענט וואס ווילן דוקא פטור ווערן פון די הנהגה א טייל זענען פון די מחנה מגושמים, און טייל וואס ווילן יא הנהגה זענען אבער אומצופרידן מיט די ביז איצטיגע. גם לי וגם לך לא יהיה.
האסט געבעטן נישט אריינצוגיין אין פאליטיק, סא כוועל דיר נישט צייגן ווי שטארק די סידור קידושין מערכה האט געהאלפן... גיי קוק אליינס נאך וויפיל חתונות א יאר זענען שלא ברשות...

לענין, מ’צווינגט נישט קיינעם גארנישט. מ’האנדלט דא מיט ערוואקסענע לייט און א.ג. רודפי שלום.

דא איז געווען א מיספארשטענדעניש לכתחילה, און דער דרשה וואס דער יעניגער האט געהאלטן אין וויזשניץ אז זיי זענען וועלקאם דא איז נאך בנמצא... וויזשניץ איז ליידער געפאלן פאר פראפאגאנדע - די זעלבע פראפאגאנדע ווכס אסאך תושבי קרית יואל האבן פאר א שטיק צייט אפגעקויפט כאילו בלומינגראוו איז עפעס א הערליכע באחדות’דיגע שטאט...

אבער ווי דער שטייגער, קומט אמאל א מצב וואס דער באבל פלאצט...

יעצט, וויזשניץ זוכט נישט צו אריינגיין אין א מלחמה זאנע, נישט די קהלה און אודאי נישט די מענטשן. פארוואס זאל איינער ווילן זיך ארויסציען אין א געגנט וואו זיי ווייסן אז דא קומט א מחלוקה?...

נעמענדיג דאס אין באטראכט, און מיט די האפענונג אז וויזשניץ זענען טאקע דא פאר שלום - אדער לכה"פ נישט ממש פארקערט... פרובירט מען צו לעזן דעם פראבלעם
זייער פארשטענדליך אז וויזניץ איז נישט דא פאר מחלוקת
אבער אויב אזוי, פארוואס נישט פראבירן אויף די שטילערע זייט עס צו שליכטן?

רבינו שליט''א האט טאקע געזאגט פאר זיין זוהן פראווייט, און געבעטן איבער געבן די שליחות, און נישט זיך אויף געשטעלט ברבים רעדן פון דעם
אבער די צייטונגען?
פארוואס האבן אלע צייטונגען געדארפט מאכן פון דעם גרויס פאמפע?
אויב פארשטייט מען אז וויזניץ וויל נישט קיין מחלוקת, דאן פארוואס אויסשרייען ברבים?

יא, איך האב געזעהן אז מ'האט נישט פרעזענליך אראפגעריסן וויזניץ...
אבער די נקודה איז, פארוואס בכלל רעדן?
פארוואס נישט פראבירן שטיל און שוין?

איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער אויב גייסטו ענטפערן אז מ'האט שוין פראבירט, דהיינו אז בעצם ווייסט שוין האדמו''ר מוויזניץ און בני קהילותו, אז דאס איז קעגן רצון רבינו שליט''א וחסידי סאטמאר, און אעפ''כ ווילן זיי,
אויב אזוי זעהט אויס אז זיי זענען יא די פאר די פארקערטע פון שלום...

אויב אזוי, פארוואס מיינסטו אז זיי גייען נישט ממשיך זיין, עכ''פ ווילאנג זיי גיין קענען אנציען?
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
שרייב פאוסט