סאטמאר מאנסי 
עַמוֹד עַמוֹד עַמוֹד יַעֲעֲעֲמוֹד!
סאַטמאַר-מאָנסי באלפי' שפּאַנט מיט געהויבענע געמיטער צום יערליכע "כינוס אנ"ש רבתי" מיט'ן "מעמד האדיר יעמוד" לחזק אדירי מבצרי הקהלה
זמן קהלה לכל! דעם מוצש"ק משפּטים! בהיכל האדיר בבנין הת"ת שעל יד בית מדרשינו הגדול
יעמוד! רעפלעקטירט מאַכטפול גאַלאָפּירנדע עָלָה לַגְדוּלָה גייסט פון סאַטמאַר-מאָנסי, ווייטגרייכנדע עליות און שטאַנדהאַפטיגע זכיות מיט געהעכערטע פלאַמעדיגע שטיצע!
מאָנסי – יעמוד! סאַטמאַר-מאָנסי הייבט זיך אין אַ עליות'דיגע גייסט מחזק צו זיין בכל לב ונפש די אדירי מבצרי הקהלה ביים יערליכן זמן קהלה לכל, די "כינוס אנ"ש רבתי" מיט'ן "מעמד האדיר יעמוד" דעם קומענדיגן מוצש"ק משפּטים הבעל"ט, במעמד סאַטמאַר מאָנסי באלפי'!
מיט געהויבענע געמיטער און שפּאַנענדע געפילן אויפגהייטערט בשבח והודאה להשי"ת, ערוואַרטן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי מאָנסי די יערליכע כינוס אנ"ש רבתי מעמד אדיר יעמוד, די מעמד וועלכע ווערט יאָר-יערליך פאַרוואַנדלט אַלס זמן קהלה לכל, ווען דער גאַנצער ציבור חברי ק"ק סאַטמאַר מאָנסי קומען זיך צוזאַם לפּונדק אחד, און שעפּן זיך אָן מיט חיזוק און אינספּיראַציע לויבנדיג השי"ת על כל אינון ניסין וגבורין אויף די פרישע נאָכאַנאַנדע הרחבת גבולי הקדושה ימה קדמה צפונה ונגבה איבער אַלע זייטן פון די שטאָט לתפארת קהלתינו הקדושה.
היי-יאָר טראָגט די כינוס אנ"ש רבתי דעם שטאַרקן מאָטאָ פון "יעמוד", וועלכע רעפלעקטירט די אומצאָליגע פרישע פּעולות אדירות מיט וועלכע ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי האָט זיך געהויבן און עלה לגדולה במשך די פאַרגאַנגענע תקופה, און אין די זעלבע צייט באַדייט דאָס אינאיינעם מיט די אינפלאַציע און עקאָנאָמישע מצב אַז די בודזשעט פון די קהלה האָט זיך דראַסטיש געהויבן אויף אַרויף.
די ביידע פאַקטאָרן שרייען פון זיך אַרויס יעמוד! אַז דער ציבור וועט זיך הייבן מיט ווייטגרייכנדע עליות און שטאַנדהאַפטיגע זכיות מיט געהעכערטע פלאַמעדיגע שטיצע!
די מעמד הגדול יעמוד וועט בעז"ה פאָרקומען ברוב פּאר והדר צום צווייטן יאָר נאָכאַנאַנד אינעם היכל האדיר והענקי אינעם בנין הת"ת בנין גאָלדשטיין אונטער'ן בנין ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז אַ געשמאַקע גרויסע רחבות'דיגע לאָקאַל מיט גענוג פּלאַץ צו קענען אַקאָמאַדירן דעם ריזן ציבור, און געבט די מעגליכקייט אָנצוגרייטן בעפאָר שב"ק, און אַז מוצש"ק זאָלן די שיעורי תורה אין ביהמ"ד הגדול ווייטער אָנגיין שלא יבוטל התמיד.
די היכל האדיר והענקי רוישט און פיבערט העפטיג מיט די מאַסיווע הכנות איינצורישן די מעמד הגדול, און ווערט מלכות'דיג מאַיעסטעטיש דעקאָרירט, צו אַקאָמאַדירן אלפי חברי קהלתינו הק' מיט אַלע צוגעהערן לכבוד ולתפארת.
די זאל ווערט איינגעטיילט אין ספּעציעלע סעקשאָנס דעזיגנירט לויט די יאָרגענג, יושבים ראשונה במלכות וועט ווערן צוגעגרייט מכבוד'יגע מקומות פאר די חשובע פּארי עדתינו חברי אהבת קדומים און אנשים מכובדים אין צענטער פון זאַל.
אַ באַזונדערע סעקשאָן פון זיץ-פּלעצער וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די הונדערטער פרישע יונגעלייט בני קהלתינו הק' וועלכע זענען ניתוסף געוואָרן צו די קהלה קדושה במשך די פאַרגאַנגענע יאָרן, ווי זיי וועלן אַנטפאַנגן ווערן בכבוד והדר דורך אַ באַזונדערע גוואַרדיע פּרחי העסקנים.
וואָכן לאַנג לייגן שוין די עסקני הקהלה אַריין קאָפּ און מח, אַהערצושטעלן דעם גאָר רייכן פּראָגראַם פאַר'ן צענטראַלן נאַכט פון יאָר, ווען כלל אנשי שלומינו קומען זיך צונויף תחת קורת גג אחד צום ריזן מעמד, וואָס די היי-יעריגע רייכער פּראָגראַם וועט פילפאַכיג איבערשטייגן די פאַרגאַנגענע מעמדים, ווען עס וועט זיין אַ קייט פון שפּאַנענדע גייסטרייכע בליציגע שעות עונג ונחת, די שענסטע מינוט'ן פון יאָר, פאַר'ן ציבור האלפים זקנים עם נערים.
יעמוד! עהרנפולע מאָמענטן פון שעצונג און אַנערקענונג פאר די דיימאַנטן פון סאַטמאַר מאָנסי
די 100 לומדי תורתך שעשועי ומסיימי הש"ס, ווען די תורה-אידן וועלכע האָבן אויפגעהויבן די הרמת קרן התורה פון סאַטמאַר-מאָנסי, די תורה'דיגע יונגעלייט וועלכע געבן וועכנטליך צו פרישע 100'ער שעות תורה צו די אימפּעריע פון סאַטמאַר-מאָנסי, די ריכטיגע פראַכט און שיינקייט פון ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי, די שטאָלץ און שעצונג פון סאַטמאַר מאָנסי, די חשובע הוגי תורה בעלי בתים נכבדים ואברכים יקרים וועלכע האָרעווען שוין יאָרן בּלאַט-נאָך-בּלאַט און זענען זוכה צו די גליקליכע מאָמענטן לקראת סיום כל הש"ס כולו! וועלן במעמד כל קהל ועדה באַערט ווערן כראוי וכיאות ביים מעמד, ווען סאַטמאַר-מאָנסי וועט אויסשרייען: עליכם תפארתינו!
אלה תולדות יצחק:
באַרימטער מזכה את הרבים ומרבה תורה לאלפים ורבבות הרבני הנכבד מוה"ר יצחק שוואַרץ הי"ו יו"ר הנהלת תורתך שעשועי וועט במעמד כל הקהל פּאַסיג באַגריסן לומדים החשובים און אַדרעסירן מיט זיין לשון לימודים שמחה עצומה פון די חשובע לומדים און די פראַכט און כבוד וואָס דאָס האָט געברענגט פאר ק"ק סאַטמאַר.
אין די זעלבע צייט וועט די מעמד הגדול זיין קאָמבינירט מיט אַ שמחה של מצוה ושמחת התורה, ווען עס וועט דערביי געפייערט ווערן די גרויסאַרטיגע סיום סדר קדשים אין ראַם פון חבורת תורתך שעשועי, וואָס די שמחה איז אַ פּערזענליכע ביי אַ ריזן טייל פון די חברי הקהלה.
נאָכ'ן הדרן און סיום מסכת חולין וועט מען זיך אַרויסלאָזן אין פייער'ליכע ריקודין להודות ולהלל לה' אלקינו שהחיינו וקימנו והגיענו צו מסיים זיין אַזאַ חלק אדיר פון ש"ס.
אַ גאָר רייכע סעודת מלוה מלכה ווערט צוגעגרייט לכל הקהל הקודש, מיט אַ גרויסע אויסוואַל פון מאכלים ומשקאות און געבעקסן זיך צו דערקוויקן ביי די נעימות'דיגע שעות של קורת רוח והנאה בשבת אחים גם יחד.
צענטראַלע הדרכה כללית פון הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א
לשמוע את דבר ה': אַ ספּעציעלע אַרויסקוק הערשט ביים מאַסן ציבור זקנים עם נערים צו הערן במקהלות עם קודש די צענטראַלע "הדרכה כללית" און משא הכינוס דורכ'ן מרא דאתרא הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, וואָס טראָגט אַ ספּעציעלע באַדייט זייענדיג בהקהל את הקהל ווען אַלע חברי ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי קומען זיך צוזאַם צום יערליכן כינוס אנ"ש רבתי און דער רב שליט"א איז משמיע שטאַרקע יסודות'דיגע דיבורים לכל חברי הקהלה.
פּער'לדיגע יושב ראש המעמד
די מעמד האדיר וועט מייסטערהאַפטיג ווערן אָנגעפירט און באגלייט מיט'ן לשון לימודים בטוב טעם ודעת, דורכ'ן פה מפּיק מרגליות מוה"ר הערשל פריעדמאן שליט״א מח"ס מאפילה לאור גדול ומחשובי חברי ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי.
מוה"ר הערשל שליט"א וועט בין גברא לגברא איבערגעבן פון זיין אויגן-בליק אויף די הערליכע קהלה נאה וחסודה וועלכע איז פון די שענסטע דימאַנט שטיינער אינעם סאַטמאַרער קרוין!
גאָר רייכע מוזיקאַלישע קאָמבינאַציע
מלא שיר ושבח ווערט אַהערגעשטעלט אַ גאָר רייכע מוזיקאַלישע פּראָדוקציע ביים מעמד, וועלכע וועט דערהייבן דעם ריזן-פאַרזאַמלטע ציבור אין אַ העכערע נגינה אַטמאָספערע בשיר ושבח למלך קל חי וקיים, מיט די קאָמבינאַציע פון היימישע פידל שפּילער אַהערגעשטעלט דורך ר' מאָטי מיללער.
די באַצויבערנדע האַרמאָנישע קלאַנגן פון באַרימטע נגינה-ריז מוה"ר יוסף בנציון וועבערמאן הי"ו וועט הייבן די קעפּ צום פול-מוזיק סטעידזש, אין באַגלייטונג פון די בארימטע "תנועה קאַפּעליע".
נואם הכבוד
הרה"ג רבי זלמן טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית מנחם זאב
אַ ציענדע ערוואַרטונג נעמט אַרום דעם ציבור צום דרשת נואם הכבוד פונעם פה מפּיק מרגליות ונואם בחסד עליון הרה"ג רבי זלמן טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה קרית יואל וועלכע וועט אויפטרעטן ביים מעמד האדיר.
דער חשובער רב ביהמ"ד מנחם זאב שליט"א, אַ באַליבטער אייניקל פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, איז ברייט באַרימט מיט זיין לשון לימודים האָבנדיג פון די גרעסטע טעגליכע שיעורים וואָס סאַטמאַר פאַרמאָגט, וועט באַרירן די אַקטועלע נושא: יעמוד! זיך אַוועקשטעלן שטאַרק און רואיג אין יעדן מצב!
באַרימטע "סאַטמאַר מאָנסי בוך" ערשיינט צום כינוס אנ"ש רבתי
די נייע "סאַטמאַר מאָנסי בוך" #4 מיט פרישע חידושים נפלאים ווערט ערוואַרטעט מיט שפּאַנונג ביים ציבור, ווען די פרישע אויפלאַגע וועט ערשיינען און פאַרטיילט ווערן צום מעמד האדיר יעמוד.
די נייע סאַטמאַר מאָנסי טעל. ביכל ערהאַלט די נעמען אַדרעסן און אינפאָרמאַציע פון העכער 3,500 תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי מאָנסי, און באַזונדער פון די אלפי הורי מוסדותינו הקדושים.
די נייע טעל. ביכל קומט באַגלייט מיט שטאַרקע חידושים, וואָס ספּעציעל שיינט אַרויס די נייע "עסק ביזנעס ליסטינג" וועלכע שטעלט פאר דעם לכו והתפרנסו זה מזה אַז אנשי שלומינו זאָלן קענען קויפן און שטיצן די סערוויסעס און ביזנעסער פון אנשי שלומינו.
די הייליגע נאַכט-ציהל: דעקן האַלב מיליאָן דאָלאַר'דיגע דעפיציט!
אַ וואָך פון אַסאַך געלט וועט זיך קעש'פול אָפּשפּיגלן ביים מעמד יעמוד! מיט מאַקסימום שטיצע פונעם גאַנצן ציבור אויפצוטרייבן די האַלב מיליאָן'דיגע דעפיציט צו קענען אָנגיין מיט די פּעולות הקודש לשביעית רצון כל הקהל הקודש.
אנשי שלומינו שפּירן פאר אַ זכי' עילאה אַז די חלק האדיר והארי פון אַ מיליאָן דאָלאַר קהלה-בודזשעט ווערט געדעקט דורך אַנדערע הכנסות וואָס דער ציבור באַצאָלט, אַצינד וועט די איבריגע האַלב מיליאָן פונעם בודזשעט ווערן אויפגעטריבן דורך די נדבות וואָס דער ציבור וועט עולה זיין ביים יעמוד.
דער ציבור קויפט מאַסנווייז אַ "יום ישועתי"
זה היום כולו שלי: אין די זעלבע צייט ווערן די עסקני הקהלה אויפגענומען מיט אויסטערלישע וואַרעמקייט ביים ציבור אנשי שלומינו מיט הייסע שטיצע פאַר'ן ריזן מבצר הקהלה וועלכע טוט פאַרקערפּערן אונטער זיך צענדליגער פּעולות אדירות לטובת כל חברי הקהלה, און הונדערטער אנשי שלומינו באַנייען ווידעראַמאָל די סגולת "יום ישועתי"; אַ טאָג אין ביהמ"ד – אַ טאָג פון מיין ישועה, אין צוזאַמהאַנג מיט'ן מעמד האדיר יעמוד, צו צעמענטירן די ווייטערדיגע בליה און וואוקס פון די הייליגע קהלה בכל פּינות העיר.
זמן קהלה לכל דעם מוצש"ק משפּטים
כל הקהל הקודש חברי קהלתינו הק' זקנים עם נערים וועלן שטראָמען אין די מאַסן דעם מוצש"ק משפּטים צום גאָר רייכן גראַנדיעזע "כינוס אנ"ש רבתי" ומעמד אדיר ונשגב "יעמוד".
יעמוד! כל הקהל הקודש איז עולה לגדולה!