► Show Spoiler
די מאנסי פייער דעפארטמענט "שבת פּאַטרול"
א ריאלער סערוויס אָדער נאָר א צומישעניש
געווען איז דאס פרייטאג ביינאכט נאך די סעודה ווען מיין קליינער איז געקומען צו מיר מיט א קליין פראבלעם אונדזער וואסער קעסל איז אויסגעטרקנט, אבער איז נאך געווען איינגעפלאגט. אמת, עס איז נישט קיין עמערדזענסי. אבער זיכער עפעס וואס דארף ווערן באהאנדלט. האב איך זיך דערמאנט עפעס וואס איך האב געזען אין די קאנעקשאנס, אז די מאנסי פייער דעפארטמענט האט איצט א שבת פאטרול, וואס מען קען אפרופן אלע סארט נאן-עמערדשענסיס.
און איך בין ארויס אויף די גאס און געווארט אויף די פייער דעפאטמענט פאטראל - און געווארט - און געווארט - בשעת איך בין אזוי געשטאנען, זענען עטלעכע חבירים פאטרול קארס פארביי געגאנגען, אבער איך האב זיי נישט אפגעשטעלט, נאך אלעם איך ווארט דאך אויף די הויך טרעגירטע פרפעשאנעל וואס די מעלדונג האט צוגעזאגט, די וואס זענען ספעציאליזירט אין האנדלען מיט אזעלכע סיטואציעס. אבער נאך א האלבע שעה האב איך סוף כל סוף אויפגעגעבן. איך האב מים א שווערע הארץ אפגעשטעלט א חבירים פאטרול קאר - וואס קען איך דען טאן.
דער גוי איז אריין אין מיין הויז, האט געקוקט אויף דעם קעסל. און ארויסגעפלאגט דעם פלאג. און געזאגט, "דאס איז עס", איך האב אויף אים געקוקט, "דאס איז עס" ??? - איך בין דאך געשטאנען אינדרויסן פאר א האלבע שעה, מיינענדיק אז דאס איז א קאמפליצירט, הויך" ריזיק סיטואציע, עפעס וואס דארף א ריכטיקן עקספערט אבער באמת האט עם גענומען בלויז איין רגע צו פארענדיקן.
דער חבירים גוי האט געזען מיין רעאקציע און זיך צעשמייכלט מיט א צינישער שמייכל. זאגענדיגן אונטער זיין נאז, "דאס איז שוין די צווייטע אזעלכע וואס איך האב היינט ביינאכט געהאט". ער האט ווייטער געזאגט, "יא, דאס איז פונקט די סארט זאך וואס מען רופט אונדז יעדן שבת. מיר האנדלען שוין "מיט אזעלכע סיטואציעס פאר 20 יאר"!!
איך בין דארט געשטאנען געפלעפט פאר עטליכע מאמענטן ביז עס איז מיר ענדליך אריין אין קאפ פארוואס האב איך געווארט א האלבע שעה אויף א נייעם סערוויס ווען עס איז שוין דא א גרופע וואס איז שוין יארן לאנג עפעקטיוו און טוען פארלאזלעך באהאנדלן די זעלבע סיטואציעסי און נאך מעד פארוואס איז בכלל געשטעלט געווארן די נ"ע פאטרול, סתם צו רייסן מיין טעקס געלט.
שבת אינדערפרי אין שטיבל. האב איך צופעליק דערציילט מיין דערפארונג אינעם קאווע צימער. איינער האט זיך איינגעבויגן און געזאגט, "אבער דאם איז בכלל נישט די פראבלעם" דו ווייסט בכלל נישט וועמען דו דופסט אראפ ווו איך האב אויף אים געקוקט. "וואס מיינסטו צו זאגן"? ער טראכט א רגע, און ער געזאגט. "די דעפארטמענט איז דאך אנגעפילט מיט אידישע. אדער ווי מען זאגט, "אזוי גערופענע אידישע מענטשן". ווי קען איך זיין זיכער אז דער וואס איך דוף אראפ איז טאקע א שבת פאטרול און נישט נאר א אידישע פייערלעשער??? א צווייטער וואס איז געשטאנען דערביי האט זיך אריינגעמישט און ער פרעגט "וואס מיינסטו"? איך האב פארשטאנען איך האב פארשטאנען פון די מעלדונג אז דאס איז זייער פולע שבת סיסטעם, וואס זיי האבן אין פלאץ. דאס הייסט אז שבת זענען נישטא קיין אידישע פערסאנאל אין די קאר.
דאס איז ווען א דריטער האט זיך אנגערופן הויעך מיט אייפער, "דאס איז זיכער נישט דער פאל, און ער האט ווייטער געזאגט, די לעצטע דריי וואכן זענען ארויס געקומען עטלעכע מעשיות וועגן מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן בפירוש גזען ווי זייערע אידישט פערסאנעל דרייוון די פאטרול ווהיקלס. צומאל, זענען זיי אויף דער וועג צוריק פון א פייער רוף - וואס איז שוין פאר זיך א קשיא. אבער אנדערע מאל, איז קלאר געווען אז זיי האבן פשוט ארומגעדרייוט די קארס אום שבת פאר שוואויל טאג. א שטילקייט האט אנגהייבן הערשן אינעם צימער, "וואס הייסט"? "וואס רעדט איר" זאגט ער יא יא. אזוי ווי די הערסט, זיי פארן פשוט ארום אום שבת קודש צו פארטיס וכדומה, דערנאך האט ער צוגעגעבן. ספעציעל צוויי וואכן צוריק, אויף 59 אנטקעגן דזשאוע קארט האט מען געזעהן ביי א הויז פון איינער פון די פייערלעשער ווי אפאר מאל זענען פייערלעשער אנגעקומען מיט די אפציעלע וועהיקלעס-די זעלבע וואס ווערן גענוצט פאר די שבת פאטרול, און נישט נאר סתם פייערלעשער נאר גאר מיט יארמולקעס, מיט קאפלעך. און פשוט צו פארברענגען.
דעמאלט האט א אנדערער אינעם קאווע צימער געזאגט. "דו ווייסט, עפעס ענלעך אין מיר פאסירט לעצטע וואך אויף Suzanne דער עולם דארט האבן אים געגעבן אזא קוק אן, און ער איז ממשיך מיט זיין מעשה, און זאגט, "איך האב טאקע אויך אפגעשטעלט איינע פון זייער פאטרול קארס. איך האב בין געווען זיכער אז איך טו וואס איז ריכטיג, לויט די מעלדונג, האב איך פארשטאנען אז דאס איז א טרענירטער פייערלעשער וואס איז אטאריזירט צו האנדלען מיט די זאך אויף דער ארט - וואס איז עס געוועןי" מיין אלארם האט געזונגען זמירות אום שבת -איך האב געוואסט אז עס איז בלויז א מאלפונקציע. גארנישט מער. עס האט אבער אזוי געזונגן די גאנצע נאכט. און איך האב געוואסט פאר זיכער אז עס איז נישט געווען קיין שום סכנה. ממילא האב איך מיט מיין תמימות געמיינט אז דער פאטרול קען עס פשוט באשטעטיקן און אויסלעשן אן דארף ברענגען נאך פייער לעשער.
למעשה אבער ווען ער איז אריינגעקומען האר ער געשאקלט מיטן קאפ ווי איינער וואס איז טאטאל פארלוירן. און איך בין געווען טאטאל געפלעפט ווען דער פאטרול מענטש האט זיך אנגערופן און געזאגט אז ער קען גארנישט טאן וועגן דעם. ער האט געזאגט אז דאס איז נישט אין זיינע אטאריטעט.
הערנדיג דאס האך איך אים געפרעגט, אזוין "וואס האט ער געטאן? "ער האט גערופן די פייער דעפארטמענטי און אפאר מינוט שפעטער, זענען טאקע אנגעקומען צוויי פולע פייער טראקט מיט א גאנצע מאנשטאב פון "אידישע" פייערלעשער.
ווען איך האב פארלאזט דעם שטיבל יענעם שבת אינדערפרי, האט זיך מיר דער קאפ געדרייט נישט נאר פון דעם וואס די אזוי גערופענע סערוויס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן זיי קענען ניטאמאל בארהאנדלען ווען מען דארף זיי, נאר איך בין פשוט צעטומלט פון דעם אנערקענונג אז דער פאקט איז אז דער גאנצע סערוויס איז א סקעם פון דער ערשטער קלאס. עם איז געמאכט געווארן בלויז מיט איין ציל, אונדז צו צומישן און איך האב זיך געפילט פארשעמט ווי א נאר פון וועם מען מאכט שפאט.
די קשיא איז מיר געבליבן ערגבערן אין מוח, פארוואס האט מען געשטעלט א נייע פאטרול, וואס ווערט פיניאנסירט דורך אונדזערע שטייער געלטער, ווען די חבירים באהאנדלט שוין די זעלבע אינצידענטן עפעקטיוו פאר 20 יאר, און זיי טוען דאס פארלעסליך און זענען אונטער קלארע רבנישע אנווייזונגען. און פארוואס האט אונדזער אזוי גערופענע היימישע קאנעקשאנס געלאזט דרוקן אן עד וואס מאכט עס אויסקוקן ווי א ריאלע לייזונג, ווען אין אמת'ן. מוט דאס בלויז א צומישניש, און נאך דערצו צווינגט מען אונז אריין צו מחזק זיין חילול שבת.
געמאכט מיט גוגל לענס. קען זיך מאכן טעותים.