כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 235

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ר' משה »

משה נייעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:29 pm לויט ווי איך ווייס האט ער 3 זין און 3 טעכטער און קיין 1 קינד איז נישט פריי
1 זין אום מאנטריאל 1 זין און תפיסה און די דריטע אויפן וועג צו מאפן קיין מאנסי
די טעכטער איינס און מאנסי און די 2 און בארא פארק און די דריטע האט מען געהארגט
דע טאכטער פון מאנסי איז ליידער פריי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך שמח »

סתם נייגעריג.

קען זיין דו ווייסט נישט גוט? אדער דו ווייסט עס 'ערשטהאנטיג'?...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
משה נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 4

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך משה נייעס »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:36 pm
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:29 pm לויט ווי איך ווייס האט ער 3 זין און 3 טעכטער און קיין 1 קינד איז נישט פריי
1 זין אום מאנטריאל 1 זין און תפיסה און די דריטע אויפן וועג צו מאפן קיין מאנסי
די טעכטער איינס און מאנסי און די 2 און בארא פארק און די דריטע האט מען געהארגט
סתם נייגעריג.

קען זיין דו ווייסט נישט גוט? אדער דו ווייסט עס 'ערשטהאנטיג'?...
איך וויס ערשטהאנטיג
משה נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 4

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך משה נייעס »

ר' משה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:34 pm
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:29 pm לויט ווי איך ווייס האט ער 3 זין און 3 טעכטער און קיין 1 קינד איז נישט פריי
1 זין אום מאנטריאל 1 זין און תפיסה און די דריטע אויפן וועג צו מאפן קיין מאנסי
די טעכטער איינס און מאנסי און די 2 און בארא פארק און די דריטע האט מען געהארגט
דע טאכטער פון מאנסי איז ליידער פריי
די ווייסט אדער אזוי זאגסטו? וויל איך ווייס אז נישט
משה נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 4

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך משה נייעס »

נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:07 am
מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:11 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2025 11:28 pm זייער אינטערעסאנט, כהאב יעצט געהערט ערשטהאנטיג (דורך די בני משפחה פונעם שארמאשער רב זצ"ל) אז שלמה העלבראנץ איז נישט דערטראנקען געווארן. עס איז געווען א געהעריגע סועסייד. יעדער האט געוויסט אז די מעשה שטימט נישט, וואס די אמת איז געווען האט מען נאר נישט געוויסט, זאג איך אייך.

מסתמא האט ער געפילט דערשטיקט און געזעהן אז ער האט נישט קיין עתיד מער, א ווייטע בליק געהאט... סאיז אווער מיט זיי. הודו לשם
אזוי זאגן די אלטס-וויסערס.

אזוי צו אזוי איז ער נישט געשטארבן נאטורליך. אדער האט ער אפגעריסן די שטריק אדער האבן זיינע חברה דאס אפגעריסן.

די סיבה פארן מארד אדער זעלבסמארד, איז וויבאלד אין די לעצטע תקופה זיינע האט געפילט אז די זאך גליטש זיך ארויס פון זיין קאנטראל, און ער האט זיך כסדר געאמפערט מיט זיינע הויפט חברה איבער געוויסע חלקים אין די הנהגה.

זיינע הויפט מאפיאנערן האבן גענומען די קולט’שאפט צען מאל מער עקסטרים און רשעות’דיג ווי ער האט געוואלט.
להו' ידוע דעי שלמה האט פארבינדן זיין טאכטער מיט גארטלעך פארנט פון זיינע גבאים אלץ צוועלף יעריג מיידל און צושלאגן

זי איז אנטלאפן און איז היינט אינגאנצן פריי

וואס איך מיין צו זאגן נחמן איז ברא כרעא דאבוה....
זי איז שוין נישט דארט געווען פון די 9 יאר און נישט געווען אינדערהיים פון די 3 יאר
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12172

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב פרובירט צו באקומען אביסל קלארקייט, און דאס איז וואס כ'האב געהערט פון די וואס ווייסן:

מצד אחד איז דא עסקנים וואס טוען שוין עטליכע יאר וועגן ראטעווען מענטשן פון דעם קולט.

מצד שני זענען אויך דא נאך וואס טוען, נישט דוקא פרומע, און נישט יעדע זאך וואס איינער טוט איז דער צווייטער אחראי.

יעצט האט דער 'מצד אחד' הנ"ל אויסגענוצט דעם מציאות וואס די רעגירונג האט דארט געטון, און פרובירט צו ראאטעווען מענטשן פון דעם שמד און רציחה צענטער. צו ער טוט עס גוט? איך האף אזוי, ס'איז זיכער אז עס פעלט זיך אויס אז ערנסטע גדולי ישראל זאלן דן זיין אויף יעדע שריט, ביי מיר איז נישט גענוג דער גאון החיד"ו, מחמת האחריות. אבער עס הייסט אז ס'ווערט פארמירט א ועד, און עס גייט זיין א פאראייניגטע רוף פון רבנים.

דאס אז מ'האט געמאכט אזויפיל נויז אין די גאס, איז ווייל די עסקנים און הרב חיד"ו האלטן אז די סיבה פארוואס די קולט גייט ליידער אן, איז ווייל ס'איז דא מתיתי לב וואס שיקן זיי געלט, דורך דעם וואס זייערע עבירות זענען באהאלטן און זיי זענען געלונגענע פאנדרעיזער און ברעינוואשערס מיט אגענטן דאהי וועלכע שאפן גרויס געלט. ממילא דארף די גאס וויסן פון וואס מ'רעדט דא, אזוי וועלן זיך די תמימי לב האפנטליך כאפן אז די קולט וועט אפטרוקענען, כן יעזור ה'.

----

דא קומט אריין א צד שלישי, וואס לויט די אלע וואס טוען דערין איז עס א קלארע זאך, אז אין מאנסי וואוינט איינער א יוצא לב טהור, וואס איז געווען דער דרייווער אום שב"ק ביי יענע באקאנטע קידנעפינג אפאר יאר צוריק, און כעת וואוינט ער שוין דא. זאגן זיי אז ער שפילט 'עסקן' אבער איז באמת אן אגענט. יעדע זאך וואס מ'וויל טון קומט ער מיט הייסע טרערן אז "דאס איז נישט די וועג ווייל ס'גייט שטערן די מערכה" וכו' וגו'. און אזוי האט ער שוין אפילו מצליח געווען צוריקצושיקן אזעלכע וואס זענען שוין דא געווען.

דער הנ"ל האט אריינגעברענגט א ערליכער רב אינעם בילד, וועמען מ'האט דא געהערט ווערן אינטערוויו'ט אינאיינעם מיט יוסי געשטעטנער, וואס איז אדער אויך ווארים געווארן פאר יענעם, אדער איז ער א באצאלטער ארבייטער פאר יענעם.

דאס קלארט אויס אביסל וואס דא גייט פאר. און יענער ארבעט זייער שטארק אויף יעדן וואס קומט ארויס, און די עסקנים וויינען אז ער מאכט ממש חרוב די ארבעט ווייל ער ווייסט וויאזוי אויסצונוצן זייער צוגעבנדנקייט צו זייער עבר, און שפילט ארום מיט זיי אז ער איז אויך קעגן די ברוטאלע זאכן נאר למעשה איז יענס דער ריכטיגער דרך ווען מ'וואלט געקענט... וכו' וגו'.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 172
פארבינד זיך:

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך נויז מאשין »

משה נייעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:29 pm לויט ווי איך ווייס האט ער 3 זין און 3 טעכטער און קיין 1 קינד איז נישט פריי
1 זין אום מאנטריאל 1 זין און תפיסה און די דריטע אויפן וועג צו מאפן קיין מאנסי
די טעכטער איינס און מאנסי און די 2 און בארא פארק און די דריטע האט מען געהארגט
דעי מיידל איז פריי געווארן נאך די מעשה הנ"ל מיט די גארטלעך.

ווי דא געשריבן. איינער וואס מען צופלאצט זיין חינוך מיום הוולדה איז זייער שווער אים צו לערנען א פרישע רעליגיע.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 321

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך חנן »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:24 pm
חנן האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 1:52 pm
אהרן האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 9:31 am
עס איז מאדנע ביז קלאר אז די שארמאש משפחה דארף גאר דיין מקור מוסמך... פארוואס זאלן זיי האבן די אינפורמציה? ווייל זייער טאכטער איז דארט און זי גייט מיטטיילען די אינפורמציה? זי איז דאך פון די פירער דארט.

עס איז איראניש ווי מען איז זיך כסדר סותר ראביי העכט טענה'ט אז די קולט ארבייט אז איינמאל מען זעהט אז מען איז אויך געהאקטע צרות באגלייט מען סועסייד צוזאמען מיט די גאנצע קהילה און דא זאגסטו מיר אז ער אליינס האט זיך אפגעזאגט און אליינס זיך געהארגעט און צורו געלאזט דעם עולם, סוי איז עס א קולט אדער נישט?

די אנגעבליכע תירוץ פאר די רשעות פון אפטיילען די בעבי'ס און קליינע קינדער פון די מאמע'ס איז וועגען די מאמע'ס וואלטן געהארגעט די קינדער ה''י איי פארוואס האבן זיי עס נישט געטון ווען זיי זענען געווען צוזאמען מיט די קינדער? תיקו
די תירוץ אויף די אלע קשיות איז... אייער IP אדרעססע געפונט זיך ערגעץ וואו אין דרום אמעריקע...
וויז זעסטו עס?
אין די אינהאלט פון זיינע פאוסטס דא.
@אהרן ¿Adivinanza correcta?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 933
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1262

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

א בריוו פון לב טהור

דמינו ודם זרעיותינו
אחינו בני ישראל רבנים ותלמידי חכמים חסידים ובעלי בתים חשובים ה' עליכם יחי'

בלב נשבר קרוע ומורתת, בדמעות כנחלים וימים, צעקת אנשים נשים וטף זועקת עד לב השמיים, בנים המסולאים בפז איכה נחשבו לנבלי חרש, עלי מחץ ורוב מכות בהתעטפם כחלל ברחובות עיר, בהשתפך נפשם אל חיק אמתם, דמם ודם זרעיותיהם נשפך בחוצות כמים, תינוקות של בית רבן יונקי שדיים שלא חטאו חטופים כלואים ונרצחים, בעינויים קשים ומרים, צעקותיהם וזעקותיהם בוקעת רקיעים, ואין מי שם על לב הסתום, השערים סגורים וגורלם כתובים חתומים...

הלא למשמע אוזן דאבה נפשינו ותחרד לבינו ותרגז בטננו, איך שהלכו והסיתו שונאינו ומבקשי רעתינו, לכמה רבנים ומורי הוראה בישראל שליט"א שיצאו במלחמת חרמה נגדינו ונגד נפשינו, בפסק דין של השמצות נוראות ולא נכונות, נגדינו ונגד קהילתינו, להתיר דמינו ונפשינו, לגזור עלינו ועל בנינו ובנותינו גזירת כליה במלא מובן המילה, בנינו ובנותינו נתונים לעם אחד עינינו רואות וכלות אליהם כל היום ואין לקל ידינו....

רדיפה זו לא התחיל היום ולא לפני יומיים, הנה זה כמה שנים אשר עמדו עלינו כמה וכמה אנשים רעים וחטאים לשפוך דמינו לכלותינו ולרודפינו חינם ובראשם המלשינים ומוסרים ידועים בשם אברהם גרינהוט ויוסי פליטשקין ולאחרונה הגדיל הגרוע מכל יואל יהושע העשיל בלום ועוד, אשר הוזילו כסף מכסם וכל מעיניהם להשמיד להרוג ולאבד אנשים נשים וטף מקהלתינו בכל דרך אפשרי ואופן שהוא.

עד שלאחרונה באים הם לבתי המשפט, ולכל מקום שאפשר לעשות מסירות והלשנות עלינו ועל קהילתינו וגם עומדים על כל נפש מאתנו אנשים נשים וטף, למסור עקביו, ולחטוף ממנו את בניו ולהכריחו שימסור את ילדיו לידיהם ושיעזבו את אביהם ואמם, משפחתם ובני ביתם.

ואחרי שמוציאים אותם בכוח ממקומם, הם ממיטים עליהם לחץ והפחדות ואף משלמים ממון הרבה, לכל אחד מהם שילכו וילשינו עלינו עלילות של שוא וכו'.

המלשינות התחילו דרכם. ולעת עתה דמינו נשפך כמים, עוללנו וטפינו נמצאים בשבי ונתונים למכה ולחרפה, עוללים מבקשים לחם ואין, ובעת הזה עדיין המוסרים בלום וגרינהוט ופליטשקין עומדים כאן בגואטעמאלא, ואומרים למלאכי המות חזקו ואמצו.

כמאמר חכמינו ז"ל (סנהדרין צז.) אין בן דוד בא עד שירבו המסורות, וברש"י שתלך ותחזק ידן של מסורות ומצליחין במלשינותן. ובסוטה (מט.) וגברו בעלי זרוע ובעלי לשון, ואין דורש פירש"י לישראל. ועיי"ש ברש"י ד"ה, ובני חורין חפו ראשם.

ולא די שאלו הרבנים אין עומדים מעצמם ושואלים מהמוסרים, מאין לקחתם את הדרך הזה, אלא גם נשמעים בעצמם לעצת המוסרים הנ"ל, ליתן הכשר של דופי למפרע למעשים הנלוזים, על ידי העמדת ישיבת בין דין ושמיעת עדות שלא בפני בעל דין, (כמפורש בב"ק קיב: ובשו"ע חו"מ סי' כ"ח סט"ו. וברמ"א שם, דלכולי עלמא לענוש ולדון עפ"י העדים אין לקבל העדות אלא בפניו. ובאה"ע סי' י"א ס"ד. ובש"ך שם בחו"מ הנ"ל סקי"ט דאפי' בדיעבד פסול העדות).

ולא זו בלבד אלא גם מאנשים שנפסלו מכבר לגמרי מנאמנותם, או שכבר הלכו ומסרו והלשינו ושפכו דם ישראל, ומצדיקים את מעשיהם הנלוזים, או שהם סמוכים על שולחנו של המוסר גרינהוט ומוציאים זממו הרע בכל מה שירצה.

וכמבואר בחו"מ סי' ל"ד סכ"ד דהמוסרים פסולים לעדות ואפי' באלך ואמסור מבואר שם בסעיף  כ' דפסול לעדות ובסי' שפ"ח ס"ח.

ואפי' בקלא דלא פסיק אמרו חכז"ל מו"ק י"ח. בדאית ליה אויבים, אויבים הוא דאפקוהו לקלא. ובכה"ג בוודאי אין להאמינם. והרבנים הלא ידעו נאמנה שהרודפים עם העדים, הם שונאינו מהרבה שנים בגלל סיבות פרטיות שלהם כגון שאנשים ממשפחתם וקהילתם התקרבו לקהילתינו, ועוד סיבות פרטיות שאכה"מ להאריך ומובנים מאליהם, וגם אפשר לברר הכל כשמלה. (וגם העדים פסולים להעיד מחמת קורבא כמבואר בחו"מ סי' ל"ג). וכ"ז אפי' בדיני ממונות, ובדיני נפשות מאן דכר שמיה, שמדברים פה על גזילת נפשות רבות. ושומו שמים היאך יכולים לדון בזמנינו אלה דיני נפשות חמורות בכלל, ועאכו"כ בעיוות וסילוף הדין שלא נשמע כמוהו מעולם. והתורה אומרת לא תגנוב. ואמרו חכז"ל (סנהדרין פו.) בגונב נפשות הכתוב מדבר.

ונכלל בזה לא תרצח, לשפוך כמים דמינו ודם זרעיותינו. חוץ מנזקי ממונות לאין שיעור וערך, וביטול מלאכה וכו'.

אנו שואלים בזה מכבודכם, על מה נזעקתם עכשיו כלל, האם באמת אתם חוששים שלעת כזאת יצטרף מאן דהוא לקהילתנו, בעת שבנינו ובנותינו נמצאים בשבי, האם לא ניכר בעליל, איך שכל מעשיכם הוא לזרוק אבן אחר הנופל, ולומר אלוקים עזבו רדפו ותפסוהו כי אין מציל.

אנא יהודים יקרים, אל תקשיבו לפסקים אלו, איננו יכולים כעת לתרץ כל עלילה של שקר, אנו מתגלגלים עכשיו ברחובות, לסבוב את מקומות השבי שילדינו מצויים שם, אבל במילים אחדים אנו צועקים אליכם, אנא תבואו תעזרתינו בשעה דחוקה זו, כי באו מים עד נפש.
אנא אחינו בני ישראל רחמנים בני רחמנים, במקום ליתן יד למוסרים ולמלשינים ולרודפי נפשות, תשימו כל הכוחות להחזיר את כל הילדים החטופים, (המתגוללים בדמיהם כבר ב' חודשים, ובוכים וזועקים יומם ולילה, להחזירם להוריהם), ע"י הממשלה במזימת המוסרים, שטשטשו את דעתם במלשינותם בשקרים וכזבים. ורק על ידם נכנסו לכך לגזול את ילדינו, ורק עליהם ועל שקריהם הם סומכים, וממשיכים להחזיק את ילדינו.
ובעזה"י, בהשתדלות אחב"י, אפשר לפעול אצל הממשלה, להסבירם ולהבינם, שהמוסרים הם אנשים רעים ושקרנים, שונאי חינם, ולבקש מהממשלה, להחזיר העטרה ליושנה, לשמח לבבות נשברות, ההורים וילדיהם, ולאחד המשפחות. ולהחזיר כל הילדים, להוריהם השבורים ורצוצים נאנחים ונאנקים, ולחזור ולבנות בתי ישראל שנהרסו ונחרבו ע"י רודפי נפשות נקיים. אנשי דמים ומרמה.

אנו מבקשים מכבוד הרבנים, שתטו אזנכם לשועתינו ולדמנו הנשפך כמים הניגרים, דינו דינא בארעא (ב"ק צג.), ותעשו כל מה שביכלתכם לעצור את חמת המציק, וכפירש המהרש"א שם, אלא דקאמר שיהא עם הנרדפין ומצדד להצילן מן הרודפים, עכ"ל. כדי שלא נזדקק למסור דין לשמים. וכדאיפסק בש"ע (חו"מ תכב ס"א) אלא אם כן הודיעו תחילה.

וכתיב בפרשת השבוע (שמות כב, כא) כל אלמנה ויתום לא תענון, ופירש"י הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהוה, לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם: (כב) אם ענה תענה אותו כי אם צעוק יצעק אלי שמוע אשמע צעקתו. וחרה אפי וגו'. ועיי"ש ברש"י וברמב"ן, וז"ל הרמב"ן, רק אם צעוק יצעק אלי בלבד מיד אשמע צעקתו, איננו צריך לדבר אחר כלל, כי אני אושיענו ואנקום אותו ממך, והטעם, כי אתה לוחץ אותו מפני שאין לו מושיע מידך, והנה הוא נעזר יותר מכל אדם, כי שאר האנשים יטרחו אחרי מושיעים שיושיעוהו ואחר עוזרים לנקום נקמתו, ואולי לא יועילו לו, וזהו בצעקתו בלבד נושע בה' וינקם ממך, כי נוקם ה' ובעל חמה, וכו' כי ה' יריב ריבם, וכו' עיי"ש.

הכותבים וחותמצים בדם ודמע

120 לבבות נשברות אבות ואימהות מקהילת לב טהור
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:16 am א בריוו פון לב טהור

דמינו ודם זרעיותינו
אחינו בני ישראל רבנים ותלמידי חכמים חסידים ובעלי בתים חשובים ה' עליכם יחי'

► Show Spoiler
עטס פירטס ענק אויף ווי גוים, רשעים ואכזרים. עטץ קענטס בלייבן דארטן און זיך דערשטיקן כמאמר חז”ל הרוצה ליחנק וכו’. אבער אלץ אידן האבן מיר א חוב קדוש צו ראטעווען ענקערע קינדער שלא טעמו טעם חטא פון אדורכגיין די שבע מדורי גהינם אין ענקער לייבן גרוב.

עס איז פשוט אז ווען זיי ווערן גרויס וועלן זיי קענען צוריקגיין, אבער מיר קענען זיך נישט מעלים עין זיין פון די זעקת סדום ועמורא וואס די אנטלאפענע שרייען און וויינען אין די גאסן.

עטץ זענטס נישט אנדערש ווי די כת האסיים וכת הנוצרים וועלכע האבן בהדרגה געגרינדעט א דת חדשה. נישטא ביי ענק קיין תורה. נישטא ביי ענק קיין הוראה. עטץ ווערטס געפירט פון א בלוטדארשטיגע הנהלה וועלכע אינטערדריקט ענק מיט יסורים אינטערן נאמען תיקונים. הייב פיס פון דארטן!

קיינער פון אונז איז נישט קיין עירוב רב, עמלקי, גוי, און וואס אימער איר באטיטלט די כלל אידישע וועלט. ביסט נעבעך אינגאנצן פארדרייט און איינגערעדט. דיין דראנג צו שפירן בעסער פירט דיך אין די אדמה אריין. גיי ארבעט. גיי לערן תורת השם אביסל גמרא ושו”ע. נעם קעיר פון דיך, דיין נקיות און דיין געזונט. הייב פיס, כזאג דיר צו אז דו וועסט זוכה זיין צו ביאת משיח און די גאולה העתידה!!! טאמער דו בלייבסט דארטן קען עס דיר קיינער נישט גאראנטירן. דו זיצט נעבעך אינטער א באנדע ליצים, פושעים, רשעים ואכזרים. זיי נישט קיין נער, הייב פיס און זוך דיר עני ערליכע איד אינדערויסן פון דעם כת הטמאה זאל דיר העלפן. כלל ישראל איז א הייליג פאלק, מוועט דיר שטעלן אויף די פיס און דיר באגלייטן עד זבולא בתרייתא. וועסט לויבן און דאנקען קוב”ה אז דיין לעבן האט דיר אויפגעלאכטן, וועסט באקומען א נייע מוחין אין עבודת השם. גענוג געווען מיט עבודת האדם! אלעס האט א שיעור! דעי חברה מאכן פורים פון דיר! אנטלויף פון דעי קשר רשעים און כלל ישראל וועט דיר קעגן קומען מיט דיינע קינדער!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

עס איז צייט אז כלל ישראל זאל צוריקשיקן א בריוו מיטן חותם פון אלע גרויסע בתי דינים און רבנים וואס זיי האבן צו זאגן, הכר נא למי החותמת ולמי הפסילים. אה... כווייס אז עס וועט זיי נישט אויסמאכן קיין ברעקל. נו נו במידה שאדם מודד....
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Media
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:00 pm
x 133

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Media »

תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 388

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Media האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:31 am https://www.dryveup.com/mission/
ווער שטייט אונטער די קאמפיין?
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 647

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך איד »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:16 am א בריוו פון לב טהור
► Show Spoiler
א בושה און א חרפה פאר א אידישע סייט ארויסצולאזן אזאנע דברי דופי

די פארשאלטענע כת לב טהור, וואס האט זיך אויפגעשטעלט מיטן ציל צו נעמען ערליכע אידן און טוהן מיט זיי ככל העולה כל רוחם
אוועק צו נעמען פון אידן יעדע חלק פון תורה וקדושה און יעדע חלק פון מענטשליכקייט
יארן וואס זיי האבן געטון די ערגסטע מעשים רח''ל וואס מ'קען אפי' נישט ארויסשרייבן

און ענדליך די וועלט הייבט עפעס אהן טוהן, קומען זיי מיט גאנצע מקורות וכו'

כלל ישראל שרייט איז שוין גענוג געליטן פון ענק, יארן וואס עטס האטס מיט א געשליפן צינגל אלעס פארדרייט אז די אמת זאל נישט ארויס גיין
אבער כהיום אז יעדער ווייסט וועט ענק גארנישט העלפן

די אייבערשטער וועט העלפן אז ענקער פארשאלטענע כת וועט בקרוב אינטער גיין
און יעדער וואס האט געהאט א חלק און די אלע מעשים אכזרים וועט באַקומען זיין שטארף
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 70

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך געצל »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:34 am
Media האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:31 am https://www.dryveup.com/mission/
ווער שטייט אונטער די קאמפיין?

איך ווייס נישט פונקטליך, אבער מען זעהט די צוויי משפחות מארגנשטערן-בלום וואס האבן געשוויסטער פארכאפט דארטן
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 927

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

געצל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:38 am

מאן יימר אז עס האט טאקע עפעס מיט די משפחה? קען דען נישט גאלדמאן אדער ראזנער אדער די אנדערע שווארץ יאר עפענען אן אנליין קאמפיין און לייגן טיעמס מיט די נעמען פון בלום און מארגענשטערן?
איז דא א בריוו אדער ווידעאו פון די משפחות וואו זיי באשטעטיגן אז זיי שטייען אונטער די ספעציפישע קאמפיין?
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 70

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך געצל »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:57 am
געצל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:38 am
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:34 am

ווער שטייט אונטער די קאמפיין?

איך ווייס נישט פונקטליך, אבער מען זעהט די צוויי משפחות מארגנשטערן-בלום וואס האבן געשוויסטער פארכאפט דארטן

מאן יימר אז עס האט טאקע עפעס מיט די משפחה? קען דען נישט גאלדמאן אדער ראזנער אדער די אנדערע שווארץ יאר עפענען אן אנליין קאמפיין און לייגן טיעמס מיט די נעמען פון בלום און מארגענשטערן?
איז דא א בריוו אדער ווידעאו פון די משפחות וואו זיי באשטעטיגן אז זיי שטייען אונטער די ספעציפישע קאמפיין?

אלעס קען זיין, איך ווייס נישט...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:34 am
Media האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:31 am https://www.dryveup.com/mission/
ווער שטייט אונטער די קאמפיין?
דוכט זיך מיר אז יואל יהושע העשיל (פון די העכסטע רעיזערס) זעהט מען אלץ גיין מיט הגאון הרב חיד"ו ווייס שליט"א. זאת אומרת אז די געלט גייט גייט לכאורה אויף א גוטע פלאץ
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מאיר שלום
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 112

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

Media האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:31 am https://www.dryveup.com/mission/
פון די לינק:

ארויס פון בבל

מיט פינף-און-דרייסיג יאר צוריק, האט ערשיינט אין אמעריקע א מאן מיטן נאמען שלמה העלבראנץ, וועלכער איז אהערגעקומען אינאיינעם מיט א קבוצה אידן, גרינדענדיג דאהי זיין קהילה, מיטן נאמען "לב-טהור".

שלמה איז געווען א בעל-תשובה, שטאמענדיג פון פרייע עלטערן. מיט זיין כאריזמע און צוציאונגס קראפט האט ער באוויזן איבערצוצייגן מענטשן אויף זיין זייט, פארמירנדיג ארום זיך א קרייז פון אידן וועלכע זענען אים נאכגעגאנגען בלינדערהייט און זענען געווען גרייט צו טון פאר אים, אלעס וואס ער וועט נאר באפעלן.

טראצדעם וואס זיין מאדנע ערשיינונג און זיין ניי-אויפגעטראכטע דרך, האט שוין פון אנהויב אן ארויסגעברענגט התנגדות פון גדולי-ישראל, האט מען דעמאלס נאכנישט באגרייפט ווי ווייט זיין קרומער מוח און זיין פאלשער דרך קען אנקומען.

אידן האבן שוין דעמאלס געוואוסט צו זאגן אז ער איז נישט קיין אויסגעהאלטענער מענטש און מען דארף שטיין ווייט פון אים און זיין חבורה, אבער מען האט נישט באגריפן, אז טאמער וועט מען אים לאזן ווייטער אנגיין מיט זיין חבורה, וועט עס קומען צו גאר הארבע און שווערע נאכפאלגן.

אט שטייען מיר אצינד היינט, פינף און דרייסיג יאר שפעטער.

אצינד קלאפן מיר זיך על חטא און מיר באוויינען דעם פאקט, אז מיר האבן נישט גענוג געטון דאס אויסצורייסן ממחנינו.

במשך די יארן האבן זיך זאכן דראסטיש פארערגערט, בשעת די קבוצה זוכט זיך אפצוטיילן פון כלל-ישראל, טוישנדיג פילע יסודות פונעם דרך היהדות הצרופה לנו מדור דור, א שטייגער ווי שם און לבוש, ווי אויך כשרות.

א גרויסער דגש ווערט געלייגט, אפצוהאקן די מענטשן פון די אלגעמיינע גאס. דערפאר איז פארהאן א תקנה אז מען טאר נישט רעדן מיט מענטשן פונדרויסן, סיידן מיט רשות פון די הנהלה אדער אויב מען וויל בעטן געלט פאר די קהילה.

אלע תורות און דרשות אויפן ארט, זענען בגנותם של כלל-ישראל, זאגנדיג אז די איינציגסטע אידן זענען זייער קהילה און בלויז צו זיי וועט משיח קומען. פאר די יונגווארג פארקויפט מען שקרים איבער חסידי'שע אידן יראים ושלמים, זאגנדיג אז אלע זענען פון די ערב-רב, אריינגערעכנט די רבנים און צדיקים וואס זענען פארהייליגט ביי גאנץ כלל-ישראל.

איי, וואס טוט מען מיט אלע מאדנע הנהגות און איינפירונגען, וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די תורה-הקדושה ודברי חז"ל? – נישט קיין פראבלעם, לב-טהור האט אדאפטירט א נייער מהלך, אז אלע אונזערע ספרים זענען מזויף און דורכגעפעסטעט מיט פעלשונגען און טעותים. א באזונדערע ספר איז דערויף ארויסגעקומען, מיטן נאמען "כליא עורב", וואו עס ווערט ארויסגעברענגט אז מיר גייען בדרך טעות, וויבאלד אלע ספרים זענען פאלש, עפ"ל.

דער עיקר צער און ווייטאג, איז צו זען די מיטמאכענישן פון די צאן-קדשים, די קינדער און בחורים אויפן ארט, ווי אזוי זיי ווערן געפייניגט און געפלאגט על לא עול בכפם, בלויז פאר די איינע סיבה זיי צו קענען אראפקלאפן און דערנאך זיי צו קאנטראלירן כאוות נפשם הטמאה.

די קינדער אויפן ארט ווערן געשלאגן און געפייניגט פיזיש און גייסטיש, אראפקלאפנדיג זייער מאראל צו א קלימאקס. די שטראפן וואס די קינדער מאכן דארט מיט, זענען האר-אויפשטעלנד און אומבאגרייפבאר. עס איז נישט קיין זעלטענע זאך אין לב-טהור, אז איינער זאל אויספלאצן מיט א נערוון אויסברוך רח"ל.

ווער רעדט נאך פון דאס געזונט צושטאנד פון די פרויען און קינדער. אויב איז נישט גענוג די טעגליכע ארעמע דייעטע, בשעת מען טאר גארנישט עסן מיטן אויסרייד פון כשרות, גיבט מען צו כסדר תעניתים און סיגופים פאר די אומשולדיגע קינדערליך און פרויען, כדאי צו "מכפר" זיין אויף זייערע חטאים. אלס צוגאב שלינגט מען עס אראפ מיט א מלקות צו דער זייט, אדער מיט א תענית-דיבור במשך עטליכע חדשים.

פון די טיפענישן פון זייער צער, שרייען ארויס צו אונז הונדערטע קינדערליך. זייערע אומהערבארע קולות מאכן טויב אונזערע אויערן, שרייענדיג צו אונז, "ראטעוועט אונז, העלפט אונז"...

ווער רעדט נאך פון זייער גייסטישע אביוז און די שווערע רוחניות'דיגע נאכפאלגן מיט וועלכע זיי ספראווען זיך, בשעת אידישע פרויען און קינדער ווערן דארט פארשוועכט באופן מבהיל, אונטערן קרומען שלייער פון תורה און אידישקייט.

דאס טארן מיר נישט צולאזן – מיר מוזן שרייען דערויף בכל לשון של מחאה וקול.

אונזער קול וועט זיין די הילף וואס מיר וועלן געבן פאר די צאן קדשים.

אצינד האט די רעגירונג גענומען שריט, און צוגענומען פון דארט 160 קינדערליך, תינוקות של בית רבן אשר לא טעמו טעם חטא.

דאס איז בלויז א הצלה פורטא און אן אנהויב פון א ישועה, אבער אויב מיר וועלן נישט צוענדיגן די ארבעט בשלימות, וועלן מיר גארנישט האבן אויפגעטון.

מיר דארפן געדענקען, אז בשעת פון איין זייט האט מען זיי טאקע אוועקגענומען פון דעם ארט, האט מען זיי אבער פון די אנדערע זייט אפגעטיילט פון זייערע עלטערן, בשעת זיי געפינען זיך יעצט באזונדער, ווייט פונדערהיים.

אונזער מטרה איז צו ענדיגן די ארבעט בשלימות. מיר ווילן זיי ארויסנעמען פון דעם ביטערן ארט, אבער אינאיינעם מיט דעם זיי צוריקצוברענגען צו זייערע טאטעס און מאמעס. אויב די קינדער וועלן זיך געפינען אין פרומע הייזער, אינאיינעם מיט אידן שומרי תורה ומצוות, איז עס צום האפן אז די עלטערן וועלן נאכקומען די קינדער און אלע אינאיינעם וועלן זיך געפינען אינדרויסן פון לב-טהור.

פארשטייט זיך אז דאס קאסט תהומות מיט געלט. עס קאסט לויערס, טראנספארטאציע, דירות, עסן, שכר-לימוד, טעראפי, פיזישע און גייסטישע הילף צו פלאצירן די קינדער, זיי צו באגלייטן אין די ערשטע תקופה, ביז מען וועט זיי וועלן זיך געפינען אוועקגעשטעלט ברוחניות און בגשמיות.

מיר דארפן אייער הילף, מיר קוקן ארויס אויף אייער מיטארבעט.

דאס איז נישט "אונזער" מצוה, דאס איז "כלל ישראל'ס" מצוה.

על פי הוראת הרבנים, האט מען מחייב געווען יעדן איד צו באשטייערן לפחות דעם סכום פון 160 דאלער. פארשטייט זיך אז ווער עס קען געבן מער, איז מחויב צו געבן וויפיל ער קען צו ראטעווען די נפשות האומללות, און עווענטואל צו ענדיגן דעם מקום המנעץ את השי"ת.

געדענקט!

וכל המקיים נפש אחת מישראל, כאילו הציל עולם מלא.
אוועיטער
Media
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:00 pm
x 133

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Media »

באקומען די לינק פון איינער פון די בלום ברידערס
מאיר שלום
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 112

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

אויף די שורה האב איך געווארט. נאכן זיך ווינדערן וואס זייער פלאן איז דא אויף פאראויס.

''אונזער מטרה איז צו ענדיגן די ארבעט בשלימות. מיר ווילן זיי ארויסנעמען פון דעם ביטערן ארט, אבער אינאיינעם מיט דעם זיי צוריקצוברענגען צו זייערע טאטעס און מאמעס. אויב די קינדער וועלן זיך געפינען אין פרומע הייזער, אינאיינעם מיט אידן שומרי תורה ומצוות, איז עס צום האפן אז די עלטערן וועלן נאכקומען די קינדער און אלע אינאיינעם וועלן זיך געפינען אינדרויסן פון לב-טהור.''
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 335

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

עפעס האט איינער דיטעקטעד דא נעטפרי'ס ראבאט אין דעם פאריגן בלאט..
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 102

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:57 am
געצל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:38 am
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:34 am

ווער שטייט אונטער די קאמפיין?

איך ווייס נישט פונקטליך, אבער מען זעהט די צוויי משפחות מארגנשטערן-בלום וואס האבן געשוויסטער פארכאפט דארטן

מאן יימר אז עס האט טאקע עפעס מיט די משפחה? קען דען נישט גאלדמאן אדער ראזנער אדער די אנדערע שווארץ יאר עפענען אן אנליין קאמפיין און לייגן טיעמס מיט די נעמען פון בלום און מארגענשטערן?
איז דא א בריוו אדער ווידעאו פון די משפחות וואו זיי באשטעטיגן אז זיי שטייען אונטער די ספעציפישע קאמפיין?
האט א רשימה פון פראמענטע עסקנים מיט זייער טעל נאמבערס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך שמח »

קרישקע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:57 am
געצל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:38 am

איך ווייס נישט פונקטליך, אבער מען זעהט די צוויי משפחות מארגנשטערן-בלום וואס האבן געשוויסטער פארכאפט דארטן

מאן יימר אז עס האט טאקע עפעס מיט די משפחה? קען דען נישט גאלדמאן אדער ראזנער אדער די אנדערע שווארץ יאר עפענען אן אנליין קאמפיין און לייגן טיעמס מיט די נעמען פון בלום און מארגענשטערן?
איז דא א בריוו אדער ווידעאו פון די משפחות וואו זיי באשטעטיגן אז זיי שטייען אונטער די ספעציפישע קאמפיין?
האט א רשימה פון פראמענטע עסקנים מיט זייער טעל נאמבערס!
נישט געזעהן, וואו?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 927

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

שמח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:44 pm
קרישקע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:57 am

מאן יימר אז עס האט טאקע עפעס מיט די משפחה? קען דען נישט גאלדמאן אדער ראזנער אדער די אנדערע שווארץ יאר עפענען אן אנליין קאמפיין און לייגן טיעמס מיט די נעמען פון בלום און מארגענשטערן?
איז דא א בריוו אדער ווידעאו פון די משפחות וואו זיי באשטעטיגן אז זיי שטייען אונטער די ספעציפישע קאמפיין?
האט א רשימה פון פראמענטע עסקנים מיט זייער טעל נאמבערס!
נישט געזעהן, וואו?

און אפילו ווען יא מיינט עס גארנישט. די חברה קענען נישט לייגן קיין רשימה?
פאר מען גיבט געלט פאר אזא צוועק איז וויכטיג צו האבן א באשטעטיגונג פון די וועלכע שטייען אפיציעל אונטער'ן צוועק אז זיי שטייען טאקע דערונטער. איינער שרייבט אז ער האט באקומען די לינק פון איינער פון די בלומס, זאל ער טאקע געבן יותר מכפי יכלתו ווייל די רעדע איז פון הצלת נפשות ממש. אבער אז מען שטעלט אזאנס ארויס צו די גאס דארף מען אכטונג געבן נישט צו געבן פאר די עסקנים שרייבן אדער זאגן בפירוש אז זיי שטייען אונטער דעם קאמפיין.
שרייב פאוסט