נייעס פון מדינת ישראל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21934
Re: נייעס פון מדינת ישראל
- פיילס
-
- 1.jpg (150.83 KiB) געזען געווארן 610 מאל
-
- 0.jpg (222.04 KiB) געזען געווארן 610 מאל
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: נייעס פון מדינת ישראל
מעיאר עדעמס טוויט
Re: נייעס פון מדינת ישראל
צוויי דרום/מערב לענדער פארוואיי אין אורגוואיי וועלן עפענען א אמבעסאדע אין מדינת ישראל.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
העקער וואס האבן אריינגעהעקט אין די גאר געהיימע קעיסעס פון מעיני ישועה שפיטאל אין בני ברק בעטן גרויסע סומעס אויסלייז געלט מיטן סטראשע אז זיי וועלן צושפרייטן בילדער פון גרויסע פרעזענדליכקייטן וואס האבן זיך פארהאנדלט אין שפיטאל אריין גערעכנט מדינת ישראל פרעימיער מיניסטער ביבי נתניהו
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21934
Re: נייעס פון מדינת ישראל
הוהא!
דאס מיינט אז נתניהו קען ערווארטן א פרישע קעיס 5000?...
דאס מיינט אז נתניהו קען ערווארטן א פרישע קעיס 5000?...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: נייעס פון מדינת ישראל
מדינת ישראל קרעפטן האבן די נאכט ארעסטירט 2 פאלעסטינער טעראריסטן וואס זענען שולדיג און די מארד פון די 40 יעריגע מאמעניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:55 am א 40 יעריגע אידישע מאמע פון 3 קינדער איז ברוטאל דערשאסן געווארן צום טויט געווארן אין א קאר נעבן חברון, ווען איר 6 יעריגע טאכטער איז געזעצן אינעם אונטערשטן זיץ און איז ב"ה נישט פארוואונדעט געווארן. דער דרייווער פונעם קאר איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן דא אז אלע נייעס וואס איך (רעד נאר פון מיר) ברענג דא און די מדינת ישראל אשכול איז בעסיק נייעס,
ח"ו נישט עפעס לטובת המדינה ווי איך באלאנג און פיר מיר בשיטתו הקדושה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע
ח"ו נישט עפעס לטובת המדינה ווי איך באלאנג און פיר מיר בשיטתו הקדושה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע
Re: נייעס פון מדינת ישראל
עדעמס איז היינט אנגעקומען און די יד ושם מוזעאום ווי ער האט באערט און אויסגעדרוקט זיין טרויער איבער די גרויליגע ברוטאליטעטן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
עדעמס מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו
Re: נייעס פון מדינת ישראל
עדעמס ביים כותל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
מדינת ישראל קרעפטען האבען ארעסטירט יעצט ביינאכט אין ג'נין מאהר אל אחראס-די פירער פון איסלאמיק דזיהאד טעראר גרופע.
גלייך נאכען ווערען ארעסטירט האט ער אויסגערופען אז ער הייבט אהן א הונגער סטרייק.
גלייך נאכען ווערען ארעסטירט האט ער אויסגערופען אז ער הייבט אהן א הונגער סטרייק.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
אה, ער קען נוצן א שטיקל הונגער סטרייק.
טוט עס לכאורה אויפ’ן ראט פון זיין דאקטאר
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
איין קינד איז געשטארבן, און אמווייניגסטנס אכט קינדער זענען געווארן געשעדיגט געווארן נאך וואס שטיינער האבן זיך אראפגעגליטשט אין עין גדי, נעבן די ים המלח.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
נתניהו האט היינט ביי א זיצונג געווארענט אז די חמאס אפיציר סאלח אל ערורי איז אחראי אויף די לעצטע טעראר אטאקעס און נתניהו האט אויסגעפירט אז די חמאס אפיציר ווייסט זייער גוט פארוואס ער דארף זיך באהאלטען, זייענדיג מרמז אז די אפיציר דארף מורא האבען געהארגעט צו ווערען אין א אטענטאט דורך מדינת ישראל.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
אמעריקע האט ארויסגעלייגט א 5 מיליאן דאלער באלוין פאר ווער עס וועט העלפן טרעפן דעם קאפ פון סאלח אל-ערורי און נאך 2 געזיכטע חיזבאללה פירער
Re: נייעס פון מדינת ישראל
מד'י אויסערן מיניסטער אלי כהן האט זיך געטראפן מיט די אויסערן מיניסטער פון ליביע מרת ניידשאלא אלמאנגאש אין איטאליע די ערשטע הויכראנקיגע מיטינג ציווישן די צוויי לענדער.
ליביע זאגט אז זיי וועלן אויספראבירן בעסערע באציאונגען מיט מד'י.
ליביע זאגט אז זיי וועלן אויספראבירן בעסערע באציאונגען מיט מד'י.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
זי איז געווארן אויפגעזאט פון אמט פאר די חוצפה פון זיך טרעפן מיט מד"י
זי האט אפגעפיצט קיין טערקיי
Re: נייעס פון מדינת ישראל
די ביידען אדמיניסטראציע האט פארדאמט דעם מדינת ישראל אויסערן מיניסטער פארן אויפדעקן איבער די זיצונג, זאגענדיג אז דאס ברענגט שטארקע שאדן צו די סטאביליטעט אינעם ראיאן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
אן עקסידענט צווישן צוויי באסעס אויף כביש-4 ביי די גבעת שאול געגנט אין ירושלים האט רעזולטירט אין 30 פארוואונדעטע פאסאדזשירן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
ליביע איינואוינער זענען זייער אויפגעברויזט נאך וואס ס'האט ארויסגעליגט די נייעס וועגן די געהיימע מיטינג.
איינוואוינער אין ליביע זענען נישט צופרידען מיט האבען סיי וועלעכע שייכות מיט מדינת ישראל.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
היינט און ליביע זענען און רעזולטאט ארויפגעצויגן געווארן פאלעסטינע פענערניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:26 pmליביע איינואוינער זענען זייער אויפגעברויזט נאך וואס ס'האט ארויסגעליגט די נייעס וועגן די געהיימע מיטינג.
איינוואוינער אין ליביע זענען נישט צופרידען מיט האבען סיי וועלעכע שייכות מיט מדינת ישראל.