בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א פארבייפארער האט אויפגעכאפט א ווייסע הערש ביי די זייט פון די שאסיי נעבן א וואלד ערגעצוואו אין אמעריקע. די 'אלבינא' הערש איז זייער א זעלטענע בעל חי, מיט איינס פון 30,000 הערשן וואס ווערן אזוי געבוירן
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
נאך די שטורעם וואס איז נעכטן אנטשטאנען ווען ארבעטער פון די קעניע לופטליניע האבן זיך אנטזאגט פון ארויפלאזן א גרופע אידן אויף א פליגער פון יוהאנעסבורג קיין נייראבי האט די לופטליניע ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט וואו זיי לייקענען אז די אינצידענט איז געווען אנטיסעמיטיש מאטיווירט, זיי שרייבן אז די אידן זענען געווען אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל און האבן זיך אויפגעפירט ווילד צו די לופטפעלד ארבעטער און דערפאר זענען זיי אנטזאגט געווארן פון אויפשטייגן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א פעדעראלע ריכטער האט ארויס געגעבן א פארארדענונג צו בלאקירן די טראמפ אדמיניסטראציע פון שניידן די פעדעראלע ארבייטס קראפט.
ריכטער דזשארדזש אָטול, וועלכע איז געווארן אריין געשטעלט דורך פרעזידענט קלינטאן, זאגט, אז זיין פארארדענונג טוט נישט אנדייטן אז ער שטעלט זיך אויפ'ן זייט אקעגן די רעגירונג.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געהאט אוועק געשטעלט א דעדליין אויף היינט ענדע טאג פאר פעדעראלע ארבייטער צו האבן א געלעגענהייט זיך צוריק צו קערן פולקאם צום אפיס טישל אדער אננעמען א בייאַוט אנבאט אינטער וואס זיי קענען יעצט פארלאזן זייער פאזיציע און באקומען באצאלט ביז ענדע סעפטעמבער למס'.
ריכטער אטול זאגט אז אלץ טייל פון זיין היינטיגע פארארדענונג דארף די אדמיניסטראציע לאזן וויסן אלע ארבייטער אז אויפ'ן מינוט איז די פראגראם געפרוירן.
ריכטער דזשארדזש אָטול, וועלכע איז געווארן אריין געשטעלט דורך פרעזידענט קלינטאן, זאגט, אז זיין פארארדענונג טוט נישט אנדייטן אז ער שטעלט זיך אויפ'ן זייט אקעגן די רעגירונג.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געהאט אוועק געשטעלט א דעדליין אויף היינט ענדע טאג פאר פעדעראלע ארבייטער צו האבן א געלעגענהייט זיך צוריק צו קערן פולקאם צום אפיס טישל אדער אננעמען א בייאַוט אנבאט אינטער וואס זיי קענען יעצט פארלאזן זייער פאזיציע און באקומען באצאלט ביז ענדע סעפטעמבער למס'.
ריכטער אטול זאגט אז אלץ טייל פון זיין היינטיגע פארארדענונג דארף די אדמיניסטראציע לאזן וויסן אלע ארבייטער אז אויפ'ן מינוט איז די פראגראם געפרוירן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
טראמפ האט געמאלדן פלענער אוועק צו שטעלן א טעסק פארס און א פרעזידענטליכע קאמיסיע צו באשיצן קריסטן אין אמעריקא פון רעליגיעזע דיסקרימינאציע.שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 4:44 pm פרעזידענט טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט אין א רעדע, אז ער וויל צוריק ברענגען רעליגיע אין אמעריקע, ער זאגט אז רעליגיע, דאס הייסט "גלייבן", מאכט א מענטש פרייליך און צופרידן, און אז ער גלייבט באמת אין ג-ט, און ער קען נישט פארשטיין וויאזוי מען קען האבן א גליקליכע לעבן אן קיין גלויבונג.
טראמפ זאגט אז אמעריקא פלאגט זיך מיט אטאקעס אקעגן רעליגיעזע פרייהייט אין אלגעמיין, און איבערהויפט אקעגן קריסטן, אבער דאס גייט נישט ווייטער אנגיין אינטער זיין זייגער.
ער זאגט אז די טעסק פארס גייט ווערן אנגעפירט דורכ'ן נארוואס איינגעשוואוירענעם אטוירני דזשענערעל פרוי באנדי.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
צענדליגער טויזענטער פעדעראלע ארבעטער האבן שוין גענומען דעם פארשלאג פאר באצאלטע רעזיגנאציע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אויף טרוט אז מדנ''י וועט איבערגעבן עזה פאר אמעריקא און אז אמעריקאנער זעלנער וועלן נישט דארפן גיין זיך שלאגן.שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 04, 2025 8:03 pm ביי א פרעסע קאנפרענץ אינאיינעם מיט מדנ"י פרעמיער האט טראמפ געלאזט הערן א געדאנק וואס מען האט ביז היינט נאכנישט געהערט.
טראָמפּ האָט גערעדט ביי א פּרעסע קאָנפערענץ מיט מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, זאָגנדיג אַז אַמעריקע וועט איבערנעמען עזה און וועט אַרבעטן צו פאַרניכטן אַלע פאַרבליבענע באָמבעס און וואָפנס, דערנאָך אָפּרייניגן אַלע איינגעפאַלענע געביידעס, און עס אַנטוויקלען אין אַן עקאָנאָמישע זאָנע. ער האָט ווידערהאָלט נאָכאַמאָל אַז אַלע פּאַלעסטינער דאַרפן ווערן אַרויסגעפירט פון עזה, און דאַרפן ווערן פּלאַצירט אין אַנדערע לענדער
TMXWRBZNZJIE7FFLVNL45LW76U_0_250204074022.jpg
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפּ האט פארארדנט אז געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען זאל אויפהערן באקומען קלאסיפיצירטע אינפארמאציע בריפינגס.
ביידען האט געטון גענוי מיט פרעזידענט טראמפּ ווען ער האט איבערגענומען אפיס.
ביידען האט געטון גענוי מיט פרעזידענט טראמפּ ווען ער האט איבערגענומען אפיס.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אין א קאמישע שריט האט די רעגירונג אין ניו זילאנד אנערקענט דעם טאראנאקי בארג אלס א מענטש...
דאס איז געטוהן געווארן צופרידן צו שטעלן שבטים אין די געגנט וועלכע האלטן אז זיי שטאמען פון דעם בארג...
דאס איז געטוהן געווארן צופרידן צו שטעלן שבטים אין די געגנט וועלכע האלטן אז זיי שטאמען פון דעם בארג...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אן אויסטראליער פאליטיקאנט האט זיך געטוישט דעם נאמען פון 'בען דאוקינס' צו 'אוסטין טראמפ' אין עהרע פון פרעזידענט טראמפ.
ווי ער זאגט טוהט ער דערמיט פראטעסטירן קעגן די לינקע פארטיי אין אויסטראליע...
ווי ער זאגט טוהט ער דערמיט פראטעסטירן קעגן די לינקע פארטיי אין אויסטראליע...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט זיך נארוואס געהויבן פון פלארידע אויפן וועג קיין ניו ארליענס ווי ער וועט מיטהאלטן לעבעדיג די נאציאנאלע באלל געים היינט נאכט
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דעמאקראטן זענען גרייט פאר א רעגירונג פארשליסונג אין פאל פרעזידענט טראמפ מיט אילאן מאסק זעצן פאר מיט זייערע שניטן אן קאנגרעס ערלויבעניש
קאנגרעסמאן ענדי קים זאגט אז די שריט וואס טראמפ טוט די לעצטע פאר וואכן דורך נוצן די עקזעקאטיוו פליגל אויף אזא ברייטע פארנעם האט געפירט דאס לאנד צום שוועל פון א קאנסטיטוציאנאלא קריזיס.
ער זאגט אז אויב עס קומט נישט א טויש וועלן דעמאקראטן נישט ווארפן א רעטונג ברעט פאר ריפובליקאנער צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג בעפאר א דעדליין קומענדיגע מערץ 14 למס'.
ריפובליקאנער זענען אין קאנטראל סיי פונ'ם קאנגרעס און סיי פונ'ם סענאט, אבער זיי וועלן ווארשיינליך דארפן האבן א צאל דעמאקראטישע שטימען צו פארמיידן א פארשליסונג.

- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 653
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1173
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
גענוג מיט דו פעניס.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8666
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21434
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אוי וויי.
וואס וועט זיין מיט אלע .99 צענט אייטעמס?
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ווייטער שרייבן 99 צענט און אויב איינער קויפט 5 וועט ער נאר צאלן 4.95דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:25 amאוי וויי.
וואס וועט זיין מיט אלע .99 צענט אייטעמס?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט בשעת'ן פליען העכער די גאלף אוו אמעריקע באשטימט פעברואר ניין אלס די "גאלף אוו אמעריקע טאג".
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט נארוואס געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אינעם אוועל אפיס אז ער געבט פאר כאמאס א דעדליין ביז קומענדיגע שבת מיטאג 12:00 אזייגער ווען אלע משכונות אין עזה דארפן ווערן באפרייט, ער זאגט אז אויב וועט כאמאס נישט באפרייען אלע פארכאפטע ביז דעם דעדליין וועט די פייער אפשטעל אפמאך אויפגעלעזט ווערן און א גיהנום וועט אראפקומען אויף עזה.
דאס קומט עטליכע שעה נאך וואס כאמאס האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי וועלן נישט באפרייען די 3 משכונות געפלאנט אויף קומענדיגע שבת צוליב פארלעצונגען פון די אפמאך פון מדינת ישראל, זיי האבן געפאדערט מער הומאניטערישע הילף מיטן ציל צו ווייטער אנגיין מיט די אפמאך ווי געפלאנט.
דאס קומט עטליכע שעה נאך וואס כאמאס האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי וועלן נישט באפרייען די 3 משכונות געפלאנט אויף קומענדיגע שבת צוליב פארלעצונגען פון די אפמאך פון מדינת ישראל, זיי האבן געפאדערט מער הומאניטערישע הילף מיטן ציל צו ווייטער אנגיין מיט די אפמאך ווי געפלאנט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר די ניו יארק פאוסט אז ער האט אפגעהאלטן א טעלעפאונישער געשפרעך מיטן רוסישער פרעזידענט פוטין, ווי זיי האבן דיסקוסירט דאס ענדיגן די קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע. דאס איז די ערשטע אפיציעלע געשפרעך צווישן טראמפ און פוטין זינט אנהייב 2022.
דער קרעמלין ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו האט רעאגירט אויף רוסישער רעגירונג-געפירטע טעלעוויזיע אז 'אומצאליגע קעגנזייטיגע געשפרעכן זענען פארגעקומען', אבער האט זיך צוריקגעהאלטן פון אריינגיין אין מער דעטאלן, אדער אנגעבן ווען די געשפרעך צווישן טראמפ און פוטין איז פארגעקומען.
דער קרעמלין ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו האט רעאגירט אויף רוסישער רעגירונג-געפירטע טעלעוויזיע אז 'אומצאליגע קעגנזייטיגע געשפרעכן זענען פארגעקומען', אבער האט זיך צוריקגעהאלטן פון אריינגיין אין מער דעטאלן, אדער אנגעבן ווען די געשפרעך צווישן טראמפ און פוטין איז פארגעקומען.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
צום ערשטן מאל זינט יאר 2022, האט דער נייע לעבאנעזער פרעימיער מיניסטער, נאוואף סאלאם, געענדיגט צוזאמשטעלן די לאנד'ס פולקאמע רעגירונג, וואס נעמט אריין 24 מיניסטארן, צווישן דעם קריסטליכע און מוסולמענער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
עטליכע באלטישע לענדער, דאס נעמט אריין: עסטאניע, לאטוויע און ליטועניע, האבן זיך פארמאל אפגעזונדערט פון די רוסישער ענערגיע סיסטעם, און האבן אריבערגעטוישט צום אייראפעאישער עלעקטעריציטעט סיסטעם, מיטן ציל צו ענדיגן עלעקטעריציטעט אנהענגיקייט אויף רוסלאנד.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
קוים א טאג נאך וואס ראסעל וואוהט האט איבערגענומען די פירערשאפט לייצעס ביי די 'קאנסומער פיינענשיל פראטעקשין ביורא' (סי-עף-פּי-בּי), האט ער אנגעזאגט איינגעשטעלטע צו סוספענדירן אלע אקטיוויטעטן און זיך נישט צוריק-צוקערן צום הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן די-סי, צוליב וואס עס וועט זיין פארשלאסן פאר א וואך.
דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס די ניי געגרינדעטע 'דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישיענסי' - בעסער באקאנט מיט איר אקראנים 'דאודזש' - אין שפיץ פון אילאן מאסק, האט זיך גענומען איבער דעם אגענטור'ס ביינער און אויסגעמעקט איר עקס-קאנטע, שרייבנדיג אויף זיין אייגענעם קאנטע "רוה אין פרידן סי-עף-פּי-בּי ."
דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס די ניי געגרינדעטע 'דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישיענסי' - בעסער באקאנט מיט איר אקראנים 'דאודזש' - אין שפיץ פון אילאן מאסק, האט זיך גענומען איבער דעם אגענטור'ס ביינער און אויסגעמעקט איר עקס-קאנטע, שרייבנדיג אויף זיין אייגענעם קאנטע "רוה אין פרידן סי-עף-פּי-בּי ."
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דער סי-אי-או פון די פארמעסיוטיקעל ריז 'פייזער', האט אויפגעדעקט אז ער האט אפגעהאלטן א זיצונג עטליכע וואכן צוריק מיט ראבערט עף קענעדי, וואס איז נאמינירט געווארן צו פירן די אמעריקאנער דעפארטמענט אוו הומען און געזונטהייט סערוויסעס. די צוויי האבן לויט באריכטן דיסקוסירט איבער פרישע מעטאדן צו היילן די ביטערע מחלה.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט אונטערגענומען א מאסיווע אויספארשונג, נאך וואס די קערפער פון א באקאנטער ריעל עסטעיט מאגנאט פון די סיטי איז געפונען געווארן ביים זייט פון א שאסיי אין קווינס, מיט צייכנעס וואס צייגט אז ער איז ערמארדעט געווארן. פאליציי בעהט פאר סיי וואספארא אינפארמאציע.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פארפאלן, וועלט שפילער קענען זיך נישט אויס מיטן גיהנם, און ער ווייסט נישט אז שבת אז דער גיהנם פארשפארט...שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:10 pm פרעזידענט טראמפ האט נארוואס געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אינעם אוועל אפיס אז ער געבט פאר כאמאס א דעדליין ביז קומענדיגע שבת מיטאג 12:00 אזייגער ווען אלע משכונות אין עזה דארפן ווערן באפרייט, ער זאגט אז אויב וועט כאמאס נישט באפרייען אלע פארכאפטע ביז דעם דעדליין וועט די פייער אפשטעל אפמאך אויפגעלעזט ווערן און א גיהנום וועט אראפקומען אויף עזה.
דאס קומט עטליכע שעה נאך וואס כאמאס האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי וועלן נישט באפרייען די 3 משכונות געפלאנט אויף קומענדיגע שבת צוליב פארלעצונגען פון די אפמאך פון מדינת ישראל, זיי האבן געפאדערט מער הומאניטערישע הילף מיטן ציל צו ווייטער אנגיין מיט די אפמאך ווי געפלאנט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפּ'ס שליח סטיוו וויטקאף האט היינט געלאנדעט אין רוסלאנד און סוקסעספול אויסגעהאמערט אן אפמאך אין וועלכע רוסלאנד האט באפרייט אן אמעריקאנער לערער מארק פאגעל.
פאגעל איז צוריקגעפארן מיט וויטקאף נאכ'ן אויסהאמערן דעם דיעל און ער איז יעצט אויף דער פריי.
פאגעל איז צוריקגעפארן מיט וויטקאף נאכ'ן אויסהאמערן דעם דיעל און ער איז יעצט אויף דער פריי.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פארטיידיגונגס מיניסטער פּיעט העגסעט פירט דורך א רייזע צו באזוכן אמעריקאנער זעלנער אין באזעס אין אייראפע, העגסעט האט דורכגעפירט איבונגען און מאראטאנען מיט זעלנער און גלייכצייטיג גערעדט מיט פירערשאפט.