► Show Spoiler
דאנערשטאג בא
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יואל יוסף פעקעטע הי"ו, הבחור בן מוה"ר יושע נחמן בערגער הי"ו.
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל.
ביים ליינען האבן עולה געווען כהן הב' שמואל זאנוויל ב''ר יעקב יצחק ראלניצקי ני"ו, לוי הב' אשר זעליג ב''ר ישראל חיים קרויס ני"ו, שלישי הב' הבר מצוה ב''ר יושע נחמן בערגער ני"ו, רביעי רבינו שליט"א, הגבה מוה"ר יואל יוסף פעקעטע הי"ו, גלילה בנו הבחור הבר מצוה.
אינמיטן טאג איז דער רבי געווען מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' אברהם לייב גאלד ז"ל און משפחת הרה"ח ר' יואל ברא"ד לאקס הי"ו.
נאכמיטאג איז פארגעקומען בקודש פנימה די שידוך שליסן פון בת הרה"ח ר' חיים אהרן פלאהר הי"ו משב"ק עב"ג החתן בן הרה"ח ר' יצחק הערש היימאן הי"ו דער רבי האט אנגעווינטשן די חתן און מחותנים.
ביינאכט נאך קבלת קהל איז אריין הגה"צ אבד"ק קהלתינו לאנדאן שליט"א וואו ער האט א לענגערע צייט און איבערגעגעבן א באריכט פון קהלתינו און די מוסדות אין לאנדאן.
פרייטאג בא
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יואל יצחק שטערן הי"ו.
עס איז אריין האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וואונטשן ברכת מזל טוב לרגל די שמחה בבית נכדם הרב יעקב בער טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קהילתינו ירושלים - קרית יואל שליט"א.
שבת קודש פרשת בא
א דריי פערטל שעה נאכ'ן זמן איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, קבלת שבת האט געדאווענט מוה"ר יונה אונגאר הי"ו.
בשעה 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ניאמץ שליט"א, מנוחה ושמחה הרה"ג ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א ראה"כ, קה אכסוף הרב משה ארי' ווייס מגי"ש, קה ריבון הרה"ח ר' ירמי' בוכינגער הי"ו, לקל אשר שבת הרה"ח ר' יוסף יוחנן וואלנער הי"ו מזכיר קהלתינו קרית יטב לב.
מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק קהלתינו ירושלים - קרית יואל שליט"א.
פסוקי דזמרא האט געדאווענט פאר'ן עמוד מוה"ר יואל היימאן הי"ו און דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה.
ביים ליינען איז געגעאנגען פתיחה מוה"ר אברהם שטיינמעטץ הי"ו, כהן הרה"ג ר' נחמן כהנא שליט"א, לוי מוה"ר זלמן לייב ברמ"מ טייטלבוים הי"ו, שלישי הרב יעקב בער טייטלבוים שליט"א נכד רבינו און קורא שם געווען לבתו הנולד למזל טוב, רביעי הבחור החתן המשב"ק יצחק מיכאל ענגלענדער הי"ו, חמישי החתן בן מוה"ר דוד משה בראווער הי"ו, שישי רבינו שליט"א, שביעי הרה"ח ר' חיים פסח גאלדשטיין הי"ו, הוספות: מוה"ר חיים שלמה שטיינמעץ הי"ו, מוה"ר וואלף בראווער הי"ו קרית יואל, מוה"ר יעקב הערש גאלדשטיין הי"ו, מוה"ר משה דוד גרין הי"ו, מוה"ר גדלי' טייטלבוים הי"ו, הרה"ח ר' שלום דייטש הי"ו מגדולי עסקני יהדות החרדית.
אחרון הגה"צ אבד"ק קהלתינו ירושלים - קרית יואל שליט"א, מפטיר מוה"ר דוד נחמן ענגלענדער הי"ו
צו מוסף האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה צום יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא פון בת הנולד ביי נכד רבינו הרב יעקב בער טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט און אנגעוואונטשן דעם בעל שמחה און זיידעס און אויך די חתני הבאווארפן החתן המשב"ק יצחק מיכאל בן מוה"ר דוד נחמן ענגלענדער הי"ו עב"ג בת העסקן מוה"ר שלום דייטש הי"ו, החתן בן מוה"ר דוד משה בראווער הי"ו עב"ג בת מוה"ר אברהם שטיינמעטץ הי"ו.
ביי שלש סעדות תורה האט דער רבי מעורר געווען בעניני ימי השובבי"ם, ארום רעדנדיג אויפן פסוק מי ומי ההולכים, בנערינו ובזקנינו נלך, אז מען זעט אין די גמרא מס' סוכה אז די חסידים ואנשי מעשה האבן געזאגט אשרי זקנותינו שכפרה את ילדותנו, אז מען זעט ביי אברהם אבינו וואס האט געדינט דעם באשעפער מיטנעמעדיג אלע קומעדיגע דורות ווי די פסוק זאגט כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו, האט דער רבי געזאגט אז מיט די עבודה וואס מען דינט דעם באשעפער און מען זעט אז די קומענדיגע דורות זאלן אויך דינען דעם אייבירשטען, און מען איז מחנך די קינדער און אייניקלעך בדרכי השם מיט די עבודה קען מען מתקן זיין דאס וואס מען האט פארפאסט אין די יונגע יארן.
אזוי ווי מען זעהט אויף תפילה שטייט תהלת ד' ידבר פי, אז די עיקר פון תפילה איז אז ויברך "כל בשר" שם קדשו, און טאקע פארדעם האט מען מתקן געווען תפילה בציבור, דעמאלס איז מען אויך א מזכה את הרבים וואס דאס איז א שמירה אז מען זיך קענען האלטן בדרכי השם.
דער רבי האט אויך מעורר געווען אונזער אחריות זיך צו זארגן און שטיין לימין אחינו בני ישראל יושבי ארה"ק וואס מוטשענען זיך מיט די ביטערע גזירות הגיוס היל"ת, אז אונזער עבודה איז זיי ארויס צוהעלפן בדורון בתפילה ובמלחמה צו טון כל מה שביכולת אז זיי זאלן קענען שטיין במלחמה שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און בזכות זה וואס מען זעט אז אנדערע אידן זאל קענען זיך האלטן בדרך הישר וועט דער אייבירשטער העלפן אז מען וועט אליינס קענען דינען דעם אייבירשטען.
מוצאי שבת
דער רבי איז געפארן קיין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען די יערליכע דינער פאר כולל עצי חיים סיגוט.
דער רבי האט זיך געוואשן און געוואונטשן לחיים.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.
זונטאג בשלח
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר משה וויינבערגער הי"ו, הבחור בן הרב ליפא אלימלך קליין ר''מ בישיבתינו הק'.
אינמיטן טאג איז דער רבי אריבער אויף ביקור גומלין צו מחותנו הגה"צ אבד"ק קהלתינו לאנדאן שליט"א אין שטוב פון זיין איידעם הרה"צ רבי ליפא שליט"א וואו עס האט זיך פארצויגן א לאנגע שמועס, איבער לימוד שלחן ערוך והלכה אין ישיבות, און איבער די סדר הלימוד אויף יורה דעה.
בשעת זמני כניסה איז אריין בקודש הפנימה הגה"צ אבד"ק קאפיש שליט"א אפנעמען ברכת הקודש צום חתונה פון א קינד למזל טוב.
מאנטאג בשלח
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל בית המדרש הגדול.
ביים ליינען האט עולה געווען כהן מוה"ר יצחק ברוין הי"ו, לוי מוה"ר יצחק שלום טירנויער הי"ו, שלישי מוה"ר יואל סופר הי"ו, הגבה רבינו שליט"א, גלילה מוה"ר שלמה יודא טייטלבוים הי"ו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל פרענקל הי"ו עב"ג בת מוה"ר יונה אונגאר הי"ו און זאל פון פרדס צבי.
ביינאכט בשעת זמני כניסה זענען אריין הנהלת קהלתינו און גבאי ועסקני בית מדרשינו שכונות ווערנאן וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וגמר הקנין וואו א חשובע נדבן האט אפגעקויפט א זכות אדיר אין די נייע בית המדרש.
אויך איז אריין הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו ומשפחתו אינאיינעם מיט הנהלת הקהילה פון קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וגמר הקנין וואו ר' מאיר האט אפגעקויפט א חדר לתורה ולתפלה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל ונקראת על שמו חדר מאיר צבי און דער רבי האט אנגעווינטשן ברכות לרוב פאר ר' מאיר און זיינע קינדער שיחיו'.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינף ליכט כנהוג און יורד געווען לפני התיבה צום יארצייט פון זקינו מרן הרה"ק העצי חיים זי"ע.
דינסטאג בשלח
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק.
דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לנכד רבינו רך הנימול בן הרב חיים טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א וואו דער רבי איז געווען סנדק וקריאת השם ויקרא שמו בישראל משה.
נאכ'ן ברית איז דער ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום ישיבה קטנה אין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען די ברית סעודה.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה און געוואונטשן לחיים.
עס האבן אויפגעטרעטען דער מנהל הישיבה הרב יואל יוסף מאיער שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, דער בעל שמחה הרב חיים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו פון עצי חיים, איבער די ענין פון די שירה, און אמירת פסוקי דזמרא בציבור. און דער רבי האט פארציילט סיפורים ועובדות א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט סידורים פאר די רציפות גבאים.
נאכ'ן סעודה איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון האדמו"ר ממונקאטש שליט"א וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים למען הצלתם פון איבער 150 קינדער פון כת לב טהור וועלכע ווערן געהאלטן אין רעגירונג אנשטאלטן אין גוואטאמאלא.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די האדמורי"ם ממונקאטש; פּאפּא; וויען; וויזשניץ וו"ב; וויזשניץ ב"פ; סקווירא ב"פ; סטוטשין; הגה"צ גאב"ד יאוואזשנע; הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית מדרש גבוה לעיקוואוד און נאך רבנים.
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' משה אהרן גוטמאַן הי"ו, הגה"צ דומ"ץ קהלתינו אנטווערפן שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, שר העסקנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, הרה"ג ר' עזרא משה כאירא שליט"א, רב דקהל אור חדש אין גוואטאמאלא.
נאכמיטאג איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי צבי רעטעק הי״ו, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד קנין זכות פונעם שם הביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ נחלת יעקב אויף וואלווארט סטריט לע"נ זקינו הרה"ח ר' יעקב כהנא ע"ה.
בשעת׳ן באַזוך האבן אנטיילגענומען חברי הנהלת קהלתינו הק׳, הגה״צ דומ״ץ הביהמ״ד שליט״א, און די גבאים ועסקנים פונעם ביהמ״ד החדש אויף וואלוואורט.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם נדבן'ס זיידע דעם ראש הקהל, דער גענעראל פאר רבותינו הקדושים, הרה״ח רבי יעקב כהנא ז״ל, וואס האט זיך מוסר נפש געווען למען קהלתינו הק׳, און דערמיט ממשיך געווען דעם לאנגיאריגן קשר עליון פון משפּחת כהנא צו רבותינו הק׳ עצי התמרים זי״ע, ארומשמועסנדיג מיט שיינע זכרונות פון הייליגן עצי חיים זי״ע לכבוד די הילולא קדישא בעצם היום.
אין א בחינה פון אם תעורו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפּץ האט דער חשוב׳ער נדיב אויפ׳ן פלאץ איינגעמאלדן פאר רבינו שליט״א, אז בנוסף צו זיין נדבה נכבדה והגונה אפּצוקויפן דעם זכות שם הבנין וואס ער האט תיכף אויפ׳ן פלאץ איבערגעגעבן ליד קדשו של רבינו שליט״א, טוט ער אויך נעמען אויף זיך דעם זכות פון גאנצן ערשטן יאר פונעם ביהמ״ד, אז דער נייער בית ה׳ זאל זיך אוועקשטעלן אויף פעסטע יסודות, לשם ולתפארת ולתהלה!
צום שלוס האט דער רבי געוואונטשן דעם חשוב׳ן נדיב ובני ביתו החשובה שתחי׳, אז די אלע זכותים זאלן ווייטער באגלייטן, געבענטשט צו ווערן בכל משאלות לבם לטובה ולברכה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן המשב"ק יצחק מיכאל בן מוה"ר דוד נחמן ענגלענדער הי"ו עב"ג בת העסקן מוה"ר שלום דייטש הי"ו אין זאל פון כתר ריזל.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטוב פון נכדו הרב אליעזר זוסיא מאסקאוויטש שליט"א חתן הרה"צ רבי יואל שליט"א וואו דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אינעם נייעם דירה.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום שמחת החתונה פונעם הויז בחור.
דער רבי האט געווינטשן לחיים און געזאגט די שבע ברכות און דער בדחן מוה"ר מרדכי אילאוויטש הי"ו האט אויסגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ.
דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און דערנאך מיט די חתן און מחותנים.
מיטוואך בשלח
דער רבי האט געדאוונט שחרית בהיכל ישיבה גדולה.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט תלמידי חלק ג' חבורת בני חורין, וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות נישט צו האבן קיין סעלפאונס.
דער רבי האט ארום גערעדט אז די כלי זין פון א איד איז תפילה, און מיט דעם האלט מען מלחמה אנטקעגן אלע מיני עצת היצר.
דער רבי האט אויך ארויסגעברענגט אז דאס וואס דער ייטב לב ברענגט אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, האט דער רבי מוסיף געווען, אז די לשון נפש מיינט רצון, איז די זעלבע בחינה פון מסירת נפש קען מען זאגן מיינט אז סיי וואס א איד געבט אוועק זיינע רצונות וואס ער האט פארן אייבירשטען'ס וועגן איז אויך א בחינה פון מסירת נפש, ובפרט ווען עס איז דא א ווינט פון הסתה, איז די מסירת נפש שטערקער.
אינמיטן טאג איז דער רבי אריבערגעגאנגען אויף א באזוך אין מצה בעקעריי וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט.
פארנאכטס איז דער רבי געווען מסדר קידישן ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל גרינפעלד הי"ו עב"ג בת הרבני הנגיד ר' יחזקאל שווימער הי"ו אין זאל פון קאנטינענטאל און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר דוד קאהן הי"ו עב"ג בת מוה"ר אהרן נויסענצווייג הי"ו אין זאל פון כתר ריזל.
ביינאכט איז דער רבי געפארן צום טירערבארא עירפארט וואו דער רבי איז אפגעפלויגן קיין נארט מיאמי אויף מנוחת הנפש.