טראמפ 47 אדמיניסטראציע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
אמעריקע שטעלט ארויס שוואכע "לעוול 1" טרעוול אלערט פאר בירגער וואס ווילן טרעוולען קיין מעקסיקא
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פּרעזידענט טראמפּ האט אדרעסירט זארגן וואס מען הערט ביי פארשידענע, אז אילאן מאסק האט באקומען צופיל מאכט און צעפירט זיך די הענט. טראמפּ האט גערעדט צו רעפּארטערס אינעם אוועל אפיס און קלארגעשטעלט אז מאסק קען נישט נעמען קיין שום שריט אן באשטעטיגונג פונעם ווייסן הויז. "ער קען גארנישט טאן און וועט גארנישט טאן אן אונזער אויטאריזאציע. מיר וועלן אים דאס געבן וואו ס'איז פּאסיג און וואו נישט נישט. אויב איז דא א פּראבלעם, וועלן מיר אים נישט לאזן גיין דערנעבן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
וויצע פּרעזידענט ווענס האט נעכטן באזוכט איסט פּאלעסטיין, אהייא, אין צווייטן יארטאג פון דעם נארפאלק באן דיזעסטער וואס האט פארגיפטעט דעם גאנצן ראיאן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
דאס קומט נאך וואס מעקסיקאנער דראג קארטעלן האבן פארארדנט זייערע מיטגלידער צו אטאקירן אמעריקאנער גרעניץ פאטראל אגענטן מיט קאמיקאזי דראונס און אנדערע אויפרייס מאטעריאל.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ גייט לויט באריכטן אינטערשרייבן א פרעזידענטליכע דעקלעראציע צוריק צו ברענגן זיין מאקסימום דרוק קאמפיין אקעגן איראן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעפאנגן אויספירן איר פארשפרעכונג צו שיקן ארעסטירטע אימיגראנטן קיין גוואנטאנעמא בעי
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טראמפ'ס גרעניץ צאר סטראשעט מיט אנקלאגן ניו דזשורסי גאווערנער אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אז ער טוט באשיצן אן אומלעגאלע אימיגראנט אין זיין הויז
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4833
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14416
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
דאס קומט נאכדעם וואס מורפי האט זיך גערייצט מיט אים זאגנדיג אז ער האט אן אומלעגאלע ביי זיך אינדערהיים, און עמיר זען צי זיי וועלן איר פרובין צו אויפפיקן...
--
אין אנדערע נייעס האט א ווארטזאגער פארן ניו דזשערסי גאווערנאר קלארגעשטעלט אז ער פארמאגט נישט קיין אימיגראנטן ביי זיך אינדערהיים. פונקטליכע פשט אין מורפי'ס ווערטער וועט נאכפאלגן. ווארט מיט שפאנונג.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4833
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14416
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פאם באנדי באשטעטיגט אלס אטורני דזשענעראל.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פּרעזידענט טראמפּ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צוריקצושטעלן זיין "מאקסימום פּרעשור" סטראטעגיע קעגן דעם איראנער רעזשים.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון טעקסאס, אל גרין האט געפיילט ארטיקלען פון אימפיטשמענט, קעגן פרעזידענט טראמפּ איבער דער פרעזידענט'ס נעכטיגע געדאנקען איבער איבערנעמען עזה און דאס אויפבויען.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ דערציילט אז ער האט שוין עטליכע מאל גערעדט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין איבער ענדיגן די מלחמה אין אוקראינא
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ פארארדענט אפצושטעלן די פראדוקציע פון פעניס, זאגנדיג אז ס'קאסט צופיל געלט און ס'איז איבריג
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
כאמאס האט געמאלדן אז די טעראר גרופע טוט אפשטעלן די ווייטערדיגע באפרייאונג פון משכונות ביז א ווייטערדיגע מעלדונג
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
אילאן מאסק באשולדיגט אז 'פימא' האט פאריגע וואך געשיקט 59 מיליאן דאלאר פאר לוקסוריעזע האטעלן אין ניו יארק סיטי צו האלטן דארט אימיגראנטן
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 979
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1371
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
אין קאנאדא האט מען עס שוין געסטאפט יארן צוריק ווייל עס איז אויסגעקומען אז עס קאסט 3 סענט צו מאכן 2
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
ברעיקינג


Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
גאגל מעפס האט געטוישט דעם נאמען צו גאלף אוו אמעריקע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ טרעפט זיך מיט קעניג אבדולא פון ירדן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פימא פלאנט צו פארשיקן 4 ארבייטער וועלכע האבן געשיקט 59 מיליאן פאר ניו יארק סיטי ציצושטעלן שעלטער און זיך אפצוגעבן מיט אומלעגאלע אימיגראנטן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
קעניג אבדולא פון ירדן וועלכע געפונט זיך אין וואשינגטאן פאר א באגעגעניש מיט טראמפ, האט געמאלדן אז ער גייט אריין נעמען 2 טויזנט קראנקע קינדער פון עזה