נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאָנגרעס ספּיקער קעווין מעקארטי האָט נעכטן סיגנאַליזירט אַז ס'כמעט זיכער אַז קאָנגרעס וועט אָנהייבן אן אימפּיטשמענט אויספאָרשונג אין בּיידען ווען די געזעצגעבער קערן זיך אום פון זייער אוגוסט אורלויב קומענדיגע וואך
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן ענדרו קלייד שלאגט פאר צוויי אמענדמענטס צו פארבאטן די רעגירונג פון צושטעלן געלט פאר די אויספארשונגן אקעגן פרעזידענט טראמפ
זיינע אמענדמענטס שלאגן פאר צו פארבאטן דאס נוצן פעדעראלע געלטער פאר פראצעסן אקעגן סיי וועלכע ערענסטע פרעזידענט קאנדידאט אין די קומענדיגע וואלן. דער ריפובליקאנער קאנגרעסמאן פון דזשארדזשע זאגט אז די אמעריקאנער פאלק איז דער וואס באשלוסט ווער עס זאל זיצן אין די ווייסע הויז, און נישט 'דיעפ סטעיט' עלעמענטן וועלכע אטאקירן טראמפ זייט ער האט געמאלדן זיין ערשטע פארמעסט צוריק אין יאר 2015 למס'.
זיינע אמענדמענטס שלאגן פאר צו פארבאטן דאס נוצן פעדעראלע געלטער פאר פראצעסן אקעגן סיי וועלכע ערענסטע פרעזידענט קאנדידאט אין די קומענדיגע וואלן. דער ריפובליקאנער קאנגרעסמאן פון דזשארדזשע זאגט אז די אמעריקאנער פאלק איז דער וואס באשלוסט ווער עס זאל זיצן אין די ווייסע הויז, און נישט 'דיעפ סטעיט' עלעמענטן וועלכע אטאקירן טראמפ זייט ער האט געמאלדן זיין ערשטע פארמעסט צוריק אין יאר 2015 למס'.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ספיקער מעקארטי גייט די וואך באזוכן האוואאי
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
House Majority Leader Steve Scalise diagnosed with blood cancer
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Congressman Steve Scalise
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די ווייסע הויז איז ארויס געקומען מיט א רוף צו קאנגרעס צו אדאפטירן א קורץ-טערמיניגע ביל צו פינאנצירן די פעדעראלע רעגירונג
די ווייסע הויז האט אויך געבעטן אז קאנגרעס זאל נעמען שריט צו אדרעסירן א צאל וויכטיגע פראגראמאן וועלכע לויפן אויס פון געלט, אריין גערעכענט עסן פראגראמאן פאר ארימע משפחוץ. אין פאל קאנגרעס גייט נישט נעמען שריט די קומענדיגע פאר וואכן צו באשטעטיגן א ביל וועט די רעגירונג אויסלויפן פון געלט סעפטעמבער 30 למס'
די ווייסע הויז האט אויך געבעטן אז קאנגרעס זאל נעמען שריט צו אדרעסירן א צאל וויכטיגע פראגראמאן וועלכע לויפן אויס פון געלט, אריין גערעכענט עסן פראגראמאן פאר ארימע משפחוץ. אין פאל קאנגרעס גייט נישט נעמען שריט די קומענדיגע פאר וואכן צו באשטעטיגן א ביל וועט די רעגירונג אויסלויפן פון געלט סעפטעמבער 30 למס'
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2220
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
מיינארעטי לידער סענאטאר מעקאנעל, האט נעכטן צום צווייטן מאל געהאט א 'ברעין פריז'. די פארפרויענקייט האט גענומען בערך 30 סעקונדן. צוקיקער האבן געהויבן די ברעמן צו דער מיינארעטי לידער מעקאנעל ליידט אפשר פון ניאראלגי (מוח) פראבלעמען.
דער דאקטאר פון קעפיטעל היל האט אבער היינט געזאגט אז מעקאנעל געזונט און שטארק!
דער דאקטאר פון קעפיטעל היל האט אבער היינט געזאגט אז מעקאנעל געזונט און שטארק!
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
דער קעפיטאל דאקטאר זאגט אז דער מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל קען רואיג צוריקגיין צו זיין געווענליכער סדר היום
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
א יוטא אנקעטע צייגט אז די מענטשן דארט זענען היבש צופרידן פונעם געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט און טראמפ קעגנער מיט ראמני
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענאט צוריק אין סעסיע נאך 6 וואכן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענעטאר טאמי טובערוויל (ר) זאגט אז אבער איז נישט זיכער אויב מעקאנעל איז ווייטער פאסיג צו דינען אויף זיין אמטמירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:51 pm מיינארעטי לידער סענאטאר מעקאנעל, האט נעכטן צום צווייטן מאל געהאט א 'ברעין פריז'. די פארפרויענקייט האט גענומען בערך 30 סעקונדן. צוקיקער האבן געהויבן די ברעמן צו דער מיינארעטי לידער מעקאנעל ליידט אפשר פון ניאראלגי (מוח) פראבלעמען.
דער דאקטאר פון קעפיטעל היל האט אבער היינט געזאגט אז מעקאנעל געזונט און שטארק!
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
מעקאנעל גייט היינט אדרעסירן זיין געזונט צושטאנד ביי די פולע קאקוס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ריק סקאט זאגט אז ער האלט אז מעקאנעל דארף זיך נישט אפזאגן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענעטאר טאמי טובערוויל קומט אינטער מער און מער דרוק צו ענדיגן זיין בלאקאדא אויף מיליטערישע באשטעטיגונגן אינ'ם סענאט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
וואשינגטאן – דער קאנסערוואטיווער רעפּובליקאנער קאנגרעסמאן מעט געיטז האט געסטראשעט אז ער און זיינע קאלעגעס וועלן זוכן צו צווינגען א שנעלע אפּשטימונג צו אימפּיטשן פּרעזידענט ביידען, און אויך וועלן זיי מעגליך פּרובירן ארויסצואווארפן קעווין מעקארטי פון זיין אמט אלס קאנגרעס ספּיקער. געיטז האט דאס געזאגט ווען ער האט קאמענטירט איבער דעם וואס מעקארטי און אנדערע קאנגרעס פירער טוען ארומשלעפּן און אפּשטופּן די אימפּיטשמענט פארהערן קעגן ביידען און באאמטע פון זיין אדמיניסטראציע
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
א גרופּע קאנגרעס מיטגלידער האבן נעכטן ארויסגעשטעלט א געזעץ פארשלאג צו פארבאטן די פעדעראלע רעגירונג פון שטעלן מאסקע מאנדאטן אויף אלגעמיינע פּובליק פּלעצער. דער געזעץ פארשלאג צילט בעיקר צו בלאקירן צוקונפטיגע מאנדאטן אז דער פּובליק זאל מוזן גיין מיט מאסקעס אין שולעס, אויף פליגערס, און אנדערע פארמען פון פּובליק טראנספּארטאציע. דער געזעץ פארשלאג קומט אין א צייט וואס מ'הערט אז ס'הייבן אן צוריקצוקומען מאסקע רעקאמענדאציעס צוליב פרישע קאוויד קעיסעס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
וואשינגטאן – א מערהייט רעפּובליקאנער און דעמאקראטן האלטן אז די אלטקייט און שוואכע געזונט צושטאנד פונעם רעפּובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל טוט ערנסט צוימען זיינע מעגליכקייטן צו טאן זיין דזשאב. די נייע "עקאנאמיסט" אנקעטע צייגט אז 59 פּראצענט וויילער זאגן אזוי, וואס איז א דראמאטישע שפּרינג פון דריי מאנאטן צוריק ווען נאר 28 פּראצענט האבן אזוי געזאגט. די זארג פאר מעקאנעל'ס געזונט איז געוואקסן אלס רעזולטאט פון צוויי עפּיזאדן לעצטנס וואו ער איז געווארן ווי געלעמט אינמיטן אויפטריטן.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
83 יעריגע געוועזענע הויז ספיקער נענסי פעלאוסי האט געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר ווידערוויילונג פאר איז 20'סטע טערמין אין קאנגרעס.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
רעפּובליקאנער אינעם סענאט האבן אנגעהויבן עפנטליך אוועקמאכן די סטראשונקעס פון קאנסערוואטיווע קאנגרעס מיטגלידער וועלכע סטראשענען מיט א רעגירונג שאטדאון. די רעגירונג גייט אויסלויפן פון פאנדינג אום סעפּטעמבער 30 און די קאנסערוואטיוון אין קאנגרעס ווילן ארויסצווינגען פון די דעמאקראטן פארשידענע קאנצעסיעס, זאגנדיג אז אויב מ'געבט זיי נישט נאך, וועלן זיי ערלויבן די רעגירונג צו גיין צו א שאטדאון. סענאט רעפּובליקאנער מאכן אוועק די האפענונגען פאר קאנצעסיעס און זאגן אויך אז מ'וועט נישט ערלויבן א שאטדאון
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
לינקע אקטיוויסטן האבן זיך איינגעבראכן און די אפיס פון קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי אין די קאפיטאל געביידע.
קאפיטאל פאליציי האבן ארעסטירט 7 פראטעסטירער.
קאפיטאל פאליציי האבן ארעסטירט 7 פראטעסטירער.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
און נישט פארגעסן דאס זענען די וואס פארשן
די געוועזענע פרעזידענט טראמפ ירום הודו
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
רעפּובליקאַנער קאָנגרעסמאַן מעט געטס האָט מרמז געווען אַז ער איז גרייט צו שליסן אַ געשעפט מיט דער דעמאָקראַט עריק סוואלוועל אַרויסצושטויסן קעווין מעקארטי פון די ספּיקער פּאָזיציע