פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
ב״ה
דער מעקסיקאנער פרעזידענט פרוי שיינבוים זאגט אז מעקסיקאו האט אריינגענומען דורכאויס די לעצטיגע טעג העכער 4,000 אימיגראנטן וואס זענען דעפארטירט געווארן פון אמעריקא, אלס חלק פון טראמפ'ס מאסן-דעפארטאציעס, און א מערהייט דערפון זענען געווען נישט-מעקסיקאנער בירגער.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
באריכטן געבן אן אז פילע פאבליק שולעס העלפן אומלעגאלע סטודענטן זיך אויסבאהאלטן פון פעדעראלע דעפארטאציע אגענטן.
פרעזידענט טראמפ האט געגעבן די אגענטורן ערלויבעניש אריין צו גיין אין שולעס, אנדערש ווי ביז יעצט ווען זיי האבן נישט געמעגט.
פרעזידענט טראמפ האט געגעבן די אגענטורן ערלויבעניש אריין צו גיין אין שולעס, אנדערש ווי ביז יעצט ווען זיי האבן נישט געמעגט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
טראמפ'ס גרעניץ צאר טאם האמען, האט רעאגירט צו א ווידיא פון א באקאנטע אקטיאר און זינגער וואס קלאגט אויפ'ן שיקזאל פון אומלעגאלע אימיגראנטן, זאגנדיג אז "ער טוט זיך נישט אנטשולדיגן פאר וואס ער טוט און וועט ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט צו העלפן פארזיכערן אמעריקא."
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4294
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13324
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירהשינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
בעצם ביסטו גערעכט, אבער יעצט האבן די אייס כברה געמאלדן אז זיי וועלן זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן א קרימינאלע רעקארד.משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:15 am"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירהשינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
זינט טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירן האט די ICE אגענטור שוין ארעסטירט איבער פינף טויזנט אומלעגאלער אימיגראנטן, וואס קומט אויס צו ארום 750 אימיגראנטן פער-טאג. די נומערן זענען ערווארטעט צו שטייגן וויבאלד לויט ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס בלויז די אנהייב פון א ברייטערע מאסן-דעפארטאציע פלאן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
אן אינטערעסאנטער אנעקדאט וואס פרעזידענט טראמפ מערקט אן אין א פאקס ניוז אינטערוויו, אז, ווענעזועלע'ס קרימינאלע ראטע איז געפאלן מיט איבער 70 פראצענט אין די לעצטע פאר יאר, דאס איז - ווי ער זאגט - צוליב די מאסן אריינוואנדערונג פון ווענעזועלע גענג'ס און פארברעכער אריין קיין אמעריקע אונטער די ביידן אדמיניסטראציע'ס אפענע גרעניצן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
אזוי אויך זאגט ער, אז די טורמעס אין "קאנגא" זענען אויסגעליידיגט געווארן, און זייערע קרימינאלן דרייען זיך ביי אונז אין לאנד פראנק און פריי.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
היינט איז באקאנט געווארן אז עף-בי-איי 'ספעשעל עידזשענטס' אין שפיץ פון די לאנד'ס 55 פעלד אפיסעס ארבייטן נאכצויאגן ווילדע אימיגראנטן קרימינאלן.
זיי ארבייטן אויף פארשידענע וועגן, סיי מיט זאמלן אינפארמאציע און סיי מיט טאקטישע הילף נאכצויאגן קרימינאלן. עקטינג עף-בי-איי דירעקטער ברייען דריסקאל זאגט אז צום ביישפיל אין ניו יארק האט די אגענטור געהאלפן מיט קלארמאכן די פריאריטעטן צו כאפן צוערשט די ארגסטע פון די ארגסטע, און א דאנק דעם זענען צענדליגער מענטשען שוין אינטער ארעסט.
זיי ארבייטן אויף פארשידענע וועגן, סיי מיט זאמלן אינפארמאציע און סיי מיט טאקטישע הילף נאכצויאגן קרימינאלן. עקטינג עף-בי-איי דירעקטער ברייען דריסקאל זאגט אז צום ביישפיל אין ניו יארק האט די אגענטור געהאלפן מיט קלארמאכן די פריאריטעטן צו כאפן צוערשט די ארגסטע פון די ארגסטע, און א דאנק דעם זענען צענדליגער מענטשען שוין אינטער ארעסט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די דראג אינפארסירונג אדמיניסטראציע (DEA) זאגט אז זינט דינסטאג האבן זיי ארעסטירט 75 אומלעגאלע אימיגראנטן, אין ניו-יארק סיטי אליין.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די פעדעראלע רעגירונג סטראשעט אז זיי וועלן מעגליך אנקלאגן באאמטע אין די טאמפקינס קאונטי שעריף אפיס, נאך וואס זיי האבן ארויסגעלאזט אן אימיגראנט מיט א פעדעראלע ארעסט אורטייל אויף זיך, איידער פעדעראלע אגענטן האבן אים געקענט איבער נעמען.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ווענעזועלע איז איינגעגאנגן צוריק צו נעמען אלע ווענעזועלער אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען פארהאלטן געווארן.
טראמפ'ס מעלדונג קומט נאך א זיצונג צווישן דער אמעריקאנער פארשטייער ריטשערד גרענעל און דער ווענעזועלער פירער ניקאליס מעדורא, וואס האט זיך געענדיגט מיט דעם אז גרענעל האט זיך צוריק געקערט קיין אמעריקא מיט 6 אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן זיך דארט געפונען אינטער ארעסט.
דער פרעזידענט זאגט אז נאך פילע לענדער זענען איינגעגאנגן צוריק צו נעמען זייערע אומלעגאלא אימיגראנטן, און עווענטועל גייט אמעריקא פארשיקן א רעקארד צאל אימיגראנטן.
טראמפ'ס מעלדונג קומט נאך א זיצונג צווישן דער אמעריקאנער פארשטייער ריטשערד גרענעל און דער ווענעזועלער פירער ניקאליס מעדורא, וואס האט זיך געענדיגט מיט דעם אז גרענעל האט זיך צוריק געקערט קיין אמעריקא מיט 6 אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן זיך דארט געפונען אינטער ארעסט.
דער פרעזידענט זאגט אז נאך פילע לענדער זענען איינגעגאנגן צוריק צו נעמען זייערע אומלעגאלא אימיגראנטן, און עווענטועל גייט אמעריקא פארשיקן א רעקארד צאל אימיגראנטן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די האיטי טיימס דערציילט פון א ניו יארק טעקסי דרייווער אין א געגנט פון פילע האיטי אימיגראנטן, אז זיינע פארדינסטן זענען שטארק געפאלן לעצטנס.
ווי ער זאגט זענען די גאסן אין די געגנט ליידיג פון מענטשן, וויבאלד די אימיגראנטן האבן מורא פאר אימיגראציע, אפילו די וואס זענען דא לעגאל.
ווי ער זאגט זענען די גאסן אין די געגנט ליידיג פון מענטשן, וויבאלד די אימיגראנטן האבן מורא פאר אימיגראציע, אפילו די וואס זענען דא לעגאל.
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
לעגאלע אימיגראנטן ציטערן אויך. די מידיא מאכט א גוטע דזשאב מיט זיי
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
דער גאווערנאר פון אריזאנע האט געמאלדן איבער א פרישע טעסק פארס וועלכע וועט זיך אפגעבן מיט פארזיכערן זייערע מדבריות, און זיכער מאכן אז אומלעגאלע אימיגראנטן שווערצן זיך נישט אריין דורך דארט קיין אמעריקע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאזיא קארטעז האט געשיקט א בריוו צום אטוירני דזשענערעל, פארלאנגענדיג קלארקייט אויב זי ווערט אויסגעפארשט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט פאר'ן העלפן אימיגראנטן זיך ארויסדרייען פון אימיגראציע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 397
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1492
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:04 pmבעצם ביסטו גערעכט, אבער יעצט האבן די אייס כברה געמאלדן אז זיי וועלן זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן א קרימינאלע רעקארד.משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:15 am"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירהשינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
ICE האט אויך בפירוש געזאגט אז כאטש וואס זיי וועלן צילן אומלעגאלע וואס האבן געבראכן נאך געזעצן בשעת'ן זיין דאהי, וועלן זיי אויך מיטנעמען סתם אומלעגאלע וואס ווערן געכאפט ביי די רעידס. ש'כח פראיעקט פארוס פאר'ן באשטעטיגן אז זיי האלטן טאקע ווארט...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט די באנוץ פון מיליטערישע עראפלאנען פאר דעפארטאציע פון די אימיגראנטן צוליב די הויעכע קאסטן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פארעפענטליכט אן עפפ וואס וועט ערלויבן אימיגראנטן אין אמעריקא צו אליינס דעפארטירן פון לאנד און נישט אויסשטיין צו ווערן ארעסטירט דורך 'אייס' אגענטן אדער באקומען א טורמע אורטייל. אימיגראנטן וואס וועלן פארלאזן אמעריקא דורך די עפפ וועלן אין די צוקונפט ערמעגליכט ווערן צו לעגאל ווערן אן אמעריקאנער איינוואוינער.
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
ווי איך פארשטיי איז די עפפ מעיקרא גע'עפנט געווארן דורך די ביידען אדמיניסטראציע צו העלפן פאטענציעלע אימיגראנטן אריינקומען,שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:32 pm די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פארעפענטליכט אן עפפ וואס וועט ערלויבן אימיגראנטן אין אמעריקא צו אליינס דעפארטירן פון לאנד און נישט אויסשטיין צו ווערן ארעסטירט דורך 'אייס' אגענטן אדער באקומען א טורמע אורטייל. אימיגראנטן וואס וועלן פארלאזן אמעריקא דורך די עפפ וועלן אין די צוקונפט ערמעגליכט ווערן צו לעגאל ווערן אן אמעריקאנער איינוואוינער.
טראמפ האט עס יעצט ארומגעטוישט און אויך געסטראשעט אז ווער ס'האט זיך געהאט באנוצט מיטן עפפ ביז יעצט וועט מען אים דורך דעם קענען טרעקן און דעפארטירן, ממילא לוינט זיך בעסער אליינס צו גיין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5990
Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס
די פעדעראלע רעגירונג האט געמאלדן אז אגענטן וועלכע זענען געווענליך פארנומען מיט אנדערע אויפגאבן, וועלן יעצט אנהויבן ארויס העלפן מיט דעפארטאציעס, כדי צו קענען כאפן מער אומלעגאלע אימיגראנטן.