Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 21, 2025 5:18 pm
איך בלאש פאר בושה. וואס איז אפיציעל די סיבה פון מארקעטן אז אידן זאלן ווערן מעמבערס דארט???
זעה איך אז מארקעטינג ארבעט יא,
דאס איז דאך די גאנצע נושא, די פייער דעפארטמענט דארף מעמבערס, האבן זיי אדווערטייזט דריי-א-האלב יאר צוריק אז מ'קען זיי דזוינען, איז געקומען ר' יחזקאל אין געזאגט מ'טאר נישט, איי ס'נישט דא קיין מעמבערס, און גאנץ ראקלענד [ווי רוב יונייטעד סטעיטס] מוטשעט זיך מיט מעמבערס, וועל איך שאפן מעמבערס על פי תורה, און דאס הייסט מצילי אש, די פייער דעפארטמענט האט נישט ליב מצילי אש, און נאך אנדערע האבן אויך נישט ליב מצילי אש, יעדער פאר זיין סיבה, הצד השוה שבהם אז מ'איז קעגן מצילי אש, די וועג צו פארלויפן די וועג פון מצילי אש איז דורך אויפבויען די איצטיגע פייער דעפארטמענט, די אלע פעולות וואס מ'טוט צו פארשענערן די יעצטיגע דעפארטמענט איז מיט די כוונה צו קענען זיך אן עצה געבן אן מצילי אש, אין מצילי אש זאל נישט אדער על כל פנים ווי ווייניגער מצליח זיין, און די שליסל דערפון אז די איצטיגע פייער דעפארטמענט זאל האבן מעמבערס, די פראבלעם איז א אלטע אז די מאנסי געגענט האט נאר היימישע [אדער געוועזענע היימישע] אידן, דערפאר מוז מען נעמען די מעמבערס פון די וואס איז דא, איז אין אנדערע ווערטער די אלע וואס ווילן אפשטעלן מצילי אש ווילן אז היימישע אינגעלייט זאלן ווערן מעמבערס אין די איצטיגע [כמו שהוא, אדער מיט די ריזזזזזיגע תיקונים וואס איז שוין ב"ה געמאכט געווארן....], די בילד ווי מ'זעט די לייטער טראק שטייען דארט צוויי אידן, זיי זענען היימישע אינגעלייט.
מיין גאנצע פלא איז נאר געווען די שנעלקייט. ער האט אנגעהויבן צו עדווערטייזן חנוכה, מיט סעיפטי טיפס, נאך צוויי עדס אז ער מעג לויפן שבת, והנה אין נון נאך צוויי וואכן מארקעטן האלט ער שוין אז די באדן איז רייף מ'קען שוין אפיציעל בעטן צו דזשוינען.