בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1833
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6783
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ביי זיין געזעגענונגס רעדע היינט פריער אין טאג האט דער ארויסגייענדער פרעזידענט ביידן צווישן אנדערע געזאגט אז האלט מען דארף צולייגן אן אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע וואס זאל זאגן קלאר אז פרעזידענטן קענען יא געקלאגט ווערן פאר פארברעכנס וואס זיי באגייען אין ווייסן הויז.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ווען איז געווען די לעצטע מאל קובא האט געהאט מיט טעראר?שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:43 pm די [פרעזידענט פון די] פאראייניגטע שטאטן האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע פון סטעיט ספאנסארס פון טעראריזם.
דער שריט איז שארף פארדאמט געווארן דורך רעפ. סענעטאר טעד קרוז, און ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע עס צוריק צו דרייען.
דער דעקלעראציע
6Dx9tK.jpeg
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
האוואנא סינדראם.אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:46 amווען איז געווען די לעצטע מאל קובא האט געהאט מיט טעראר?שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:43 pm די [פרעזידענט פון די] פאראייניגטע שטאטן האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע פון סטעיט ספאנסארס פון טעראריזם.
דער שריט איז שארף פארדאמט געווארן דורך רעפ. סענעטאר טעד קרוז, און ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע עס צוריק צו דרייען.
דער דעקלעראציע
6Dx9tK.jpeg
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
קיינער זאגט נישט אז נישט. סארי מיסטער פרעזידענט.שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:11 pm ביי זיין געזעגענונגס רעדע היינט פריער אין טאג האט דער ארויסגייענדער פרעזידענט ביידן צווישן אנדערע געזאגט אז האלט מען דארף צולייגן אן אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע וואס זאל זאגן קלאר אז פרעזידענטן קענען יא געקלאגט ווערן פאר פארברעכנס וואס זיי באגייען אין ווייסן הויז.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1833
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6783
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די ניו יארקער פייער דעפארטמענט ביים פארלעשן א קאר פייער אויפן פארנומענעם בי קיו אי צווישן וויליאמסבורג און ב"פ.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דאס באשטימען קובא אלס טעראר שטיצער איז געווען איינס פון טראמפס ערשטע זאכן אין זיין ערשטע טערמין.שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:43 pm די [פרעזידענט פון די] פאראייניגטע שטאטן האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע פון סטעיט ספאנסארס פון טעראריזם.
דער שריט איז שארף פארדאמט געווארן דורך רעפ. סענעטאר טעד קרוז, און ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע עס צוריק צו דרייען.
דער דעקלעראציע
6Dx9tK.jpeg
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אמעריקאנע באאמטע זאגן אז דער סודאנ'ער מיליטער האט זיך עטליכע מאל באנוצט מיט כעמישע וואפן אנטקעגן די פאראמיליטערישע גרופע וואס באקעמפט די ארטיגע רעגירנג אין א בירגער קריג, און וואשינגטאן גרייט זיך ארויפצולייגן סאנקציעס אויף ארטיגע הויכראנגיגע מיליטערישע פירער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
זשעף בעזאס האט ארויפגעשאסן צום ערשטן מאל זיין נייע גלען ראקעט, א טריט אין די אנגייענדע פארמעסט צווישן זיין פירמע בלו אריזשין און אילאן מאסק'ס ספעיס עקס.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דורכאויס זיין זיבעצן מינוטיגע געזעגענונגס רעדע האט ביידען צווישן אנדערע, גענומען קרעדיט פאר די יעצטיגע משכונות אפמאך אין מדנ"י, און ארויסגעהויבן די גוטע ארבעט וואס זיין טיעם טוט דורכאויס די טראנזישאן, צו האלטן די אריינקומענדע אדמיניסטראציע פולקאם אינפארמירט איבער אלעם וואס אנטוויקלט זיך.
אזוי אויך האט ער גענומען קרעדיט פארן ארויסשלעפן דאס לאנד פון די קאוויד זומפ, אנצייגנדיג אויף די זיבעצן מיליאן זשאבס וואס זענען צוגעקומען דורכאויס זיין טערמין.
אזוי אויך האט ער גענומען קרעדיט פארן ארויסשלעפן דאס לאנד פון די קאוויד זומפ, אנצייגנדיג אויף די זיבעצן מיליאן זשאבס וואס זענען צוגעקומען דורכאויס זיין טערמין.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
מערערע כינעזע בירגער האלטן זיך אפ פון רייזן קיין טיילאנד, א לאנד וועלכע לעבט פון כינעזע טוריזם, נאך א פארכאפונג וואס איז פארגעקומען פריער אין חודש, ווען א פאפולערער כינעזער אקטיאר איז פארכאפט געווארן, געשמוגלט געווארן קיין מיאנמאר, און געצווינגען געווארן צו ארבעטן אין א לאגער און דורכפירן אנליין סקעמס.
דער אקטיאר איז שפעטער ארויסגעראטעוועט געווארן, אבער די גענגס וואס זענען פאראנטווארטליך אויף זיין פארכאפונג גייען ווייטער אן.
דער אקטיאר איז שפעטער ארויסגעראטעוועט געווארן, אבער די גענגס וואס זענען פאראנטווארטליך אויף זיין פארכאפונג גייען ווייטער אן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
גאוו. דיסאנטיס פון פלארידע האט אויסגעקליבן די יעצטיגע פלארידע אטורני זשענעראל איבערצונעמען די סענאט זיץ פון מארקא רוביא, וועם טראמפ האט נאמינירט פאר סעקרעטערי אוו סטעיט.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דעמאקראטן האבן שוין געפונען א פרישע גלעזל וואסער וואו צו אנדרייען א שטורעם, און הייבן א ווייגעשריי נאכדעם וואס פאליציאנטן אין סיראקיוז, אפסטעיט נ.י. האבן ארעסטירט און געקייטלט א עלעוו יעריגע שווארצע מיידל, נאכן איר בטעות אידענטיפיצירן אלס די שולדיגע אין א קאר גניבה.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1833
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6783
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
@שאינו יודע לשאול דו ביסט אייזן!!
@שאול מעג זיך לערנען פון דיר...
@שאול מעג זיך לערנען פון דיר...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
שכח!
עגרי...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1833
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6783
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
העריס האט געלאזט וויסן פאר אירע נאנטע אז זי איז אנטוישט מיט ביידען'ס לעצטיגע ווערטער אז ער וואלט געקענט געוואונען די 2024 פרעזידענט וואלן.
דורכאויס די צייט וואס פרעזידענט ביידען איז געלאפן פאר ווידערוויילונג איז העריס שטענדיג געשטאנען צו זיין זייט, און אפילו ווען א צאל דעמאקראטן האבן שוין אנגעפאנגן פארלאנגן אז ער זאל אפטרעטן האט זי עס נישט געטון. יעצט זענען אבער אירע באציאונגן מיט ביידען געווארן אפגעקילט, איבערהויפט נאכדעם וואס ביידען האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז באזירט אויף אנקעטעס האלט ער אז ער וואלט געקענט געוואונען די פרעזידענט וואלן.
נו שוין.

גערעכט. פארגעסןפעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 10:36 amהאוואנא סינדראם.אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:46 amווען איז געווען די לעצטע מאל קובא האט געהאט מיט טעראר?שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:43 pm די [פרעזידענט פון די] פאראייניגטע שטאטן האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע פון סטעיט ספאנסארס פון טעראריזם.
דער שריט איז שארף פארדאמט געווארן דורך רעפ. סענעטאר טעד קרוז, און ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע עס צוריק צו דרייען.
דער דעקלעראציע
6Dx9tK.jpeg
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2909
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6695
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
נאך א מזל אז זי האט דאס געלאזט דעם עולם וויסן. ווייל ווען נישט זי טוט דאס צו וויסן טוהן, וואלט דער ציבור געקענט מציינען אז זי גלייכט זייער די ווערטער. יעצט אז זי האט געלאזט וויסן אז זי איז אנטוישט, וועט יעדער זיין קלאר אינעם מצב.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
באגרינסד ביז גאר.שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:13 pm ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט פארבאט קאר געיעגן פאר נידריגע פארברעכנס און טראפיק פארלעצונגען.
אין א נייע פּאַליסי וואָס די סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן, וועלן מער נישט זיין קיין היי-ספּיד קאַר געיעגן קעגן דרייווערס וואָס פאַרלעצן טראַפיק געזעצן אָדער אַנדערע שוואַכע סאָרט פאַרברעכנס, נאָר עס וועט רעזערווירט ווערן אין פאַל עס רעדט זיך פון אַן ערנסטע פאַרברעך.
די פּאָליציי באַאַמטע זאָגן אַז א פערטל פון די 2,300 קאַר געיעגן דורך די פּאָליציי פאַראַיאָר האָבן געפירט צו קראַכן, פּראַפּערטי שאָדנס און פיזישע שעדיגונגען, און דעריבער וועט דאָס זיין פאַרבאָטן און שטאַרק געצוימט.
ספעציעל אין א פלאץ וואו ס’אפיציעל יד פארברעכערס על העליונה, איז פארוואס זאלן דא פאליציי יא מעגן אינפארסירן דעם געזעץ?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
@שינאווער ביסט אייזן!!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1833
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6783
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
הונדערט פראצענט.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 7:10 pmבאגרינסד ביז גאר.שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:13 pm ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט פארבאט קאר געיעגן פאר נידריגע פארברעכנס און טראפיק פארלעצונגען.
אין א נייע פּאַליסי וואָס די סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן, וועלן מער נישט זיין קיין היי-ספּיד קאַר געיעגן קעגן דרייווערס וואָס פאַרלעצן טראַפיק געזעצן אָדער אַנדערע שוואַכע סאָרט פאַרברעכנס, נאָר עס וועט רעזערווירט ווערן אין פאַל עס רעדט זיך פון אַן ערנסטע פאַרברעך.
די פּאָליציי באַאַמטע זאָגן אַז א פערטל פון די 2,300 קאַר געיעגן דורך די פּאָליציי פאַראַיאָר האָבן געפירט צו קראַכן, פּראַפּערטי שאָדנס און פיזישע שעדיגונגען, און דעריבער וועט דאָס זיין פאַרבאָטן און שטאַרק געצוימט.
ספעציעל אין א פלאץ וואו ס’אפיציעל יד פארברעכערס על העליונה, איז פארוואס זאלן דא פאליציי יא מעגן אינפארסירן דעם געזעץ?
וואס פעלט אויס פארן קרימינאל וואס דער פאליציאנט האט אזוי רשעות'דיג און אומיושר'דיג אפגעשטעלט, ארויסצוקומען פונעם קאר, ווערן ארעסטירט, זיצן אין פאליס סטעישאן, ארויסגיין אפאר שעה דערנאך...
פון יעצט אין ווייטער קען אזא איינער פשוט אראפדרוקן אויפן גאז פעדל און פטור אן עסק, דער פאליציאנט איז דאך נישט ערלויבט אים נאכצופארן.
ווייל דאס איז זייער סכנות'דיג.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ברעיקינג: לויט באריכטן איז דער דעמאקראטישער מעיאר עדעמס פון נ.י. אויפן וועג קיין פלארידע, וואו ער וועט אפהאלטן א זיצונג מיט טראמפ אין מאר-א-לאגא.
עדעמס האט אין די לעצטע תקופה ארויסגעוויזן זיין שטיצע פאר טראמפ און זיינע פלענער, הויפטזעכליך אויף די אימיגראציע אישו, און האפט צו באקומען א פארדאן פון טראמפ, וועלכער האט שוין געזאגט אז ער האלט אז עדעמס ווערט אומיושר'דיג גע'רודפ'ט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.
עדעמס האט אין די לעצטע תקופה ארויסגעוויזן זיין שטיצע פאר טראמפ און זיינע פלענער, הויפטזעכליך אויף די אימיגראציע אישו, און האפט צו באקומען א פארדאן פון טראמפ, וועלכער האט שוין געזאגט אז ער האלט אז עדעמס ווערט אומיושר'דיג גע'רודפ'ט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ל/א פייער אפדעיט: דער פאליסעידס פייער וואס האט שוין דערווייל פארניכטעט העכער 23,700 אקערלאנד איז 22 פראצענט אונטער קאנטראל, ארויף פון זיבעצן פראצענט א טאג פריער.
דער עיטאן פייער וואס האט אפגעווישט העכער 14,100 אקערלאנד אין פאסעדינא און אלטעדינא [אלטע ווער?] איז אצינד ארום 55 פראצענט קאנטראלירט, ארויף פון 45% א טאג בעפאר.
דער עיטאן פייער וואס האט אפגעווישט העכער 14,100 אקערלאנד אין פאסעדינא און אלטעדינא [אלטע ווער?] איז אצינד ארום 55 פראצענט קאנטראלירט, ארויף פון 45% א טאג בעפאר.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די טרעזשורי דעפארטמענט האט היינט געמאלדן סאנקציעס אויף אבדול על-בורהאן, דער סודאנער פירער און קאמאנדיר פון די ארטיגע קרעפטן, וועלכער האט פארכאפט קאנטראלאין לאנד אין 21', און פירט א ברוטאלע מלחמה מיט ארטיגע מיליטערישע גרופעס.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 4:55 pm אמעריקאנע באאמטע זאגן אז דער סודאנ'ער מיליטער האט זיך עטליכע מאל באנוצט מיט כעמישע וואפן אנטקעגן די פאראמיליטערישע גרופע וואס באקעמפט די ארטיגע רעגירנג אין א בירגער קריג, און וואשינגטאן גרייט זיך ארויפצולייגן סאנקציעס אויף ארטיגע הויכראנגיגע מיליטערישע פירער.unnamed - 2025-01-16T164842.093.jpg
אל-בורהאן ווערט באשולדיגט אין באמבאדירן ציווילע סטרוקטורן, אריינגערעכנט שולעס און געביידעס, נישט צולאזן הומאניטערישע הילף צו די איינוואוינער, און אויפן זיך באנוצן מיט כעמישע וואפנס קעגן זיינע שונאים.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די רעגירונג אין קובא האט נעכטן געמאלדן אז דרייצן זעלנער זענען אומגעקומען די פארגאנגענע וואך ווען א וואפן דעפא האט אויפגעריסן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א טראק דרייווער האט זיך דערקלערט שולדיג אין די טויט פון 53 אימיגראנטן, וועם ער האט פרובירט צו שמוגלען פון מעקסיקא קיין טעקסאס אין 22', און זיי זענען אומגעקומען פון די אומדערטרעגליכע היצן וואס האבן אנגעהיצט די טרעילאר צו א קאלך אויוון.