אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5650
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11444

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סיי פאר דורותינו, און סיי פאר ידידינו @פ. לאקס:

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א יאפעד שטיצער, מסתמא אויך באצאלט דורך זיי, און ס'איז נאריש צו מאכן דערפון מסקנות.

יאפעד וויל שטופן אז ס'זאל דורכגעפירט ווערן א קלארער געזעץ אז מ'קען אוועקנעמען פאנדינג פון א מוסד וואס קומט נישט נאך סובסטענשעל עקוויוועלענסי. פארוואס? ווייל זיי האלטן אז דעמאלס וועלן די מוסדות זיך ברעכן אדער אונטערגיין.

און דאס איז די אגענדע וואס דער ארטיקל פרובירט צו שטיפן, מהחל ועד כלה.
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 71

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:55 pm איך וויל אפגעבן א דאנק פאר מערכת דורותינו פארן צוברענגען דעם ארטיקל פונעם געזעץ זשורנאל איבער די גזירת החינוך, יענע אפהאנדלונג איז א שיינע ארבעט.
ווי פארשטענדליך איז בכלל נישט קיין חידוש אז דארט שטייט גראדע פונקט פארקערט ווי זייערע טענות... און אויך פונקט פארקערט פון וואס זיי זאגן אז עסז שטייט דארט.
אויב די קענסט שרייבן וואס עס שטייט און 'דורותינו' אנדערשט ווי עס שטייט אינעם ארטיקל?

די 'דורותינו' ברענגט סך הכל נאך עטליכיע פונקען פון די ארטיקל פונעם געזעץ זשורנאל,

1)אז די רעגירונג גייט נישט אויספירן די גזירות החינוך דורכן באשטראפן עלטערן,

2)און אז די איינציגסטע וועג אויסצופירן די גזירות החינוך איז דורך די מוסדות,
דורך דעם אז די רעגירונג וועט האבן רעכט אוועקצונען די פאנדיג פון די מוסדות,

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:55 pm די זשורנאל קומט גראדע צום אויספיר אז די רעגירונג האט אצינד נישט קיין שום רעכט אוועק צו נעמען פאנדינג פון די מוסודת, און שלאגט זאגאר פאר אז מען זאל אדורכפירן א פרישע אמענדמענט יא צו ערלויבן די רעגירונג צו אפשטעלן פאנדינג.
אויך קומען זיי צום אויספיר אז די פעלדער אמענדמענט איז א גרויסע שטער אויף צו קענען אויספירן די גזירת החינוך, און אז עס ערלויבט די רעגירונג דערמיט זיך אפצולאזן פון די מוסדות התורה און פארלאנגען ממש מינימאלע לימודים, און עס קריטיקירט שטארק אז ניטאמאל פארלאנגט עס צו לערנען אמעריקאנער היסטאריע.
באזונדער שרייבט יענער פראפעסאר אז קאנסיטוציענעלע טענות קעגן די עצם געזעץ וועלן מסתם דורכפאלן אין געריכט. און די איינציגסטע זאכן וואס מען קען אפשאפן אין געריכט איז די סכום שעות וואס מען דארף לערנען, נאר אנשטאט זאל מען קוקן אויף די תוצאות, ווי אויך קען מען מעגליך באקעמפן די חלק אז מען דארף אויסלערנען די זאכן דוקא אין ענגליש.
באזונדער רייסט עס גאר שטארק אראפ ריכטערין רייבא'ס אורטייל אז מען קען צולערנען די איבריגע לימודים אינדערהיים אלץ אומפראקטיש און אומאינפארסירבאר.

לסיכום ענדיגט עס צו אז אויב מען טוישט די געזעץ צו קענען אפשטעלן פאנדינג פאר מוסדות וועט עס מסתם ברענגען אז מען זאל זיך צושטעלן צום געזעץ זינט די מוסדות וועלן נישט האבן קיין אנדערע ברירא, און אפילו די מוסדות וואס קענען יא זיך באגיין אן פאנדינג וועלן אבער פארלירן פראמינענץ מיט'ן חלום אז אויב עס זענען דא לעגאלע שולעס וועלן עלטערן אויסקלויבן צו שיקן אהין ענדערש ווי אין אומלעגאלע.
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 71

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

דורותינו גליון נ”ח
ערש”'ק פ’ מקץ - חנוכה תשפ”ה לפ”ק
unnamed.jpg
unnamed.jpg (541.6 KiB) געזען געווארן 1358 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (630.33 KiB) געזען געווארן 1358 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (674.97 KiB) געזען געווארן 1358 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 71

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

די צוויי רעפארטס פון לאנדאן
Yetev Lev 112 Cazenove Rd.PDF
(349.92 KiB) דאונלאודעד 29 מאל
Yetev Lev 111-115 Cazenove Rd (1).PDF
(387.81 KiB) דאונלאודעד 17 מאל
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 620

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Glass »

וואס איז די פרטים פון די נייע אנטי חינוך ביל אין לאנדאן?
אינטערעסאנט
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
x 69

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אינטערעסאנט »

איינער מיט מער פרטים?
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 941
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1973

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דעת קדשי »

אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:33 am איינער מיט מער פרטים?
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 727
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 774

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חכם עתיק »

אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:33 am איינער מיט מער פרטים?
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
א פרישע רינגעלע האט זיך היינט געעעפנט אין די ברייט פארצווייגטע מערכה וואס אידישע קינדער זענען עוסק איבער די גזירת החינוך, אפצושלאגן די שווערע גזירה און באקעמפן מיט ציין און נעגל, די וואס פרובירן צו אריינרעדן אין די חינוך הטהור וואס אידישע קינדער געבן איבער דור אחר דור.

די פערל'ס ארגענעזאציע וואס איז אקטיוו אויף פארשידענע פראנטן אפצושלאגן די גזירה, האט היינט אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין די פעדעראלע אפטיילונג פון ציווילע רעכטן, דירעקטירט קעגן די עדיוקעישאן דעפארטמענט פון ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט, מיטן קלאגע אז זיי דיסקרימינירן דירעקט קעגן אידן, און לייגן ארויף אומלעגאלע צוימונגען אויף די היימישע ישיבות, נאך ארגער ווי די פאבליק סקולס לענגאויס ניו יארק.

די קלאגע מיט א רייע דעטאלן דערונטער, נעמט אריין די פאקט אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט פירט זיך אויף אומלעגאל קעגן אידישע סקולס, אין די צייט וואס די פאבליק סקולס ווערן נישט אזוי נאכגעקוקט מיט פארגרעסערטע גלעזער, דאס זעלבע איז מיט די אויסרייד אז מען טאר נישט לערנען מיט די קינדער אין אנדערע שפראכן, אין די צייט וואס אין די פאבליק סקולס איז עס יא ערלויבט.

די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די הנהלה פון עטליכע גרויסע מוסדות התורה אין ניו יארק, מוסדות סאטמאר, מוסדות באבוב, מוסדות חב"ד, און מוסדות צעהלים.

קרעדיט: JDN
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 149

פאוסט דורך אנעקדאט »

חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:06 pm

פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1086
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 4566

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שינאווער »

unnamed (41).jpg
unnamed (41).jpg (348.91 KiB) געזען געווארן 819 מאל
קנאקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 7:12 am
x 50

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קנאקער »

אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:05 pm
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:06 pm
אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:33 am איינער מיט מער פרטים?
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
א פרישע רינגעלע האט זיך היינט געעעפנט אין די ברייט פארצווייגטע מערכה וואס אידישע קינדער זענען עוסק איבער די גזירת החינוך, אפצושלאגן די שווערע גזירה און באקעמפן מיט ציין און נעגל, די וואס פרובירן צו אריינרעדן אין די חינוך הטהור וואס אידישע קינדער געבן איבער דור אחר דור.

די פערל'ס ארגענעזאציע וואס איז אקטיוו אויף פארשידענע פראנטן אפצושלאגן די גזירה, האט היינט אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין די פעדעראלע אפטיילונג פון ציווילע רעכטן, דירעקטירט קעגן די עדיוקעישאן דעפארטמענט פון ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט, מיטן קלאגע אז זיי דיסקרימינירן דירעקט קעגן אידן, און לייגן ארויף אומלעגאלע צוימונגען אויף די היימישע ישיבות, נאך ארגער ווי די פאבליק סקולס לענגאויס ניו יארק.

די קלאגע מיט א רייע דעטאלן דערונטער, נעמט אריין די פאקט אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט פירט זיך אויף אומלעגאל קעגן אידישע סקולס, אין די צייט וואס די פאבליק סקולס ווערן נישט אזוי נאכגעקוקט מיט פארגרעסערטע גלעזער, דאס זעלבע איז מיט די אויסרייד אז מען טאר נישט לערנען מיט די קינדער אין אנדערע שפראכן, אין די צייט וואס אין די פאבליק סקולס איז עס יא ערלויבט.

די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די הנהלה פון עטליכע גרויסע מוסדות התורה אין ניו יארק, מוסדות סאטמאר, מוסדות באבוב, מוסדות חב"ד, און מוסדות צעהלים.

קרעדיט: JDN
פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
ווי שטייט נישט קלאר?
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 154

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

וואשינגטאן - אין א א היסטארישער שריט אין די קאמף פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק סטעיט איז היינט מאנטאג אינדערפרי אריינגעגעבן געווארן א שטאנדהאפטיגער באריכט פון 20 זייטן דורך פערל'ס אדוואקאט ר' אבי שיק הי"ו אין נאמען פון די מוסדות התורה דחסידי באבוב, חב"ד, סאטמאר, און צעהלים, וועלכע דעקט אויף דעם אז די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט דיסקרימינירט אנטקעגן די חרד'ישע אידנטום אין ניו יארק.

אין די באריכט טוט דער לויער אראפ שטעלן א צאל שארפע ארגומענטן וואס צייגט ווי אזוי דיסטעיט און סיטי עדיוקעשאן באאמטע טוען פארלעצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון חרדי'שע אידן ווען עס קומען צו מחנך זיין די קינדער אין ניו יארק, פיל ערגער וואו די אלגעמיינע פאבליק סקולס, די קלאגע פארלאנגט די פעדעראלע רעגירונג צו אדורכפירן א גרינטליכע אויספארשונג אויף די סטעיט אין סיטי עדיוקעשאן דעפארטמענטס פאר פינף הויפט פארלעצונגען פון די געזעץ.

צום ערשט אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט טוהט נישט רעכענען די לימודי קודש אלס טייל פון עדיוקעשאן ווען אין די זעלבע צייט לערנט מען היסטאריע, רעכענען, און שפראך אלס טייל פון די לימודי קודש.

אויך טוען די באאמטע דיסקרימינירן קעגן די אידישע שפראך און נישט לאזן לערנען לימודי חול אויף אידיש, אנדערש ווי אין געוויסע פאבליק שולעס וואו די אלגעמיינע שטודיעס ווערן געלערנט אויף אנדערע שפראכן.

אין די ארגומענטן ווערט פארגעשטעלט א צאל דיסקרימינאטיווע שריט פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט, אנגעהויבן אז זיי האבן זיך אריינגעמישט אין די פראצעדור פון וועלכע לערערינס מ׳זאל אויפנעמען וואס איז קעגן א סופרים קאורט אורטייל, אזוי אויך אז באאמטע האבן קלאר געשטעלט אז זיי ווילן די קינדער זאלן לערנען זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די אידישע רעליגיע, און זיי האבן בדווקא געשיקט פרויען אינספעקטארס אין די חדרים טראץ די נאכאנאנדע געבעטן פון די מוסדות התורה אז זיי זאלן דאס נישט טוהן.

אידישע קינדער בעטן ווייטער צום רבש"ע אז דער רעגירונג זאל נישט האבן קיין שליטה אין די הייליגע חינוך פון תינוקות של בית רבן כדרך המסורה לנו מדור דור.
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 149

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אנעקדאט »

קנאקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:24 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:05 pm
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:06 pm

א פרישע רינגעלע האט זיך היינט געעעפנט אין די ברייט פארצווייגטע מערכה וואס אידישע קינדער זענען עוסק איבער די גזירת החינוך, אפצושלאגן די שווערע גזירה און באקעמפן מיט ציין און נעגל, די וואס פרובירן צו אריינרעדן אין די חינוך הטהור וואס אידישע קינדער געבן איבער דור אחר דור.

די פערל'ס ארגענעזאציע וואס איז אקטיוו אויף פארשידענע פראנטן אפצושלאגן די גזירה, האט היינט אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין די פעדעראלע אפטיילונג פון ציווילע רעכטן, דירעקטירט קעגן די עדיוקעישאן דעפארטמענט פון ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט, מיטן קלאגע אז זיי דיסקרימינירן דירעקט קעגן אידן, און לייגן ארויף אומלעגאלע צוימונגען אויף די היימישע ישיבות, נאך ארגער ווי די פאבליק סקולס לענגאויס ניו יארק.

די קלאגע מיט א רייע דעטאלן דערונטער, נעמט אריין די פאקט אז די עדיוקעישאן דעפארטמענט פירט זיך אויף אומלעגאל קעגן אידישע סקולס, אין די צייט וואס די פאבליק סקולס ווערן נישט אזוי נאכגעקוקט מיט פארגרעסערטע גלעזער, דאס זעלבע איז מיט די אויסרייד אז מען טאר נישט לערנען מיט די קינדער אין אנדערע שפראכן, אין די צייט וואס אין די פאבליק סקולס איז עס יא ערלויבט.

די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די הנהלה פון עטליכע גרויסע מוסדות התורה אין ניו יארק, מוסדות סאטמאר, מוסדות באבוב, מוסדות חב"ד, און מוסדות צעהלים.

קרעדיט: JDN
פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
ווי שטייט נישט קלאר?
אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:33 am https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 255

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:05 pm פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
קול מבשר לשיטתיה
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 727
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 774

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חכם עתיק »

אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:33 am איינער מיט מער פרטים?
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/120280
Screenshot 2025-01-15 111919.png
Screenshot 2025-01-15 111919.png (390.56 KiB) געזען געווארן 507 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5650
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11444

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Screenshot 2025-01-15 130205.jpg
Screenshot 2025-01-15 130205.jpg (502.44 KiB) געזען געווארן 487 מאל
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 798

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואלף »

הייסט דאס וואס זיי האבן פארפעלט צו טוען אין סטעיט געריכטליך טוען זיי יעצט אין פעדעראל?
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:58 pm יעצט וואס איך זע דא למעשה לפי דעם ס"ה:

די ריכטערן האט אפגעווארפן די ערשטע 4 דיסקרימינאציע קלאגעס, וויבאלד מ'וואלט לפי זה געדארפט קלאגן דעם אלטן געזעץ.

ווידער די טענה אז די גאנצע ציל דא איז 'אנטי רעליגיע', מען פארלייגט זיך אויף אונז, האט זי פשוט "אפגעווארפן" זאגנדיג אז מיינט יעדעם צוגלייך. דא וואלט פערלס געקענט גוט נוצן די פעלדער געזעץ און אנצייגן אז די קאמישאנער האט אויסגעוועלט צו טייטשן דעם געזעץ איין וועג אדער די אנדערע און אויסגעוועלט איין וועג צו געפעלן יאפעד און גיין קעגן די פרומע אידן. זיי האבן עס אבער נישט גענוצט. דא וואלט נישט געגילט ריבא'ס ענטפער אז די עצם געזעץ איז א אלטע געזעץ, ווייל דאס איז די נייע פעלדער אמענדמענט וואס ער האט יעצט די וועג צו פארטייטשן וויאזוי ער וויל!

אזויפיל וועל איך יא זאגן, למען האמת, אז לויט דעם ס"ה קוקט מיר יא אויס אז ריבא'ס חידוש איז פערלס'ס קרעדיט, ווייל כאטש זי איז אליינס מחדש דאס אפטיילן די מוסדות, איז דאס אבער לכאורה אלס אן הקדמה צו קענען דערנאך אפווארפן די לייסענסינג טענה, קומט אויס די טענה האט למעשה געטריגערט צו מאכן דעם חידוש. חוץ אויב איך פארשטיי עס נישט גענוג קלאר.

יעצט ווען ס'קומט צום אפיעלס, האט פערל'ס "נישט אפיעלט קיין איינס". נישט בלויז די ערשטע 4 [וואס מ'קען זאגן אז זיי ערווארטן אז די אפעלאט וועט זיכער זאגן די זעלבע אז מ'קען יעצט נישט קלאגן 'די גיידליינס' אלס דיסקרימינאציע אויף די עלטערן], נאר אפילו די צווייטע סעט טענות, ובעיקר דאס וואס ריבא האט געזאגט אז מ'האט זיך דא נישט פארלייגט דירעקט קעגן רעליגיע, האט פערלס געלאזט לויפן און בכלל נישט אפיעלט. דא איז די שרעקליכע קושיא וואס קיינער פארשטייט נישט הלמאי.

נאר וואס איז דא געווען יעצט? "די סטעיט" האט אפיעלט ריבא'ס חידוש, און פערלס האט עס דארט פארטיידיקט. אבער קיין "קראס אפיעל" אז נישט געווען בכלל. (אנגענומען איז, אז מען מאכט א קראס אפיעל אלעמאל ווען נאר מעגליך, אפילו מיט שוואכע טענות, פשוט אז דער שופט זאל האבן די וואג פון ביידע צדדים גלייך זה כנגד זה כדי דער דרך אמצעי זאל זיין אז די נידריגע פסק בלייבט... - אפגערעדט דא וואס ס'איז פארהאן שטארקע יסודות אינעם קאמף "קעגן די יעצטיגע גיידליינס" וואס ווערן דא מער ווייניגער פארזיגלט קעגן אונז).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5650
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11444

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:53 pm הייסט דאס וואס זיי האבן פארפעלט צו טוען אין סטעיט געריכטליך טוען זיי יעצט אין פעדעראל?

דאסמאל איז עס נישט אין קיין געריכט בכלל.

זיי לייגן דא פאר טענות פאר א פאליטישע אפיס, א אפטיילונג אינערהאלב די פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט.

אסאך פון די יעצטיגע טענות זענען שוין געשטאנען ארגינעל אין די ערשטע סטעיט געריכט אנקלאגע, און טייל דערפון האט שוין רייבא אפילו אפגעווארפן.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 96

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:41 pm

נייס ספין, פאליטישע אפיס

די פערלס משוגעים הערן נישט אויף צו זיין נאריש, געבן אריין עפעס וואס דער געריכט האט שוין לאנג אפגעווארפן, אזוי נאריש צו ארבייטן?
וועלכע פון די טענות האט ריבא אפגעווארפן?
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 149

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אנעקדאט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:47 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:05 pm פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
קול מבשר לשיטתיה
קודם כל, קול מבשר האלט זיך נישט צוריק פון דערמאנען פערל'ס.

והשנית, אפילו אין די 'אפדעיט' פון פערל'ס שטייט אויך נישט אז ס'האט מיט זיי, הלא דבר הוא. וויל איך פארשטיין וואס דא גייט פאר.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 255

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 8:52 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:47 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:05 pm פארוואס שטייט נישט קלאר אז ס'איז פערל'ס?
קול מבשר לשיטתיה
קודם כל, קול מבשר האלט זיך נישט צוריק פון דערמאנען פערל'ס.

והשנית, אפילו אין די 'אפדעיט' פון פערל'ס שטייט אויך נישט אז ס'האט מיט זיי, הלא דבר הוא. וויל איך פארשטיין וואס דא גייט פאר.
די אפרעדעניש איז נישט געפיילט דורך פערלס, ס'איז פון אבי שיק בשם 5 מוסדות.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 375

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך תינוק הבורח »

לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 8:53 pm וואשינגטאן - אין א א היסטארישער שריט אין די קאמף פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק סטעיט איז היינט מאנטאג אינדערפרי אריינגעגעבן געווארן א שטאנדהאפטיגער באריכט פון 20 זייטן דורך פערל'ס אדוואקאט ר' אבי שיק הי"ו אין נאמען פון די מוסדות התורה דחסידי באבוב, חב"ד, סאטמאר, און צעהלים, וועלכע דעקט אויף דעם אז די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט דיסקרימינירט אנטקעגן די חרד'ישע אידנטום אין ניו יארק.

אין די באריכט טוט דער לויער אראפ שטעלן א צאל שארפע ארגומענטן וואס צייגט ווי אזוי דיסטעיט און סיטי עדיוקעשאן באאמטע טוען פארלעצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון חרדי'שע אידן ווען עס קומען צו מחנך זיין די קינדער אין ניו יארק, פיל ערגער וואו די אלגעמיינע פאבליק סקולס, די קלאגע פארלאנגט די פעדעראלע רעגירונג צו אדורכפירן א גרינטליכע אויספארשונג אויף די סטעיט אין סיטי עדיוקעשאן דעפארטמענטס פאר פינף הויפט פארלעצונגען פון די געזעץ.

צום ערשט אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט טוהט נישט רעכענען די לימודי קודש אלס טייל פון עדיוקעשאן ווען אין די זעלבע צייט לערנט מען היסטאריע, רעכענען, און שפראך אלס טייל פון די לימודי קודש.

אויך טוען די באאמטע דיסקרימינירן קעגן די אידישע שפראך און נישט לאזן לערנען לימודי חול אויף אידיש, אנדערש ווי אין געוויסע פאבליק שולעס וואו די אלגעמיינע שטודיעס ווערן געלערנט אויף אנדערע שפראכן.

אין די ארגומענטן ווערט פארגעשטעלט א צאל דיסקרימינאטיווע שריט פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט, אנגעהויבן אז זיי האבן זיך אריינגעמישט אין די פראצעדור פון וועלכע לערערינס מ׳זאל אויפנעמען וואס איז קעגן א סופרים קאורט אורטייל, אזוי אויך אז באאמטע האבן קלאר געשטעלט אז זיי ווילן די קינדער זאלן לערנען זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די אידישע רעליגיע, און זיי האבן בדווקא געשיקט פרויען אינספעקטארס אין די חדרים טראץ די נאכאנאנדע געבעטן פון די מוסדות התורה אז זיי זאלן דאס נישט טוהן.

אידישע קינדער בעטן ווייטער צום רבש"ע אז דער רעגירונג זאל נישט האבן קיין שליטה אין די הייליגע חינוך פון תינוקות של בית רבן כדרך המסורה לנו מדור דור.
פארוואס הייבט זיך די באריכט אן מיט די ווארט וואשינגטאן?
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 798

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואלף »

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:41 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:53 pm הייסט דאס וואס זיי האבן פארפעלט צו טוען אין סטעיט געריכטליך טוען זיי יעצט אין פעדעראל?

דאסמאל איז עס נישט אין קיין געריכט בכלל.

זיי לייגן דא פאר טענות פאר א פאליטישע אפיס, א אפטיילונג אינערהאלב די פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט.

אסאך פון די יעצטיגע טענות זענען שוין געשטאנען ארגינעל אין די ערשטע סטעיט געריכט אנקלאגע, און טייל דערפון האט שוין רייבא אפילו אפגעווארפן.
נייס ספין, פאליטישע אפיס

די פערלס משוגעים הערן נישט אויף צו זיין נאריש, געבן אריין עפעס וואס דער געריכט האט שוין לאנג אפגעווארפן, אזוי נאריש צו ארבייטן?
וועלכע פון די טענות האט ריבא אפגעווארפן?
וואס דען איז עס, א קאורט?

ס'איז בכלל נישט נאריש צו פרובירן צו אפיעלן א געריכט פסק, אזוי ארבעט עס אין אמעריקא

בנוגע ריבא קוק אין די ציטירטע פאוסט פון @דער תהלים איד און דארט ארום
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 96

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 9:49 am
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:41 pm

דאסמאל איז עס נישט אין קיין געריכט בכלל.

זיי לייגן דא פאר טענות פאר א פאליטישע אפיס, א אפטיילונג אינערהאלב די פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט.

אסאך פון די יעצטיגע טענות זענען שוין געשטאנען ארגינעל אין די ערשטע סטעיט געריכט אנקלאגע, און טייל דערפון האט שוין רייבא אפילו אפגעווארפן.
נייס ספין, פאליטישע אפיס

די פערלס משוגעים הערן נישט אויף צו זיין נאריש, געבן אריין עפעס וואס דער געריכט האט שוין לאנג אפגעווארפן, אזוי נאריש צו ארבייטן?
וועלכע פון די טענות האט ריבא אפגעווארפן?
וואס דען איז עס, א קאורט? כ'טריי צו טראכטן אויב וואלט דער תהילים איד געשריבן זיי לייגן דא פאר טענות פאר א פאליטישע אפיס, א אפטיילונג אינערהאלב די פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט. אהן די ווארט "פאליטישע אפיס" וואלט מען ווען געמיינט אז עס איז א קאורט?

ס'איז בכלל נישט נאריש צו פרובירן צו אפיעלן א געריכט פסק, אזוי ארבעט עס אין אמעריקא. וויאזוי האט יענער געשריבן? איז עס דען א קאורט? דא אפיעלט מען?

בנוגע ריבא קוק אין די ציטירטע פאוסט פון @דער תהלים איד און דארט ארום. יא יא, דארט זעהט מען אדער אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער מאכט ער זיך
ווען מען וויל זיך אריינלייגן אין א באקס, און פארקויפן שקרים וכזבים, דארף מען נעבעך ספינען און פארדרייען יעדן דיטעיל.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 798

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואלף »

מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 11:00 am
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 9:49 am
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:37 pm

נייס ספין, פאליטישע אפיס

די פערלס משוגעים הערן נישט אויף צו זיין נאריש, געבן אריין עפעס וואס דער געריכט האט שוין לאנג אפגעווארפן, אזוי נאריש צו ארבייטן?
וועלכע פון די טענות האט ריבא אפגעווארפן?
וואס דען איז עס, א קאורט? כ'טריי צו טראכטן אויב וואלט דער תהילים איד געשריבן זיי לייגן דא פאר טענות פאר א פאליטישע אפיס, א אפטיילונג אינערהאלב די פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט. אהן די ווארט "פאליטישע אפיס" וואלט מען ווען געמיינט אז עס איז א קאורט?

ס'איז בכלל נישט נאריש צו פרובירן צו אפיעלן א געריכט פסק, אזוי ארבעט עס אין אמעריקא. וויאזוי האט יענער געשריבן? איז עס דען א קאורט? דא אפיעלט מען?

בנוגע ריבא קוק אין די ציטירטע פאוסט פון @דער תהלים איד און דארט ארום. יא יא, דארט זעהט מען אדער אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער מאכט ער זיך
ווען מען וויל זיך אריינלייגן אין א באקס, און פארקויפן שקרים וכזבים, דארף מען נעבעך ספינען און פארדרייען יעדן דיטעיל.
דיין לעצטע שורה איז זייער צו די זאך.
שרייב פאוסט