אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

יא איך וויל עס זאל ווערן שלום אין מיין קהילה
49
54%
ניין איך וויל אלעס זאל בלייבן אזווי עס איז יעצט
19
21%
עס איז מיר נישט קיין נפקא מינה
23
25%
 
Total votes: 91

שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1374

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך שבת קודש »

ווי באקאנט איז כ''ק אדמו''ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א לעצטענס שטארק פארנומען מעורר זיין דעם ציבור איבער שלום בין אדם לחבירו און בעיקר ביי די גרויסע קהלות, יעצט איז ער ווידער ארויסגעקומען מיט א בריוו ווי ער בעט זיך ממש פאר שלום. אין א אינטרוויא לעצטנס מיט איינע פון די מאגעזינען רעדט ער גאר שטארק פון די קהילות, דערמאנענדיג סאטמאר. עס טוט אים זייער וויי עס גייט אים ממש בנפשו עס זאל ווערן שלום.

איז אינטערסאנט צו וויסן וואס די דעת הקהל איז לגבי דעם ענין, צו איז דער רבי א יחיד קיינער איז בכלל נישט אינטערסירט עס זאל געשעהן אזא זאך עס איז פשוט א קול קורא במדבר? אדער איז יא דא א אינטערעסע ביים ציבור פאר דעם, און מען האלט אז אזא זאך קען געשעהן.

מען דארף באטאנען אז עס איז דא צוויי סארטן שלום, עס איז דא א 'דיפעלמאטישע' שלום, דאס מיינט אז מען וויל ווייטער יענער זאל שוואכער ווערן און געטשעפעט ווערן, נאר אין פאבליק שמייכל מען זיך איינעם צום צווייטן, מען שפילט שלום כדי אז יעדער זאל זאגן אז מען איז בשלום... דאס איז א זאך וואס מען זעהט כסדר ביי לענדער וואס שפילן שלום און אפילו ביי געוויסע קהלות קען מען דאס זעהן.

מען קען דן זיין אויב דאס איז בעסער ווי גארנישט, אבער פארשטייט זיך אז נישט דאס איז די שלום פון וואס די חכז''ל זענען משבח ווי לא מצא הקב''ה כלי מחזיק טובה לישראל אלא השלום וכדו'

עכטע שלום מיינט אז מען אנערקענט יענמענס עקזיסטענס, מען אנערקענט יעמענס רעכטן צו מצליח זיין, מען טשעפעט נישט, מען פירט זיך אויף ארנטליך מיט טובות אפילו שטילערהייט איינער צום צווייטן, אויב איז דא א סכסוך זעצט מען זיך אראפ זיך דורכצוקומען, מען האלט יענעם אויך פאר ערליכע אידן אא"וו.

איז די פראגע וואס איז דיין מיינונג. דאס איז שייך?

ביטע זיך האלטן צו א לעוול די שמועס זאל קענען אנגיין אן קיין לשה"ר אדער פאליטיק. (אויב נישט וועלן די מנהלים עס ארויספירן).
גייזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:13 pm
x 76

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך גייזער »

איך בין א סאטמארער און איך האלט אז הו קעירס? די חסידים צווישן זיך שלאגן זיך נישט, ס'איז דא גענוג פאר יעדן. פון די ביסל רייבערייען צווישן די קהלות פארדינט מען נאר מער סערוויסעס, און עס איז א מחי'. עס האלט אויך קהלה פירער אקאונטעבאל אויף זייערע מעשים מורא האבנדיג וואס דער צד שכנגד וועט זאגן.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

באקוועמער צו רעדן פון יענעם...

שלו' אין אוקריינע, איז עס שייך? יעדער בלייבט ביי זיינס, און מען רעספעקטירט איינעם דעם אנדערנס עקזיסטענץ...

אבער יא, אוודאי וויל מען שלו'.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 380

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דאפלטער »

שלום, פיינט,
סיריעסלי? איר קענט מיר ביטע טרעפן נאך א קהילה און די וועלט וואס איז אזוי איינס ווי סאטמאר?

מיט אזאנע פיינט ווער ברויך נאך פריינט

אין כאן לא מחלוקת ולא שום פירוד לבבות אבל יש כאן שתי אדמורים

וויזניצער רבי ווייסט עס נישט ווייל ער הערט פונדערווייטנס נאר די נויז, ער האט נאכנישט מיטגעהאלטן קיין איין סאטמארע משפחה שמחה, קיין איין עקספוי און קיין איין סאטמארע מנינים סענטער
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4969
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8452

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צו איך בים מסכים? די רגע.

צו ס'איז שייך? ליידער ניין.
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

לגופו של הענין, לאמיר קוקן וויאזוי סהאט זיך אויסגשטלט ביי אדמו"רי לבית וויזניץ מונסי . אפי' סנאר בחיצוניות ץ די עצם זאך אז ' מוואקסט " נישט" אויף מיט קליינווייז מיט עטוואס א סיי וועלכער מיני פירוד בלב איז 'משפיע' אור אויף די וועלט אז כולנו בני איש אחד יש לנו אב אחד וכ"ו די 'העצם הזאך' אז מ'וואקסט נישט אויף מיט א באהאלטענער וויייטאג אין מאיז נישט אח' בלב וכ"ו די עצם זאך איז משפיע אז 'די' אידישקייט זאל קענען 'בליען' אויף סך א העכערע אקטאווע וד"ל והנסיון מוכיח אז 'אפילו 'ווען סדא די מינדיסטער פאליטיק דייקא "בין הקהילות' (שמצוי מאד וד"ל) איז גורם אז מען קען 'נישט' זיך קאנצערטרירן אויף די אייגענע עבודה וד"ל והבן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4969
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8452

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כפארשטיי אז דו מיינסט צו זאגן אז אפילו ס'איז נאר אפיציעל, אפילו אויב שטילערהייט מאכט זיך זאכן, ווילאנג דער אפיציעלער טאן איז שלום העלפט עס פאר'ן דור.

איך מאך דאס נישט אוועק.

אבער! @דאפלטער איז גערעכט אז ווען דו וועסט קוקן פון צווישן די וואו ס'איז ליידער יא דא מחלוקות, אן קיין נעמען... חסידישע און ליטווישע צוגלייך, איז סאטמאר בעצם גאלד קעגן זיי. נאר וואס? מ'פרייט זיך מיט סאטמאר'ס שמוץ מחמת כמה טעמים און ממילא האט עס מער נויז. ואכמ"ל.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 969
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3204

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א קאנטראווערסיאלע נושא אויפגעברענגט...
-----------------------------------------------------------------------
געהערט בשם כ"ק אדמו"ר במח"ס מילי דאבות שליט"א אז "אויף שלום שטייט די וועלט, און אויף מחלוקת בויעט זיך עס..."
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 124

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך פנים חדשות »

סאטמאר איז אפשר גאלד היינט צו טאגס, איך בין בכלל נישט זיכער אז יארען צוריק בשעת תוקף המחלוקת איז עס געווען צופיל בעסער פון אנדערע מחלוקות בשעת תוקף המחלוקת.

און לגופו של ענין, דארף מען מחלק זיין צווישן די עצם מחלוקת און וואס קומט עס ארויס דערפון מעשים אשר לא ייעשו.

די עצם מחלוקות איז נישט בידינו, פון די פשוטע מענטשען, אפצושטעלן, און מיר וועלן נישט זאגען דיעות פאר די גדו"י ווען זיי זאלען יא זיין בשלום מיט א צווייטער און ווען נישט, און ווען זיי זאלען זיך יא אויסדריקען שארף און ווען נישט.

אבער ווי ס'איז יא בידינו, איז ווען ס'קומט צו מעשים אשר לא ייעשו דורך פשוטע מענשטען, וואס טאמער וואלטען זיי געווארען אויסגעשפיגען דורך די סיילענט רוב וואלט עס לכאו' געהאלפען גאנץ שטארק.

און אט האט איר וואס איך האב געשריבען עטליכע יאר צוריק: ליידער איז דא א גרויסע פראבלעם ביים היימישע ציבור (ביי אלע קרייזען) אז ווען עס איז דא א "הייליגע" מחלוקת איז בדר"כ (אדער אייביג) דא עטליכע חברה אן קיין הארץ און געפיל וואס נעמען זיך צו די נייע מצוה פון רודפ'ן יעדער וואס איז נישט אין זייער פארטיי, איז איך רעד נישט פון די רודפים ווייל פאר זיי וועט בדר"כ קיין מוסר נישט העלפען, איך רעד נאר פון דעם אז די גאנצע ציבור דארף זיי אויסשפייען פון צווישן זיך, און דעמאלטס וועלען די רודפים אויפהערען מיט זייערע רדיפות אז זיי זעען אז זיי באקומען נעגאטיווע פידבעק אין זייערע ציבור, און בדר"כ איז פארקערט אז די ציבור שפירט אז עס איז גוט אז עס זענען פארהאן אזעלכע "שבת גויים", און ווער רעדט נאך פון זיי אנשרייען וואס דאס וועט זיכער קיינער נישט טאן אויס מורא אז מען וועט עם נאך באשולדיגען אין געהערען צום אנדערע לאגער, איז דער ענין דארף גאר א גרויסע תיקון ביי אונזער עולם, און מען דארף קלאר וויסען אז די גיהנום איז פונקט די זעלבע אויך אויב מען האט א "הייליגע" סיבה פארן רודפ'ן.

ר' שלמה'קע זוויהלער זצ"ל האט געהאט א צוגעקומענע אייניקעל וואס איז געקומען פון א יעקישע שטוב, איז פאר פסח האט ער געפרעגט די זיידע אז ביי זיינע עלטערען עסט מען מאשין מצות, איז ער וויל וויסען אויב ער קען עס אויך עסען (לכה"פ ווען ער איז ביי זיינע עלטערען, איך געדענק נישט די פונקטליכע פרטים), האט עם ר' שלמה'קע געזאגט דו מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט מען דיך פרעגען וועלכע מצות דו האסט געגעסען, דארט וועט מען קוקען אויף צוויי זאכען, אויף שמירת עיניים און אויב מען האט אמאל וויי געטאן א איד.
עכ"ל.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 308

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך כרוספדין »

וויזניצער רבי שליט’א רעדט גראדע יא פון מחלוקת ביי גדולי ישראל, הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו שלום ושלוה.
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
עפעס א ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:07 pm
x 14

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך עפעס א ניק »

@פנים חדשות
נאגעלט די זאך [כהרגלו]
מיינע צוויי צענט:
עס זענען פאראן פארשידענע סארטן מחלוקות,
ירושת אדמורי"ם; תאוות שררה בקרב די הויעכע פענסטערס; דיני ממונות; השגת גבול; - די אלע זענען מער גשמיות'דיגע מחלוקות'ן וואס רובא דרובא פון זיי זענען ווייט פון "מחלוקת לשם שמים"
שפעטער איז פאראן מחלוקות דמתקריא "לשם שמים" כגון אידעאלאגיע, עירוב, שחיטה, חמץ ומצה, קנאות/ציונות, פארמאכטקייט אדער אפענקייט, צניעות און שייטלען, וכהנה רבות.
די אלע מחלוקות לשם שמים רבים חללים הפילה אבער מאנכע וועלן טענה'ן אז אמת, דאס איז זייער געווען זייער ציהל, להפיל חללים.
די אידישע היסטאריע איז ברייט באקאנט מיט צענדליגע הונדערטע פולמוסים און מחלוקות רבים לאין ספור, די צדדים האבן באשולדיגט איינעם דעם אנדערן מיט כל מיני השמצות וכינוים און הצד השוה בין כל הטענות איז געווען "ענק מיינען עס נישט לשם שמים"...

צו קומען און שרייען הויעך אדער הענגען שילדן און פלאקאטן מיט סלוגאנען "גענוג מיט די מחלוקות ביי כלל ישראל" - דאס איז זייער שיין, עס הערט זיך גאר געשמאק, ווער וויל נישט זוכה זיין לימות המשיח "וגר זאב עם כבש" - אבער דא ליגט אויך א שטיקעלע סכנה, ווילט איר מיר זאגן אז מ'דארף לעבן בשלום מיט געוויסע קרייזן וואס אין דעותינו שוות ואכמ"ל??
מחלוקות איז טאקע שלעכט, אבער חלוקה דארף זיין!
די אהבת ישראל זי"ע פון ויז'ניץ האט אמאל זיך אנגערופן, "מ'דארף זיין גוט צו יעדן, אבער נישט מיט יעדן"...
דאס איז א גרויסע מוסר! זיין אייניקל די ויזניצער רבי זז"ג רעדט איבער מחלוקות, און עס איז גאר וויכטיג צו קלאר מאכן אז ווען מ'אכט שלום מיינט דאס נאכנישט אז מיר ווערן נאנטע ברודער, גוטע ברודער יא אבער נאנט הס מלהזכיר.
ווי שיין און געשמאק ליינט זיך ווי עשו נכמרו רחמיו אויף די ברודער יעקב, אבער יעקב האט זיך נאכאלץ אפגעשאקלט פונעם ביי די נעקסטע עקזיט, ער האט געלאזט עשו'ן ווייטער רייסן מיט זיין מאטארקאדע אבער יעקב איז געבליבן שטיין און זיכער געמאכט אז קיינער פון זיין פאמיליע גייט נישט נאך דעם שלעכטן פעטער.

עס איז אסאך מאל גרינג צו אנאליזן און זאגן אז יענע און יענע חצר איז זייער מחלוקות נישט לשם שמים - אבער אינו מוכרח, וואס זיי ווייסן און האבן מקבל געווען מוז נישט זיין אז איר גייט דאס פארשטיין.
עס זענען פאראן קרייזן וואס גלעטן און נעמען ארום מצורעים וזבים כמקובל מרבותיהם, מאידך גיסא זענען דא קרייזן וואס זענען פארנומען צו פארטרייבן מן המחנה זייערע מצורעים וזבים... ואלו ואלו דברי אלוקים חיים אבער צומאל דארף מען אויך נוצן די אלו ואלו נשרפים בבית הדשן... נישט אלעמאל גייט דאס צוזאמען.

ווען ויז'ניצע רבי רעד איבער מחלוקות, מוז דאס נישט זיין מחלוקות המוניות בין חצר לרעותה בין אדמו"ר לבן אחותו, ניין.
מחלוקות זענען ליידער היינט צו טאגס אסאך מער שייך בהלכות שכנים... תסמרנה שערות ראש וועלעכע מסירות און צרות עין געשיכטעס ווערן אפגעהאלטן מידי יום ביומו ה"י.
מחלוקות מיינט אויך אומזיסטע גיטין און סכסוכי משפחות, צוואות און ירושות ויכלה הדיו מלהזכיר את כל מיני הסכסוכים השייכים לדאבונינו...

די בעסטע סעלאושן פאר אונז פשוטע מענטשן [יא @פנים חדשות איך בין חולק במחילה ממע"כ]
ווייניגער גאסיפ, וויניגער וויקן אין מקוה מיט אלע לשה"ר'לעך און רכילות'לעך, יא, איר מעגט אמאל אויסמעקן א ווידעא וואס איז מזלזל בגדולי ישראל אדער אין געוויסע קהילות וואס פירן זיך אנדערש ווי דיר, ממוז נישט זיין א מאן דאמר אין א יעדע פרשה און קו"ק וואס איז יוצא לאור.
רעד ווייניגער נעגעטיווע זאך, ליין ווייניגער, גלייב ווייניגער, דו וועסט שפעטער אנקוקן די וועלט אינגאנצן אנדערש!

ועיין מה ש"כ ע"ג פלאטפארמע אחרת:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4403487
אוועיטער
עפעס א ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:07 pm
x 14

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך עפעס א ניק »

כרוספדין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:36 pm וויזניצער רבי שליט’א רעדט גראדע יא פון מחלוקת ביי גדולי ישראל, הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו שלום ושלוה.
איך וועל רעדן איידל, אויב רעדט ער צו גדו"י וואלטן זיינע גבאים געמעגט שיקן די בריוו צו די גבאי גדו"י.
פאבליצירן אזעלעכע סארט בריוון גייט נישט קיין סך העלפן אחוץ מרבה זיין אשכולות ותגובות...
@דעת בע"ב.
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

עפעס א ניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:47 pm
כרוספדין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:36 pm וויזניצער רבי שליט’א רעדט גראדע יא פון מחלוקת ביי גדולי ישראל, און ליידער פשוטע אידן מיט פשוטע יצר הרע’ס און גרויסע אידן מיט גרויסע יצר הרע’ס, כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו, הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו שלום ושלוה.
איך וועל רעדן איידל, אויב רעדט ער צו גדו"י וואלטן זיינע גבאים געמעגט שיקן די בריוו צו די גבאי גדו"י.
פאבליצירן אזעלעכע סארט בריוון גייט נישט קיין סך העלפן אחוץ מרבה זיין אשכולות ותגובות...
@דעת בע"ב.
אה"נ ער רעדט דיייקא נישט צו גדו"י דייקא. און ער זאגט קלאר אז יעדער מנהיג וויל בעצם זיין בשלווה ( אי ע סייד נאוטץ האלט איך אז פיסכאלאגיש איז עס טאקע אזוי ץ דהיינו יעדער צד אפי' מבחוץ שטופט ער מנחלוקה איז עס נאר ווייל ער האלט אז אויב וועט ער נישט ארויסקומען ווי א גיבור וועט די קהילה חסידות זיך 'נישט' קענען אויפבויען. אויף דעם איז דער רבי צווח ככרוכיא אז סאיז געקומען הזמן די קהילות זאלן אנהייבן פאוקעסן אויף די ריכטיגע ענינים """"נישט""" ווי גוטע פי אר מקומט אריין און ווער סהאט מער קאנטראלל.
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 87

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

איך בין נישט אזוי באקאנט אין סאטמאר (כ'הער זאגן...) אבער וואס טוט זיך מיט טעגלאש? דארט דארף מען א ערנסטע שלום פלאן.
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 273

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

פאר מיר פערזענליך, איז עס נישט נוגע. איך בין גוט מיט ביידע צדדים פון מיין חסידות.

אבער שלום?.. הלוואי זאל זיין... קוקט נישט אויס ווי ס'וועט ווערן אזוי שנעל...
אז מ'טויגט טויגט מען...
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 304

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך משה רבינו »

איך כאפ נישט מעג מען שלום מאכן ציט די סטרא אחרא אליין? ח'ו היה לא תהיה?

ווען די מנחת אלעזר האט געהאקט אויף די אגודיסטן האט מען אויך געזאגט אז ער מאכט מחלוקת
ווען די דברי יואל האט געהאקט אויף די ציונוים האט מען אויך געזאגט ער איז מרבה מחלוקת
ווען שינאווע רב , בעלזא אב און נאך האבן זיך אריינגעמישט אין די סיגוט מחלוקה האט מען אויך געזאגט זיי זענען מרבה מחלוקת

און אנדערע ווערטער מחלוקה פאר א סיבה מעג זיין און דארף זיין, ווי לאנג מען טוט נאר על פי תורה, למשל לשןן הרע שטייט אין ירושלמי און אזוי פסקנט די רמב''ם אז עס גייט נישט אן אויף קיין בעלי מחלוקת

ווען עס איז א געלט מחלוקה איז די הלכה צו רופן צו דין תורה, און ווען איינער זאגט איך וויל מיר נישט קריגן איך געב אויף מיינע רעכטן, איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט מקיים די חיוב השתדלות, ווייל ער דארף טוען מה שבידו צו וואטשן זיין געלט. עס איז דא וואס האלטן אז א מענטש האט יא רעכט צו אויפגעבן זיינע רעכטן און איז נישט מחיוב צו רופן צו דין תורה
עכ"פ דאס מיינט נישט קיין מחלוקה, מחלוקה מיינט נאר נקמה שלא לתועלת,לשון הרע שלא לתועלת, סתם אנדרייען א שאדן וואס ברענגט מיר נישט קיין ניצן.

און אויב איז איינער עובר על מצוה אחת שבתורה אדער אפילו דברי חכמינו ז''ל זאגט די רמב''ם מצוה להכותו, ולבזותו, ולקללו, ולעשות כל מה שבידו ביז יענער גייט אויפהערן עובר זיין אויף יענע איסור,

למשל לאמיר נעמען די מערכה פון זמן רבינו תם אין קרית יואל איז דען א שאלה אז לשיטות סאטמטאר איז וויזיניץ עובר יעדע וואך איסורי דאורייתא אז זיי מוזן טוהן על פי הלכה כל מה שבידם אז זיי זאלן אויפהערן און עס הייסט נישט קיין מחלוקה נאר א חיוב ערבות, איי אין מאנסי? דארט איז עס נישט בידם צו טוישן און דארט האט מען נישט בכוונה תו אינטער ברעכן די כח מרא דאתרא וואס דאס האלט די רוחניות פוון א שטאט וכדו'' דאס איז נישט קיין מחלוקה

ערגעץ האב איך געזען שטיין אז עס איז דא א חשבון מחלוקת ואס דארף זיין אויף די וועלט, אויב איז מען זוכה איז עס צדיקים און לערנען אדער כאטש צדיקים האקן אויף די רשעים ואי לאו ווערט עס בין אדם לחבירו
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 304

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך משה רבינו »

אן אנדערע רמב"ם דאס איז טאקע פאר דיינים אבער מען זעהט די מקורות פון די פסוקים און די כסף משנה זעהט מען אז עס איז לאו דוקא דיינים (חוץ הפקר בית דין הפקר)

וְכֵן מְבַזִּין אֶת זֶה שֶׁשְּׁמוּעָתוֹ רָעָה וּמְחָרְפִין אֶת יוֹלַדְתּוֹ בְּפָנָיו וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן תָּמִיד לְהַפְקִיר מָמוֹן שֶׁיֵּשׁ לוֹ בְּעָלִים וּמְאַבֵּד וְנוֹתֵן כְּפִי מַה שֶּׁיִּרְאֶה לִגְדֹּר פְּרָצוֹת הַדָּת וּלְחַזֵּק הַבֶּדֶק אוֹ לִקְנֹס אַלָּם זֶה וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן לְנַדּוֹת וּלְהַחֲרִים מִי שֶׁאֵינוֹ בֶּן נִדּוּי כְּדֵי לִגְדֹּר פֶּרֶץ כְּפִי מַה שֶּׁיֵּרָאֶה לוֹ וְהַשָּׁעָה צְרִיכָה לְכָךְ וְיֹאמַר שֶׁנִּדָּהוּ וְהֶחְרִימָהוּ עַל דַּעְתּוֹ וִיפַרְסֵם חֶטְאוֹ בָּרַבִּים וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן לַעֲשׂוֹת מְרִיבָה עִם הָרָאוּי לָרִיב עִמּוֹ וּלְקַלְּלוֹ וּלְהַכּוֹתוֹ וְלִתְלֹשׁ שְׂעָרוֹ וּלְהַשְׁבִּיעַ בֵּאלֹהִים בְּעַל כָּרְחוֹ שֶׁלֹּא יַעֲשֶׂה אוֹ שֶׁלֹּא עָשָׂה. שֶׁנֶּאֱמַר (נחמיה יג-כה) 'וָאָרִיב עִמָּם וָאֲקַלְלֵם וָאַכֶּה מֵהֶם אֲנָשִׁים וָאֶמְרְטֵם וָאַשְׁבִּיעֵם בֵּאלֹהִים':
ט וְכֵן יֵשׁ לוֹ לִכְפּוֹת יָדַיִם וְרַגְלַיִם וְלֶאֱסֹר בְּבֵית הָאֲסוּרִים וְלִדְחֹף וְלִסְחֹב עַל הָאָרֶץ שֶׁנֶּאֱמַר (עזרא ז-כו) 'הֵן לְמוֹת הֵן לִשְׁרשִׁי הֵן לַעֲנָשׁ נִכְסִין וְלֶאֱסוּרִין':

י כָּל אֵלּוּ הַדְּבָרִים לְפִי מַה שֶּׁיִּרְאֶה הַדַּיָּן שֶׁזֶּה רָאוּי לְכָךְ וְשֶׁהַשָּׁעָה צְרִיכָה. וּבַכּל יִהְיוּ מַעֲשָׂיו לְשֵׁם שָׁמַיִם וְאַל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבְּרִיּוֹת קַל בְּעֵינָיו שֶׁהֲרֵי הוּא דּוֹחֶה אֶת לֹא תַּעֲשֶׂה שֶׁל דִּבְרֵיהֶם וְכָל שֶׁכֵּן כְּבוֹד בְּנֵי אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב הַמַּחֲזִיקִין בְּתוֹרַת הָאֱמֶת שֶׁיִּהְיֶה זָהִיר שֶׁלֹּא יַהֲרֹס כְּבוֹדָם אֶלָּא לְהוֹסִיף בִּכְבוֹד הַמָּקוֹם בִּלְבַד שֶׁכָּל הַמְבַזֶּה אֶת הַתּוֹרָה גּוּפוֹ מְחֻלָּל עַל הַבְּרִיּוֹת וְהַמְכַבֵּד אֶת הַתּוֹרָה גּוּפוֹ מְכֻבָּד עַל הַבְּרִיּוֹת. וְאֵין כְּבוֹד הַתּוֹרָה אֶלָּא לַעֲשׂוֹת עַל פִּי חֻקֶּיהָ וּמִשְׁפָּטֶיהָ

פירש הכסף משנה
וכן מבזין וכו'. סוף פרק שלישי מגילה (דף כ"ה) האי מאן דסני שומעניה שרי לבזוייה
כסף משנה וכן יש לדיין תמיד, פי' אפילו בזמן הזה, להפקיר וכו'. במקומות רבים בגמרא הפקר ב''ד הפקר מהם פרק השולח (דף ל"ו:) אמתני' דהתקין הלל פרוזבול, ופ' אלו מגלחין (דף ט"ז) ומייתי מקרא דמייתי לה רבינו:

וכן יש לדיין וכו'. פ' אלו מגלחין שם מנ''ל דמשמתינן דכתיב אורו מרוז ...ועוד שם ומנא ליה דפרטינן חטאיה בצבורא וכו' ומנא ליה דנצינן ומחינן ולייטינן ותלשינן שער ומשבעינן וכפתינן ואסרינן ועבדינן לו הרדפה ומביא ראיה מהפסוקים הללו שמביא רבינו והרדפה יש בו פירושים ודעת רבינו שהוא לדחוף ולסחוב על הארץ:
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 304

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך משה רבינו »

נאך א רמב"ם
כָּךְ אָמְרוּ חֲכָמִים'הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא'. לְפִיכָךְ צָרִיךְ אָדָם לְהִזָּהֵר שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים בֵּין קָטָן בֵּין גָּדוֹל. וְלֹא יִקְרָא לוֹ בְּשֵׁם שֶׁהוּא בּוֹשׁ מִמֶּנּוּ. וְלֹא יְסַפֵּר לְפָנָיו דָּבָר שֶׁהוּא בּוֹשׁ מִמֶּנּוּ. בַּמֶּה דְּבָרִים אֲמוּרִים בִּדְבָרִים שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ. אֲבָל בְּדִבְרֵי שָׁמַיִם אִם לֹא חָזַר בּוֹ בַּסֵּתֶר מַכְלִימִין אוֹתוֹ בָּרַבִּים וּמְפַרְסְמִים חֶטְאוֹ וּמְחָרְפִים אוֹתוֹ בְּפָנָיו וּמְבַזִּין וּמְקַלְּלִין אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּחֲזֹר לַמּוּטָב כְּמוֹ שֶׁעָשׂוּ כָּל הַנְּבִיאִים בְּיִשְׂרָאֵל:
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4969
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8452

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:53 pm איך כאפ נישט מעג מען שלום מאכן ציט די סטרא אחרא אליין? ח'ו היה לא תהיה?

ווען די מנחת אלעזר האט געהאקט אויף די אגודיסטן האט מען אויך געזאגט אז ער מאכט מחלוקת
ווען די דברי יואל האט געהאקט אויף די ציונוים האט מען אויך געזאגט ער איז מרבה מחלוקת
ווען שינאווע רב , בעלזא אב און נאך האבן זיך אריינגעמישט אין די סיגוט מחלוקה האט מען אויך געזאגט זיי זענען מרבה מחלוקת

און אנדערע ווערטער מחלוקה פאר א סיבה מעג זיין און דארף זיין, ווי לאנג מען טוט נאר על פי תורה, למשל לשןן הרע שטייט אין ירושלמי און אזוי פסקנט די רמב''ם אז עס גייט נישט אן אויף קיין בעלי מחלוקת

ווען עס איז א געלט מחלוקה איז די הלכה צו רופן צו דין תורה, און ווען איינער זאגט איך וויל מיר נישט קריגן איך געב אויף מיינע רעכטן, איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט מקיים די חיוב השתדלות, ווייל ער דארף טוען מה שבידו צו וואטשן זיין געלט. עס איז דא וואס האלטן אז א מענטש האט יא רעכט צו אויפגעבן זיינע רעכטן און איז נישט מחיוב צו רופן צו דין תורה
עכ"פ דאס מיינט נישט קיין מחלוקה, מחלוקה מיינט נאר נקמה שלא לתועלת,לשון הרע שלא לתועלת, סתם אנדרייען א שאדן וואס ברענגט מיר נישט קיין ניצן.
די דזשאוק פון מאכן דעם צווייטן צד ווי אן אגודאי אדער ציוני האט שוין לאאאנג עקספייערט ב"ה.

ביטע נישט מדמה זיין די מחלוקות 'אינערהאלב א חסידות' צו די מחלוקות קעגן פורקי עול.

(זמן רבינו תם? דאס איז א צווייטע מעשה, און נישט איבער דעם איז יעצט די רעדע ווי איך פארשטיי)
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 8

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך מים חיים »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:15 pm מען קען דן זיין אויב דאס איז בעסער ווי גארנישט
וואס זענען די צדדים?
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 273

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

קיינער זאל נישט קומען טענה'ן, אז די מחלוקת אינערהאלב די צוויי זייטן פון איין חסידות, איז לשם שמים...
ווען גור טיילט מכות אין ארץ-ישראל, ווייל מ'איז אנטקעגן זייער רבי, מיינט נישט אז, זיי טוהען עס ווייל זײ נעמען זיך אן פארן כבוד התורה...
און, ס'מיינט אויך נישט, אז זײ טוהען עס ווייל די רמב"ם האט געזאגט אז פאר לשם שמים מעג מען יא... (אקעי, דאס אפשר נוצן זיי יא...)
און, ס'איז לאו דווקא גור, און לאו דווקא מיט מכות, נאר ביי סיי וועלכע היינטיגע מחלוקת אינערהאלב א צוטיילטע חסידות.
אז מ'טויגט טויגט מען...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4969
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8452

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לעצם הענין וועל איך רעדן דא אביסל אויף א דינע ליין, איך האף עס וועט געלונגען עס צו האלטן אויסגעהאלטן, און אפילו נוטראל.

איך באלאנג צו איין צד אין סאטמאר, ווייל דארט באלאנג איך. אבער בטבע פארטראג איך אנדערע, און איך קען שעצן אנדער אויך און פארגינען מיטן גאנצן הארץ, און איך וויל זיין אמת'דיג אין יעדע נושא. סוי ווען מען רעדט פון שלום, און איך וויל נעמען א משל פון מיין קהילה, פרוביר איך צו טראכטן אמת'דיג וואס דער אפהאלט איז.

איז אזוי. דער אמת איז אז "מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן" איז אויף דעם אויך געזאגט געווארן. זאכן גייען אריבער, געמיטער קילן זיך אפ, יעדער טרעפט זיך נייע שונאים אויף מער פרישע געשעענישן... און דעמאלס קען צייט גורם זיין שלום, עטליעסט אז יעדער זאל זיך גיין זיין וועג, און אפילו צומאל ארבעטן אינאיינעם ווען עס פעלט אויס.

אין פאקט איז שוין געווען מערערע זאכן וואס די צוויי סאטמארע קהילות האבן געארבעט אינאיינעם אין די לעצטע פאר יאר. די הנהלות המוסדות זענען שוין אסאך געזיצן אינאיינעם אויף פארדישענע רעגירונג נושאים וואס זענען אונטערגעקומען, אן קיינעמס וויסן... אזא 'ועד הקהילות', און אפילו ביז יעצט 'גדר' און 'משומר', מען ארבייט אינאיינעם גאר גאר פרידליך.

וויאזוי איז דאס געשען? פשוט. צייט האט געהיילט. יעדער ווייסט שוין וואו ער שטייט, און מ'הייבט אןם צו פארגינען יענעם. נאר? דא איז געווארן א חילוק פון ק"י ביז וומסב"ג.

אין וויליאמסבורג ווייסט היינט יעדער וואו ער שטייט, און יעדער אנערקענט דעם צווייטנס מציאות, ס'איז אפענע קארטן. לאמיר עס זאגן אפן: צד מהר"א רעדט זיך נישט איין אז זיי זענען גרעסער ווי מהרי"י אין דעם שטאט וומסב"ג, און CJC רעדט זיך נישט איין אז זיי זענען מער אנערקענט ווי UJO. ווידער, צד מהר"יי רעדט זיך נישט איין אז מהר"א איז נישט א פעסטע אנגייענדע קהילה מיט וואוילע אידן, מיט ווירבלדיגע בתי מדרשים שוין אפשר נאכמער ווי מהרי"י, אא"וו.

ווידער אין קרית יואל, האלט מען פונדאסניי ביי תשנ"ט. פאר 2 סיבות וואס זענען געבינדן: 1) מ'האט לעצטנס אנגעהויבן זיך בויען, 2) ס'איז דא א שטאט'ס רב.

ואסביר. אין ק"י האט זיך מהרי"י נישט געהעריג געהאט געבויט במשך די יארן, דער ביהמ"ד האט געהאט 300 זיצן, וכו' וגו'. למעשה, די וואס האבן יעצט עס אנגעהויבן בויען, גייען אויף א מהלך אז זיי מוזן פטור ווערן פון וואס ס'איז געווען אנגענומען אז אין קרית יואל איז דא א שטאטס רב, וואס איז למעשה פון די אנדערע צד.

יעצט ווען ס'וואלט געווען פאקטאר איינס, וואלט לכאורה רוב עולם פון צד מהר"א מסכים געווען שלום צו מאכן מיט'ן מצב אז יענער האט אויך מענטשן, ער האט אויך מוסדות, ער מעג אויך האבן א שיינע ביהמ"ד. משא"כ אז ס'קומט צו פאקטאר 2, וואס מיינט זיך שלאגן מיט א מציאות, איז עס א שווערע מערכה וואס מיינט א ברענעדיגע מחלוקה, וואס אייגנטליך, אויב 'לאייענס' האט נישט באוויזן צו געווינען קיין וואלן ווייס איך נישט פארוואס 'קיט"ל מהרי"י' זאל האלטן אז זיי זענען יא א רוב, פארוואס זאל עס נישט גיין אויף א אנדערע מהלך?

און איך ווייס דעם תירוץ אויך. ס'איז דא א נושא וואס איז נישט דא דאס פלאץ, עס הייסט סידו"ק. אבער לאמיר זיך נישט פאפן, דאס איז א מציאות פון ביז היינט וואס מ'וויל טוישן. איך קען נישט זען אז אויפן עצם קיום און בלי פון קהילת מהרי"י זאל עס אפעקטן אויב מען לאזט דאס אפ.

און למען האמת, ס'קען אפילו זיין אז קיינער האט זיך נישט אראפגעזעצט טראכטן אין דעם ריכטונג. עס קען זיין אז די מהלך פון גיין מיט מלחמה פון איך גיי דיר ווייזן ווער ס'איז בעה"ב... קומט פון סתם אינגעלייטלעך אוהבי מלחמה און ס'פשוט נישט דא ווער עס זאל שטעלן דעם טאן אנדערש.

וואס וויל איך זאגן? גארנישט... אז די סאטמאר'ע מחלוקה איז שוין לאנג שלום! אבער אין קרית יואל כפי הנראה וועט עס נאר געשען אפאר יאר ארום, ווען יעדער וועט זיך בארואיגן און אנערקענען מציאות'ן, משני הצדדים.

(און אינצווישן איז א רחמנות אויף די וואס גייען זיך אפבריען די הענט, פון ביידע צדדים)

אויב איז מיין תגובה צו הייקל, אדער נישט גענוג אויפריכטיג, אדער קען איינעם ווייטון, מעקטס עס אויס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 235

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך אלף טויב »

@דער תהלים איד זייער גוט און איידעל געברענגט די פאקטארן
לויט ווי איך האב געהערט געפעלט טאקע נישט פארן באזעצענעם המון אינערהאלב קהילת מהרי"י פין ק"י און וויליאמסבורג די גאנג פון די פרישע אינגעלייטלעך אין ק"י, ודו"ק.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 308

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך כרוספדין »

אלף טויב האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:06 pm @דער תהלים איד זייער גוט און איידעל געברענגט די פאקטארן
לויט ווי איך האב געהערט געפעלט טאקע נישט פארן באזעצענעם המון אינערהאלב קהילת מהרי"י פין ק"י און וויליאמסבורג די גאנג פון די פרישע אינגעלייטלעך אין ק"י, ודו"ק.
@אלף טויב דיין לענדלער איז פון די באזעצענע אדער פון די אינגעלייטלעך?

viewtopic.php?p=14512#p14512
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אני הקטן
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:20 pm
x 3

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך אני הקטן »

צום קעפל
אוודאי איז שייך אבער נאר מיט א פארשטענדעניש פון ביידע זייטן איך בין הונדערט פראצענט מסכים אז מיין צד שכנגד זאל קומען און פאלן צו די פיס און זיך בעטן פאר שלום און איך וועל זיין די צדיק וואס איז מסכים אבער קיין שלום פלאן איז דאס נישט במילא דארף יעדע פלאן פאר שלום ארייננעמען א פארשטענדעניש פון ביידע צדדים וואו זיי וועלן אראפטרעטן פארן ציל פון שלום
שרייב פאוסט