בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
פארשוין ארעסטירט פאר זיך איינברעכן אין "גרעיסי מענשאן" ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס'ס וואוינארט אין מאנהעטן.
פּאָליציי זאָגן אַז זיכערהייט איינגעשטעלטע אין די וואוינאָרט האָבן געטראָפן דעם פּאַרשוין זיך באַהאַלטן אין איינס פון די צימערן, און ער האָט געהאַט מיט זיך א חאָגע אויסשטעל וואָס ער האָט פּרובירט צו גנב'נען. די מאָטיוון פונעם פּאַרשוין מיט די איינברעך אין די מעיאָר'ס וואוינאָרט אין מאַנהעטן'ס אַפּער איסט סייד זענען נישט קלאָר, און יענער איז ערוואַרטעט געברענגט צו ווערן אין געריכט פאַר קלאַגעס.
פּאָליציי זאָגן אַז זיכערהייט איינגעשטעלטע אין די וואוינאָרט האָבן געטראָפן דעם פּאַרשוין זיך באַהאַלטן אין איינס פון די צימערן, און ער האָט געהאַט מיט זיך א חאָגע אויסשטעל וואָס ער האָט פּרובירט צו גנב'נען. די מאָטיוון פונעם פּאַרשוין מיט די איינברעך אין די מעיאָר'ס וואוינאָרט אין מאַנהעטן'ס אַפּער איסט סייד זענען נישט קלאָר, און יענער איז ערוואַרטעט געברענגט צו ווערן אין געריכט פאַר קלאַגעס.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
דער קאנדזשעסטן טאללס גייט היינט אריין אין אפפעקט
שטיקל ברעיקדאון:
אלע וועגן אריין קיין מאנהעטען פון די 60׳סע סט. און אראפ וועלן ווערן גערעכנט טאל $9 פון 5AM ביז 9PM, און $2.25 דורך אויס די נאכט שעות.
(שבת) און זונטאג ווערט די $9 גערעכנט פון 9AM ביז 9PM
פאר טראקס קלענערע און גרעסערע וועט די טאל זיין העכער.
אויב פארט מען נאר אויפן FDR אדער וועסט סט. אדער וועסט סייט הייוועי, אזוי אויך די וועסט סטריט קאנעקטאר צום Hugh L. Carey (בעטערי ) טאנעל, וועט מען נישט ווערן גערעכנט דעם טאל.
טאמער פארט מען אריבער דעם וויליאמבורג בריק אדער דעם מאנהעטען בריק ווערט מען אטאמאטיש גערעכנט דעם טאל ווייל מען מוז אנקומען צו די גאסן.
אויב נעמט מען דעם ברוקלין בריק און מען נעמט דעם רעמפ גראד אריין צום FDR נארט באונד, און מען בלייבט אויפן FDR ביז נאך די 60׳סטע סטריט וועט מען נישט ווערן גערעכנט. אויב מען נעמט די אנדערע עקזיט אויפן ברוקלין בריק אריין צו די גאסען ווערט מען יא גערעכנט. די זעלבע איז פון מענהעטען קיין ברוקלין, אויב נעמט מען דעם רעמפ פונעם FDR ווערט מען נישט גערעכנט.
אויב נעמט מען די קווינסבארא (עד קאטש) בריק, קען מען זיך אויך שפאָרן דעם טאל דורך נעמען דעם upper level און נעמען דעם עקזיט וואס פארט ארויס אויף 62נד סט.
אויב קומט מען אריין קיין מענהעטען דורך איינס פון די 4 טאנעלען וואס קאסטען א טאל, לינקלאן, האלאנד, קערי (בעטערי), אדער קווינס מידטאון טאנעלס וועט מען באקומען א $3 הנחה דאס הייסט אז מען וועט ״נאר״ צאלן $6 דורך אויס די טאג שעות (דאס איז צוגאב צו די טאנעל טאל), און די נאכט שעות איז די פרייז די זעלבע $2.25
ס״ה אויב וויל מען פארן צו upper מאנהעטען אדער צו אפסטעיט, איז די אייציגסטע צוויי וועגן צו פארן בחנם, די ברוקלין בריק און נעמען דעם רעמפ אריין צום FDR אדער דורך קווינס, די קווינסבארא- עד קאטש - בריק דעם אויבערשטע שטאק און נעמען די 62׳סטע סט. עקזיט.
וויכטיג צו באטאנען , די איזי פעס מוז זיין גערעדשיסטערט צו די קארס לייסענס פלעיטס, אויב נישט גייט מען ווערן גערעכנט $13.50
די טאל ווערט נאר גערעכנט איין מאל א טאג.
נידריגע פארדינער וועלן קענען זיך איינשרייבען פאר א דיסקאונט און וועלן נאר באצאלן $4.50 פון די 11׳טע טריפ און ווייטער פער חודש.
אין יאר 2028 גייט דאס ארויפגיין צו $12 און אין יאר 2031 צו $15.

פארלאפענע וואך האט צירקולירט א ווידעא פון א אינצידענט וואס איז פארגעקומען ביי די ווינקל פון נאסטרענד עוו. און קינגס הייוועי ווי א מיניווען האט ארפגעקלאפט צוויי אידישע פרויען וואס האבן געשטופט קינדער אין וועגעלעך, פילע האבן דאס באצייכנט ווי א געצילטע אנטיסעמיטישע אטאקע קעגן אידן און דער דרייווער האט בייזוויליג איבערגעפארן די אידישע פרויען.
די פאליציי האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט איבער דעם אינצידענט און קלאר געשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע עקסידענט, דער 69 יעריגער דרייווער פון די מיני ווען איז געבליבן אויפן סצענע און אנגעגעבן אז ער האט נישט באמערקט די פרויען, אזוי אויך האט דער היימישע פאליציי דעפיוטי טשיף ריטשי טעילאר באשטעטיגט אז עס איז נישט געווען בייזוויליג.
די פרויען אין קינדער וואס זענען געווען פארמישט אין דעם עקסידענט זענען אפגעפירט געווארן צו די מיימאנעדיס שפיטאל זייענדיג ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
די פאליציי האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט איבער דעם אינצידענט און קלאר געשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע עקסידענט, דער 69 יעריגער דרייווער פון די מיני ווען איז געבליבן אויפן סצענע און אנגעגעבן אז ער האט נישט באמערקט די פרויען, אזוי אויך האט דער היימישע פאליציי דעפיוטי טשיף ריטשי טעילאר באשטעטיגט אז עס איז נישט געווען בייזוויליג.
די פרויען אין קינדער וואס זענען געווען פארמישט אין דעם עקסידענט זענען אפגעפירט געווארן צו די מיימאנעדיס שפיטאל זייענדיג ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
די FBI האט ארויסגעשטעלט פרישע פוטעדזש און אינפארמאציע איבער דעם מאן וועלכע האט אונטערגעלייגט באמבעס ביי די רעפאבליקאנער און דעמאקראטישע קאמיטע אפיסעס בעפאר די יאנואר 6 פראטעסטן, און בעטן הילף צו אינדענטיפיצירן דעם פארשוין, מיט א 500,000 דאלערדיגע באלוין פאר אינפארמאציע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
150 דרום קארעא פאליציי אפיצירן האבן פראבירט אויסצופירן אן ארעסט אורטייל אויף זייער פרעזידענט 'יאן סוק יעל', אבער זיי האבן געמוזט אויפגעבן צוליב די מאסן פראטעסטן פארענט פון זיין פאלאץ און די ווידערשטאנד פון זיינע וועכטער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
העדזש פאנדס זאגן אז זיי האבן געהאט א גאר שטארקע יאר אין 2024, בענעפיטירנדיג פון די וואקלדיגע מארקעט אין רעזולטאט פון די ראטע טוישונגען, פרעזידענטליכע וואלן און נאך.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
אינסטאנצן אין האוואי זאגן אז זיי וועלן ווערן שטרענגער אינעם קאמף קעגן אומלעגאלע פייער קרעקער, נאך די שרעקליכע אינצידענט אין האנאלולו.
די אינצידענט האט פאסירט ווען א אנגעצינדענע פייער קרעקער האט זיך איבערגעדרייט און געשאסן אין ריכטונג פון א צווייטן פעקל פייער קרעקער, מאכענדיג א שטארקע אויפרייס פון וואס דריי זענען אומגעקומען און איבער צוואנציג זענען פארוואונדעט געווארן.
די אינצידענט האט פאסירט ווען א אנגעצינדענע פייער קרעקער האט זיך איבערגעדרייט און געשאסן אין ריכטונג פון א צווייטן פעקל פייער קרעקער, מאכענדיג א שטארקע אויפרייס פון וואס דריי זענען אומגעקומען און איבער צוואנציג זענען פארוואונדעט געווארן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
מייק דזשאנסאן איז אפיציעל געווארן ווידערוויילט פאר ספיקער פון קאנגרעס פרייטאג, נאך וואס צוויי רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן געטוישט זייערע שטימען אין דער לעצטער מאמענט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
עפל האט איינגעשטימט צו צאלן 95,000,000 צו אויסגלייכן קלאגעס וועלכע האבן באשולדיגט די פירמע אויפ'ן נוצן איר 'סירי' אפציע צו שפיאנירן אויף מענטשן מיט אייפאונס און אנדערע עפל פראדוקטן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
נאך א געריכטליכע געפעכט האט א ריכטער אין ניו דזשערסי פרייטאג געאורטיילט אין שטיצע פון די ׳קאנדזשעסשען פרייסינג׳ פלאן און עס גייט היינט מיטל נאכט אריין אין קראפט, מיט די נייע פלאן וועלן דרייווער וואס פארן אריין אין די פארנומענע טייל פון מאנהעטן באצאלן די $2.25 ביז $9 טאל אויסער עמערזשענסי אגענטורן.
דער פארזיצער פון חברה הצלה ר׳ יחיאל קאליש האט אפגעשיקט א בריוו צו הצלה מעמבערס ווי ער שרייבט אז זיי ארבעטן מיט די געזונטהייט דעפארטמענט און די עם.טי.עי. צו אויסשליסן מעמבערס פון צאלן דעם פרייז אויך ווען זיי באנוצן זיך מיט זייערע פריוואטע קארס צו גיין צו רופן.
דער פארזיצער פון חברה הצלה ר׳ יחיאל קאליש האט אפגעשיקט א בריוו צו הצלה מעמבערס ווי ער שרייבט אז זיי ארבעטן מיט די געזונטהייט דעפארטמענט און די עם.טי.עי. צו אויסשליסן מעמבערס פון צאלן דעם פרייז אויך ווען זיי באנוצן זיך מיט זייערע פריוואטע קארס צו גיין צו רופן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
די עס זאל אין א רעפארמער אידישע זומער קעמפ אין אונטעריא קאנאדע איז פרייטאג ארויף אין פלאמען אין א מיסטעריעזע פייער, פייערלעשער האבן שנעל פארלאשן די פייער און עס פארמיטן פון זיך פארשפרייטן צו די ארומיגע געביידעס, די פאליציי פארשט אויס די אורזאך פונעם פייער און האט אויסגעשלאסן אז עס איז בייזוויליג אונטערגעצינדן געווארן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
ווינטער שטורעמעס לענגאויס אמעריקא האבן געשאפן געפארפולע אומשטענדן אין פארשידענע געגענטער. א ביישפיל איז חלקים פון קענסעס וואו עס איז ערווארטעט ווייניגסטענס 8 אינטשעס שניי, מיט א מעגליכקייט אז טייל ערטער וועלן באקומען ביז 14 אינטשעס שניי, און די נעשינאל גארד איז אקטיוויזירט געווארן ארויס צו העלפן געשטראנדעטע מאטאריסטן. חלקים פון די ווייטע אפסטעיט ניו יארק האבן אויך באקומען 3 פיס שניי אדער מער אין רעזולטאט פון א לעיק-אפעקט שטורעם וואס איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז שפעט נאכמיטאג. די מערסטע שניי אין אפסטעיט איז געפפאלן אין קעמדען, א געגענט אין אָנידאָ קאונטי, וואו עס איז אראפ געקומען די לעצטע פאר טעג גאנצע 65 אינטשעס שניי. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס וועטער באאמטע זאגן אז א שטורעם ערווארטעט אין די טריי סטעיט ראיאן וועט ווארשיינליך כמעט גענצליך איבערהיפן די ניו יארק סיטי מעטרא געגענט, כאטש וואס עס איז נאך פארהאן א שאנס אז די געגענט וועט זען אביסל שניי. וועטער באאמטע זאגן אז זיי טוען אויך נאכפאלגן א שטורעם ערווארטעט אויף מער ענדע וואך, אבער ערווענען אז עס איז נאך צו פרי פארצושאצן וואס מען קען דעמאלטס ערווארטן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
א באריכט דורך איי-24-נייעס דעקט אויף דורך אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער אז די איראנער געשטיצטע האוטי רעבעלן אין תימן באנוצן זיך מיט כינעזער-פראדיצירטע וואפן אין זייער אטאקעס, אין אויסטויש פאר באשיצונג אין די רויטע ים פאר אלע שיפן וועלכע רייזן מיט א כינעזער פאן.
די באריכט דערציילט אויך אז אמעריקא האט אידענטיפיצירט א סופליי-קייט אויפגעשטעלט דורך די האוטי רעבעלן 'אין כינע' וואו זיי פראדיצירן טיילן פון פארגעשריטנע באליסטישע און קרוז מיסילס מיטן הילף פון כינע.
די באריכט דערציילט אויך אז אמעריקא האט אידענטיפיצירט א סופליי-קייט אויפגעשטעלט דורך די האוטי רעבעלן 'אין כינע' וואו זיי פראדיצירן טיילן פון פארגעשריטנע באליסטישע און קרוז מיסילס מיטן הילף פון כינע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
די עף-בי-איי און די דעפארטמענט אוו היימלאנד זיכערהייט האבן ארויסגעשטעלט א פאראייניגטע סטעיטמענט אין וואס זיי ווארענען פאליציי אגענטורן איבער אמעריקא איבער מעגליכע אטאקעס, נאכפאלגענדיג די שרעקליכע ניו ארליענס אטאקע.
די צוויי אגענטורן האבן דירעקט געווארענט 18,000 לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס נאציאנאל, און געפאדערט אז זיי זאלן זיין מער וואכזאם אין די קומענדיגע צייט פאר אטאקעס וואס ווערט אדורכגעפריט דורך קארן און וואפן.
די צוויי אגענטורן האבן דירעקט געווארענט 18,000 לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס נאציאנאל, און געפאדערט אז זיי זאלן זיין מער וואכזאם אין די קומענדיגע צייט פאר אטאקעס וואס ווערט אדורכגעפריט דורך קארן און וואפן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
די יו-ען אונרא אגענטור וואס געבט זיך אפ מיט פאלעסטינער, גרייט זיך צו פארמאל ענדיגן אפעראציעס אין עזה און די מערב ברעג נאכפאלגענדיג צוימונגען וואס מדנ"י האט ארויפגעשטעלט אויף די אגענטור צוליב וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי ארבעט צוזאמען מיט כאמאס, לויט א באריכט פון די ניו יארק טיימס.
צוריק אין אקטאובער, האט די מדנ"י כנסת מיט א גאר שטארקע מערהייט באשטעטיגט עטליכע געזעצן צו צוימן 'אונרא' אפעראציעס. איין געזעץ וואס איז אריבער אין די כנסת 92 אקעגן בלויז 10 פארבאט די אגענטור פון אפערירן אין מדנ"י טעריטאריע, א צווייטע געזעץ פארבאט מדנ"י אויטאריטעטן פון קאאפערירן מיט אונרא אין פאלעסטינע טעריטאריע.
טראץ וואס די מדנ"י צוימונגען פארבאט נישט אונרא פון אפערירן אין עזה, וועט אונרא לויט די באריכט פארמאל ענדיגן אירע אפעראציעס.
צוריק אין אקטאובער, האט די מדנ"י כנסת מיט א גאר שטארקע מערהייט באשטעטיגט עטליכע געזעצן צו צוימן 'אונרא' אפעראציעס. איין געזעץ וואס איז אריבער אין די כנסת 92 אקעגן בלויז 10 פארבאט די אגענטור פון אפערירן אין מדנ"י טעריטאריע, א צווייטע געזעץ פארבאט מדנ"י אויטאריטעטן פון קאאפערירן מיט אונרא אין פאלעסטינע טעריטאריע.
טראץ וואס די מדנ"י צוימונגען פארבאט נישט אונרא פון אפערירן אין עזה, וועט אונרא לויט די באריכט פארמאל ענדיגן אירע אפעראציעס.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
פרעזידענט ביידען האט אין די לעצטע צייט אפגעהאלטן א הויכע-שטאפל געהיימנוספולע זיצונג מיט די נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשעיק סאליווען, אין וואס זיי האבן באטראכט די פלאן פון אן אמעריקאנער אטאקע אויף די איראנער נוקלעארע פראגראם, לויט א באריכט פון עקסיאס.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
א באריכט דורך עי-פי צייגט אז א מערהייט פון די רעפובליקאנער פארטיי קלערן אז די אמעריקאנער וואל סיסטעם איז שטאנדהאפטיג, שטייענדיג נאך טראמפ'ס געווינס. דאס איז א שטארקע טויש פון בעפאר די וואלן ווען גאר אסאך רעפובליקאנער זענען געווען פעסימיסטיש מיטן אמעריקאנער וואל סיסטעם.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
ברוקלין דיסטריקט אטורני עריק גאנזאלעז, האט געזאגט אז ברוקלין האט געזעהן אין יאר 2024 למס' א שטארקע רעדוקציע אין גאן פארברעכן, ווען שיסערייען איז געפאלן מיט גאנצע 15 פראצענט, ווי אויך איז ערנסטע פארברעכן אין ברוקלין געפאלן מיט זעקס פראצענט אנטקעגן 2023. אלעס צוזאמען איז געווען 287 שיסערייען אין ברוקלין פאריגע יאר, אראפ פון 338 אין 2023.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
מעיאר עדעמס מיט שרייבט איבער די בעפארשטייענדע וועטערס
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
ברעיקינג: פריים מיניסטער פון קאנאדע, דזשוסטין טרודאו רעזיגנירט פון אמט.
ער האט געדינט פאר ניין יאר אלס פירער פון די ליבעראלע פארטיי אין לאנד
ער האט געדינט פאר ניין יאר אלס פירער פון די ליבעראלע פארטיי אין לאנד
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
די קאנאדישע דאלער שטייגט נאכפאלגנדיג די באריכטן אז דזשוסטין טרודאו, דער ליבעראלער פריים מיניסטער פון לאנד, וועט מעגליך רעזיגנירן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין
פריער ביים פרעסע קאנפרענץ איבערן רעזיגנאציע איז געפלויגן צעטלעך פון דער ווינט...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
יונייטעד לופטליניע זאגט אז זי פלאנירט אנצוהויבן נוצן מאסק'ס סטארלינק אינטערנעט סערוויס אויף אירע פליגער קומענדיגן פעברואר.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ען-בי-סי ניוז פארציילט אז קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט געזאגט פאר רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אז ער שטיצט א 'רעקאנסיליאציע' ביל פאר טראמפ'ס גרעניץ און עקאנאמיע פאליסיס.
די סארט ביל וועט אוועק נעמען די רעכט פון סענעטארן צו מאכן א פיליבאסטער, און וועט פארמיידן רעפאבליקאנער פון דארפן זעכציג שטימען אין סענאט.
די סארט ביל וועט אוועק נעמען די רעכט פון סענעטארן צו מאכן א פיליבאסטער, און וועט פארמיידן רעפאבליקאנער פון דארפן זעכציג שטימען אין סענאט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1511
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5993
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א זעלטענע מאמענט איז ערווארטעט די וואך דאנערשטאג ביי פרעזידענט קארטער'ס באגרעבעניש צערעמאניע, וואו אלע פינף פרעזידענטן וועלכע לעבן נאך זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען.