שבת האט געזיגט! שבת באזיגט! און שבת וועט ווייטער באזיגן! בעבר בהווה ובעתיד!
פאר 100 יאר צוריק האט ליידער אויסגעזעהן ווי אידשקייט בכלל און שמירת שבת בפרט גייט בארג אראפ, אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת און די בעלי מסירות נפש אחד בעיר ושנים ממשפחה, האבן זיך נישט געלאזט..., און מיט די הילף פון די אמתע מנהיגי ישראל פון די אלטערהיים בדרך המסוללנה לנו מרובותה"ק עפ"י השו"ע..! האט מען מחזיר געווען עטרה ליושנה, און שבת אין אמעריקא בליהט און וואקסט באיכות ובכמות...
פעסט פארווערד 100 יאר.. אין שטאט מאנסי לייידער פאר א שטיק צייט איז געווען משנאיך נשאו ראש און די מחללי שבת האבן געהויבן די קעפ בראש כל חוצות און צוטרעטן די תורה קדשוה וצניעות און דעם הייליגען שבת קודש...
עד שבא ר' יחזקאל בדורו כירמי' בדורו און געשריגן און געוויינט איכה היתה ל.. קרי' נאמנה, און ב"ה כלל ישראל האט געהערט דער געשריי און אין די געציילטע טעג וואס מען האט אנגעפאנגען די פעטיציע דרייוו איז מען שוין אנגעקומען צו
איבער האלב פון די גאול - ציפער פון 5 אלפים!
כאפט אריין פון זיין די מסייע לדבר מצוה, און אראפנעמן די חרון אף פונעם שטאט, והי' מחניך קדוש... און נישט ח"ו ושב מאחריך פון די געוואלדיגע ט.. פון די חילול הקדושה דורך דעפט 7...
יעדער קען זיין א עסקן, נעמט צוזאם פון אייער קרובים, ידידים, שכנים יראי ה' אשר קדוש השם נוגעת בלבם, און זייטס פון די מקדשי שם שמים ברבים!