רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ"ג סיון ש"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ"ג סיון ש"א

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.

רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.

פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך מירון »

ויצב יעקב מצבה
פיילס
רבי יעקב פולק.jpg
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 923

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך וואלף »

מירון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:45 pm ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.

רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.

פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
פון די ראשונים איז נישט דא ארגינעלע מציבות, דעם מהר"ם מרוטנבורג איז נישט ארגינעל?
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך מירון »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:28 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:45 pm ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.

רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.

פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
פון די ראשונים איז נישט דא ארגינעלע מציבות, דעם מהר"ם מרוטנבורג איז נישט ארגינעל?
אזוי האב איך געהערט פון עטליכע חוקרים און יעדנים
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
בנצי
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 48

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך בנצי »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:22 pm ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
ער איז געווען אין חרם צוליב די מיאון פרשה ווען ער האט מתיר געווען מיאון בזמן הזה.

ז"ל המהר"י מינץ בשו"ת סי"ג: "אם חוזר בו (בנדון המיאון) מוטב, כיוון שהנידוי היה על תנאי זה עד שיחזור, ואם ח"ו שאינו חוזר, ראוי להורידו מגדולתו"
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

פאוסט דורך Think and Thank »

מירון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:15 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:28 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:45 pm ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.

רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.

פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
פון די ראשונים איז נישט דא ארגינעלע מציבות, דעם מהר"ם מרוטנבורג איז נישט ארגינעל?
אזוי האב איך געהערט פון עטליכע חוקרים און יעדנים

דאס איז נישט ריכטיג. די מציבה פונ'ם מהר"ם מרוטנבורג איז אריגינעל, ווי אויך די מציבה פון ר' אלכסנדר ב"ר שלמה וויממפען דער גביר וואס האט אויסגעלייזט זיין גוף קדוש. אבער די מציבה פונ'ם מהר"ם מרוטנבורג איז ווייט נישט די עלטסטע. אין מאגענצא זענען דא די אריגינעלע מציבות פון רבינו גרשום מאור הגולה (נפטר בשנת ד"א ת"ת), פון זיין תלמיד ר' יעקב בר יקר (רש"י'ס רבי), און פון ר' משולם בן קלונימוס. אויסער דעם זענען דא אין עטליכע בתי חיים אין דייטשלאנד מציבות פון אנהייב אלף השישי און אפילו נאך פונ'ם אלף החמישי. אין פראנקפורט ד'מיין זענען דא עטליכע מציבות פון פאר שנת ק', און אין שפייער (וואו עס איז גארנישט פארבליבן פון די בית החיים) זענען דא אינ'ם מוזעאום עטליכע מציבות פון ווירמייזא פון יענע יארן.

אבער אפילו פון די אחרונים זענען דא מציבות וואס זענען עלטער ווי ר' יעקב פאלאק'ס. אין ווירמייזא למשל איז דא די מציבה פונ'ם מהרי"ל, וועלכער האט געלעבט א גוטע הונדערט יאר פאר ר' יעקב פאלאק. אין פראג איז דא די מציבה פון ר' אביגדור קרא, א בן דורו (אדער עטוואס פריער) ווי דער מהרי"ל.

וואס יא, אויב איז די מציבה אין לובלין טאקע פון ר' יעקב, איז עס ווארשיינליך די עלטסטע (אדער פון די עלטסטע) מציבות אין פוילן (און אין גאנץ מזרח אייראפע). עס איז אבער א מחלוקת צו דאס איז טאקע די מציבה פון ר' יעקב פאלאק, היות מען טרעפט נישט אין ערגעץ דערמאנט אז ער האט געהייסן קאפלמאן.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך Think and Thank »

בנצי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:42 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:22 pm ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
ער איז געווען אין חרם צוליב די מיאון פרשה ווען ער האט מתיר געווען מיאון בזמן הזה.

ז"ל המהר"י מינץ בשו"ת סי"ג: "אם חוזר בו (בנדון המיאון) מוטב, כיוון שהנידוי היה על תנאי זה עד שיחזור, ואם ח"ו שאינו חוזר, ראוי להורידו מגדולתו"

די גאנצע חרם איז נישט אזוי פשוט. דער איינציגסטער מקור אז מען האט אים געלייגט אין שמתא איז דער מהר"י מינץ, וואס שרייבט אזוי נישט מכח ידיעה נאר ער איז אזוי מדייק פון דעם וואס ר' יעקב מרגליות (דער רבי פון ר' יעקב פאלאק און פון ר' יהודה מינץ) שרייבט נישט 'יצ"ו' אדער 'שיחיה' נאך ר' יעקב פאלאק'ס נאמען. אויסער דעם שרייבט ער אז ראוי לנדותו (עס זענען דא דריי סארטן חרמות ר"ת נח"ש: נידוי, חרם און שמתא. זאגט ר' יהודה מינץ אז ר' יעקב מרגליות האט אים שוין געלייגט אין שמתא, און אויב ציט ער נישט צוריק איז ראוי אים צו לייגן אויך אין נידוי), אבער אין חרם (די הארבסטע פון די דריי) זאל מען אים נישט לייגן אפילו אויב ער ציט נישט צוריק.

למעשה אבער פסק'נט דער רמ"א סוף סי' קנ"ה ווי ר' יעקב פאלאק אז מען מעג מאכן מיאון בזמן הזה, און אזוי האבן אויך גע'פסק'נט למעשה דער שער אפרים (דער זיידע פונ'ם חכם צבי) און דער בעל התניא און זיין אייניקל דער צמח צדק, אזוי אז עס לאזט זיך זאגן אז מען האט אנגענומען די פסק פון ר' יעקב פאלאק וא"כ איז די שמתא געווען אומבארעכטיגט. וואס עס קען יא זיין איז אז מען האט חושש געווען צום קעגנזייטיגע חרם ביי די מערכה מיט ר' אברהם מינץ (ר' יהודה מינץ'ס זון), ועדיין צ"ב.

איז דא א קראנטע מקור אויף דעם אז די מנהג איז געווען נישט צוצוגיין ביז צום קבר?
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 209

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:22 pm ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
איך ווייס נישט פונקטליך צו עס איז אמת אדער נישט. אבער מען דארף וויסן אז מען רעדט דא פון א צדיק וקדוש פון די גרעסטע פון די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, ער איז געווען דער רבי פון רבי שלום שכנא פון לובלין, דער רבי און שווער (בזוו"ר) פון די רמ"א, און דער רבי פון גאנץ יהדות פוילן.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:04 pm

קיינער לייקענט עס נישט. די גדולים אבער פון יענע דור האבן איהם געלייגט אין חרם פארן טוישן די דרך הלימוד.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך Think and Thank »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:59 am

איז דא א קראנטער מקור אויף די חרם?

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2025 2:31 pm

ס'איז א דבר ידועה.
גיב א קוק דא אין וויקי https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%9C%D7%A7
פיילס
Screenshot 2025-01-23 155123.png
Screenshot 2025-01-23 155107.png
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך Think and Thank »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:52 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2025 2:31 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:59 am

קיינער לייקענט עס נישט. די גדולים אבער פון יענע דור האבן איהם געלייגט אין חרם פארן טוישן די דרך הלימוד.

איז דא א קראנטער מקור אויף די חרם?
ס'איז א דבר ידועה.
גיב א קוק דא אין וויקי https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%9C%D7%A7

דא רעדט מען דאך פון די פולמוס איבער מיאון (ווי איך האב שוין געשריבן דא), נישט איבער די דרך הלימוד. און איבער מיאון פסק'נט דאך דער רמ"א ואחריו אסאך אחרונים ווי ר' יעקב פאלאק, וואס מיינט אז דער חרם קעגן אים האט נישט קיין האפט (כמבואר בשו"ע לגבי מי שהחרימו אותו שלא ביושר).
בנצי
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 48

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך בנצי »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 7:55 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:52 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2025 2:31 pm

איז דא א קראנטער מקור אויף די חרם?
ס'איז א דבר ידועה.
גיב א קוק דא אין וויקי https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%9C%D7%A7

דא רעדט מען דאך פון די פולמוס איבער מיאון (ווי איך האב שוין געשריבן דא), נישט איבער די דרך הלימוד. און איבער מיאון פסק'נט דאך דער רמ"א ואחריו אסאך אחרונים ווי ר' יעקב פאלאק, וואס מיינט אז דער חרם קעגן אים האט נישט קיין האפט (כמבואר בשו"ע לגבי מי שהחרימו אותו שלא ביושר).
אז די חרם זאל האבן געווען צוליב טוישן דרך הלימוד לא שמעתי מעולם.

מ'האט טאקע חולק געווען אסאך, די שלה"ק מהר"ל און נאך אבער א חרם? ביטע ברענג א מקור.

לעומת זה אויף די פרשת המיאון איז יא דא מקורות פון יענע צייט אז צוליב דעם איז ער געווען אין ח' ווי דערמאנט אינעם מהר"י מינץ

און דא האסטו נאך א מקור די רש"ל געווען א דור שפעטער יש"ש יבמות פי"ג סי"ז

וגדול אחד בדורו, אשר היה לפני, נהג ועשה הלכה למעשה, והושיב ב"ד, ומיאנה יתומה בבעלה, שהיה אדם גדול בתורה, ונחלקו עליו כל החכמים האחרונים אשר הזכרתי, וכל גדולי אשכנז, וגזרו עליו שלא תצא במיאון, וברכוהו על ככה, ומרוב חשיבתו וגדולתו, העמיד המיאון על דעתו, ולא השגיח בהן ובגזירותיהם, והביא, שגם לפניו היו נוהגין במיאון, והיתה נשאת אותה אשה לאדם אחר, על פי אותה המיאון, אבל שמעתי, שזיווגן לא היה עולה יפה, לכן מסכים אני לגזירת הקדמונים, שלא למאן, ואף אם מיאנה, שלא להשגיח במיאון, ולאסור אותה עד שתתגרש, אבל אם נשאת בב"ד על פי המיאון, אפילו הורה המורה שלא כדין, וראוי להורידו מגדולתו, מכל מקום לא מפקינן מבעלה, אפילו למדוה למאן, רק שלא יהיה לה י"ב שנים ויום אחד

און דאס אז די רמ"א תלמיד תלמידו פסקנט ווי אים מיינט נישט אז די גדולי אשכנז האבן אים נישט געלייגט אין ח'.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1626

Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א

פאוסט דורך Think and Thank »

בנצי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 7:55 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:52 pm

ס'איז א דבר ידועה.
גיב א קוק דא אין וויקי https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%9C%D7%A7

דא רעדט מען דאך פון די פולמוס איבער מיאון (ווי איך האב שוין געשריבן דא), נישט איבער די דרך הלימוד. און איבער מיאון פסק'נט דאך דער רמ"א ואחריו אסאך אחרונים ווי ר' יעקב פאלאק, וואס מיינט אז דער חרם קעגן אים האט נישט קיין האפט (כמבואר בשו"ע לגבי מי שהחרימו אותו שלא ביושר).
אז די חרם זאל האבן געווען צוליב טוישן דרך הלימוד לא שמעתי מעולם.

מ'האט טאקע חולק געווען אסאך, די שלה"ק מהר"ל און נאך אבער א חרם? ביטע ברענג א מקור.

לעומת זה אויף די פרשת המיאון איז יא דא מקורות פון יענע צייט אז צוליב דעם איז ער געווען אין ח' ווי דערמאנט אינעם מהר"י מינץ

און דא האסטו נאך א מקור די רש"ל געווען א דור שפעטער יש"ש יבמות פי"ג סי"ז

וגדול אחד בדורו, אשר היה לפני, נהג ועשה הלכה למעשה, והושיב ב"ד, ומיאנה יתומה בבעלה, שהיה אדם גדול בתורה, ונחלקו עליו כל החכמים האחרונים אשר הזכרתי, וכל גדולי אשכנז, וגזרו עליו שלא תצא במיאון, וברכוהו על ככה, ומרוב חשיבתו וגדולתו, העמיד המיאון על דעתו, ולא השגיח בהן ובגזירותיהם, והביא, שגם לפניו היו נוהגין במיאון, והיתה נשאת אותה אשה לאדם אחר, על פי אותה המיאון, אבל שמעתי, שזיווגן לא היה עולה יפה, לכן מסכים אני לגזירת הקדמונים, שלא למאן, ואף אם מיאנה, שלא להשגיח במיאון, ולאסור אותה עד שתתגרש, אבל אם נשאת בב"ד על פי המיאון, אפילו הורה המורה שלא כדין, וראוי להורידו מגדולתו, מכל מקום לא מפקינן מבעלה, אפילו למדוה למאן, רק שלא יהיה לה י"ב שנים ויום אחד

און דאס אז די רמ"א תלמיד תלמידו פסקנט ווי אים מיינט נישט אז די גדולי אשכנז האבן אים נישט געלייגט אין ח'.

יעדער איז מסכים אז מ'האט אים געלייגט אין ח' היות דער מהר"י מינץ - וואס איז געווען פארמישט אין די פרשה - איז אזוי מדייק פון די בריוו פון זיין רבי ר' יעקב מרגליות (אגב, ער שרייבט נאר אז ר' יעקב האט אים געלייגט אין שמתא, נישט אין חרם אדער נידוי). די הלכה איז אבער גע'פסק'נט אין שו"ע אז אויב מען לייגט איינעם אין ח' אומזיסט איז עס נישט חל, איז אויב איז ר' יעקב'ס פסק נישט נגד ההלכה איז לכאורה די שמתא נישט חל.

וויאזוי די פסק בלייבט הלכה למעשה איז געבליבן א מחלוקת עד היום הזה: דער מהרש"ל (וואס דו האסט געברענגט אויבן) פסק'נט קעגן ר' יעקב פאלאק, און זיין קרוב דער רמ"א פסק'נט ווי זיין רבי (און שווער בזוו"ר)'ס רבי ר' יעקב. אויך אין די שפעטערדיגע אחרונים איז עס איז געבליבן א פלוגתא צווישן די אחרונים. דער שער אפרים (דער זיידע פונ'ם חכם צבי) שרייבט מיט א פשטות אז די דעת האוסרים איז נישט נתקבל געווארן און מען מעג געהעריג מאכן מיאון. די זעלבע האלט דער תניא און זיין אייניקל דער צמח צדק. פון די אנדערע זייט האלט דער גליא מסכת (א תלמיד פון ר"ח וואלאזשינער) אז מען טאר נישט מאכן מיאון בזמן הזה, און ענליך שרייבט דער ערוך השלחן אז בדור שלפניו האט איינער געוואלט מתיר זיין א קטנה דורך מיאון און אלע גדולי ישראל האבן זיך קעגנגעשטעלט.

אקיצור, 500 יאר שפעטער איז נאך אלץ געבליבן א מחלוקת הלכה למעשה. איז צו זאגן אז מען טאר נישט צוגיין צום קבר אלס די ח' ווען די גאנצע חלות דערפון איז מוטל בספק, דארף מען האבן גאר ברייטע פלייצעס. איינער דא האט געשריבן אז אזוי איז געווען די מנהג אין לובלין פאר די קריג, וואלט געווען כדאי צו ברענגען א מקור צו דעם.
שרייב פאוסט