היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בן תורה »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך, קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
יעדע קנאי האט אין די בלוט אז מען טוט, ער זעהט עפעס קודם טוהט ער. פארן איבערגיין די פאקטען און מציאות דאס איז די טבע פון א קנאי.

ס׳ נשט דא קיין איין פייער דיפארטמענט וואס איז אזוי פארגעשריטן ווי די ברוער פייער דיפארטמענט, זיי האבן פון די שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד .
די איינציגסטע וואס האט איבער 10 פון די קליינע רויטע קארס, די לייטער טראק איז איך מיין 17 שטאק הויך מען רופט זיי פון איבעראל פאר מיוטעל עיד,
קומט בכלל נישט אריין דא, מצילי אש האט זיך נישט געעפנט ווייל ברוער האט געהאט צוריקגעשטאנענע עקוויפמענטס. שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד? שנעלער ווי מצילי אש אין מאנסי אדער קרית יואל?

בנוגע יודישקייט ענינים: זיי נעמען שוין נישט אריין קיין פרויען, די קאמישענערס האבן די ערשטע ווארט אין די דיפארטמענט און אין די קאמפעני
די קאמישענערס זענען אלע דארטן בעצת ובהדרכה ובהוראה פון אלע רבנים אין שטאט!
האסט געזעהן די בילדער פון די תערובות פארטי וואס איז פארגעקומען פאריאר? בעצת ובהדרכה ובהוראה פון אלע רבנים אין שטאט? די רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מיט די פרויען וואס זענען יעצט אינעם קאמפעני?

זייער דיספעטשינג און ראדיא סיסטעם: איז פון די פארגעשריטענסטע אין ארגענזעשן׳ס, אגב זייער ראדיא סיסטעם, האט איינער פון די קאמישענערס, וואס ער האט געזעהן ווי שטארק מען מוטשעט זיך מיט די 911 סיסטעם, האט ער מיט מסירות נפש זיך אריין געווארפן און אויפגעקומען מיט א נייע גאנצע סיסטעם ממש שלא על מנת לקבל פרס. איך קען איהם זייער גוט ער איז א פארנומענע בעל פרנסה האט אן אנדערע גרויסע ביזנעס אין שטאט ער איז אויך א גרויסע עסקן און טאון ער איז אויף איינער פון די בארד׳ס דארט.
קומט בכלל נישט אריין דא, מצילי אש האט זיך נישט געעפנט ווייל ברוער האט געהאט צוריקגעשטאנענע עקוויפמענטס

אזוי אלע קאמישענערס זענען מסירות נפש יודען. וואס וואן פערציג יאר ווארט יעדער איינער מען זאל טוהן, זענען זיי נישט געבליבן זיצן שטיל נאר געטוהן, אבער מיט שכל און פארשטאנד מיט אחריות נישט אבי אין די וועלט אריין
פערציג יאר וואס מען פרובירט שוין אפצושטעלן די חילול שבת און תערובות אן ערפאלג?? פארוואס דעמאלטס זאל מען פונקט היי יאר באווייזן וואס מען פרובירט שוין פאר פעציג יאר?? מען ברויך זאפארט עפענען א מצילי אש!!!

שבת: האבן די קאמישענערס ארלעדיגט שבת גוים וואס פארן ארום אין די גאסן.
איך האב גערעדט מיט איינע פון די קאמישענערס, וועגן א געוויסע קאל וואס איך האב מיטגעהאלן, ווי ביי אן אלארם איז געקומען 3 טראקס מיט מענטשן שבת אינדערפרי. גלייך האט ער געטשעקט וואס איז געוועהן, און ער ווייסט מיך, ווי נאר מען האט געזעהן וואס די פראבלעם איז אז עס איז מער נישט פיקוח נפש. איז די קאל אריין אין שבת מויד. אין ס׳איז געוועהן דארטן אויך צוויי גוים.
ווען איז געווארן געגרינדעט די שבת מויד, ס'קען זיין אז סאיז "פונקט" געשעהן נאכדעם וואס עפעס א מצילי אש ארגעניזאציע האט זיך געדרינדעט

אונז אלע ליגט נאך גוט אין די ביינער די הערליכע קידוש השם מעמד וואס איז פארגעקומען בעת התיסדות די נייע דיספעטשונג: ס׳איז געזעהן געווארן דארט דייני "בעלז" "וויזניץ" "סאטמר" "פאפא" "ועוד" פון די שענסטע קהלות און שטאט, די פייערדיגע דרשה און דברי חיזוק פון דומ״ץ סאטמר קלינגט מיר נאך אין די אויערן!
נו שוין, דא האסטו מיך פארלוירן. מהאט גערופן דיינים אין שטאט רעדן אין הלכות שבת אז ס'זאל אביסל אפהאלטן חילול שבת, און דאס ווערט גענוצט נגד רצונם פון די דיינים אלס א הסכמה אויפן קאמפעני?

איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.
שכרו הרבה מאד. אבער וואס ווייזט דאס? דאס ווייזט אז דארט נישט נישט דא קיין חילול שבת אדער אז דארט איז נישט דא קיין מענער און פרויען וואס פארברענגען אינאיינעם? אפשר ווייזט דאס אז סאיז דא דארט איינער וואס פרובירט צו טוהן און איז נישט מצליח וואס דאס ברענגט ארויס ווי וויכטיג מצילי איש איז.

איך מיין דאס איז געניג פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת אדרבה ירא הקהל וישפט
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1363
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2150

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!

שבת: האבן די קאמישענערס ארלעדיגט שבת גוים וואס פארן ארום אין די גאסן.
איך האב גערעדט מיט איינע פון די קאמישענערס, וועגן א געוויסע קאל וואס איך האב מיטגעהאלן, ווי ביי אן אלארם איז געקומען 3 טראקס מיט מענטשן שבת אינדערפרי. גלייך האט ער געטשעקט וואס איז געוועהן, און ער ווייסט מיך, ווי נאר מען האט געזעהן וואס די פראבלעם איז אז עס איז מער נישט פיקוח נפש. איז די קאל אריין אין שבת מויד. אין ס׳איז געוועהן דארטן אויך צוויי גוים.

איך מיין דאס איז געניג פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת אדרבה ירא הקהל וישפט
אפשר ביסטו איינמאל פאר אלעמאל מסביר די שבת גוים לצנות? [אגב קיין איין תושב מאנסי ווייסט נישט פון זיי צו זאגן...]
וואס זענען זייער תפקיד? ווען ס'איז דא א שריפה דארף מען ארומלויפן און גאס זיי אויפצוזיכן אז זיי זאלן רופן די פייער דעפארטמענט....
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 269

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:11 am
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am אונז אלע ליגט נאך גוט אין די ביינער די הערליכע קידוש השם מעמד וואס איז פארגעקומען בעת התיסדות די נייע דיספעטשונג: ס׳איז געזעהן געווארן דארט דייני "בעלז" "וויזניץ" "סאטמר" "פאפא" "ועוד" פון די שענסטע קהלות און שטאט, די פייערדיגע דרשה און דברי חיזוק פון דומ״ץ סאטמר קלינגט מיר נאך אין די אויערן!
הערליכע בילדער, ווער פון די רבנים (אויסער וויזניץ כמובן) קען איך קאלן פרעגן אויב ער איז פראוט דערמיט, און ער געבט ווייטער פולע סופארט בנוגע אידישקייט, הלכה און השקפה אין די ארגאניזאציע?

אז די ביסט צוריק געגאנגען צו די רבנים, וועל איך דיר ענטפערן, איך וויל נישט רעדן דערפון אסאך ווייל אונז ווילן מיר רעדן פון די נושא. נעכטן האט די עולם געזאגט די שמועס פאהרט דרום ווען מען רעדט דערפון, אבער איך וועל דיר מסביר זיין :
די וועד הרבנים איז זייער שטארק און מוראדיג באחדות: יעצט געוויסע רבנים וואס האבן נישט די שטארקייט אויף יעדען ענין. ווילן ניצן די וועד הרבנים זיך צו פראטעקטן!
וועגן דעם הרב שלעזינגער וואס איז א רב ווי די פארצייטישע רבנים, וואס האט נישט מורא לא תגירו מפני איש. איז אקעי צו זאגן זיין מיינונג אן די וועד. אבער קיינמאל איז ער ארויס געקומען מיט א מיינונג אנדערש ווי די וועד הרבנים.

יעצט לענינו ״אלע״ רבנים זענען איינשטומינג מיט די וועד הרבנים: יעצט די פרעשור פון מענטשן אויף געוויסע רבנים מאכט זיי זאגן אנדערש, ״וויזניץ״ האט אויך נישט מורא פונעם לא תגירו מפני איש. און וועט וויטער זאגן די מיינונג פון ״אלע״ רבנים אפי׳ מענטשן לייגן פרעשור פארשטאנען:

אגב וואס עס גייט יעצט פאר אין מונסי איז א געפערליכע חוצפה נוראה! אלץ ווען די רבנים זענען ארויס געקומען מיט א קול קורא אדער נאר וואס, איז די גאנצע ציבור יראים ושלמים געפאלגט די רבנים. עס איז אלץ געוועהן מענטשן משולי המחנה וואס האבן געזאגט מען האט איינגערעדט די רבנים עפ״ל.
אבער יעצט דרייעט זיך דא שטאט איבער. מיט א שלייער פון פרימקייט שבת צניעות, און מען לייגט פרעשור אויף די רבנים, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן מורא צו בעקן זייער אייגענע מיינונג וואס זיי זענען שוין ארויס געקומען ברבים.
א חרפה און א בושה אז מען האלט דא די חוצפה ישגה איז הימל שרייענדיג!

כה לחי פאר וויזניץ פארן נישט מורא האבן, אין בלייבן מיטן אמת וואס די דעת תורה האט געפאסקנט, און נישט זיך שרעקן פאר פרומע טראר.
מען זעהט ווי די רבי שליט״א איז אן אמתע ממשיך דרכו פון זיין גרויסע טאטע, וואס האט ווי באקאנט נישט מורא געהאט צו מוחה זיין אויף די פרימסטע קהלות. אויב זיי זענען באגאנגען עוולות, ווי ער פלעגט אלץ זאגן במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7261

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:10 am
► Show Spoiler
סאו ר' ישראל דוד איז דער בעל מכשיר אויף די פייער דעפארטמענט? מען קען אים קאלן פרעגן און באקומען זיכערע תשובות אז ער איז אחראי דערויף אז אלעס איז אויסגעהאלטן?
וויזניץ געבט די הכשר אויף די פייער דעפארטמענט? די חילול שבת און הפקרות נעמען זיי אויף זייערע פלייצעס?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
yatzmachpirkuni
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 3:51 pm
x 175

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך yatzmachpirkuni »

@daikin
איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.

מיט די זעלבע קשרים מיט די גאווערמענט קען מען אויך דראפן די טשערשעס אויף די חברים מעמבער'ס און מ.א. מעמבער ?! :?:
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1363
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2150

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:10 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:11 am
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am אונז אלע ליגט נאך גוט אין די ביינער די הערליכע קידוש השם מעמד וואס איז פארגעקומען בעת התיסדות די נייע דיספעטשונג: ס׳איז געזעהן געווארן דארט דייני "בעלז" "וויזניץ" "סאטמר" "פאפא" "ועוד" פון די שענסטע קהלות און שטאט, די פייערדיגע דרשה און דברי חיזוק פון דומ״ץ סאטמר קלינגט מיר נאך אין די אויערן!

יעצט לענינו ״אלע״ רבנים זענען איינשטומינג מיט די וועד הרבנים:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
נאך 3 חודשים צו גיין ביז חודש אדר...
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1631

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:05 am
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך, קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
יעדע קנאי האט אין די בלוט אז מען טוט, ער זעהט עפעס קודם טוהט ער. פארן איבערגיין די פאקטען און מציאות דאס איז די טבע פון א קנאי.
במקום קנאי שרייב אקטיווער מענטש
יעדער אקטיווער מענטש טאנצט קודם אריין אויך אויב עס איז נישט רעאליסטיש ביז מען באקומט צוביסלעך ערפארונג און עס קומט ארויס א דבר השלם בס"ד

יעדער גרויסער עסק האט זיך אנגעהויבן מיט א קליינע אומרעאליסטישער טאהט, און האט זיך צוביסלעך דעוועלאופט צו ריזיגע וועלטס עסקים.

איך וועל נישט אנהייבן מיט קיין דוגמאות ווייל כ'וועל קיינמאל נישט פארטיג ווערן, אבער די משל זעלבסט וואס דו ברענגסט איז די פירכא! וואו שטייט ער היינט נאכן אנהייבן מיטן גארטל? מען רופט אים איבעראל! ער איז היינט אן אויסגעשליפענער מומחה אין דעם תחום!!! מיט אלע כלים וואס פעלט זיך אויס דערפאר!!!

הצלה, די גרויסע מעכטיגע ארגאניזאציע וואס כולי עלמא מודה אז ס'איז פון די פארגעשריטנסטע עמערדזשענסי מעדיקל ארגאניזאציעס אין די וועלט, האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע יונגעלייט מיט ביפערס און אן אקסידזשען טאנק...
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1631

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am ס׳ נשט דא קיין איין פייער דיפארטמענט וואס איז אזוי פארגעשריטן ווי די ברוער פייער דיפארטמענט, זיי האבן פון די שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד .
די איינציגסטע וואס האט איבער 10 פון די קליינע רויטע קארס, די לייטער טראק איז איך מיין 17 שטאק הויך מען רופט זיי פון איבעראל פאר מיוטעל עיד,

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ווייניגער ווי א שעה פון מאנסי איז דא א שטעטל וואס הייסט ניו יארק סיטי. די ארטיגע פייער דעפארטמענט פארמאגט ארום 250 פייער סטעישאנס, וואו עס זענען סטאנציאנירט ארום 350 פייער טראקס פון אלע סארטן. אויסער דעם פארמאגן זיי 9 שיפן, צען וואלדפייער טראקס, א צאל סקוואד און רעסקיו טראקס, העזמעט טראקס און נאך.

אבער העי, ברוער איז די איינציגסטע וואס האט איבער צען פון די קליינע רויטע קארס, סאו זיי זענען די פארגעשריטנסטע אין די וועלט!

די לייטער טראק איז 17 שטאק הויך? אודאי, אויב מאכט מען יעדע שטאק 6 פיס הויך... לויט ברוער'ס וועבסייט איז זייער העכסטע לייטער טראק, די טאוער טראק, 95 פיס הויך, בעת וואס רוב פון די 143 ניו יארק סיטי לייטער טראקס זענען 95-100 פיס הויך...

און בנוגע די שנעלסטע רעספאנס אין די גאנצע לאנד, FDNY'ס עוורידזש רעספאנס צייט איז אונטער 10 מינוט. דער עולם רעדט זיך אפ אפילו אויף דעם ווייל מיר זענען צוגעוואוינט צו הצלה... און הערשט רעכנט די צען מינוט עוורידזש אריין געגנטער ווי סטעטן איילענד וואס זענען מער רורעל און די פייערטראקס זענען מער אויסגעשפרייט ווי אין ברוקלין אדער מאנהעטן. איך האב אליין מיטגעהאלטן איינמאל ווען איך האב גענומען מיינע קינדער אויף אן אויספלוג צום נאנטן פייער סטעישאן ווי אינמיטן איז אריינגעקומען א קאל, און די פייערלעשער - וועלכע זיצן אייגנטליך אינ'ם סטעישאן און ווארטן אויף א קאל אנשטאט קומען דעמאלס צו קריכן מיט די אייגענע קארס - האבן געשווינד ארויפגעווארפן די באשיצטע קליידער און אריינגעשפרינגען אינ'ם טראק. עס האט נישט געדויערט קיין 60 סעקונדעס פון ווען די קאל איז אריינגעקומען ביז די טראק איז געווען אויפ'ן וועג.

ווילסט זאגן אז דאס איז די בעסטע וואס מאנסי האט לעת עתה? מסכים. ווילסט זאגן אז מצילי אש איז (דערווייל) נאך ווייניגער פארגעשריטן ווי ברוער? מסכים. ווילסט זאגן אז אין די פארשטופטע גרעיט פלעינס איז די רעספאנס טיים נאך לענגער? מסכים. אבער שרייבן מיט א בלעכענעם פנים אז ברוער איז גאר פארגעשריטן - נאך די פארגעשריטנסטע איו לאנד! - און פון די שנעלסטע רעספאנס צייטן אין לאנד איז הילעריעס און פאסט אפשר פאר פורים נאכמיטאג נאכ'ן מקיים זיין די מצוות היום.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3629
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5885

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

אגב, ברוער האט לעצטנס פראקלאמירט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט צו האבן מער קאללס.
צו ווייסט איר אז געוויסע גאווערמענט פאנדינג ווענד זיך אין די call volume ?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7261

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:41 pm אגב, ברוער האט לעצטנס פראקלאמירט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט צו האבן מער קאללס.
צו ווייסט איר אז געוויסע גאווערמענט פאנדינג ווענד זיך אין די call volume ?
דאס איז די ערשטע זאכליכע טענה וואס איך הער אויף מצילי אש!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3629
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5885

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך, קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
ער קען! אבער דא האט ער דעליווערט א קאמפעני וואס טוט א גוטע דזאב!
וואס וועט זיין אין פאל פון א סטרוקטור פייער וואס ער קען ״נאכנישט״ אליינס באהאנדלען? גיב עס אפאר מינוט.

יעדע קנאי האט אין די בלוט אז מען טוט, ער זעהט עפעס קודם טוהט ער. פארן איבערגיין די פאקטען און מציאות דאס איז די טבע פון א קנאי.

ס׳ נשט דא קיין איין פייער דיפארטמענט וואס איז אזוי פארגעשריטן ווי די ברוער פייער דיפארטמענט, זיי האבן פון די שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד .
די איינציגסטע וואס האט איבער 10 פון די קליינע רויטע קארס, די לייטער טראק איז איך מיין 17 שטאק הויך מען רופט זיי פון איבעראל פאר מיוטעל עיד,
:lol: :lol:
כ'קען עפעס נישט געהעריג מחליט זיין צו דו מיינסט עס ערענסט.
די רויטע קארס האבן גארנישט אויף זיך, אויב עפעס האט יעדע מצילי אש מעמבער מער עקוויפמענט אין זייער קאר ווי די רויטע קארס

בנוגע יודישקייט ענינים: זיי נעמען שוין נישט אריין קיין פרויען, די קאמישענערס האבן די ערשטע ווארט אין די דיפארטמענט און אין די קאמפעני
די קאמישענערס זענען אלע דארטן בעצת ובהדרכה ובהוראה פון אלע רבנים אין שטאט!
העי העי, דריי נישט ארום די הוטל,
כ'געדענק נאך ווען מ'נוצט די טענה אז די קאמישינערס פרובירן זייער בעסט, אבער קענען נישט צופיהל טוהן.

זייער דיספעטשינג און ראדיא סיסטעם: איז פון די פארגעשריטענסטע אין ארגענזעשן׳ס, אגב זייער ראדיא סיסטעם, האט איינער פון די קאמישענערס, וואס ער האט געזעהן ווי שטארק מען מוטשעט זיך מיט די 911 סיסטעם, האט ער מיט מסירות נפש זיך אריין געווארפן און אויפגעקומען מיט א נייע גאנצע סיסטעם ממש שלא על מנת לקבל פרס. איך קען איהם זייער גוט ער איז א פארנומענע בעל פרנסה האט אן אנדערע גרויסע ביזנעס אין שטאט ער איז אויך א גרויסע עסקן און טאון ער איז אויף איינער פון די בארד׳ס דארט.
אלע מ״א קארדינעיטארס און מעמבערס זענען פארנומענע בעלי פרנסה [אנדערש ווי די פ״ד מעמבערס], סאוי ביטע לייג עס אין א זייט.
עני וועי, ווייסט איר אז די מעמבערס פון ברוער האלטן נישט ביים נוצן די ראדיאו סיסטעם, ס'איז קיינמאל אריין געהעריג אין באנוץ?
און וואס איז געשעהן מיט די טענה אז מ״א טוט אן עולה מיט'ן פראקלאמירן צו נישט רופן 911?

אזוי אלע קאמישענערס זענען מסירות נפש יודען. וואס וואן פערציג יאר ווארט יעדער איינער מען זאל טוהן, זענען זיי נישט געבליבן זיצן שטיל נאר געטוהן, אבער מיט שכל און פארשטאנד מיט אחריות נישט אבי אין די וועלט אריין

שבת: האבן די קאמישענערס ארלעדיגט שבת גוים וואס פארן ארום אין די גאסן.
איך האב גערעדט מיט איינע פון די קאמישענערס, וועגן א געוויסע קאל וואס איך האב מיטגעהאלן, ווי ביי אן אלארם איז געקומען 3 טראקס מיט מענטשן שבת אינדערפרי. גלייך האט ער געטשעקט וואס איז געוועהן, און ער ווייסט מיך, ווי נאר מען האט געזעהן וואס די פראבלעם איז אז עס איז מער נישט פיקוח נפש. איז די קאל אריין אין שבת מויד. אין ס׳איז געוועהן דארטן אויך צוויי גוים.
איך האב מיטגעהאלטן א קאל יום כיפור ביינאכט, וואו אידן מיט פיאות האבן געטוהן ליידער מלאכות, שוין נאכדעם וואס ס'נישט געוועהן קיין סכנה, נאר בלויז צו אויסלופטערן דאס פלאץ!
די פאטראל פארט ארום, און אויב זאגט אים איינער אז ס'איז דא אן אלארם, וועט ער ווייטער שיקן די טראקס מיט אידן, וואס האט ער אויפגעטוהן?? אז א גוי מאכט די קאל אנשטאט א איד?
איינער זעהט בכלל די פאטראל???

אונז אלע ליגט נאך גוט אין די ביינער די הערליכע קידוש השם מעמד וואס איז פארגעקומען בעת התיסדות די נייע דיספעטשונג: ס׳איז געזעהן געווארן דארט דייני "בעלז" "וויזניץ" "סאטמר" "פאפא" "ועוד" פון די שענסטע קהלות און שטאט, די פייערדיגע דרשה און דברי חיזוק פון דומ״ץ סאטמר קלינגט מיר נאך אין די אויערן!
וואפס, ליין איבער די בלעטער בשעתו.
יעדער ווייסט אז די רבנים זענען נישט געוועהן דארט צו עס שטיצן, נאר צו העלפן פארבעסערן אין פאל ס'דא ווער ס'וויל ווערן בעסער.
עס איז געוועהן בתנאי קודם למעשה אז מ'נעמט נישט קיין בילדער.

איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.

איך מיין דאס איז געניג פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת אדרבה ירא הקהל וישפט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 517
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1200

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Glass »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך,
קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס
אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
ס'איז יא א מהלך

מצילי אש אין קרית יואל האט זיך געפנט מיט דע מהלך !!!

ערשט הילף אין סקווער ארבעט נאך ביז היינט מיט די מהלך מיט נאר וואסער קענס !!!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2578
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6073

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:10 am די וועד הרבנים איז זייער שטארק און מוראדיג באחדות: יעצט געוויסע רבנים וואס האבן נישט די שטארקייט אויף יעדען ענין. ווילן ניצן די וועד הרבנים זיך צו פראטעקטן!
וועגן דעם הרב שלעזינגער וואס איז א רב ווי די פארצייטישע רבנים, וואס האט נישט מורא לא תגירו מפני איש. איז אקעי צו זאגן זיין מיינונג אן די וועד. אבער קיינמאל איז ער ארויס געקומען מיט א מיינונג אנדערש ווי די וועד הרבנים.
וואס זאגסטו דא. האסט געגעבן קרעדיט פאר די ועד הרבנים אויף עפעס וואס רבי ישראל דוד האט געטון. האב איך קלאר געמאכט אז עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט. ובזה הסתיים. קום נישט צוריק צו די גדלות פונעם ועד, דאס קען יעדער געוואויר ווערן ביי זיין לאקאלע רב.
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

[
► Show Spoiler
לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה...

א) סוי לאמיר דא בקיצור הקוצר צונעמן די גאר הארבע עבירה פון מייסד זיין א חבורה פון יראי ה' צו ראטעווען די שטאט אויסגעהאלטען לויט אונזער הייליגע תורה - הנקרא מצילי אש.

ב) די אנדערע צד האלט אז מטאר ח"ו נישט 'מוחה' זיין אקעגן היימישע יונגערלייט און פרויען וואס טוען אפ די ערגסטע עבירות ווי חילול שבת און ג"ע, נאר מען ברויך צולאזן די ברוער פייער דעפט פארשוועכן אונזער שטאט, קינדער, הייזער וכו'.

1) טענה מופלגת אז מאנסי ווערט געפירט די הנהגה... ממש אזוי? יא אמת אמאל איז געווען ר' יעקב קאמעניצקי געעוען די אפציעלע פוסק דא אין מאנסי.. אבער זאג נאר ווער איז די ערשטע ארויס אקעגן אים און מהרס געווען זיין כח הנהגה אין מאנסי - שאל אביך ויגדך
אבער היינט, הנהגה? אין מאנסי? הא? ? (פרעג אלע רבנים, מנהיגים, עסקנים, ליידער ליידער מטאר נישט קטרג זיין.. אבער זאג נאר די הפקירות וכו וואס הערשט אין מאנסי והגלילות איז דא אין עני אנדערע אידישע געגענט? ווי מופט ארויס א עמיציר וואס בהפקירא ניחא לי' נישט קיין בארא פארק-ווילאמסבורג, קרית יואל, קראון הייטס, וכו מען מופט קיין מאנסי ווייל דארט קען מען טוען וואס מען וויל.., ואכמ"ל, וואסארא הנהגה איז דא... צוצשטערן מצילי אש??)

2) מידיע.. השם ישמרינו וואס די מידיע האט אויפגעדעקט.. וואסערא חילו השם. די מידיע האט אויפגעדעקט אז די היימישע קאמישינער באנוצט זיך מיט מיאוסע ווערטער כגרוע שבאומות, די מיאוסע ווערטער און שפראך וואס מען האט גענוצט דארט, און ליידער האבן זיי פארפשרייט די רעקארדינג, חרפה ובושה, יא זיי האבן געווארפן ווערטער אז ער איז אקעגן פרויען, אבער נישט מטעם... נאר זיין אומ-איידעל שפראך, גארנישט מטעם קנאות ליידער...

3) לא תגורו מפני איש - אדער אשה דאס אז מנעמט א צד צו מחזק זיין די עוברי עבירה און הייסען יעדעם רופען מחללי שבתות און צוהעלפן און צולאזן דא א מסירה פון א היימישע איד, דאס הייסט לא תגורו?.. אהא, אדער גאר ווי איר ערווענט אז עפעס א באבע אין די טאון וויל דאס, סוי אפשר איז דאס לא תגורו מפני אשה..

וואס זאל איך דיר טוען כלל ישראל האט א גוטע שמעק, און זיי גלייבן ליבערשט אז נישט מורא האבן פון מוסרים וכת דיל', און נישט מורא האבן פאר שולי המחנה וואס פארשוועכן דעם הייליגען שבת, און די גדרי צניעות און זיך צוזאמנעם לעשות את השבת לדורותם דורך אן איש מורם מעם, מחבר ספרים, און איד וואס ברענט אין קדושת שבת וקדושת המחנה אן קיין פראפאגאנדע, כבוד, נישט פון היינט, נאר אלע יארן געברענט פאר העכערקייט אין אידישקייט, געפלאקערט אקעגן אלע פרצות וטעכענלאגיע וכו, און ער ווערט גע'מסרט, טעראזירט, גערודפט, און ער גייט אן ווייטער, דא איז וואס מיין תורה שטייט לא תגורו מפני איש... יא דאס איז פשוט פשט, און כלל ישראל איז נישט באנקראט..

4) וועד הרבנים, און נאכאמאל אין ענגליש זאגט מען - Fool me once, shame on you; fool me twice, shame on me אדער ווי מזאגט אין אידיש ווען דער שרייעט וואלף - וואלף - ביים דריטען מאל גלייבט מען אים שוין נישט...

איר האט פרובירט צו חוש'ן מיטן עולם קודם מיט א בילד פון א שיער בהלכות שבת, עס האט נישט געארבעט.. דאן האט איר פרובירט מיט א כלומרשטע וועד הרבנים.. אויך נישט געארבעט... פארוואס מיינט איר מיט ווארפען א מיליאן דאלער אין מיסט און פראפאגאנדירען מיט ליגענטס אויף דיזע בלאג דא וועט זיך עפעס טוישען...

נצח ישראל לא ישקר, און וועט נישט טאלערירן חילול שבת וחילול הקדושה, כי אות הוא ביני ובין בני ישראל - די קדושת ישראל און קדושת שבת וועגט איבער די עשרת אלפים מיליאנע דאלער פראפאגאנדע פון המן און בלעם, און היסטאריע ווייזט דעת תורה געווינט!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3629
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5885

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

Glass האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 2:00 pm
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך,
קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס
אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
ס'איז יא א מהלך

מצילי אש אין קרית יואל האט זיך געפנט מיט דע מהלך !!!

ערשט הילף אין סקווער ארבעט נאך ביז היינט מיט די מהלך מיט נאר וואסער קענס !!!
און כ'וועל דיר א סוד פארציילן,
אלע פייער דיפארטמענטס ארום מאנסי האבן אנגעפאנגען אין די לעצטע תקופה צו נוצן וואסער קענס און ABC עקטינגווישערס צו לעשן פייערס שנעל!
מ'קען דאס כסדר זעהן אויף קאלס.

אזוי אויך די טשיף אדער פאליס וואס קומט אן דער ערשטער, וועט געווענליך אריינלויפן מיט א פייער עקסטינגווישער (אן באשיצונג קליידער? יא!).
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
הויזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:08 pm
x 65

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הויזן »

און אין פאל די "ניינצן-דאלארדיגע-פייער-דיפארטמענט" (זיך אגב געטוישט פון "פייער-עקסטינגווישער-גרופע". איז דאס צוליב טויש אין מארקעטער, אדער מארקעטינג?) ווערט גע'מסר'ט און גע'רודפט דורך די מאנסי פייער דעפארטמענט, וואס בלייבט דאן איבער צו וואונטשן?
Image_20241230_162826.jpeg
Image_20241230_162826.jpeg (258.13 KiB) געזען געווארן 581 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1456
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4611

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

הויזן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 5:21 pm און אין פאל די "ניינצן-דאלארדיגע-פייער-דיפארטמענט" (זיך אגב געטוישט פון "פייער-עקסטינגווישער-גרופע". איז דאס צוליב טויש אין מארקעטער, אדער מארקעטינג?) ווערט גע'מסר'ט און גע'רודפט דורך די מאנסי פייער דעפארטמענט, וואס בלייבט דאן איבער צו וואונטשן?Image_20241230_162826.jpeg
מיאוס און שמוציג!!!! לאז צורוה! לאז יענעם גיין קאמפעטישאן מיט דיר. עקט נישט ווי קיין בעיבי! פון מסירה רעד איך אפילו נישט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א טויב »

הויזן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 5:21 pm און אין פאל די "ניינצן-דאלארדיגע-פייער-דיפארטמענט" (זיך אגב געטוישט פון "פייער-עקסטינגווישער-גרופע". איז דאס צוליב טויש אין מארקעטער, אדער מארקעטינג?) ווערט גע'מסר'ט און גע'רודפט דורך די מאנסי פייער דעפארטמענט, וואס בלייבט דאן איבער צו וואונטשן?Image_20241230_162826.jpeg
זעהט אויס .... איז הער טא סטעי!...
פארפאלן די מאנסיער איינוואוינער האבן דאך געוואוט פאר זיינע פאליטישנס.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 517
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1200

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Glass »

איינע פון די מעמבער'ס פון מצילי אש האט מיר יעצט דערציילט:

נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה בבית הרה''ג ר' אברהם הערש וואזנער שליט''א מיט פילע רבנינם און דיינם פון מאנסי צוזאמען מיט פארשטייער פון וויזניץ

עס זענען אויך דארט געווען די קארדנעטערס פון מצילי אש

די רבנים האבן דן געווען אלע צדדים און אויסגעהרט אלע טענות....

אלע רבנים חוץ וויזניץ זענען ארויסגקומען שטארק אין שטיצע פאר מצילי אש

די רבנים האבן פארגעהאלטן די די דיינים פון וויזניץ פארן שטוצן די ברוער פייער דיפארטמענט

די דיינים פון וויזניץ האבן געטענט אז מ'דארף קודם פארבירן צו פארבעסרן די ברוער פייער דיפארטמענט

די רבנים האבן געטענט אז ברוער האלט נישט ביים פאלגן

די דיינים פון וויזניץ האבן גענפערט אז זיי פאלגן יא

די רבנים האבן צוריק געטענט אויב זיי פאלגן יא זאל מען זיי הייסן דראפען די קלאגעס קעגן די אומשילדיגן מצילי אש מעמבער

די דיינים פון וויזניץ האבן געזאגט אז זיי גייען עס טאקע בעטן

לאמיר ווארטן מיט שפאנג
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 269

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:13 am
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:10 am
► Show Spoiler
סאו ר' ישראל דוד איז דער בעל מכשיר אויף די פייער דעפארטמענט? מען קען אים קאלן פרעגן און באקומען זיכערע תשובות אז ער איז אחראי דערויף אז אלעס איז אויסגעהאלטן?
וויזניץ געבט די הכשר אויף די פייער דעפארטמענט? די חילול שבת און הפקרות נעמען זיי אויף זייערע פלייצעס?

ס׳איז א רעגרונגס פלאץ ס׳דארף נישט קיין הכשר! די טאון האט א הכשר? די קאונטי האט א הכשר? אפשר אמעריקע האט א הכשר? די רעדסט דאך אזעלכע שטוסים איך גלייב נישט די פארשטייסט וואס די רעדסט!

חילול שבת און הפקרות איז שוין נישט דא!
אונז האבן א שבת מויד סיסטעם, אונז האבן א שטאב פון באצאלטע שבת גוים.
נשים: האבן שוין נישט קיין כניסה אין די דיפארטמענט.
די געטרייע קאמישענערס זענען און קאונטראל אויף אלעס אינערהאלב די דיפארטמענט.

ווילסט זיכען פראבלעמען: יעדע ארגענעזשן האט פראבלעמען, הצלה האט אויך פראבלעמען מיט מעמבערס וואס פאלגן נישט אלעס, מען ווארפט נישט ארויס פארדעם.
וואס ווילסט אויף טוהן פאר יודעשקייט: גיי נעם קער פון די שעתנז וואס האט זיך אריינגעכאפט לעצטענס אין די סטרובעריס!

די נושא איז געשלאסן! די רבנים פון שטאט האבן שוין אינגאנצן קעיר גענומען:!!! פון דא און ווייטער איז כל המוסיף גורע!

yatzmachpirkuni האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:41 pm @daikin
איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.

מיט די זעלבע קשרים מיט די גאווערמענט קען מען אויך דראפן די טשערשעס אויף די חברים מעמבער'ס און מ.א. מעמבער ?! :?:

ניין!
ווייל זיי טשעפענען זיך מיט די גאווערמינט אליין!
קיינע פון די עסקנים ווילן אפי׳ נישט שטיין אויף יענע זייט. אין היסטוריה האט מען נאך קיינמאל נישט זיך געשלאגן מיט די גאווערמינט. ס׳איז אן אומאחריות, און אן עון פלילי. וואס אפאר יחודים טוהן יעצט. שניידן זיי די פירות.
מען האט ענק געווארנט די גאנצע צייט. אז מען גייט ענק איינזעצן. גאווערמינט איז נישט קיין קינדער שפיל!
בכלל איז די גאנצע זאך אזוי אומאחריות, וואס ס׳איז סכנת נפשות, דאס דארף זיך זאפארט אפשטעלן. איידער עס איז צושפעט!
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 269

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

Glass האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 5:36 pm איינע פון די מעמבער'ס פון מצילי אש האט מיר יעצט דערציילט:

נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה בבית הרה''ג ר' אברהם הערש וואזנער שליט''א מיט פילע רבנינם און דיינם פון מאנסי צוזאמען מיט פארשטייער פון וויזניץ

עס זענען אויך דארט געווען די קארדנעטערס פון מצילי אש

די רבנים האבן דן געווען אלע צדדים און אויסגעהרט אלע טענות....

אלע רבנים חוץ וויזניץ זענען ארויסגקומען שטארק אין שטיצע פאר מצילי אש

די רבנים האבן פארגעהאלטן די די דיינים פון וויזניץ פארן שטוצן די ברוער פייער דיפארטמענט

די דיינים פון וויזניץ האבן געטענט אז מ'דראך קודם פארבירן צו פארבעסרן די ברוער פייער דיפארטמענט

די רבנים האבן געטענט אז ברוער האלט נישט ביים פאלגן

די דיינים פון וויזניץ האבן גענפערט אז זיי פאלגן יא

די רבנים האבן צוריק געטענט אויב זיי פאלגן יא זאל מען זיי הייסן דראפען די קלאגעס קעגן די אומשילדיגן מצילי אש מעמבער

די דיינים פון וויזניץ האבן געזאגט אז זיי גייען עס טאקע בעטן

לאמיר ווארטן מיט שפאנג

קוקט אונז פון דיינע ווערטער מען האט געמאכט א סנהדרין. און מען האט געברענגט דיינים פון וויזניץ, און קארדענעטירס פון מצילי אש, פאר א דיבעיט!
ווער זענען געוועהן די מאדירעטערס?
אינטערסאנט ווער איז קעגן וועם?
דיינים אקעגן אפאר בעלי בתים?
איז עס געוועהן מער א דיבעיט? אדער מער א קרייץ פארהער?
ס׳פעהלט צופיל אינפארמעטשן דא. די שרייבסט עפעס האלבע מעשיות=גאנצע ליגענטס!

די איינזייטיגקייט וואס גייט דא פאר. איז ערגער ווי טראמפיזעם! ווער ס׳זאגט עפעס א האלבע מעשה פרא מאצילי אש, די עולם גלייבט כאילו תורה מסיני

רבותי: מאכט אייער ריסערטש, הער אויס א צווייטען איין מאל, וועסטו זעהן ווי גערעכט יענער איז, און ווי די גאנצע מערכה מאכט פשוט נישט קיין טראפ סענס.

גיי מיר ג׳יין מאכן אפאר פאון קאלס צו מיינע חברה, געוואר ווערן וואס איז געוועהן ביי דעם אסיפה, מען וועט אי״ה צוריק קומען מיט די פרטים:!
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 232

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:13 am
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 11:10 am
► Show Spoiler
סאו ר' ישראל דוד איז דער בעל מכשיר אויף די פייער דעפארטמענט? מען קען אים קאלן פרעגן און באקומען זיכערע תשובות אז ער איז אחראי דערויף אז אלעס איז אויסגעהאלטן?
וויזניץ געבט די הכשר אויף די פייער דעפארטמענט? די חילול שבת און הפקרות נעמען זיי אויף זייערע פלייצעס?

ס׳איז א רעגרונגס פלאץ ס׳דארף נישט קיין הכשר! די טאון האט א הכשר? די קאונטי האט א הכשר? אפשר אמעריקע האט א הכשר? די רעדסט דאך אזעלכע שטוסים איך גלייב נישט די פארשטייסט וואס די רעדסט!

חילול שבת און הפקרות איז שוין נישט דא!
אונז האבן א שבת מויד סיסטעם, אונז האבן א שטאב פון באצאלטע שבת גוים.
נשים: האבן שוין נישט קיין כניסה אין די דיפארטמענט.
די געטרייע קאמישענערס זענען און קאונטראל אויף אלעס אינערהאלב די דיפארטמענט.

ווילסט זיכען פראבלעמען: יעדע ארגענעזשן האט פראבלעמען, הצלה האט אויך פראבלעמען מיט מעמבערס וואס פאלגן נישט אלעס, מען ווארפט נישט ארויס פארדעם.
וואס ווילסט אויף טוהן פאר יודעשקייט: גיי נעם קער פון די שעתנז וואס האט זיך אריינגעכאפט לעצטענס אין די סטרובעריס!

די נושא איז געשלאסן! די רבנים פון שטאט האבן שוין אינגאנצן קעיר גענומען:!!! פון דא און ווייטער איז כל המוסיף גורע!
זיי מוחל אין געב מיך איין נאמען פון א רב וואס זאגט אז ער נעמט אחריות, צווייטנס שוין נישט דא קיין נשים? אינטערעסאנט ביי די קאל אין כתר איז געווען א פרוי, דריטנס איך קען מעמבערס פון ברוער אין כוואלט געקענט ביישטיין. אויסצושמעוסן אויב זיי פאלגן אויך די הוראת פון די רבנים וואס קיינער ווייסט נישט ווער זיי זענען
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 232

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

פאר ווער עס וויל קען גיין קוקן אויפן אפציעלע website פון ברוער דארטן שטייט נאך יא נעמען פון פרויען אנדערש ווי @daikin פארקויפט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7261

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm ס׳איז א רעגרונגס פלאץ ס׳דארף נישט קיין הכשר! די טאון האט א הכשר? די קאונטי האט א הכשר? אפשר אמעריקע האט א הכשר? די רעדסט דאך אזעלכע שטוסים איך גלייב נישט די פארשטייסט וואס די רעדסט!
ורמינהו הא כתיב
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm די רבנים פון שטאט האבן שוין אינגאנצן קעיר גענומען:!!!
סאו מען דארף נישט קעיר נעמען ווייל עס איז א רעגירונגס פלאץ? אדער דארף מען יא קעירנעמען?

ועוד קשה, אויב איז עס א רעגירונגס פלאץ, פארוואס ביי סקול דיסטריקט וואס איז אויך א רעגירונגס פלאץ האט מען יא פארלאנגט כשרות?
daikin האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm
חילול שבת און הפקרות איז שוין נישט דא!
אונז האבן א שבת מויד סיסטעם, אונז האבן א שטאב פון באצאלטע שבת גוים.
נשים: האבן שוין נישט קיין כניסה אין די דיפארטמענט.
די געטרייע קאמישענערס זענען און קאונטראל אויף אלעס אינערהאלב די דיפארטמענט.

די רבנים פון שטאט האבן שוין אינגאנצן קעיר גענומען:!!!
סאו וועלכער רב איז געזיצן און זיצט מיט די קאמישענער אים צו לערנען וואס מיינט שבת מויד, און פארוואס זענען אויסגעלאסענע נשים געקומען קיין כתר ביי יענע פייער? צו האבן די תיקונים פאסירט שוין נאך די כתר פייער? ווען האט מען דאס אימפלעמענטירט? און וואו איז די יעצטיגע בילד אז עס איז כשר?

בקיצור, איך בין זייער צומישט, מען דארף זיך יא פירן ערליך אדער נישט? א רעגירונגס זאך דארף יא זיין אויסגעהאלטן על פי תורה ווען אידן פירן עס אדער נישט? רבנים דארפן יא קעיר נעמען אדער נישט? די רבנים וואס נעמען קעיר זענען פון די וואס האבן יא פחד ארויסצוקומען אדער נישט?

יא! די נושא איז טאקע געשלאסן! דא שטייט איין זייט מיט א קלארע ליניע וואס זיי ווילן, וואס זיי צילן, און וואס זיי טוען, בעת די אנדערע זייט טוישט כסדר מהלך, מעסעדזשעס און תירוצים.

עס איז קליפ און קלאר פאר יעדן בר דעת.

שרייב פאוסט