בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א טעקסי דרייווער האט אריינגעקראכט מיט זיין קאר אין א גרופע פיסגייער אין מאנהעטן אויף 34'סטע סטריט נעבן 6'טע עוועניו נעכטן אין די נאכמיטאג שטונדען, פון וואס 6 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן. די פאליציי האבן דורכגעפירט אן אויספארשונג, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער האט געליטן פון אן מעדיקעל אמערדזשענסי, די פאליציי פארשט ווייטער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
דער קעניג פון האלאנד, וויליאם אלכסנדר, האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש אין בעפארברייטונג צו חנוכה, ווי ער אדרעסירט די אידן וואס ווילן אנטלויפן פון לאנד צוליב אנטיסעמיטיזם, אז זיי זאלן צוריקציען פון זייערע פלענער און פארבלייבן אין לאנד, און ער האט פארשפראכן צו שטערקער באקעמפן אנטיסעמיטיזם. זיין מעסעדזש קומט נאך א גאר שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין האלאנד, אריינגערעכנט די שרעקליכן פאגראם אויף מדנ"י ספארטסלער אין אמסטערדאם.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א פייער האט נעכטן נאכט אויסגעבראכן אין א אידישע הויז אויף קעראל סטריט אין קראון הייטס אין רעזולטאט פון א מנורה. די אידישע פאמיליע האט זיך נישט געפונען אין שטוב ווען די פייער האט אויסגעבראכן, און דערנעבענדיגע איינוואוינער האבן אלאמירט הילף. די הויז האט געליטן שווערע שאדן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 4:50 pm א פייער האט נעכטן נאכט אויסגעבראכן אין א אידישע הויז אויף קעראל סטריט אין קראון הייטס אין רעזולטאט פון א מנורה. די אידישע פאמיליע האט זיך נישט געפונען אין שטוב ווען די פייער האט אויסגעבראכן, און דערנעבענדיגע איינוואוינער האבן אלאמירט הילף. די הויז האט געליטן שווערע שאדן.
unnamed (18).jpg
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
אלבאני - א גרופע פון איבער 20 אידישע עסקנים און פאליטיקאנטן פון היימישע געגנטער אין ניו יארק, ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, פלעטבוש, סטעטן איילענד, קראון הייטס, שיכון סקווירא, און נאך א צאל געגנטער, האבן אפגעשיקט א בריוו צו גאווערנאר האוקעל איר צו בעטן זי זאל נוצן איר וועטא - מאכט צו אפהאלטן א געזעץ וואס וועט גאר שטארק שאטן פאר די לאקאלע אידישע ליסינג פירמעס.
די געזעץ וואס איז שוין אריבער סיי אין דער סטעיט סענאט און סיי אין דער אסעמבלי ליגט אצינד אויפן טיש פונעם גאווערנאר און ווארט אויף איר אונטערשריפט, די געזעץ פארשלאג וועט ארויפלייגן גאר שווערע רעגולאציעס אויף ווער און וויאזוי מען קען זיין א קאר מעקלער וואס וועט גענצליך אפשליסן די קאר ליסינג פירמעס אין די היימישע וועלט.
אין די בריוו שרייבן די עסקנים אז פאר מינאריטעטן געמיינדעס וואס זענען נישט פארבינדן מיט די דרויסענדע וועלט זענען די ליסינג פירמעס גאר וויכטיג, און זיי צווינגען צו גיין צו קאר דילערס וועט פירן אז זיי זאלן ווערן אויסגעשפילטאון דעריבער זאל דער גאווערנאר עס נישט אונטערשרייבן.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5693
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20326
Re: בולעטין
דעטאלן?שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 5:12 pm אלבאני - א גרופע פון איבער 20 אידישע עסקנים און פאליטיקאנטן פון היימישע געגנטער אין ניו יארק, ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, פלעטבוש, סטעטן איילענד, קראון הייטס, שיכון סקווירא, און נאך א צאל געגנטער, האבן אפגעשיקט א בריוו צו גאווערנאר האוקעל איר צו בעטן זי זאל נוצן איר וועטא - מאכט צו אפהאלטן א געזעץ וואס וועט גאר שטארק שאטן פאר די לאקאלע אידישע ליסינג פירמעס.
די געזעץ וואס איז שוין אריבער סיי אין דער סטעיט סענאט און סיי אין דער אסעמבלי ליגט אצינד אויפן טיש פונעם גאווערנאר און ווארט אויף איר אונטערשריפט, די געזעץ פארשלאג וועט ארויפלייגן גאר שווערע רעגולאציעס אויף ווער און וויאזוי מען קען זיין א קאר מעקלער וואס וועט גענצליך אפשליסן די קאר ליסינג פירמעס אין די היימישע וועלט.
אין די בריוו שרייבן די עסקנים אז פאר מינאריטעטן געמיינדעס וואס זענען נישט פארבינדן מיט די דרויסענדע וועלט זענען די ליסינג פירמעס גאר וויכטיג, און זיי צווינגען צו גיין צו קאר דילערס וועט פירן אז זיי זאלן ווערן אויסגעשפילטאון דעריבער זאל דער גאווערנאר עס נישט אונטערשרייבן.
1WGKn8.jpeg
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
בעלגיע וועט פארבאטן די האנדל פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך וועלכע זענען דעספאוזעבל, אנגעהויבן פון יאנואר איינס.
די אורזאך איז צוליב געזונטהייט און ענווייראמענטאלע צוועקן, און איז דער ערשטער אייראפעישער לאנד אזוי צו טון.
די אורזאך איז צוליב געזונטהייט און ענווייראמענטאלע צוועקן, און איז דער ערשטער אייראפעישער לאנד אזוי צו טון.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
דער ביליאנער ביל אקמאן שאצט אז טראמפ וועט ארויס נעמען 'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' פון זייער יעצטיגע צושטאנד, און מאכן אלץ פריוואטע קאמפאניס.
'פעני' און 'פרעדי' זענען געשאפן געווארן יארן צוריק דורך קאנגרעס מיט א מיסיע אויסצוברייטערן די האום-לענדינג מארקעט דורך אויסקויפן היים לאונס פון פריוואטע לענדערס און זיי איבערפאקן אלץ מארטגעדזש-בעקד סעקיוריטיס. אין יאר 2008 למס' ווען די האוזינג מארקעט איז צוזאמגעפאלן און די צוויי האבן געליטן אומגעהויערע פארלוסטן, איז די רעגירונג אריין געקומען אין בילד זיי צו ראטעווען און זיי אריין געשטעלט אינטער די 'פעדעראלע האוזינג פיינענס אגענטור'.
'פעני' און 'פרעדי' זענען געשאפן געווארן יארן צוריק דורך קאנגרעס מיט א מיסיע אויסצוברייטערן די האום-לענדינג מארקעט דורך אויסקויפן היים לאונס פון פריוואטע לענדערס און זיי איבערפאקן אלץ מארטגעדזש-בעקד סעקיוריטיס. אין יאר 2008 למס' ווען די האוזינג מארקעט איז צוזאמגעפאלן און די צוויי האבן געליטן אומגעהויערע פארלוסטן, איז די רעגירונג אריין געקומען אין בילד זיי צו ראטעווען און זיי אריין געשטעלט אינטער די 'פעדעראלע האוזינג פיינענס אגענטור'.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א באנק רויבעריי איז פארגעקומען אין די אידישע געגענט אין טראנטא ווי פאברעכער האבן זיך באניצט מיט א גרויסן טרעקטער ארויסצורייסן א עי-טי-עם מאשין.
עס איז פארגעקומען ביי די טי-די באנק אויף בעטהורסט סטריט אין עוועניו דאבעליו, וואו די פאברעכער האבן פארבינדן די עי טי עם מאשין צום טרעקטאר און אזוי באוויזן עס צו גנבענען מיט א גרויסע סומע קעש געלט דערינען. די טרעקטער איז איבערגעלאזט געווארן אויפן סצענע, און פאליציי זוכן נאך די פאברעכער.
עס איז פארגעקומען ביי די טי-די באנק אויף בעטהורסט סטריט אין עוועניו דאבעליו, וואו די פאברעכער האבן פארבינדן די עי טי עם מאשין צום טרעקטאר און אזוי באוויזן עס צו גנבענען מיט א גרויסע סומע קעש געלט דערינען. די טרעקטער איז איבערגעלאזט געווארן אויפן סצענע, און פאליציי זוכן נאך די פאברעכער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
שטייענדיג ענדע יאר למס' זענען פארעפענטליכט געווארן סטאטיסטיקס וועלכע ווייזן אז אין מדינת ישראל וואוינען היינט צו טאגס 10 מיליאן מענטשן.
אין דעם איז אריין גערעכענט 7.7 מיליאן אידן, 2.1 מיליאן אראבער און 216 טויזנט אויסלענדישע. די וואוקס דעם יאר למס איז געווען בלויז 1.1 פראצענט, אין פארגלייך צו די 1.6 פראצענט וואוקס א יאר פריער. די שוואכערע וואוקס ווערט צוגעשריבן צו דעם וואס כמעט 83 טויזנט מענטשען האבן זיך אוועק געצויגן פון ארץ ישראל.
אין דעם איז אריין גערעכענט 7.7 מיליאן אידן, 2.1 מיליאן אראבער און 216 טויזנט אויסלענדישע. די וואוקס דעם יאר למס איז געווען בלויז 1.1 פראצענט, אין פארגלייך צו די 1.6 פראצענט וואוקס א יאר פריער. די שוואכערע וואוקס ווערט צוגעשריבן צו דעם וואס כמעט 83 טויזנט מענטשען האבן זיך אוועק געצויגן פון ארץ ישראל.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
מדינת ישראל קרעפטן וועלכע זענען נאך אקטיוו אין דרום לבנון, האבן אפגעפונען א גרעסערע ארסענאל פון וואפן וואס באלאנגט פאר די חיזבאלא טעראר גרופע.
די ארסענאל נעמט אריין ראקעט ארויסשיסער, מיסעלס, אויפרייס אפאראטן און אנדערע סארט וואפן. די ארסענאל איז געפונען געווארן אין א געגענט הארט אריבער דעם גרעניץ פון די שטאט קרית שמונה, און איז פארניכטעט געווארן.
די ארסענאל נעמט אריין ראקעט ארויסשיסער, מיסעלס, אויפרייס אפאראטן און אנדערע סארט וואפן. די ארסענאל איז געפונען געווארן אין א געגענט הארט אריבער דעם גרעניץ פון די שטאט קרית שמונה, און איז פארניכטעט געווארן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
וועטער עקספערטן אין אמעריקא טוען פארזאגן גאר קאלטע וואכן, אויף א פארנעם וואס קען זיך אויסשטעלן צו זיין די קעלטסטע אין 10 יאר צייט.
זיי זאגן אז אין א וואך-צוויי ארום איז א ערווארטעט אן ארקטיק כוואליע וואס וועט איינהילן די מזרח חלק פון אמעריקא, און אראפ ברענגן טעמפערטשערס פון די ראקי בערג ביז די מזרח בערג. זיי זאגן אז אויב זאכן בלייבן ווי פארגעשאצט קען מען זיך רישן אויף באדייטענדע ווינטער שטורעמעס, אבער עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן קאכן זיך אויס.
זיי זאגן אז אין א וואך-צוויי ארום איז א ערווארטעט אן ארקטיק כוואליע וואס וועט איינהילן די מזרח חלק פון אמעריקא, און אראפ ברענגן טעמפערטשערס פון די ראקי בערג ביז די מזרח בערג. זיי זאגן אז אויב זאכן בלייבן ווי פארגעשאצט קען מען זיך רישן אויף באדייטענדע ווינטער שטורעמעס, אבער עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן קאכן זיך אויס.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א באריכט געט אן אז דורכאויס די אנגייענדע פייעראפשטעל פארהאנדלונגן האט כאמאס אויפגעברענגט דעם געדאנק פון א 7-טאגיגע שטילשטאנד.
לויט די באריכט האט כאמאס פארגעשלאגן א 7-טאגיגע שטילשטאנד אן קיין שום פרישע באפרייטע משכונות, כדי צו געבן צייט פאר די גרופע צו זאמלן נעמען פון משכונות וועלכע קענען באפרייט ווערן אין א פאטענציאלע גרעסערע אפמאך. מדינת ישראל באאמטע האבן נישט קאמאנטירט אין די עפענטליכקייט אויף די באריכט, אבער מען גלייבט נישט אז מדינת ישראל וועט אננעמען אזא סארט פארשלאג.
לויט די באריכט האט כאמאס פארגעשלאגן א 7-טאגיגע שטילשטאנד אן קיין שום פרישע באפרייטע משכונות, כדי צו געבן צייט פאר די גרופע צו זאמלן נעמען פון משכונות וועלכע קענען באפרייט ווערן אין א פאטענציאלע גרעסערע אפמאך. מדינת ישראל באאמטע האבן נישט קאמאנטירט אין די עפענטליכקייט אויף די באריכט, אבער מען גלייבט נישט אז מדינת ישראל וועט אננעמען אזא סארט פארשלאג.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
אמעריקא האט ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף רוסלאנד און איראן איבער אינטערווענץ ביי די פארלאפענע וואלן.
די פרישע סאנקציעס צילן אויף א סובסידיערי פון איראן'ס רעוואלוצינערע גווארדיע און א גרופע אפילירט מיט די רוסישע 'דזשי-אר-יו' מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור. די טרעזשארי דיפארטמענט באשולדיגט אז די צוויי האבן פראבירט צו אינטערווענירן אין די וואל פראצעדור, און האבן געארבייט צו שאפן א צוטיילונג צווישן אמעריקאנער.
די פרישע סאנקציעס צילן אויף א סובסידיערי פון איראן'ס רעוואלוצינערע גווארדיע און א גרופע אפילירט מיט די רוסישע 'דזשי-אר-יו' מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור. די טרעזשארי דיפארטמענט באשולדיגט אז די צוויי האבן פראבירט צו אינטערווענירן אין די וואל פראצעדור, און האבן געארבייט צו שאפן א צוטיילונג צווישן אמעריקאנער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
די אנקום פון די נייע יאר למס' ברענגט אריין א פלייץ פון נייע געזעצן אין ניו יארק, צווישן דעם א העכערונג אין די מינימום געהאלט צו 16-א-האלב דאלאר.
געלט שטראפן פאר מענטשען וועלכע ווערן געכאפט איבערשפרינגן א באן טורנסטייל אדער ארויף גיין אויף א סיטי באס אומבאצאלט גייען ארויף גיין צו 100 דאלאר ביים צווייטן מאל און 150 דאלאר ביים דריטן מאל אא"וו, אבער אויב צאלט מען די 100 דאלאר שטראף באצייטענס דאן באקומט מען צוריק א 50 דאלאר עם-טי-עי קארטל.
דרייווער גייען אויך זען א טויש אין די פוינט סיסטעם, צווישן דעם אז דרייוון אינטער די איינפלוס וועט קאסטן 11 פוינטס אויף די לייסענס, פארלאזן די סצענע פון אן עקסידענט 3 פוינטס און דורכפארן אן אפגעשטעלטע שולע באס 8 פוינטס. אינטער די נייע סיסטעם קען א לייסענס סוספענדירט ווערן אויב מען באקומט 11 פוינטס אדער מער, און אזוי אויך אויב מען באקומט 9 פוינטס פאר ספידינג.
אויף די געזונטהייט פראנט גייט אריין א טויש אז מענטשען מיט אינשורענס פלענס וואס די סטעיט רעגולירט וועלן מער נישט דארפן צאלן א קא-פעי פאר אינסולין, א טויש וואס גייט נישט אפעקטירן פעדעראלע-רעגולירטע אינשורענס וואס אסאך קאמפאניס נוצן.
געלט שטראפן פאר מענטשען וועלכע ווערן געכאפט איבערשפרינגן א באן טורנסטייל אדער ארויף גיין אויף א סיטי באס אומבאצאלט גייען ארויף גיין צו 100 דאלאר ביים צווייטן מאל און 150 דאלאר ביים דריטן מאל אא"וו, אבער אויב צאלט מען די 100 דאלאר שטראף באצייטענס דאן באקומט מען צוריק א 50 דאלאר עם-טי-עי קארטל.
דרייווער גייען אויך זען א טויש אין די פוינט סיסטעם, צווישן דעם אז דרייוון אינטער די איינפלוס וועט קאסטן 11 פוינטס אויף די לייסענס, פארלאזן די סצענע פון אן עקסידענט 3 פוינטס און דורכפארן אן אפגעשטעלטע שולע באס 8 פוינטס. אינטער די נייע סיסטעם קען א לייסענס סוספענדירט ווערן אויב מען באקומט 11 פוינטס אדער מער, און אזוי אויך אויב מען באקומט 9 פוינטס פאר ספידינג.
אויף די געזונטהייט פראנט גייט אריין א טויש אז מענטשען מיט אינשורענס פלענס וואס די סטעיט רעגולירט וועלן מער נישט דארפן צאלן א קא-פעי פאר אינסולין, א טויש וואס גייט נישט אפעקטירן פעדעראלע-רעגולירטע אינשורענס וואס אסאך קאמפאניס נוצן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
ניו דזשורסי גאווערנער האט אינטערגעשריבן דעם ביל צו טוישן די דאטום פון די סטעיט פריימערי וואלן כדי עס זאל נישט געפאלן די צווייטע טאג שבועות.
מורפי האט געגעבן זיין אינטערשריפט נישט לאנג נאכדעם וואס עס איז אריבער אין ביידע סטעיט געזעץ הייזער מיט פאראייניגטע שטיצע פון אלע געזעצגעבער. אינטער די נייע פלאן וועלן די וואלן פארקומען יוני 10 למס', דאס איז דינסטאג בהעלותך א וואך נאך שבועות.
מורפי האט געגעבן זיין אינטערשריפט נישט לאנג נאכדעם וואס עס איז אריבער אין ביידע סטעיט געזעץ הייזער מיט פאראייניגטע שטיצע פון אלע געזעצגעבער. אינטער די נייע פלאן וועלן די וואלן פארקומען יוני 10 למס', דאס איז דינסטאג בהעלותך א וואך נאך שבועות.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א כינעזער העקעריי פירמע האט זיך אריינגעכאפט אין א צאל קאמפיוטער'ס פון די אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט, און באקומען צוטריט צו אומקלאסיפיצירטע דאקומענטן, לויט אן אויפדעקונג פון די טרעזשורי דעפארטמענט אין א בריוו צום קאנגרעס.
לויט באריכטן ווערט די העקעריי פירמע באצאלט פון די כינעזער רעגירונג צו אדורכפירן סאבאטאזש אויף פיינטליכע קאמפיוטער. די טרעזשורי דעפארטמענט ארבעט מיט סייבער זיכערהייט פירמעס צו באהאנדלען די געפאר.
לויט באריכטן ווערט די העקעריי פירמע באצאלט פון די כינעזער רעגירונג צו אדורכפירן סאבאטאזש אויף פיינטליכע קאמפיוטער. די טרעזשורי דעפארטמענט ארבעט מיט סייבער זיכערהייט פירמעס צו באהאנדלען די געפאר.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
וועלטליכע פאפולאציע ערווארטעט צו זיין 8.09 ביליאן אנהייב 2025.
די וועלטליכע פאפולאציע איז געוואקסן אין יאר 2024 מיט העכער 71 מיליאן מענטשן, און וועט זיין 8.09 ביליאן מענטשן אנהייב יאר 2025, לויט א פארשאצונג פון די אמעריקאנער צענזוס ביורא.
די 0.9% העכערונג אין יאר 2024 איז געווען אביסל ווייניגער ווי אין 2023, ווען די וועלטליכע פאפולאציע איז געוואקסן מיט 75 מיליאן מענטשן.
אין יאנואר 2025 איז ערווארטעט 4.2 ניי-געבוירנע קינדער און 2.0 טויט פעלער יעדע סקונדע, לויט די זעלבע פארשאצונג פון די אמעריקאנער צענזוס ביורא.
די וועלטליכע פאפולאציע איז געוואקסן אין יאר 2024 מיט העכער 71 מיליאן מענטשן, און וועט זיין 8.09 ביליאן מענטשן אנהייב יאר 2025, לויט א פארשאצונג פון די אמעריקאנער צענזוס ביורא.
די 0.9% העכערונג אין יאר 2024 איז געווען אביסל ווייניגער ווי אין 2023, ווען די וועלטליכע פאפולאציע איז געוואקסן מיט 75 מיליאן מענטשן.
אין יאנואר 2025 איז ערווארטעט 4.2 ניי-געבוירנע קינדער און 2.0 טויט פעלער יעדע סקונדע, לויט די זעלבע פארשאצונג פון די אמעריקאנער צענזוס ביורא.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א שטודיע פובליצירט נעכטן מאנטאג דורך די אוניווערסיטעט קאלעדזש אוו לאנדאן (יו-סי-על) צייגט אז רויכערן איז אסאך מער געפארפול ווי פריער געקלערט, און אז יעדע ציגארעטיל נעמט אראפ 20 מינוט פון די לעבן, ה"י.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
היו יארק גאווערנאר האוקל האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס וועט שטעלן א מאנדאט אויף שטאטישע אגענטורן צו פובליצירן באריכטן איבער וויאזוי זיי באנוצן זיך מיט עי-איי סאפטוועיר. די געזעץ האט אויך פארבאטן דאס באנוץ פון עי-איי פאר געוויסע סארט אויפגאבעס, אריינגערעכנט צו דעזיגנירן ווער עס קען געניסן פון ארבעטסלאזע בענעפיטן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
די סיטי פאליציי אגענטור האט געמאלדן איבער פארשטערקערטע זיכערהייט ארום די סיטי, ספעציעל ארום טיימס סקווער וואו עס איז ערווארטעט א פארזאמלונג פון הונדערטע טויזנטער מענטשן צו אפצייכענען דעם נייעם יאר. פאליציי האט אויך געשטעלט 6 גרופעס וועלכע וועלן ארומפירן דראונס צו אבזערווירן מעגליכע געפארן פון די הימלען.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
א מאסיווע אווענט איז אפגעהאלטן געווארן ביים אייקאנישע אייפעל טורעם אין פאריז, וואו עס איז געצינדען געווארן א מנורה. די טראדיציאנאלע מנורה צינדען ביים אייפעל טורעם גייט שוין צוריק מיט 30 יאר, און ווערט יערליך אפגעהאלטן צוזאמען מיט א צאל פאליטיקאנטן און פראמינענטע פיגורן. עס ווערט אנגעפירט דורך חב"ד פון פאריז.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
נאציאנאלער טרויער טאג פאר דזשימי קארטער.
דאס ווייסע הויז האט נעכטן פּובליצירט דעטאלן פונעם נאציאנאלן טרויער טאג וואס וועט דורכגעפירט ווערן קומענדיגן יאנואר 9 אין עהרע פונעם געוועזענעם פּרעזידענט דזשימי קארטער, וועלכער איז געשטארבן זונטאג אין עלטער פון 100 יאר. פּרעזידענט ביידען האט פארארדענט אז אין דעם טאג זאלן אלע פעדעראלע רעגירונג דעפּארטמענטס זיין אפּגעשפּארט. אויך וועט דער אמעריקאנער סטאק מארקעט זיין אפּגעשפּארט אין דעם טאג פון טרויער אין עהרע פון קארטער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2434
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8022
Re: בולעטין
צוריק אין צייט...
די פליגער האט זיך ארויסגעלאזט פון האנג קאנג אין יאר 2025 און וועט לאנדן אין לאס אנדזשעלעס אין יאר 2024.

די דרום קארעא פארלאמענט האט ארויסגעגעבן ארעסט ווארענטס מען זאל ארעסטירן דער געוועזענער און אימפטשטער פרעזידענט יון סוק יעאל, איבער זיין אקט פון דערקלערן מארשאל געזעץ אין לאנד.