אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך אימפעריע »

נפתלי כבין דיר מבטיח, אז די גייסט דארט זיין מצליח, אבער צו בלייבן ארבייטן דא איז נישט שכיח.

נפתלי ארבייט אין ריעל עסטעיט, ער שטייט און פארטרעט, הייזער פון די שטעט.
יעדער וואס וויל א הויז פארקויפן, קומט צו אים צי לויפן.
און צו טרעפן א קונה ער זעט.

נפתלי איז טאקע די בעל מלכה, אבער ער טוט אלעס אויפן הדרכה, פונעם בעל הבית'עס השגחה.
ב'אמת איז די איינגענטומער, הנגיד עזריאל לערנער.
יא עזריאל מאכט דערפון הרווחה.

איין טאג ריפט עזריאל נפתלי, און זאגט אים די מצב איז א שמאלע, די ביזנעס דארף אן הצלה.
די מארקעט איז גאר אפגעשוואכט, ריעל עסטעיט האט געקראכט.
און אלע אינוועסמענט'ס האבן א מפלה.

נפתלי ווערט דערביטערט, און פרעגט ערשיטערט, צו דאס מיינט אז מיין פרנסה איז צישפליטערט.

זאגט עזריאל נפתלי הערצו, מיר פלאגט אויך מאין יבא עזרי, אבער השי“ת זאגט דאך אל תיפול בני.
איז איך האב באשלאסן צו אנהייבן פון דאסניי, און עפענען א בעקעריי.
ולבב אנוש בלחם סעדו.

אזוי אויך האב איך באשלאסן, דיר נישט אפצולאזן, און אויפן וואסער איבער לאזן.
נאר יעצט אונטערשרייבן מיטן פענע, א שותפות פון זה וזה נהנה.
און די בעקעריי וועט זיין 2 מאטראזן.

נפתלי טוט דאס שותפות שליסן, אזוי ארום טוען ביידע פון דעם געניסן, ווייל טוב שנים מ'אחד טוט דאך יעדער וויסן.
יארן זענען פארביי, און ביידע פון זיי.
טוען פון עשרות געניסן.

20 יאר שפעטער, זאגט נפתלי פאר עזריאל אז יעצט זעט ער, אז כל מה דעביד רחמנא איז צום גוט'ן טוט ער.

***

נפתלי האט טאקע געזען דא, אז מאתו לא תצא הרעה, און טאקע די צער האט געברענגט די גוטע שעה.
ווייל ווען נישט די קראך, וואלט קיינמאל געווען א שותפות אפמאך.
איז ווער ס'זעט דאס קלאר-אשרי מי שזכה.

אבער צומאל איז צדיק ורע לו, און דאן דארף מען אויך וויסן אזוי, אז אין עוד מלבדו.
און כל מה דעביד, איז גוט.
ווייל מקור הטוב איז בוראו.

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: אינספראציע מיטן גראם

פאוסט דורך ווירקליך »

שיין שיין!

שיינע נקודה און מייסטערהאפטיגע שורה’לעך!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
בריליאנט
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:58 pm
x 18

Re: אינספראציע מיטן גראם

פאוסט דורך בריליאנט »

פיינע פענע גוטע תוכן
לאזט מיר וויסן ווי אזוי ס'איז געווען
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

Re: אינספראציע מיטן גראם!

פאוסט דורך אימפעריע »

פון חיימ'ס הויז זיין וואוין, איז גאר קענטליך אז ער איז אן אני ואביון, נישט פון יעצט נאר פון לאנג שוין.
אבער אפי' ער פארמאגט נישט קיינע גראשן, איז זיין האפענונג נישט פארלאשן.

נאר ער זאגט שטענדיג אויפן קול, אז מקימי מעפר דל, דערפאר איז מעגליך אז אן עושר צו זיין איך זאל.
און טאקע ויהי היום, סאיז פארווירקליכט געווארן זיין עשירות טרוים.

די וועלט איז דאך א גלגל החוזר, די עניות שטריק איז ביי אים געווארן לויזער, און געווארן גרויס-איז-ער.
א גרויסע מיליאונער, געווארן האט ער.

אנגעהויבן צו לעבן ווי א גביר, געבויעט א פאלאץ מיט הערליכע שטאפיר, און פארשטייט זיך משרתים ביים טיר.
און אזוי אויך אלץ א ראש הקהל א נייעם, איז געווארן אויפגענומען אינזער נגיד ר' חיים.

חיים דארף שוין נישט טראכטן פון א נויט, אדער זיך מיטשענען נאך א שטיקל ברויט, נאר די עשירות בויט זיך וירבו ויעצמו במאד מאד.
מיטן עסן קומט דאך, די אפעטיט פאר נאך.

האט ער זיך געלאסט מאכן, א פאלאץ גאר א רייכן, מיט א גארטן פון פארענט בכלל נישט אן איינפאכן.
ווער סהאט נאר געכאפט איין בליק אויף די גארטן דארט, האט פון התפעלות ארויס אויפן ארט.

בלומען רויזן מיט ביימער, אויסגעשטעלט און שירות באזונדער יעדע איינער, צווישן הערליכע גראזן און שטיינער.
אן הערליכע וואסער פאל, פליסט דארט אראפ ממעל.

די נאמען גינת ביתן המלך, האט זיך די גארטן פארדינט ערליך, ווייל צו געפונען אירס א גלייכן איז גאר שווערליך.
יא סאיז א חידוש אזא גארטן אבער אז אינדערפרי איז עס שיין מילא, די גארטן האט אבער געשיינט און געלאכטן אפילו בחשכת הלילה.

נישט פון לעמפן אדער בירנעס אזוי ווי, נאר פינת יקרים הוא יופי, הערליכע טייערע פערל און דיימאנט שטיינער האט געברענגט די ליכטיגקייט דערצו.
הערליכע זוילן און שטאנגן, האט די אויגן פון יעדעם געפאנגן.

אסאך מער-איז, די טייערקייט און יוקרת, פון פאלאץ מיט איר תפארת.
ווענט פון גין גאלד געפיצט, מיט מעבל פון טייער האלץ אויסגעשניצט, וואס אין דעם איידל שטיינער זיצט.

די טעפוכער איז געווען פון כרפת תכלת וארגמן, פון די בעסטע קוואליטעט און נאמען.
באדינער'ס ומשרתים שטייען אלץ גרייט, אין א יעדע צייט, צו טוען אלעס אפילו א קלייניקייט.

די מלכות'דיגקייט און מאיעסטעטישע רייכקייט ביי אחשורוש'ס סעודה, איז געווען ביי אים אין הויז שטענדיג בתמידה.
אזוי האט חיים דער ארימאן, אויסגעשטיגן אלץ גביר און רייכערמאן, וואס זיינס גלייכן איז נישט פארהאן.

מיטאמאל וועקט ער זיך אויף פון זיין חלום, און ער זעהט ער איז נאך חיים ארים.
איי נישט קיין פאלאצן פון כסף וזהב, די גאנצער חלום און האף, האט זיך גענדיגט מיט א בלאף.

***

יפה שעה אחת בעולם הבא, יותר מכל חיי עולם הזה אויף די וועלט דא.
טראכט און דמיון ווי גוט סקען זיין פאר א מענטש בעולם הזה, דעס אלעס איז צו א מינוט בעולם הבא א פלעי...

ודע מתן שכרו של צדיקים, לעתיד לבא בעת פקודים.

*מיוסד על משניות מסכת אבות.

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: אינספראציע מיטן גראם!

פאוסט דורך ווירקליך »

מ'האמיר דא אן ערנסט רייכער @אימפעריע !

מייסטערהאפטיג!! הערליך!!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

Re: אינספראציע מיטן גראם!

פאוסט דורך אימפעריע »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:46 pm מ'האמיר דא אן ערנסט רייכער @אימפעריע !

מייסטערהאפטיג!! הערליך!!
שכח די גרעסטע אימפעריע דארף אויך שפייז פאר די מאטראזן... א קאמפלעמענט איס געז פאר די מענטשהייט

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם!

פאוסט דורך אימפעריע »

דאס איז קראנט, אז דער פּיל די עלעפאנט.
איז די גרעסטע,
און שווערסטע,
אויפן האריזאנט.

אויך איז די פאקט, אז ווען מיט די פיס ער האקט.
און געבט 1 שטויס אין בויך,
ווערט אפילו די לייב אויך,
און גאנצן צוקנאקט.

עני חי' ברי' אדער באשעפעניש, קען מיט איין זעץ פון אים ווערן צוניש.

דערקעגן, קוק די מייזל'ס וועגן.
זיין געביין,
איז גאר קליין.
אזש זיין פעל איז בכלל נישט אזא פארמעגן.

אויך איז ער אייביג געפּלאגט, אז נאך אים מ'יאגט.
ווייל ביי א קאנפליקט,
גייט ער ארויס דערשטיקט,
צוליב די שוואכע כוחות וואס ער פארמאגט.

דערפאר האט די מייזל קיין אויסזיכטן מער, נישט קיין חילוק וועם און ווער.

נו... אויב איז דאס אמת אז מיט איין פיס דרוק, קען די פּיל געבן א דערשטיק, נישט קיין חילוק צו די זיבערע אדער היישעריק, פארוואס איז ער נישט די חי'ס קעניג.
נו... אויב איז דאס אמת אז די מייזל'ס אפדרוק, קען יעדער געבן א שנעלע פארציק, איז מיט וואספארא טאקטיק, דרייט ער זיך מיט שמחה און גליק.

ווייל אין די זעלבע צייט, ווען אויף די פּיל א שטריק מען גייט,
אויף זיין האלז ארום לייגן,
גייט ער זיך אונטער בייגן.
אפי' די שטריק איז שוואך גענייט.

אזוי אויך איז ער נישט פארעכענט אלץ איינער, וואס אויף ביימער.
ער האט אויסזיכן,
ארויפצוקריכן.
און אפי' נישט געציילט צווישן א קריכער געמיינער.

און אויך שפרינגן און טאנצן, ער קען נישט אינגאנצן.

ווידעראום די מייזל, געבט זיך א באווייזל,
אלץ א ברי' איינע,
טאקע א קליינע,
אבער אזוי ער דעגרייכט יעדע שטוב און הייזל.

און ווי נאר ער כאפט, אז א סכנה ער דערטאפט.
ווערט ער קליין,
און אזוי אליין.
א רעטעניש ער דערשנאפט.

און אזוי ער לעבט און לאכט, בייטאג און אויפדערנאכט.

נו... אויב איז דאס אמת אז די פּיל איז אזא לא - יוצלח, אז אפי' אויף א בוים צו קריכן איז ער נישט מוצלח, טא פארוואס איז ער ביי זיך נאך נוצליך.
נו... אויב איז דאס אמת אז די מייזל האט שמחה, ווייל צו אנטלויפן איז ער א מומחה, פארוואס ווערט ער נישט צובראכן פון די וואס ווילן אים מאכן תומחה.

ווייל יעדער קוקט זיינע מעלות, די עלעפאנט אז ער איז שטארק האט ער אינזין.
און די מייזעלעס, אז ער קען אנטלויפן גרינג און פלינק ווייל ער איז פיצי און דין.

******

ועשו לי מוקדש ושכנתי בתוכם זאגט רש“י בתוך כל אחד ואחד.
דאס מיינט אז השי“ת וויל אז אין יעדע איד עס זאל רוען גאט.

אמאל קוקט מען אן, אז די גאנצע זאך איז סתם א באלאן, אז אויף מיר איז די שכינה שורה.
יא-אויף מיין חבר וואס האט גוטץ געטאן, אויף אים איז טאקע דא די פאן, אז אין אים וואוינט די בורא.

אבער אין מיר, ניטעמאל האב איך א תורה שפיר.
און פון מיין תפילה, דערקענט מען ניטעמאל אז סקומט פון די עם סגולה.

אבער באמת זאגט גאט, אז בתוך כל אחד ואחד, איז אין יעדעם וואס די נאמען איד האט.

ווי אזוי די קוקסט אויס, ביסטו די אייבערשטער'ס הויז.
ביסט נישט א דוירעכפאל, נאר א חלק אלוקי ממעל.

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך ווירקליך »

דער @אימפעריע קומט אריין זייער גוט!

איך וויל אויסנוצן אימפעריע’ס טעמע פאר א שטיקעלע אווערנעס, טאקע ווייל דא האב איך עס באמערקט.

געהערט פון 2 אידן אזוי דרך אגב אז זיי האבן געליינט אויף אידטיש די גראמעלעך פון אימפעריע און זייער הנאה געהאט, און ווען כהאב זיי געפרעגט צי זיי האבן קאמענטירט האבן זיי געענטפערט עפעס ווי ”אה, כדארף טאקע קאמענטירן”...

עס איז וויכטיג צו געדענקען, ווען א שרייבער שרייבט עפעס קאסט עס אים כח און צייט, און ער קען נאר אנגיין דערמיט אויב באקומט ער קאמפלימענטן!
און ניין, א לייק איז ”נישט” גענוג... א לייק איז גוט ביי א קורצע פאוסט וואס דו האסט נישט וואס צו קאמענטירן...

ווען איינער שרייבט אן ארטיקל און האסט הנאה, געב א לייק, און דערנאך שרייב א קורצע פאוסט אויסצודרוקן דיין דאנקבארקייט.
געווענליך נאכן ליינען האט מען וואס צו שרייבן, עפעס ספעציפיש זיך באציענדיג צו די פוינטס וואס מהאט געליינט. און אפילו ווען נישט, א געשריבענע דאנק איז ווערד אסאך.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך אימפעריע »

ווירקליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:59 am דער @אימפעריע קומט אריין זייער גוט!

איך וויל אויסנוצן אימפעריע’ס טעמע פאר א שטיקעלע אווערנעס, טאקע ווייל דא האב איך עס באמערקט.

געהערט פון 2 אידן אזוי דרך אגב אז זיי האבן געליינט אויף אידטיש די גראמעלעך פון אימפעריע און זייער הנאה געהאט, און ווען כהאב זיי געפרעגט צי זיי האבן קאמענטירט האבן זיי געענטפערט עפעס ווי ”אה, כדארף טאקע קאמענטירן”...

עס איז וויכטיג צו געדענקען, ווען א שרייבער שרייבט עפעס קאסט עס אים כח און צייט, און ער קען נאר אנגיין דערמיט אויב באקומט ער קאמפלימענטן!
און ניין, א לייק איז ”נישט” גענוג... א לייק איז גוט ביי א קורצע פאוסט וואס דו האסט נישט וואס צו קאמענטירן...

ווען איינער שרייבט אן ארטיקל און האסט הנאה, געב א לייק, און דערנאך שרייב א קורצע פאוסט אויסצודרוקן דיין דאנקבארקייט.
געווענליך נאכן ליינען האט מען וואס צו שרייבן, עפעס ספעציפיש זיך באציענדיג צו די פוינטס וואס מהאט געליינט. און אפילו ווען נישט, א געשריבענע דאנק איז ווערד אסאך.
איי איגרי שכח'ס און זיך באדאנקען איז די מענטשליכע געזעלין

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך אלף טויב »

זייער תוכן'פול טראכסט ווי א איד
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 296
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 122

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך א קלער »

זייער שיין האלט אן
האסט א געוואלדיגע טאלאנט!
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 559

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך שוש אשיש »

א קלער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:14 am זייער שיין האלט אן
האסט א געוואלדיגע טאלאנט!
גא’’מ
SOS
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך המברך יתברך »

מיר זענען אין דער אדמה,
געפאלן גאר מאיגרא רמה,
ווילאנג מיר טוען נישט אונזערע פליכטן,
איז דאך נישט פארהאנען קיין אויסזיכטן,

מיר קענען זיך אבער אויסדרייען,
אונזערע גוטע רצונות באנייען,
און אנהייבן אויסשרייען,
אונזערע ווייען,

הלמאי פארפארן אזוי ווייט,
ווען דער יעניגער אויף אונז רייט,
און ער גזל'ט אונזער גאנצער צייט,
ווי א הינדל ער קרייט,
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך המברך יתברך »

מיר דארפן אנהייבן,
נישט חלילה שטעקן בלייבן,
טון אביסל מער,
און געבן א שטיקל קלער,

פארוואס מיר זענען אהערגעקומען,
פון עולם הבא אוועקגענומען,
ווייל מיר האב א פליכט,
און עס דא אויף אונז אן איבערזיכט,
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואס זעט יעדע מחשבה דיבור ומעשה,
יעדער עשה און לא תעשה,
וואס מיר זענען מקיים,
און צי מיר מיינען לשם שמים,

צו וועמען געבויגן,
און צי מיר היטן די אויגן,
והאר עינינו בתורתיך,
הבט פני משיחך,
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך המברך יתברך »

עס איז דיין ילד שעשועים,
וואס ווארט מיט געגועים,
אויפ'ן: וידע כל פעול,
אזוי אמאל,

קיין ירושלים אריין,
מיט דיין ליכטיגן שיין,
בקרוב בימינו,
מיט משיח צדקינו,
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 559

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך שוש אשיש »

אימפעריע איז א חידוש נפלא.
!
!
!
SOS
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: אינספיראציע מיט'ן גראם! פרישע טעמע ארויף

פאוסט דורך המברך יתברך »

@אימפעריע איז גוט!!
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שרייב פאוסט