קנאקער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:37 pm
איך פורביר צי מאכן סדר פין די לעצטע פאר בלעטער,
נאך פראפן אז קען גיט מאכן ארבעטן די פאון אן סווייפ האט פאם געארבעט מיט די וועד יא צי אפראווען סווייפ בשעת ווען רוב קאוסטמערס ווילען עס נישט האבן, און וויבאלד רוב קאוסטמערס ווילען עס נישט האבן גייט מען לייגן די סווייפ אפציע אויף אלע נייע פאונס, ממילא איז זייער פארשטענדליך פארוואס מדארף יעצט אראפ גיין אין גשעפעט און צאלן 10$ פאר די סווייפ,
בין איך קלאר, אדער עפעס פעלט נאך,
אלעס קען זיין אמת, באט סאיז נישט קיין ווינדער אז סאיז דא אזויפיל קאנספירעסעיס אויף פאם און וועד הקהילות, און אזויפיל מענטשן וואס אינטערעסירט בכלל נישט צי האבן די אפיציעלע כשרע פאונס
כ'וועל דיר העלפן מאכן סדר, לויט וואס כ'האב אליינס מיטגעהאלטן במשך די לעצטע יאר:
1) ער האט געפראפט אז מען קען, אבער עס האט געקאסט רבבות, און עס האט נאכאלס באגס און אישוס.
2) איינמאל די נייע קאמפאני'ס האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט גיין דערמיט, און די וואס זענען דערקעגן האבן גענוצט פאם אלס באווייז אויף צוריק אז מען קען יא, איז פאם געגאנגען צו א מיטינג אין ועד הקהילות און מעיד געווען אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו האבן א דבר השלם מיט ענדרויד אן סווייפ (און נישט נוצן ענדרויד איז נישט קיין אפציע אויב מ'וויל האבן אלעס היי ענד און נישט זיין א צוריקגעבליבענע פאון. בויען א אייגענע נעמט 10 יאר).
3) איינמאל די ועד האט אפראווד סווייפ, פארקויפט ער שוין זיינע נייע פאון'ס על דעת אז ס'איז מיט א 'אפציע' אנצושטעלן סווייפ. אבער אויף די פאון'ס וואס ער האט שוין פארקויפט אן דעם, גייט די 'אפציע' נאר ווערן אקטיוויזירט דורך א קאסטום קאוד, אין א געשעפט, צו האנערן די פאקטן פון וויאזוי ס'איז פארקויפט געווארן.
(אגב, פאר ווער ס'וויל וויסן, ממש אלע געשעפטן, אפילו פון נישט פרומע געגנטער, האבן געזאגט פאר פאם אז ער טאר נישט פלעין צולייגן די אפציע יעצט פאר פארקויפטע פאונס, ס'איז א דבר פשוט, כאטש ווער עס וויל האבן סווייפ גייט עס קיינמאל נישט פארשטיין. און ס'געשעט גארנישט אז מ'פארשטייט עס נישט, ס'איז זיין אחריות צו זיין א נארמאלע מענטש צו יעדן).