א שיינע מעשה איז היינט געשעהן אין מונסי
א איד האט געשמעקט אן עליקטריק פייער און זיין הויז האט ער גערופען מצילי אש
למעשה האט ער בטעות גערופען 425-9111 און זיי האבן אויפגעהויבן און געזאגט מיר וועלן שיקן א מעמבער.
נאך אפאר מינוט איז אנגעקומען א פייער טראק, און די יוד האט געזאגט פארן טשיף אנטשולדיגט איך האב אייך נישט גערופען איך לאז אייך נישט אריין ביי מיר איך האב גערופען מצילי אש.
האט די טשיף געזאגט פאר control 44 the 911 dispatch אז די רופער לאזט נישט אריין ער וויל נאר rcma, ווי נאר מצילי אש האט דאס געהערט אויפן סקענער זענען זיי גלייך געקומען און אריין אין די הויז און געטראפן א באלב וואס האט געהאט פראבלעמען און עס מסדר געוועהן.
בשעת די טראק און טשיף שטיין אינדרויסן בבושת פנים
תושבי מונסי האט נישט מורא. רופט אן אייערע לוקאלע פאליטישענס,
יא דיע וואס האבן צו געזאגט זיי העלפן יחודים אויך, ביי די עלעקשנס און זאגט זיי "מיר דארפן מצילי אש"
און גייט אריבער צו אייער רב און פרעגט איהם ווי קען זיין אז עס פארהאן היימישע יודן וואס טשעפענען אזא חשובע מוסד.
אז די רבנים וועלען וויסען קלאר אז דאס איז וואס דער עולם וויל און פארלאנגט, וועלען זיי האבן די כח צו אפשטעלן און פארהאלטן די וואס טשעפענען מצילי אש.
רבותי זענט איר באקאנט מיט א פאלאטישן אדער גרויסע עסקן, אפי׳ ער איז נישט לאקאל, רופט איהם, און פארציילט איהם די ווייגעשריי ווי אפאר יחודים פאר קליינע נארישע אינטערעסן זענען גרייט צו אינטערהאקן אזא וויכטיגע מוסד.
וועל איך ארויס לייגן אפאר נומבערס און אימעיל אדרעסן. און אדרבה ווער סקען צולייגן נאך מענטשן וועם עס איז כדי צוריפן זאל שרייבן.
אבער רבותי אונער קאמפיין איז הודעה און הסברה נישט מוחאה
נעמט אפאר מינוט אין זייט אייך מסדר אפאר נקודות וואס איר ווילט יענעם מסביר זיין. "געדענקט דברי חכמים בנחת נשמעין" רוב פאליטישנ׳ס און עסקנים און רבנים ווייסן נישט וואס מצילי אש איז אפי׳. קום אריין רואיג מיט א בדידי הוה עובדי מעשה און מייך זיי ציוויסען טוהן וואס די ציבור דארף.
איך מיין א קלארן איידעלן אימעיל קען זיין נאך די בעסטע, אויב די קענסט ארויס שיקן פון א קאמפעני אימעיל אדרעס איז נאך בעסער, ס׳ווייזט א עכטע מענטש שרייבט (נישט עפעס א ניק) א אימעיל בלייבט אויך און רעקארד ביים פאליטישן, ער קען עס איבער קוקען שפעטער, ער קען עס שיקן ווייטער, אויב שרייבסטו אויף אן אויפן אז די ערווארטסט א FOOLOW UP פון איהם אויף אן איידעלען פארנעם גיב א FOOLOW מיט איהם אפאר טעג שפעטער.
רבותי לא עת לחשות. אונז דארפן מיר טוהן פדיון שבויים מען זעצט איין יודן נאר ווייל זיי ווייסן נישט אז דער ציבור ׳דארף און פארלאנגט מצילי אש׳
Chief of Staff,
Mona Montal
(845)-357-5100 ext. 218
montalm@ramapo-ny.gov
Supervisor
Michael B. Specht
845-357-5100 ext. 202
spechtm@ramapo-ny.gov
County Executive
Phone: (845) 638-5122
Email:
countyexec@co.rockland.ny.us
Senator Bill Weber's Office
Phone: 845-623-3627
Fax: 845-425-4617
Email Address:
weber@nysenate.gov
ווער ס׳האט נאך אינפארמעשן זאל ביטע ברענגען