צייטונגען טעראריסטן

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3309

צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך מסתמא »

דיסקלעימער כשרייב אינטערן איינפלוס פון טעראר, זאל דאס דינען אלץ התנצלות.

עס איז דאך באקאנט וואס האט פאסירט אין אוסטראליע. וואנדאלן, ככל הנראה גויים, האבן געגאסן בענזין אויף די קארפעט פונעם צענטראלן קהילה ביהמ”ד עדת ישראל און עס דערנאך אינטערגעצינדן, עס האט געקאסט גרויסע שאדנס פאר די ביהמ”ד. יעצט, די מעשה איז שרעקליך, ספעציעל פאר מיר האט דאס א ספעציעלע באדייט היות מיין באבע איז א יליד אוסטראליע.

אבער מיר האט דא געטריגערט עפעס מער און גרעסער פון דעם. יתכן כהאב נישט רעכט מיט מיין ווערן געטריגערט, אדרבה זאגט מיר.

די צייטונגען ווי פאקס נייעס און יעשיווע וואורלד נאז באריכטן די דאזיגע נייעס מיטן טיטל ’טעראר אטאקע’. די רעבעצין רופט מיר אן פרעגן צו כהאלט מיט וואס גייט פאר אין אוסטראליע, עפעס הערט זי אז עס איז פארגעקומען א טעראר אטאקע... עס האט גענומען ביז כבין אנגעקומען צו די מקור פון וואו די ’טעראר אטאקע’ באריכטן קומען.

העלאו! א טעראר אטאקע איז א טעראר אטאקע! אן ארסאן-וואנדעליזם אטאקע איז אן ארסאן-וואנדאליזם אטאקע! און פשוטע הערסמענט איז פשוטע הערעסמענט!

געהעריג מהאט פארלוירן דא דעם משקל צו קענען רעדן ווי נארמאלע מענטשן און אויסטוישן אינפארמאציע ריכטיג! דעי טעבלויד סטייל פון באריכטן נייעס איז גרויליג, עקלדיג! געהעריג עס קוואליפיצירט פאר די דיאגנאז ’היסטריאניק פערסאנעליטי דיסארדער’. ער וועט טון אלעס צו סטימיולירן די אדרענעלין-ראש און הארץ באכעניש. טעראריסט איינער!!

כווייס אז דו מאכסט קליק בעיטס ווייל דו ווילסט כזאל דיר ליינען, כווייס... אבער דו קענסט נישט זיין קיין בור ברשות הרבים! עס גייט נישט אזוי. מקען נישט הערעסן דאס מענטשהייט ווייל דו זוכסט דא צו אקאמפלישן עפעס. די ’יאור פעין מיי געין’ עטיטוד איז ממש רשעות’דיג און עקלדיג.

כוויל דיר פרעגן, אויב דאס איז קוואליפיצירט א טעראר אטאקע דאן וואס האט פאסירט אין מומביי פאר 16 יאר צוריק? א פיקניק? דו כאפסט אז דו שפילסט דא אראפ די באדייט פון א טעראר אטאקע? העלאו!! עניבאדי האום??? דו ביסט פלעין קעיר’לעסס...

אפשר גאר זאל מען געבן סאמע טויט שטראף פאר די ארסאניסטן וועלכע האבן דאס אנגעצינדן??? מרעד מיר דאך דא פון טעראריסטן... ניין???

כאפסט וואו מיר טרעטן דא? אויב קען מען נישט רעדן פון געשעענישן כמו שהוא, דאן איז אויס וועלט!! סיי אויף צום רעכטס און סיי אויף צום לינקס!! אלעס פארלירט די באדייט און גארנישט מיינט נישט גארנישט!!! עס ארבייט נישט אזוי!!!

- א טעראר אטאקע רופט מען ווען מקומט על עסקי נפשות, געווענטליך מיטן ציל צו אריינלייגן אין אנגסט א גאנצע קאמיוניטי.

- אן ארסאן וואנדאליזם אטאקע רופט מען ווען מען קומט על עסקי ממון. לדוגמה טאקע אט דאס וואס האט יעצט פאסירט אין אוסטראליע.

- הערעסמענט באדייט נאכשרייען א צווייטן.

מארגן וועט הערעסמענט אויכעט הייסן א טעראר אטאקע?...

דאס איז טאקע אמת אז טון סיי וועלכע פעולות בכדי צו אריינלייגן יענעם אין אנגסט הייסט טעראר.... דעריבער רוף איך אויס צו ענק אלע נייעס באריכטער וכל שם וחניכא דאית לכם, עטס זענטס א באנדע טעראריסטן!

אויב פאליטיקל קארעקטנעס מאכט חרוב א לאנד ווייל מקען נישט רעדן, אדרעסירן, אפוועגן, קובע זיין, זאכן כמו שהוא. דאן איז ענקער ’היסטריאניק’ מהלך פון רעפארטן גארנישט בעסער, נאר אסאך ערגער! מקען דאך אזוי פריי לאזן עכטע טעראריסטן און נאך הארגענען אומשולדיגע מענטשן! חותמו של הקב”ה אמת! נאר מיטן אמת!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1711
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3693

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ביסט זייער גערעכגט. אבער מצד שני איז דא א פארקערטע מצב אויך. אז עס געשעען שרעקליכע זאכן און מענטשן זענען שוין אזוי אימיונירט אז מען כאפט שוין נישט ר"ל. אז עס פאסירט אזא וואנדאליזם אטאקע פאר 5 יאר צוריק וואלט עס געווען א וועלט'ס נייעס! אונטערגעצינדן א שול! א פאגראם סטייל! און יעצט וועט מען נוצן די מערסט שרעקעדיגע ווערטער צו מאכן זאלסט בכלל כאפן אז עפעס ערנסט ריקט זיך דא.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3309

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:52 pm ביסט זייער גערעכגט. אבער מצד שני איז דא א פארקערטע מצב אויך. אז עס געשעען שרעקליכע זאכן און מענטשן זענען שוין אזוי אימיונירט אז מען כאפט שוין נישט ר"ל. אז עס פאסירט אזא וואנדאליזם אטאקע פאר 5 יאר צוריק וואלט עס געווען א וועלט'ס נייעס! אונטערגעצינדן א שול! א פאגראם סטייל! און יעצט וועט מען נוצן די מערסט שרעקעדיגע ווערטער צו מאכן זאלסט בכלל כאפן אז עפעס ערנסט ריקט זיך דא.
מקען אבער נישט מתשטש זיין די גבולות. דאס גופא מאכט פאסיוו און אימיונירט צו אלץ און אלעמען. מקען נישט אזוי.

עגעין, מיין געפיל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6594

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך פופציגער »

זייער ריכטיג!

איך פארשטיי דאס אויפבלאזן נייעס און העדליינס לצורך פרנסה...

אבער אויב לצורך פרנסה ברענגסטו אריין איבריגע אנגסט ביים היימישן ציבור, דאן ביסטו נישט בעסער ווי דער טעראריסט וואס צינדט אונטער און פלינדערט לצורך פרנסה!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 721

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך יוחנן כהן »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 1:37 pm זייער ריכטיג!

איך פארשטיי דאס אויפבלאזן נייעס און העדליינס לצורך פרנסה...
אזוי ווי דו פארשטייסט דאס אויפבלאזן קעפלעך פון טעמעס און ארטיקלען לצורך לייקס...
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1655
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4036

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך נקודות טובות »

@מסתמא טייערער, איי פיל יור פעין. דאס איז די וועלט היינט. לאו דוקא צייטונגען.

צוויי מאל א וואך קומט פאר א האלאקאוסט, אדער גאר ערגער פון א האלאקאוסט. יעדער וואס האלט אנדערש ווי דיר, איז היטלער. יעדע גוי וואס קוקט שטרענג, איז אן אנטיסעמיטישע אטאקע. יעדע סעיל איז ערשטמאליג. יעדע דינער איז היסטאריש. יעדער איז זיך מוסר נפש. יעדע קינד האט ADHD. וכו' וכו'. מיר זענען נישט אין קיין דורך שניטליכע דור. אלעס איז אויסערארנטליך. און ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? די קעפל אויף די טעמע איז אויך אביסל איבערגעטריבן....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10132

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 3:07 pm און ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? די קעפל אויף די טעמע איז אויך אביסל איבערגעטריבן....
:lol:
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6594

Re: צייטונגען טעראריסטן

פאוסט דורך פופציגער »

יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 2:41 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 1:37 pm זייער ריכטיג!

איך פארשטיי דאס אויפבלאזן נייעס און העדליינס לצורך פרנסה...
אזוי ווי דו פארשטייסט דאס אויפבלאזן קעפלעך פון טעמעס און ארטיקלען לצורך לייקס...
ווילאנג דו טשעפעסט נישט, מעגסטו
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט