א רבי'ש קינד מיט נבילות וטריפות! (#שלפים_7)

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 118

א רבי'ש קינד מיט נבילות וטריפות! (#שלפים_7)

פאוסט דורך יש משהו »

Off Topic
פאר די הערליכע דיזיינטע פי די עף דורך @זיידענע העמדל דריקט דא:
בסד - שלפים - ויצא תשפה.pdf
(330.7 KiB) דאונלאודעד 9 מאל


א רבי'ש קינד, מיט נבילות וטריפות!!!

שאול יחזקאל'ע איז געווען א 4 יעריג יונגל ווען זיין טאטע האט זיך געצויגן קיין ברכפלד, צו זיין די רב אין די פרישע קהילה און ביהמ"ד וואס האט זיך נארוואס געעפנט דארט אינעם דערפל.

ברכפלד – איז א חלק פון די גרויסע שטאט מודיעין עילית, צוזאמען מיט קרית ספר און גרין פארק און נאך געגנטער. אין קרית ספר וואוינען טאקע בעיקר נאר ליטווישע, אבער אין ברכפלד האט זיך אין יענע צייטן (בערך 25 יאר צוריק) אויך געעפנט חסידישע קהילות, עס איז דא דארט א ויזניצע קהילה, קארלינער קהילה און נאך אפאר חסידישע קרייזן האבן דארט געשיקט חסידים צו גרינדן קהילות און אויסברייטערן זייערע פליגלען אין פארשידענע ערטער.

שאול יחזקאל'עס טאטע, זייענדיג די רב הצעיר, די עלטסטע זוהן פונעם רבי'ן שליט"א - וואס האט געפירט זיין חסידות אין ירושלים - האט זיך אריבערגעצויגן קיין ברכפלד מיט נאך א מנין משפחות, און דארט געעפנט א ביהמ"ד מיט א קהילה. די ביהמ"ד איז נאך געווען אנפאנג און א קאראוואן (ארץ ישראל סטייל), קליין און באשיידן, אבער מיט די צייט זענען צוגעקומען נאך און נאך משפחות, און היינט פארמאגט די קהילה קרוב צו 300 משפחות, א געהעריגע שיינע ביהמ"ד, א תלמוד תורה, און א ישיבה קטנה, און א מיידל שולע איז אויפן וועג.

שאול יחזקאל'ע, זייעניג די רב הזעיר שבצעיר, איז געווען די יונגעלע מיט וואס אלע יונגעלייט האבן זיך געטשאטשקעט מיט אים, ווי נישט ווי, איז ער געווען די רבי'נס ערשטע און עלטסטע אייניקל, און אלע יודן האבן אים גאר ליב געהאט. ווען ער איז געפארן מיט זיין טאטע אויף שבת צום זיידן, האבן אלע שטוב מענטשן פון רבין אים געליבט און אים אפגעגעבן די ריכטיגע אטענטשען, און ביים טיש איז ער געזיצן אויפן רבי'נס שויס. ביי די 6 איז ער שוין געגאנגען מיט א קאשקעטל און א בעקיטשע, ביי די 9 שוין מיט א הוט, א געהעריגע רבי'ש קינד, א בנש"ק...

זיין בר מצוה, אוהו! די גאנצע חסידות איז שוין געגאנגען שבת'דיג פון נאכמיטאג ביי מנחה, אלע זענען געקומען צו פארן צון גרויסן בר מצוה פונעם רבי'נס ערשטע אייניקל! א קאלפיק, א פשעטל, געטאנצן מיט זיידן אויבן אן, נאך אפאר גרויסע רבי'ס האבן זיך באטייליגט. שאול יחזקאל'ע איז געווען גליקלעך און צופרידן ביז גאר.

פון שאול יחזקאל'ע איז געווארן שאול יחזקאל, און ער גייט שוין אין ישיבה קטנה! פונקט אין יענע יאר, האט זיך געעפנט א ישיבה קטנה ביי זיי אין ברכפלד פון זייערע קהילה, און שאול יחזקאל איז טאקע געגאנגען לערנען דארט – בפקידת די זיידע שליט"א, אז דאס וועט הייבן די ישיבה. 'אפילו שאול יחזקאל לערנט דארט!' האבן די טאטעס געקענט מסביר זיין פאר זייערע 13 יעריגע צדיקים'לעך. אין ישיבה קטנה האט שאול יחזקאל געהאט א גוט לעבן, אלע בחורים'לעך האבן גע'חלש'ט צו זיין זיין חברותא, ביי די שבתים און ליל שישי'ס יעדע וואך האט מען אים געזעצט אויבן-אן נעבן די ראש ישיבה און מגידי שיעורים. און אזוי זענען די ישיבה קטנה יארן פון שאול יחזקאל אריבער, מער ווייניגער אקעי.

ווען שאול יחזקאל איז אנגעקומען אין ישיבה גדולה, האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן, ער האט באקומען אביסל מער שכל, און ער האט אנגעהויבן זיך אליין צו באקענען אביסל. שאול יחזקאל האט אנגעהויבן שפירן, אז אפילו ער איז די גרויסע חשוב'ע אייניקל פון רבי'ן, און ער איז א בנש"ק און ער גייט מיט ווייסע זאקן שבת, פארט איז א בחור און א מענטש פונקט ווי אלע, און ער האט אויך תאוות און געברויכן פונקט ווי יעדער.
למשל, דאנערשטיג נאכט זענען אסאך בחורים געגאנגען קויפן טשאלנט, ער האט אויך ליב טשאלנט קוגל – פונקט ווי יעדער – אבער שאול יחזקאל קען דאך נישט, ער איז א בנש"ק.
אסאך בחורים האבן עם.פי.3'ס און הערן ניגונים און מיוזיק, שאול יחזקאל האט אויך ליב מיוזיק פונקט ווי יעדן, אבער ער קען נישט, ווייל ער איז א בנש"ק.
און אזוי הונדערטער זאכן, האט ער צוביסלעך אויפגעכאפט אז ער קען נישט טון (כאטש ער וויל זייער שטארק, ווייל ער איז א בחור פונקט ווי יעדער) און אלעס מיטן תירוץ 'בנש"ק'.
לאמיר נאר קלאר מאכן, אז שאול יחזקאל איז באמת געווען א פיינע בחור, וואס האט ליב געהאט לערנען און דאווענען, ער איז געווען א ערנסטע ערליכע פריינדלעכע בחור. אבער פארט איז ער געווען א בחור....

צופיל צייט האט שאול יחזקאל נישט געהאט צייט צו טראכטן און צו טון עפעס למעשה דערוועגן, ווייל ביי די 17,5 איז שאול יחזקאל בשעה טובה ומוצלחת א חתן געווארן, מיט א כלה נאה וחשובה, אויך א אייניקל פון איינע פון די גרויסע רבי'ס אין דיע דור, ממש א הערליכע פאסיגע שידוך. די ווארט און תנאים איז געווען גארנישט קעגן די חתונה וואס איז פארגעקומען מיט א שטיק צייט שפעטער... ריזיגע פלאקאטן 'שמחת בית ......' האט געהאנגען אין אלע געסער, לעמפלעך זענען געווען אויסגעשפרייט ביים רבי'נס הויז און ביי די בית מדרש הגדול, פון חוץ לארץ זענען געקומען די חסידים, א ריזיגע חתונה מיט אלע פיטשוויקעס, אלע רבנים ואדמורים האבן זיך משתתף געווען, די קאפעליע פון די חסידות צוזאמען מיט 'די' זינגער פון די הויף, האבן געזונגען אפאר נייע ניגונים וואס איז ארויסגעקומען לכבוד די רבי'נס ערשטע אייניקל'ס חתונה.

די גאנצע מצב איז אריבער, אלעס איז צוריק צום געהעריגע שוואנג, און שאול יחזקאל (היינט שוין 'הרב' מיט 'שליט"א') האט געטון וואס אלע פרישע יונגעלייט טוען, אריין אין כולל. ער האט שטארק הנאה געהאט דארט, געלערנט פלייסיג, 'איין טאג גיי איך דאך זיין רבי' האט ער גוט געוואוסט, מ'קען דאך נישט זיין א ליידיג גייער...

עס האט נישט געדויערט לאנג און עס איז געבוירן געווארן א יינגעלע! די רבינס ערשטע אור-אייניקל! א וואך נאכט, א ברית, א פדיון הבן אלעס איז געווען מיט די גאנצע רבי'שע קנאק. (איך האב פשוט נישט קיין כח צו שרייבן דיטעילס...)

***
עס איז אריבער אפאר יאר, שאול יחזקאל איז שוין א טאטע פון אפאר זיסע קינדערלעך, און די קעשענע האט אנגעהויבן פארלאנגען זיינס.. עס קאסט ב"ה אסאך געלט אויסצוהאלטן א משפחה, די מאגערע געהאלט פון כולל קלעקט נישט, און מ'מוז אנהייבן צו טון עפעס ערנסט, מ'קען שוין נישט לעבן פון די געלט 'פונעם רבי'נס שטוב', מ'דארף אנהייבן אליינס צו זארגן פאר אביסל געלט, עפעס א שטיקל הכנסה'לע.

ארבעטן? קומט דאך נישט אין באטראכט... א בנש"ק זאל גיין ארבעטן? און סתם אזוי, האט שאול יחזקאל זייער ליב געהאט די שולחן־ערוך און די גמרא, און ער האט נישט געהאלטן ביים עס אפלאזן.

עס האט אים דערמאנט פון זיינע ישיבה גדולה יארן, דעמאלט האט אויך געוואלט טון אפילו גאנץ נארמאלע זאכן, וואס ער האט נישט געקענט טון מיטן תירוץ 'רבישע אייניקל'. יעצט אויך, וואס וויל איך שוין? זיין א נארמאלע מענטש, איך וויל קענען אהיימברענגען ברויט און מילך פאר מיין משפחה? יעדע יונגערמאן אין אזא מצב וואלט געגאנגען ארבעטן... נאר ער קען נישט, ווייל 'בנש"ק' לאזט נישט.

זייענדיג אין א פארלעגנהייט, האט ער אנגערופן א גוטע חבר זיינע, יצחק. יצחק איז א חבר זיינע, שוין פון די ישיבה קטנה יארן, א אמת'דיגע חבר טוב, וואס האט גוט פארשטאנען און אפילו ארויסגעהאלפן שאול יחזקאל'ס פראבלעמען און מוטשענישן - פון זיינע ישיבה יארן.

ער רופט אים אן, און ער פארציילט אים זיין פראבלעם, אז ער מוטשעט זיך שטארק מיט געלט, ער קען נישט גיין ארבעטן, ער האלט נישט ביים אפלאזן כולל, ומצד שני ער וויל נישט נעמען פון מענטשן, ער וויל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטע, סאו, וואס טוט מען? יצחק האט אים גוט פארשטאנען, און ער האט אים בארוהיגט אז ער גייט פרובירן אים צו העלפן מיט וואס ער קען.

אפאר טעג שפעטער, באקומט שאול יחזקאל א טעלעפאן קאול פון יצחק, און ער לאזט אים וויסן אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים, ווייל ער האט עפעס א גוטע פארשלאג, אבער עס מוז זיין 'לייוו' און צוזאמען עס דורכשמועסן.

נאכמיטאג, נאך יענע טאג, האבן זיי זיך געזעצט צוזאמען, און יצחק הייבט אן רעדן.

"איך האב געטראפן פאר דיר א ארבעט, וואס וועט דיר אריינברענגען א שיינע הכנסה, קיינער וועט נישט וויסן פון דעם, ממש א גוטע זאך. אבער... אה, דא קומט די אבער... עס איז גאר א אינטערעסאנטע ארבעט", און יצחק איז מסביר ווייטער, "דא אין ארץ ישראל איז אסור צו פארקויפן בכלל פלייש וואס איז טריפה, אדער נבילה. אפילו די רבנות לאזט נישט. טראץ וואס די אלע פליישן וואס די פרייע עסן זענען בכלל נישט כשר, דאך האט עס 'כאילו' א הכשר פון די רבנות. די עכטע טריפות און נבילות, גייט פאר די גוים. יעצט אזוי, ביז לעצטנס, האט מען געגעבן אדער פארקויפט די אלע פליישן, פאר די אראבערס ימ"ש, וואס וואוינען דא אין די דערפלעך. יעצט, זייט די מלחמה, לאזט די מדינה עס נישט געבן פאר זיי. איז אנשטאט עס אוועק צו ווארפן, זענען די חברה אויפגעקומען מיט א מורא'דיגע געדאנק, מ'העט נעמען די אלע פליישן, איינפאקן אין פעקלעך, מ'העט שיקן איינער קיין קפריסין (Cyprus), וואס דאס איז ממש א שעה אוועק מיט א פליגער פון דא, ער וועט גיין דארט אין מארק, פארקויפן די פלייש און צוריקקומען. און אזוי טוט מען טאקע יעדע 2 טעג, מ'האט געטראפן איינע וואס טוט עס"

'וואס האט דאס אלס מיט מיר?' – וויל שאול יחזקאל פארשטיין.

"אה, דא קומסטו אריין אין בילד, יענער וואס פארט, פארט טאקע יעדע זונטיג און דינסטיג, אבער דאנערשטיג קען יענער נישט, יעצט איז די שאלה צו די ווילסט עס טון. ס'איז זייער פשוט, יעדע דאנערשטיג, פארסטו ארויס פארטאגס, 6'ער אינדערפרי איז די פלייט, קומסט אן אין קפריסין ארום 7 אזייגער. אכט אזייגער עפענט זיך די מארק, ס'שוין דא דארט גרייט א טישל, פארקויפסט וויפיל עס גייט. און 7 אויפדערנאכט איז שוין די פליגער צוריק קיין ארץ ישראל, ביסט שוין אין ירושלים 9'ער ביינאכט, און קיינער וועט נישט וויסן!"

שאול יחזקאל, האט געמיינט אז ער חלש'ט. ער האט זיך נישט געקענט זען שטיין אין א גויאישע מארק אין א ווילד פרעמדע לאנד פארקויפן נבילות און טריפות. ער האט נישט געהאלטן ביים נעמען די דזשאב, טראץ וואס מ'האט דא גערעדט פון א פעסטע געהאלט, וואס וועט דעקן די וואך און אפילו מער.

ווען עס איז אריבער אפאר וואכן, און די מצב אינדערהיים איז געווארן גאר אנגעצויגן, האט ער נישט געהאט קיין ברירה, און ער איז איינגעגאנגען אויף די געשעפט. ער גייט פרובירן איינמאל, און ער וועט זען 'האם יצליח ד' את דרכו'.

א וואך שפעטער דאנערשטיג, טרעפט זיך שאול יחזקאל אין בן גוריון עירפארט מיט 2 גרויסע רענצלעך פון פלייש. ער פארט קיין קפריסין. דארט האט אים שוין אפגעווארט א טעקסי, וואס האט אים געברענגט גראד צום מארק, די טישל איז שוין געווען גרייט, ער האט אויסגעלייגט אלע פליישן, און די עולם איז געקומען קויפן. ביינאכט איז ער שוין געווען צוריק אין ירושלים, און טאקע גלייך באקומען א פעטע טשעק.

עס האט אים גוט געפאלן די גאנצע מעשה און בעיקר די פעטע געהאלט... און ער האט טאקע ממשיך געווען אזוי, וואך איין וואך אויס, יעדע דאנערשטיג פארט ער ארויס פארטאגס, קומט צוריק ביינאכט און באקומט א גוטע טשעק. קיינער האט נישט געוואוסט, אויסער זיין אשת חיל - וואס האט אויך נישט געהאט צופיל ברירות, ווייל זי האט געקענט באשטיין צו האבן אביסל געלט.

*
איין וואך דאנערשטיג פארטאגס, שאול יחזקאל זיצט ביים געיט אריינגעטון אין ספר, ווען ער שפירט א קלאפ אין רוקן, ער דרייט זיך אויס און ער זעט נישט מער און ווייניגער.

אברהם שלמה. (מיט א שׂ)

אברהם שלמה איז געווען די נאר פון די חסידות... (יעדע חסידות האט עפעס איין משוגענע וואס יעדער קען, און ער מאכט משוגע יעדען איינעם, און דרייט זיך מיט אלע בחורים וכו' ווייסט וואס כ'מיין?) און ער איז געווען די לעצטע מענטש וואס שאול יחזקאל האט געוואלט יעצט באגעגענען.

'וואו פארסטו?' פרעגט ער אן שאול יחזקאל'ן.

'קפריסין, און די?'

'אויך!' איז געקומען די באלדיגער ענטפער.

עס איז אים געווארן שווארץ פאר די אויגן, שאול יחזקאל האט געוואלט אנטלויפן פון דארט וואס שנעלער... אבער איינער פון די תנאים פון זיין דזשאב איז געווען, אז אויב לאזט ער נישט גענוג פרי וויסן אז ער קען נישט פארן, מוז ער פארן. און טאמער נישט, מוז ער צאלן די גאנצע ווערד פון די פליישן. סאו, פארן מוז ער. די שאלה איז נאר וויאזוי פטר'עט מען זיך אפ פון אברהם שלמה באצייטנס. שאול יחזקאל איז דאך יא געווען א קלוגע, און ער איז אויפגעקומען מיט א תירוץ אז ער האט עפעס א דאקטער וואס ער מוז טרעפן וויכטיג. דאס איז געווען גוט סיי פאר די עצם תירוץ פארוואס ער פארט. און צווייטנס, אזוי זאל אברהם שלמה נישט קענען מיטקומען מיט אים ווען מ'קומט אן.... אויך האט ער אים גוט אנגעווארנט אז ער טאר קיינעם נישט פארציילן - א זאך וואס אברהם שלמה איז מסוגל דערויף..... די פלאן האט געארבעט, און ווען מ'איז אנגעקומען אין קפריסין האט ער גענומען זיין טעקסי, און געדאנקט די רבש"ע אז ער איז פטור געווארן פון דעם נודניק.

דאנערשטיג אויפדערנאכט, ער קומט צוריק קיין ירושלים, און גלייך ווען ער האט אריינשפאצירט אין ביהמ"ד אויף מעריב, האבן אלע קופקעס זיך אפגעשטעלט און אלע האבן זיך אויסגעדרייט קוקן אויף אים... ער האט גלייך פארשטאנען אז אברהם שלמה ליגט אונטערדעם, אבער ער געהאפט אז עס איז איז נאר דאס, אברהם שלמה האט פארציילט אז ער האט מיר געטראפן אין עירפארט און שוין.

אבער ווען עס איז געווארן פרייטיג צונאכטס, און ווען ער איז אריין אין זיידנס ביהמ"ד הגדול, און ער האט געזען אז אלעס דרייט זיך איבער, די עולם פארט אויף רעדער, און אלע אויגן בליקן אויף אים, האט ער פארשטאנען אז עס איז מער ווי דעיס.

שאול יחזקאל האט אנגעטראפן איינע פון זיינע מענטשן, און אים געפרעגט וואס גייט פאר. האט אים יענער געלאזט וויסן די ערגסטע בשורה וואס שאול יחזקאל האט נאר אמאל געהערט. 'אברהם שלמה האט געלייגט אויף זיין סטעטוס א ווידיאו ווי די שטייסט אין א מארק און קפריסין און די פארקויפסט פלייש'.... און די רעשט איז היסטאריע..... ווייזט אויס אז אברהם שלמה איז אנגעקומען אין מארק און געזען שאול יחזקאל, אנשטאט אים צו גיין משוגע מאכן, האט ער אפגעכאפט א ווידיאו פון עפעס א באהאלטענע ווינקעל....

שאול יחזקאל האט געמיינט אז זיין וועלט ענדיגט זיך דא... ער האלט נאך אינמיטן פרובירן אראפצושלינגען די געשעעניש, און די גבאי פון רבי'ן קומט צו צי אים, און זאגט אים אז די רבי האט געזאגט אז ער וויל רעדן מיט דיך נאכן דאווענען ביי אים אינדערהיים.

ס'איז אים געווארן שלעכטער פון מינוט צו מינוט, דא רעדט די גאנצע חסידות פון אים, ער איז געווארן צו שפאט און צו שאנד פאר יעדן, און דא רופט אים שוין זיין זיידע אריין... 'דא גייט קומען א פסק!' - איז שאול יחזקאל געווען זיכער מיט זיך. אזוי צו פארשעמען זיין זיידע, זיין טאטע, זיך אליינס, און די גאנצע חסידות?! ער האט אפילו נישט געוואוסט וואס צו טראכטן און וואס צו רעאגירן. ער איז געווען פארלוירן אויף א לעוועל וואס איך ווייס נישט וויפיל ליינער דא האבן זיך שוין אמאל געטראפן אין אזא סיטואציע.... ער האט אנגעהויבן זיך צו עסן אויף די גאנצע פרשה אין וואס ער האט זיך אליינס אריינגעלייגט. 'פארוואס האב איך אנגענומען אזא צודרייטע ארבעט?! 'בעסער לעבן א גאנץ לעבן אין דחקות, ווי דורכצוגיין אזעלכע בושות!' ער האט אפילו אנגעהויבן טראכטן אז זיין זיידע גייט אים פארשיקן און ארויסווארפן פון די חסידות, און איין טאג וועט זיין יינגערע ברודער ווערן רבי אנשטאט אים... בקיצור, ער איז געווען אין א טאטאלע ייאוש, ביים דאווענען האט ער פשוט געבעטן איין זאך, אז די דאווענען זאל זיך קיינמאל נישט ענדיגן....

ערעגעצוואו האט זיך די דאווענען זעט אויס יא געענדיגט... און ער האט נישט געהאט צופיל ברירות, און ער איז אריין צום זיידן, זייענדיג גרייט אויפן ערגסטע.

ווי נאר ער קומט אריין אין 'רבי'נס שטוב', זיין זיידע, די רבי, איז שוין געזיצן אויף זיין בענקל מיט א גרויסע אפענע גמרא, און מיט א ליבליכן שמייכל ווייזט ער פאר שאול יחזקאל זאל זיך אראפזעצן, שאול יחזקאל זעצט זיך אוועק און ער פלאצט אויס אין א ביטערע געוויין, וואס האט זיך געצויגן א גוטע פאר מינוט. זיין זיידע, האט אים געלאזט וויינען. ווען ער האט זיך בארוהיגט, האט זיין זיידע אים גארנישט געזאגט, נאר געוויזן פאר שאול יחזקאל מיט זיין פינגער אין די גמרא אויף אפאר שורות:

"א"ל רב לרב כהנא, וכו' אפשוט נבילתא בשוקא ושקיל אגרא. ולא תימא – 'כהנא אנא וגברא רבא אנא, וסניא בי מלתא'". (פסחים קיג.)

איך דארף טייטשן?.....

***

די מעשה (וואס איז - אגב – אויסגעזויגן פון פינגער, איך האב עס פשוט פרובירט אראפצולייגן אויף א היינטיגע מציאות'דיגע מצב) האב איך געשריבן די פארגאנגענע מאנטיג.
יעצט, הערט א אינטערעסאנטע השגחה פרטית. יענע מאנטיג נאכט, נאך מעריב, קומט צו צי מיר א חבר, וואס מאכט דעליווערי דזשאבס פאר א פלייש געשעפט, און ער פרעגט מיר צו איך וויל זיין א בוטשער... די חברה דארט ווי ער ארבעט דארפן א בוטשער פון 9 אינדערפרי ביז 6'ער נאכמיטאג, און זיי צאלן גראדע אויך זייער שיין. (א סכום וואס יעדע פשוטע יונגערמאן וואלט געקענט באשטיין צו מאכן....).
למעשה, איך זוך טאקע א דזשאב, אבער נאר פאר נאכמיטאג נישט פאר אינדערפרי, (נאכמיטאג האב איך ב"ה אויך א דזשאב, נאר איך זוך א צווייטע...) סאו איז די גאנצע בוטשעריי נישט נוגע פאר מיר.
אבער זיך אדורכרעדנדיג סתם אזוי מיט א באקאנטע מיינע בנוגע די בוטשער-ארבעט, האט ער מיר געטענה'ט אז עס פאסט עניוועיס נישט פאר דיר, וואס? גייסט זיין א פשוטע פראסטע בוטשער? האקן און זעצן פלייש? פאסט נישט...
רבי! 'פשוט נבילתא בשוקא ושקיל אגרא, ולא תימא – כהנא אנא וגברא רבא אנא, וסניא בי מילתא'. און דאס האט רב געזאגט פאר רב כהנא!! נישט פאר סתם א עמך-יוד!
ווען עס קומט צו פרנסה קוקט מען נישט אויף 'עס פאסט נישט' 'איך בין צו חשוב פאר אזא ביליגע ארבעט'. פשוט נבילא בשוקא, ושקיל אגרא.
דארפסט געלט? גיי ארבעט מיט נבילות אפילו!!

א גוט שבת!

Off Topic
זיך צו פארבינדן מיט מיר פאר סיי וועלכע הערה/הארה/קריטיק אדער סיי וואס (קאמפלימענטן איז א מנהג אז מ'געבט נישט) אדער צו באקומען די שלפים וועכנטליך אויף אימעיל, שיקט א בליץ פאסט צו ymshlofim@gmail.com
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11259

Re: א רבי'ש קינד מיט נבילות וטריפות! (#שלפים_7)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

👍👍👍

זעֶיר זיס אראפגעלייגט!
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 722

Re: א רבי'ש קינד מיט נבילות וטריפות! (#שלפים_7)

פאוסט דורך יוחנן כהן »

Wow !!

זייער שיין און גוט אראפ געלייגט!!!
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
פריש און ערליך
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 8:59 am
Location: עירפלעין
x 14

Re: א רבי'ש קינד מיט נבילות וטריפות! (#שלפים_7)

פאוסט דורך פריש און ערליך »

יש משהו מדהים כאן!
שרייב פאוסט