עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1094

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 8:01 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 7:56 pm השומרים זענען עסקנים (שלא) בשם רבנים.
זיי טענה'ן אז מיט טעכנעלאגיע טאר מען נישט מאכן קיין פשרות.

וואס זיי כאפן נישט איז אז א זאך וואס רבנים זאגן איז נישט פשרות נאר "ריין דעת תורה" ווען האדמו"ר מסאטמאר זאגט אז ווער עס דארף עס האבן זאל קויפן א טעבלעט, איז עס נישט קיין פשרה!!!!! נאר א דרך וויאזוי זיך צו פירן.

און דער רבי זאל זיין געזונט האט גערעדט צו זיין ציבור.
יעצט שרייב נישט אז א (געפילטערטע) טעבלעט איז חזר טרייף ווייל דו רעדסט אױף איינע פון די גרעסטע מנהיגי ישראל.
פארוואס נאר ווער סדארף עס האבן, סאיז דאך נישט טריפה?
דו ווייסט אז גרופס אויף וואטסעפפ ווערט בכלל נישט געפילטערט און ליידער זעען אינגעלייט ראיות אסורות יעדן טאג?
דו ווייסט אז עפפס ווערן כמעט נישט געפילטערט און אפילו איינער דארף וויכטיג האבן א עפפ באמפט ער אריין אין ראיות אסורות?

יעצט זאג נישט אז איינע פון די גרעסטע מנהיגי ישראל האבן דאס געגעבן פאר א דרך וויאזוי זיך צו פירן, ווייל דו מאכסט חוזק פון איינע פון די גרעסטע מנהיגי ישראל.

יעדער בר דעת וואס האט א מח בקדקדו האט פארשטאנען אז ווען ער גערעדט אז מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון האט ער געזאגט מזאל נעמען א טעבלעט אלס א בוחר הרע במיעוטו
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1333

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 3:34 pm

איך קען דיר נישט ענטפערן אויף למעשה ווייל קוים וואס איך קען אלף בית מיט נקודות....
אבער איך מיין אז בוחר הרע במיעוטו מיינט נישט עובר זיין אויף אסורים... ווען א אינגערמאן גייט צום רבין און זאגט אז ער דארף דאס האבן פאר ביזנעס "כדי זיך צו פטרן פון די הנהלה" האט ער סך הכל געפרעגט א דיין א שאלה וואס איז נישט אקטועל ביי אים... ער דארף עס נישט פאר ביזנעס.. ער האט נאר אזוי געזאגט פאר'ן רבי'ן צו האבן א היתר...
א מענטש וואס דארף עס אבער "עכט" און זיין מורה געבט אים א וועג זיך צו פירן, איז ער נישט קיין אויסווארף און א יחיד האט נישט קיין רעכט צו מאכן קארטעלעך פון קארטונס ווי כאילו דער מענטש וואס טוהט וואס זיין מנהיג האט געהייסן, א שליח פונעם יצר הרע.
ובזה גמרתי.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1333

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

אין אנדערע ווערטער.

א קליקע פון עסקנים האבן געעפנט א גליון, וואס דארט שטייט אז טאבלעטן און אלעס מיט קנעפלעך איז טריפה און ווער עס האט עס איז א שגץ.
א קיאסק איז א וועג פונעם יצר.
און אנליין קאמפיינס איז יצא שכרו בהפסידו און די מצוה פון צדקה ווערט א מצוה הבא בעבירה.

דער אינגעלע וואקסט אויף און זעהט:
דער פרומער שמש אין בית המדרש האט א טאבלעט צו קעיר נעמען פון די נדבות.

די פרומסטע כולל אינגעלייט גייען אין קיאסק מסדר זיין די כתבים און חדושים.

זיין ישיבה מאכט א קאמפיין און דער גבאי רופט אויס אז ווער עס וויל האבן א לינק זאל זיך מעלדן צום סגן...

יעצט זאג מיר אז עס איז שווער אז א קינד זאל אויפוואקסן מיט אזא תמימות... אבער נעם די כלל. אפילו אן אומרעכט האט נישט קיין קאנסעקווענצן, איז עס נאכאלס אן אומרעכט.

מיין לעצטע הודעה אין די טעמע בלי נדר.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1094

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

און ווען די רבי זאגט פאר א איד זאל אננעמען אז זשאב אין דאונטאון מאנהעטן, האט דעמאלטס די רבי געזאגט אז מאנהעטן איז נישט טריפה?

א מענטש טאר נישט זיין קיין חסיד שוטה און זאגן אז ווען די רבי זאגט אז מזאל מען נעמען א טעבלעט אנשטאט א סמארטפון האט ער יעצט דערקלערט אז א כלי וואס מזעהט פרויען איז כשר און דאס איז א וועג זיך צו פירן.

ובזה גמרתי.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1333

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

פרעגט נישט אפ וואס איך זאג. עיין היטיב.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4762

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך וואוילער »

דער עולם הערט נישט אויף ענדיגן... מ'לייגט עטליכע "לעצטע פאוסטס".

ערענסט גערעדט, וואס אז די טענה'ריי?
@אויסגעשארפטע בליי זאגט נישט אז א טעבלעטס איז די בעסטע זאך, נאר אז אויב דער דעת תורה זאגט אז מ'מעג אין דעם פאל, מעג מען, און מ'טאר נישט שרייען אז ער איז א שייגעץ.

@בן תורה ווייסט אז מ'קען האבן א טעבלעט אנע וואטסעפפ? אנע גרופס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3788
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10109

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 4:07 pm און ווען די רבי זאגט פאר א איד זאל אננעמען אז זשאב אין דאונטאון מאנהעטן, האט דעמאלטס די רבי געזאגט אז מאנהעטן איז נישט טריפה?

א מענטש טאר נישט זיין קיין חסיד שוטה און זאגן אז ווען די רבי זאגט אז מזאל מען נעמען א טעבלעט אנשטאט א סמארטפון האט ער יעצט דערקלערט אז א כלי וואס מזעהט פרויען איז כשר און דאס איז א וועג זיך צו פירן.

ובזה גמרתי.
אויב אזוי, זאל השומרים אנהויבן ארויסגעבן קארטלעך אז מאנהעטן איז טריפה, און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער דארף דארט אנקומען איז נעבעך געפאלן פארן נסיון הדור...

א קינד וועט אריינשיקן א שאלה צו הר"ר *** אז ער האט נסיונות אין כיבוד אב ווייל זיין טאטע פארט אריין יעדן טאג קיין מאנהעטן, און זיי וועלן אים ענטפערן אז זיין טאטע איז ליידער דורכגעפאלן און ער זאל בעטן פאר אפיקומן זיין טאטע זאל טרעפן א נייע דזשאב...

מ'גייט אנהייבן פארשפרייטן מעשיות אז באמת איז גוד-סעם אסאך א בעסערע שפיטאל מיט בעסערע דאקטוירים, דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז אין מאנהעטן זענען די גוטע שפיטעלער איז נאר עצת היצר... מענטשן וועלן לאזן מעסעדזשעס אין השמיעיני אז מ'האט זיי ג'עצה'ט צו גיין צו א געוויסע דאקטאר אין מאנהעטן און זיי זענען נישט געגאנגען, און נאר צוליב דעם זענען זיי געווארן געזונט, ווייל מאנהעטן מאכט באמת קראנק ס'נאר א תחבולה פונעם שטן צו אפפירן דעם דור...

יעדן טאג וועט זיך שטעלן א מחאה פארנט פונעם באס סטאפ ווען די מאנהעטן באס פארט ארויס, ווי מ'וועט מוחה זיין בדרכי נועם קעגן די וואס פייפן זיך אן אויף וואס אלע גדולי דור הקודם האבן געשריגן אז מאנהעטן איז א טריפה'נער מקום...

יעצט כאפ איך פארוואס סעפ. 11 איז געשען, ווייל אידן זענען ליידער נכשל געווארן צו גיין ארבעטן אין דער טריפה'נער מאנהעטן...

אקעי, ס'גייט שוין ארויס פון קאנטראל. ובזה סיימתי. [נעע... כ'שרייב עס נאר אלס די טרענד, איך בין דא פאר די נאכט]
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6330

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 7:17 pm

אוי ווי גוט דו זאגסט.

און טאטעס וואס ארבעטן אין דזשאבס וואס מ'דארף קאמיוניקירן מיט פרויען - אריינגערעכנט די וואס ארבעטן אין די כשר'ע סעלפאון געשעפטן - זאלן אויך באקומען אפיקומן רעקוועסטס פון די קינדער אינספירירט פון די מאשראם קארדס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1094

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

איך זעה די שמועס ענדיגט זיך נישט וועל איך אויך גיין ווייטער.

איך האב בכלל נישט בארעכטיגט די השומרים קארטלעך אדער חוצפה קעגן עלטערן. איך האב מיך באצויגן אויף דעם
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 8:01 pm וואס זיי כאפן נישט איז אז א זאך וואס רבנים זאגן איז נישט פשרות נאר "ריין דעת תורה" ווען האדמו"ר מסאטמאר זאגט אז ווער עס דארף עס האבן זאל קויפן א טעבלעט, איז עס נישט קיין פשרה!!!!! נאר א דרך וויאזוי זיך צו פירן.

און דער רבי זאל זיין געזונט האט גערעדט צו זיין ציבור.
יעצט שרייב נישט אז א (געפילטערטע) טעבלעט איז חזר טרייף ווייל דו רעדסט אױף איינע פון די גרעסטע מנהיגי ישראל.
סיריעסלי?? ער לייגט עס אראפ כאילו די רבי האט זיך אויפגעשטעלט אין כולל און געזאגט "יעדער האט אינטערגעשריבן אויפן כתיבה אז מגייט ברענגען פרנסה, דעריבער זאל יעדע אינגערמאן זעהן צו קויפן א טעבלעט און אנהייבן טוהן פאר פרנסה".

ווען די רבי שטעלט זיך אויף אראפרייסן סמארטפאונס און ער זאגט אז ווער סדארף עס האבן זאל טוישן צו א טעבלעט, ווערט עס יעצט מער מותר ווי ארבעטן אין מאנהעטן?

און אויף דעם האב איך געשריבן וואס איך האב געשריבן. איך האב נישט געזאגט אז מטאר נישט ארבעטן אין מאנהעטן, איך האב נישט געזאגט אז מטאר נישט קאמיוניקירן מיט פרויען, און איך האב נישט געזאגט אז מטאר נישט האבן קיין טעבלעט. אבער די אלע דריי דערמאנטע זענען זאכן וואס ווען דער אויבערשטער פירט אז מדארף דאס טוהן פאר פרנסה, טוט מען עס אויפן בעסטן אופן מעגליך.

און צו @שאינו יודע לשאול, ווען א קינד וועט זאגן פאר זיין טאטע מיט א תמימות "טאטי, איך האב אינזין יעדן טאג ביי תהלים אז דו זאלסט נאמאר דארף ארבעטן אין מאנהעטן", איך גלייב אז די טאטע וועט אים געבן א קניפ אין בעקל און זאגן "זייער גוט, צדיק'ל". ער וועט אים נישט אנשרייען מחוצף!

ובזה גמרתי...
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3788
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10109

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:35 pm Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:38 pm איך בין נתבשר געווארן דורכ'ן ועד הקהלות, אז בקרוב ממש (במשך דעם קומענדיגן חודש)
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1094

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:35 pm Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
טאקע א שרעקליכע עוולה... איך האלט אבער זאלסט זיי געבן נאך אפאר טאג פאר דו גייסט נעמען שריט למעשה...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5268
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9728

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:57 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:35 pm Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:38 pm איך בין נתבשר געווארן דורכ'ן ועד הקהלות, אז בקרוב ממש (במשך דעם קומענדיגן חודש)
די פאון'ס ליגן שוין דאהי, גרייט צו ערשיינען לאור עולם.

אבער די סאפטוועיר גייט נאך אריבער שינויים, און עס קען נעמען מער צייט ווי מען וויל, כידוע ליודעי סאפטוועיר. און, נאך יעדע שינוי גייט עס צום ועד הקהילות פאר א סעקיורעטי טעסט.

סוי למעשה, עס קען זיין אז ס'וועט ווערן דיסטריביוטעד "גאר בקרוב", אויב נישט, וועט עס זיין סתם "בקרוב".
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:10 am
גרעיט אפפלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:35 pm Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
טאקע א שרעקליכע עוולה... איך האלט אבער זאלסט זיי געבן נאך אפאר טאג פאר דו גייסט נעמען שריט למעשה...
כ'האב נאר געוואלט הערן מער אפדעיטס...
אוועיטער
new news
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:06 pm
x 32

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך new news »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:20 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:57 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 9:35 pm Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

ווען קומט עס ארויס?
שוין אדורך איבער א וואך....
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:38 pm איך בין נתבשר געווארן דורכ'ן ועד הקהלות, אז בקרוב ממש (במשך דעם קומענדיגן חודש)
די פאון'ס ליגן שוין דאהי, גרייט צו ערשיינען לאור עולם.

אבער די סאפטוועיר גייט נאך אריבער שינויים, און עס קען נעמען מער צייט ווי מען וויל, כידוע ליודעי סאפטוועיר. און, נאך יעדע שינוי גייט עס צום ועד הקהילות פאר א סעקיורעטי טעסט.

סוי למעשה, עס קען זיין אז ס'וועט ווערן דיסטריביוטעד "גאר בקרוב", אויב נישט, וועט עס זיין סתם "בקרוב".
זיי האבן א וועבזייט ווי מ'קען עס זעהן?
אידישע גוגל

מיר וואקסן קיינמאל נישט עכט אויף, מיר לערנען זיך נאר וויאזוי זיך צו אויפפירן אין פובליק.
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

עני אפדעיטס?
מווייסט שוין ווען ס'קומט ארויס?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5268
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9728

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרייליכע נייעס!

לויט ווי עס האלט יעצט, וועט דער פאון זיין אין די געשעפטן אינמיטן נעקסטע וואך אי"ה!

די פירמע האט געארבעט גאר געשיקט צו אפדעיטן אלעס וואס די ועד הקהילות אינספעקטערס האבן רעפערירט, און זיי האבן שוין א באשטעטיגטע תעודת הועד. סיי די טאלק אנלי און סיי די טאלק ענד טעקסט.

כ'וועל אי"ה אפדעיטן ווען ס'איז שוין פאקטיש דא צו באקומען.
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

מעגליך ארויפצולייגן אפאר סקרינשאט'ס?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

היום יום. זעהט אויס עס איז שוין אפיציעל
פיילס
Screenshot 2024-12-08 125036.png
Screenshot 2024-12-08 125036.png (269.19 KiB) געזען געווארן 372 מאל
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

שוין דא א וועבזייטל?
איך וויל זען ווי אזוי סקוקט אויס אינעווייניג פארן קויפן
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 217

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:58 pm שוין דא א וועבזייטל?

קוקט אויס אין עס איז א קווין פאון, סאו עס וועט אי"ה זיין א גוטע קווין פאון מיט א כשר'ע נאמען.

ארי גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 6:08 pm

ס'האט גוגל מעסעדזשעס וכדו'
אדער איז עס אזויווי קווין אלס הארדוועיר?

גרעיט אפפלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 6:32 pm

קווין אלס הארדוועיר

ארי גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 7:17 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 6:32 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 6:08 pm

קוקט אויס אין עס איז א קווין פאון, סאו עס וועט אי"ה זיין א גוטע קווין פאון מיט א כשר'ע נאמען.
ס'האט גוגל מעסעדזשעס וכדו'
אדער איז עס אזויווי קווין אלס הארדוועיר?
קווין אלס הארדוועיר
די הארדוועיר ווייס איך שוין וויאזוי סקוקט אויס - שוין דא פיקטשערס
כוויל זען די סאפטוועיר - עפפס וכדו'
אוועיטער
גרעיט אפפלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 8

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

איינער האט שוין מער דיטעילס?
פרייז וכדו'

Screenshot 2024-12-10 213912.jpg
Screenshot 2024-12-10 213912.jpg (137.96 KiB) געזען געווארן 103 מאל
שרייב פאוסט